בלאט 1 פון 1

וויפיל מאל דארף איך דרוקן? נידער מיט די סיסטעם..!!!‎

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:23 pm
דורך לאדיךארויס
העלא ענד וועלקאם טו קעי דזשעי עקספרעסס...

(אה, וויאזוי זאגט מען? ברוכים תהי'..)

פאר סקעדזשולס דרוקט איינס (פארוואס דען מיינסטו קאל איך..?) פאר באס רוט אינפארמאציע דרוקט צוויי. בלא בלא בלא...

1#
פאר - מאנסיברוקליןמאנהעטען - דרוקט איינס - פאר - קעי דזשעי עקספרעסס - דרוק צוויי (איך קען וויסן וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן? איך קאל דאך יעצט קעי דזשעי עקספרעסס, ניין?)

1#
אויב איר פארלאזט --- פון --- מאנסי --- דרוקט איינס --- מאנרא --- דרוקט צוויי --- ניו סקווער --- דרוקט דריי

1#
אויב איר גייט צו --- מאנרא --- דרוקט צוויי (קענסט מיר מסביר'ן פשט אין דעם קנעפל.. סידאך נאר פארהאן איין אפציע..)

2#
פאר א סקעדזדשול ביי טאג פון די וואך - דרוקט איינס - פאר די נעקסטע באס - דרוקט פונט
(וויפל קנעפלעך האב איך שוין געדרוקט)

1#
פאר זונטאג - דרוקט איינס - מאנטאג - צוויי - דינסטאג - דריי.. בלא בלא בלא...

4#
פאר צופרי באסעס (האלא! דו ווילסט מיר זאגן דעם סקעדשול אבער יא..?) דרוקט איינס - פאר נאכמיטאג באסעס - דרוקט צוויי - פאר אוונט באסעס דרוק נומ. דריי
(האב איך שוין געדרוקט 111214... וואסי נעקסט? אה צופרי באסעס איז וועכע נאמבער?)

1#
אויף (א גרינע..) מיטוואך --- יולי דעם אכנצטער (למספרם) --- א באס פארלאזט --- מאנסי --- אום --- אכט פינף און פערציג עי עם --- קומט אן --- צו --- מאנרא --- ניין פינף און צוואנציג עי עם. פאר די נעקסטע באס דרוק פונט - פאר די פריערדיגע באס דרוקט שטערן

#
צען פינף און פערציג עי עם --- קומט אן --- צו --- מאנרא --- עלעוו פינף און צוואנציג עי עם. פאר די נעקסטע באס דרוקט... בלא בלא בלא... און האקט אייך קאפ אין וואנט...

איז נישט קיין וואונדער אז נאכן שטיין צען מינוט מיטן טרייבל ביים אויער און דרוקן קנעפלעך, האב איך געשפעטיגט דעם באס...

(האט איר געגליכן דעם ארטיקל? געב א לייק...)

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:30 pm
דורך שלום אויש
גוט גראדע אויב דארף איך אמאל רופן דעם נומער...איך וועל וויסן ווי צו דריקן אהן דארפן ווארטן לויט דיינע דעטאלירטע אינסטרוקציעס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:31 pm
דורך עקבי הצאן
נישט מיר נישט דיר, האסטו מיט געוואלד געמאכט דעם לייק קנעפל, ארויס מיט די רעוואלציאנערן ....

#לייק

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:35 pm
דורך נישט
עקבי הצאן האט געשריבן:נישט מיר נישט דיר, האסטו מיט געוואלד געמאכט דעם לייק קנעפל, ארויס מיט די רעוואלציאנערן ....

#לייק

לאדיך, לייק, די שרייבסט וואס יעדער טראכט בשעת רופן

@עקבי, די איידיע האט שוין איינער אויסגעטראפןhttp://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=25009

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:36 pm
דורך זאל ער קומען
האסט געשפעטיגט? זייער גוט! דאס האבן זיי דיר געוואלט "אויסלערנען"… אז זאלסט נישט קאלן ווען ס'איז שוין שפעט… נעקסטיים קאל פרי. (און צו וויסן ווען ס'איז שפעט אדער פרי ---- קאל אריין אין סיסטעם…).

