בלאט 1 פון 1

דביקות בהשם, היינטיגע צייטן! (מי מנוחות)

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 6:02 pm
דורך נישט
דביקות בהשם, היינטיגע צייטן!

דוד'ל
א געצערטעלט קינד.
פאר יעדע קלייניגקייט
לויפט ער צום טאטן גאר געשווינד
בעטן דערבארימקייט.

טאטע!
עפעס טוט מיר וויי.
ביטע!
הער צו מיין געשריי.

זיין טאטע
אנטוישט אים נישט.
תיכף ומיד
זיין טרערלעך ער ווישט.

דוד'ל מיין ליב קינד דו ביסט
איך קום שוין צו דיר.
אלעס וואס דיך גליסט
וועלעך דיר געבן אן א שיעור.

אה! טאטע
שרייט דוד'ל מיט גאנצע וועזן.
כ'האב געוואוסט מיין פראבלעם
וועלעך ביי דיר לעזן.

טאטי
דיר לויבן מיין געזאנג.
פאר'ן קומען צו לויפן
איך בין פיהל מיט דאנק

---

דוד'ל
א געצערטעלט קינד.
פאר יעדע קלייניקייט
לויפט ער צום טאטן גאר געשווינד.
זאגן שכוח, פאר זיין איבערגעגעבנקייט.

טאטי!
כ'בין דיר אזוי דאנקבאר.
פאר'ן מיר העלפן אזוי סאך
אן אפילו בעהטן דערפאר.

אוי טאטי שכוח
פאר'ן מיר מאכן אזוי גוט.
ממש איך פיל
ווי אלעס פיט.

דוד'ל מיין טייערקייט
כ'בין מיט דיר
פאר א אייביקייט
דיך צו העלפן אן א שיעור

---

איינמאל אינמיטן העלן טאג
טאטע און קינד זיצן אין פריידן
דער טאטע דוד'לן גיט א זאג
מעגליך מיר וועלן זיך מוזן פונאנדערשיידען

אין א יאמערלעך געוויין
ברעכט דוד'ל אויס
טאטע, ניין!
איך קען נישט אן דיר זיין

איך בין דאך
מיט דיר צוזאמען.
אזא געטריישאפט
זאל איך נעמען פון וואנען?

אוי טאטע!
איך קען נישט זיין אן דיר.
אוי טאטע!
קום צוריק צו מיר.

---

דאס יונגעלע דוד'ל
האט א ספר'ל געשריבן.
אלע זיינע איבערלעבענישן
זענען דארט פארבליבן.

תהלים
האט ער איר אנגערופן.
אויסצולערנען פאר אונז
זיינע באגריפן.

אז מיר זאלן שטענדיג
האלטן פאר די אויגן גרונטליך.
גארנישט איז נישט קיין צופאל
אלעס איז פון השי"ת מיט אן השגחה פונקטליך

יעדן מאל
וואס מען געפינט זיך אין א קלעם.
זאל מען זיך ווענדן
צו אונזער טאטן השם.

יעדן מאל
וואס עס גייט אונז גוט.
זאלן מיר דאנקען השם
מיט א פרייליכען געמיט.

די תוצאה
איז זייער פארשטענדליך.
צו קרבת אלוקים
וועלן מיר אנקומען ענדליך.

ווען איר וועט
דאס דעגרייכן.
וועט איר גליקליכקייט
דער תכלית הבריאה ערייכן.

---

ספורנו תהלים א א
ומצאתי ראיתי, היות המכוון בזה הספר להדריך הת המתבונן בו אל נצחיות האושר... אמנם אישור אותם החיים... הנה יושג כאשר ייחס האדם כל הצלחתו והפכה לאל יתברך... כי בזה האופן הדיבוק ישעה האדם אל עושהו תמיד... הנה ידבק בו ויפנה אליו בכל מעשיו ישתדל ללכת בדרכיו למצוא חן בעיניו

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:53 pm
דורך א גראם מיט טעם
געוואלדיג שבגעוואלדיג!!!
געליינט אין מי מנוחות, אבער דארט קען מען דאך נישט קאמענטירען......

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:54 pm
דורך געלעגער
Wow!
וואונדערבאר

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:54 pm
דורך מזויף מתוכו
וואן אוו עי קיינד

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער הארציג און געפיליש אראפגעלייגט, בנוסף צו די ארט.

ישר כח.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:13 pm
דורך ענדע צדיק!
זייער הנאה געהאט. בעיקר אז איך האב נישט געכאפט אין אנהייב אז עס גייט זיך אזוי ענדיגן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 12:23 am
דורך לכאורה
ווערן מיר געוואויר נאך א קוואליפיקאציע פון דעם וואס רופט זיך אזוי נישטיג... יישר כח!

