בלאט 1 פון 1

Don't blame the manufacturer

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:23 pm
דורך farshlufen
א געווענליכער גרינער מיטוואך אין די רוישיגע שטאט ניו יארק, דער פענסטער וואשער מר. טשו קומט צו די ארבעט ווי געווענליך מיט לאנ טש בעג זיינעם, שפאציר צו צו זיין לאקער שטיפט אריין זיין פעקל זוודין לארחא ציהט אויף זיך ארויס זיין ארבייטס מונדיר נעמט אפיר זיינע קלאפער געצייג און זיכערהייטס גארטל safety harness בלע"ז מיטן לאנגן שטריק ארומגעוויקעלט ארום זיין ארעם והנה און נון מ'גייט זיך נעמען צו די ארבעט.
שפאצירט מר. טשו ארויף אויפן דאך, הענגט אן זיינע כלי הארט ביים עק, גיט אכט אז עס זאל נישט זיין פקע איגרא, און לאזט זיך אראפ צו זיין ארבייט שטאק נאך שטאק, ירידה לצורך עלי' [פונעם פעיראל טשעק].
נאך א וויילע ווערט אונזער טשו לאנגווייליג פון טאן די זעלבע זאך טאג טעגליך, נעמט ער א פאוזע פון די ארבעט און שפילט זיך ארום מיט זיינע כלים שונים, אט האלט ער מעסערל א קליינס utility blade בלע"ז, גענוצט אויף צו גורד זיין די חלונות פון יעדעס ביסל פארהארטעוועטע שמוץ, באנארישט ער זיך א וויילע, נעמט דאס מעסערל במו ידיו און שניידט אריין אינעם שטריק וואס אין דעם איז תלוי כל חייו.
קוקט ער צו ווי דאס שטריק הויבט זיך אן צו רייסן אט אט וואס ער טראסקעט אראפ און ווערט כי עפר אתה ואל עפר תשוב, וואס טוט א גוי און נויט, עפעס ליגט דאך אים אין קעפל ברוב חכמתו, נעמט ער ארויס די סעלפאון פון טאש און דיילט צו די Harness פארבריצירער און האלט זיי פאר הלמאי זייער שטריק האלט נישט גענוג לאנג און איז נישט גענוג שטארק געמאכט.
קליין קעפל איינער גיב נאר א קלער
צוריסן דאס שטריקל האט ווער?
אין א מינוט פון רוח שטות
האסטו דאך געמאכט אליינס דעם ריס
וואס וועסטו האבן פון עס ווארפן אויפן אנדערנס פלייצע
ראטעווע דיך באצייטענס, קלער אן עצה
קלעטער אויף די ווענט די גראדע
יעדע מאמענט יעדע סעקונדע איז א שאדע
פארבינד דיך צוריק, טו דיך גוט אנקניפן
פאר די שטריק וועט זיך גענצליך צורייסן און Rip'ן
פאלג אויס וואס מען האט דיך געטאן טרענירן
ווי צו אכט געבן אז דאס זאל נישט ווידעראמאל פאסירן
גיי אין די וועגן פון די הייליגע תורה
בכל גופך ונפשך דין דעם גרויסן בורא
האלט איין א יעדע הלכה אין שולחן ערוך
וועסטו בכל דרכיך זיין ברוך.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:24 pm
דורך פער בריסטאו
שיין צום פינטעל

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:25 pm
דורך לכאורה
טייל מענטשן ווען עס קומט א שטורעם
פאנגן זיי אן שיטן טענות אויפן יושב מרום
זאגט ר' פארשלאפן, אונזער מגיד מישרים
מען זאל זיך פשוט פעסטער מאכן די קשרים

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:25 pm
דורך נשמה
;l;p-
טשו! אן ארבעטער. טשו האט ער געהייסן. א טיפע שכליות'דיגע לערע.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:26 pm
דורך בנימין הלוי
יוש כ'האב געציטערט! האסט עס גוט געמאכט מיט מיר
דאנקע שעהן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:26 pm
דורך סביב העולם
הערליך! נישט געוואוסט אז פארשלאפענערהייט קענסטו מאכן פאזיע

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:41 pm
דורך אפטימיסט
זעהר פיין געזאגט! קורץ און שארף!

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
שטארק.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 6:36 pm
דורך מנוחה ושמחה
שיינע רעיון גוט געשריבן
הערליך!

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 7:00 pm
דורך נישט
לכאורה האט געשריבן:טייל מענטשן ווען עס קומט א שטורעם
פאנגן זיי אן שיטן טענות אויפן יושב מרום
זאגט ר' פארשלאפן, אונזער מגיד מישרים
מען זאל זיך פשוט פעסטער מאכן די קשרים


יישר כוח םארשלאפן און יישר כוח לכאורה

זייער זייער שיין!

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 7:10 pm
דורך געלעגער
ציפעדיג ציפעדיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 9:08 pm
דורך א גראם מיט טעם
א רעיון גאר שטארק
נישט קיין חילוק וועלעכע בארג
פארשלאפען, געמאלען א פיקטשער
נישט בלעימען דעם מעניופעטשער
ווי אייביג שיין און בע'טעם'ט
נאכדערצו אז עס גראמט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 9:34 pm
דורך ידיד
זייער שיין ארויסגעברענגט דעם געדאנק. שוין גארנישט קיין פארשלאפענער.

יישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:33 pm
דורך סופר ומונה
אזוי פארשלאפענערהייט ביסטו מיר אריינגעקראכען אין די קישקעס!
ס'איז א מורא'דיגע מוסר השכל!
יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:36 pm
דורך AHA
סופר ומונה האט געשריבן:אזוי פארשלאפענערהייט ביסטו מיר אריינגעקראכען אין די קישקעס!
ס'איז א מורא'דיגע מוסר השכל!
יישר כח