בכלל איז דא א שטארקע ערוועקונג צווישן די באס קאמפאניעס און דרייווערס אויסצולערנען דעם עולם נישט צו זיין קיין פעניאקעס.
זאל ער וויסן! ער'עט שפעטיגן אין אפיס, דערלייגן דעם טאג, עט ער זיך אויסלערנען!

איי ווען דו קומסט שפעט (אפט) און ער דערלייגט טייערע צייט דורך דיר - וואס לערנסטו זיך אויס דעמאלטס? אה, דעמאלט ביסטעך נישט שולדיג ווייל… [ס'איז געווען קאלט און מ'האט געדארפט ווארעמען דעם באס, מ'האט געדארפט אוועק שארן די שניי, מ'האט געדארפט געבן א שטיקל בוסט פאר די בעטערי, מ'האט …] אבער נישט ווייל איך האב געפעניענט ח"ו.

אהא. און וואס האב איך געטון נעכטן ווען איך בין געקומען שפעט? איך האב געדארפט ווארעמען מיין קאר, פיצן די שניי פון מיין דרייוועי און בוסטן מיין קאר?

שוין, לאמיר נישט טוישן די נושא, און לאמיר די נייע נושא אויך ענדערש לאזן פאר לאדיךארויס - ער קען בעסער...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:37 pm
דורך ידיד
זיס אראפגעלייגט! כ'האב עכט געלייק.. כ'מיין, געלאכט...

ס'טו געהערט אזאנס? נאכן דרוקן אזויפיל קענעפלעך, דארף איך נאך דרוקן א לייק קנעפל אויך..?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:42 pm
דורך ווינקל
לייק פאר די לייק סיסטעם!

אייזן אראפגעלייגט די טעלעפאן סיסטעמען פון די אלע קאמפאניס... איינע פון די צילן איז טאקע מאכן אויסזען א מעכטיג ריייייייזיגע קאמפאני מיט א געוואלד מיט אויסוואלן..

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:44 pm
דורך פעפערקארן
#לייק

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 4:50 pm
דורך לאדיךארויס
@שלום, גלייב מיר כ'האב גארנישט איבערגעטריבן. קענסט עס טאקע נוצן. זע נאר צו געבן נאך א לייק ווען די אינפארמאציע קומט דיר צוניץ...

@עקבי, יא צי ניין? לייק אדער דיסלייק?

@נישט, יישר כח פאר די איידיע

@זאלער, איך זע שוין... דו ביסט פון אינעוויניג פונעם סיסטעם.. ס'טע געהערט אזוינס? מיר גייסטו אויסלערנען? זאג איבער נאכאמאל וועם? מיר דער פונקטליכער צאמגענומענער (הא..?) גייסטו אויסלערנען נישט צו שפעטיגען, הא?

@ידיד, אפילו מיט א לייק קנעפל האמיר נאכנישט פארלוירן דיינע זיסע תגובות מיטן אויסגעקילטן גלאז טיי ביים מויל...

@ווינקל, וויין מיט מיט מיר... פארוואס אין דער וועלט קען ער נישט זאגן די גאנצע סקעדזשול בנשימה אחת א_ווי דער מאנרא וומ"ס באס? אפשר העט ער דא ליינען און זען אז דער עולם האט טענות? אולי ירחם...

@פעפערקארן, ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 5:10 pm
דורך שלום אויש
שוין האמיר געלייקט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 6:16 pm
דורך ענדע צדיק!
פיין פיין לאדיך! וויפל דארף איך דיר דרוקען זאלסט אמאל שרייבן אן ארטיקל?! האסט דאך א פעדער פון גאלד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 7:09 pm
דורך הרבטייטעלבוים
איר האט אויסגעלאזט די באס סטארטס קאנטיונט עט וקאטיניונט נאכאלטס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 7:10 pm
דורך לכאורה
אלעס האסטו געשריבן, אויסער די ערשטע צען נומערן. וויאזוי ווילסטו איך זאל אנקומען צו די מעין מעניו אז דו גיבסט מיר נישט דעם עריע קאוד און טעלעפאון נומער?