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 12:34 am
דורך שלום אויש
לכאורה האט געשריבן:ווערן מיר געוואויר נאך א קוואליפיקאציע פון דעם וואס רופט זיך אזוי נישטיג... יישר כח!

"נישט" נארמאל גוט!

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 5:04 pm
דורך מתבונן
נישט, ווינדערבאר אראפגעלייגט.
יעצט געענדיגט ליינען אין מי מנוחות, און אפירגעזיכט דעם אשכול דיר צו קענען אפגעבן א פערזענליכען דאנק.
קיין גרויסע מבין אויף פוזיע בין איך נישט, אבער בשעת'ן ליינען האט זיך מיר פון זיך אליין געזונגען א לידעל אין די בעקראונד.
האבעך באקומען א ביסל א טעיסט פאר דעם.
עס דערקענט זיך דיינע טיפע רייכע טאלנטען, סיי פון דעם ארטיקל, ווי אויך פון אלע רייכע ארטיקלען וואס באשיינען דעם וועלטל.

סתם נייגעריג ווי דיין נעקסטע סטאנציע גייט זיין? איך האב שוין טועם געווען פון דיר, פילוזופיה / פיזיקה, גרפולוגיה, ביאולוגיה (ניטרישען פעקטס), מאטאמאטיקה, פאויזיע, אסאך ידיעות בנפש, וואס נאך? איך געדענק נישט אלעס.

מיין ברכה צו דיר, עלה מעלה מעלה און ברענג ארויס דיינע רייכע טאלאנטן להנות בהם בני אדם.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2015 3:36 pm
דורך נישט
@גראמי, ס'איז עקסטער ספעשעל צו באקומען א קאמפלימענט פון אזא מומחה

@געלעי, יישר כוח

@מזיוף, יישר כוח

@חילי, אייגנארטיק ארויסגעברענט, יישר כוח

@ענדע, יישר כוח, און אויכעט פאר'ן מיר עס פארעכטן

@לכאורה, יישר כוח פאר'ן אינזעהן מיינע קוואליפיקעשאנן

@שלום, אלץ טרעפסטו די פאסיגע ווארט, טענקס

@מתבונן, פאר דיר קומט זיך די גרעסטע שכוח... די עולם כאפט לכאורה נישט פארוואס... וועלעך פארציילן די מעשה...
ומעשה שהי' כך הי
מיט א אנדערהאלבן חודש צוריק האבעך, געעפענט אן אשכול, ווער ס'קען מיר אויסלערנען חכמת הנגינה.
גייט נישט דורך אפאר שעה, באקום אן אימעיל פון מיין לאנג יעריגער ידיד, אונזער טייערע חבר מתבונן, אז לויט וויאזוי ער קען מיר ,האלט ער אז דאס איז בעיקר א נפשיותידיגע פראבלעם, צו איך בין גרייט ארויפצוגיין אויפן אפעראציע בעטל? גלייך שיק אים צוריק, אוודאי! אבער כ'בין נאר אוועילעבל אין א זונטאג.
עטליכע שעה שפעטער באקום איך אן אימעיל, אקעי פיין, ער וועט מיר לאזן וואוסן.
יעדע זונטאג האט מען זיך גע'אימעיל'ט אהין און צוריק, און ענדליך איז אנגעקומען די זונטאג מיט ה"א הידיעה. איך גיי אראפ צו זיין אפיס. כדריי די קלאמקע פון די טיר, כשפאן אריין. און אט טרעף איך אונזער מתבונן, ער ענטפאנגט מיט א שמייכל'דיגע שלום עליכם. הגם מיר האבן זיך שוין געטראפן כמה פעמים, אבער דאס מאל האט עס מיר געהאט א ספעציעלע באדייט.
מ'האמיר ארומגערעדט, אז ס'איז לאו דוקא נגינה, איך האב אויך א געוואלדיגע געפיהל צו פאעזיע און צו ארט, אבער כ'קען מיר עס נישט ארויסגעברענגן. למעשה נאך איינס אהאלב שעה איז מען ארויסגעקומען אז ס'איז געווען א געפיל וואס האט טאקע נישט געלאזט מיין כח הגעפיהל און כח הנגינה ארויסקומען, און איינמאל מ'האט געטראפען וואס דאס איז, האט זיך טאקע פארשאפט א סתירה, כידוע פון די שיעורים פון מתבונן, און דאס זענען מיינע פירות מיט מיין פאזיע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:07 pm
דורך עת לחשוב
און וואס איז געווארן מיט די חכמת הנגינה? איז עס געווארן פאראכטן?