לאמיר זעהן אויב איך גיי לייקן אדער דיסלייקן...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 7:23 pm
דורך אויסערן מיניסטער
פיין!!!!!!
געלייקנט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 7:50 pm
דורך green
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:פיין!!!!!!
געלייקנט

אר תי

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 8:53 pm
דורך רייזענדער
יא יא זעמער שוין כמה פעמים געווען 'אונטער דרוק' ביי אט דעם 'דרוקעריי סיסטעם', די פינגער האבן מיר נאכדעם אזוי וויי געטוהן אזש ס'איז ממש אומעגליך געווען צו דריקן אן ארטיקל איבער דעם וואס טוט זיך אפ אויף דעם באס...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 9:38 pm
דורך derech eretz
'נאר 5 מאנסי טרעילס ארבייטער זענען אויף אייוועלט? וואו זענען די אנדערע?

----
לאדיך האסט גאאאר א פיינע פענע!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 9:42 pm
דורך גוגל
#לייק

דייעגרעס, גאר א געלונגענע ארטיקל פיין געלאכט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:24 pm
דורך א גראם מיט טעם
שוין, איך ווייס שוין וואס צו ווינטשען ביי דיין טויזענסטע( בקרוב אי"ה )

איין גרויסע שיינע גראמידיגע.........

















לייק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוטש, מיין פינגער טוט עכט וויי פונעם דריקען

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:59 pm
דורך מזויף מתוכו
זיס.. ישר כח

לאדיך שוין ארויס שרייבן נאכאיינס!

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 6:34 pm
דורך מאנ-יימער
מילא די לייק קנעפל, אבער די דיסלייק קנעפל קענסטו אראפנעמען, פעלט נישט אויס, ביזט זיסער פון זיס.

(צוואנציג תגובות מיט 42 לייקס)

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 7:11 pm
דורך ניק ניק
מיין לייק איז 28.68457% פאר די ארטיקל און 71.31554% פאר די איידיע פון די לייק קענפעל

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 7:49 pm
דורך לאדיךארויס
@הרב טייטלבוים, איר זענט גערעכט. "די באס הייבט אן ביים בעסמעדריש און גייט נישט אויף סקווער" (האב איך דיר געפרעגט וואו דו גייסט נישט..?).
יישר כח פאר דיין הערה, וטעות לעולם חוזק..

@ענדע צדיק :roll: :wink:
כא'מורא דארפסט נאך אביסל דרוקן..

@לכאורה, 845-510-5121

@אויסערן מיניסטער, חחח.. פארן לייקענען...

@גרין, יישר כח פארן ר"ת

@רייזענדער, דערפאר ביסטו אזוי שטיל לעצטנס? דארף מען טאקע 'שוין' איבערמאכן דעם סיסטעם זאלסט האבן כוח צו טייפן ווייטער...

@דרך ארץ, געדויערט א מינוט צו כאפן... דערפאר האב איך טאקע געשטעלט דעם דיסלייק... אדערוויילע האבן 5 ארבייטער געוויילט...

@גוגל, באמת א יישר כח. כ'האב הנאה אז האסט געלאכט.

@גראמי, לאמיך זען, טרעף שנעל א גוטס וואס גראמט מיט לייק. (דיין פינגער טוט נאך וויי?)

@מזויף מתוכו, געטראפן דעם רמז אין מיין ניק... יישר כח.

@מאן יימער, ביסט דאך אחראי, לאמיר זען, טו צו די זאך...

@ניק ניק, א דאנק. (מ'קען אבער נאר מאכן דעם לייק אנהויב פון אן אשכול, ווען נישט העט איך ווען געלייקט דיין תגובה...)