וויפיל מאל דארף איך דרוקן? נידער מיט די סיסטעם..!!!‎

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר געגליכן דעם ארטיקל?

לייק
63
88%
דיסלייק
9
13%
 
סך הכול שטימען: 72

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

וויפיל מאל דארף איך דרוקן? נידער מיט די סיסטעם..!!!‎

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:23 pm

העלא ענד וועלקאם טו קעי דזשעי עקספרעסס...

(אה, וויאזוי זאגט מען? ברוכים תהי'..)

פאר סקעדזשולס דרוקט איינס (פארוואס דען מיינסטו קאל איך..?) פאר באס רוט אינפארמאציע דרוקט צוויי. בלא בלא בלא...

1#
פאר - מאנסיברוקליןמאנהעטען - דרוקט איינס - פאר - קעי דזשעי עקספרעסס - דרוק צוויי (איך קען וויסן וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן? איך קאל דאך יעצט קעי דזשעי עקספרעסס, ניין?)

1#
אויב איר פארלאזט --- פון --- מאנסי --- דרוקט איינס --- מאנרא --- דרוקט צוויי --- ניו סקווער --- דרוקט דריי

1#
אויב איר גייט צו --- מאנרא --- דרוקט צוויי (קענסט מיר מסביר'ן פשט אין דעם קנעפל.. סידאך נאר פארהאן איין אפציע..)

2#
פאר א סקעדזדשול ביי טאג פון די וואך - דרוקט איינס - פאר די נעקסטע באס - דרוקט פונט
(וויפל קנעפלעך האב איך שוין געדרוקט)

1#
פאר זונטאג - דרוקט איינס - מאנטאג - צוויי - דינסטאג - דריי.. בלא בלא בלא...

4#
פאר צופרי באסעס (האלא! דו ווילסט מיר זאגן דעם סקעדשול אבער יא..?) דרוקט איינס - פאר נאכמיטאג באסעס - דרוקט צוויי - פאר אוונט באסעס דרוק נומ. דריי
(האב איך שוין געדרוקט 111214... וואסי נעקסט? אה צופרי באסעס איז וועכע נאמבער?)

1#
אויף (א גרינע..) מיטוואך --- יולי דעם אכנצטער (למספרם) --- א באס פארלאזט --- מאנסי --- אום --- אכט פינף און פערציג עי עם --- קומט אן --- צו --- מאנרא --- ניין פינף און צוואנציג עי עם. פאר די נעקסטע באס דרוק פונט - פאר די פריערדיגע באס דרוקט שטערן

#
צען פינף און פערציג עי עם --- קומט אן --- צו --- מאנרא --- עלעוו פינף און צוואנציג עי עם. פאר די נעקסטע באס דרוקט... בלא בלא בלא... און האקט אייך קאפ אין וואנט...

איז נישט קיין וואונדער אז נאכן שטיין צען מינוט מיטן טרייבל ביים אויער און דרוקן קנעפלעך, האב איך געשפעטיגט דעם באס...

(האט איר געגליכן דעם ארטיקל? געב א לייק...)
לעצט פאראכטן דורך לאדיךארויס אום מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:31 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:30 pm

גוט גראדע אויב דארף איך אמאל רופן דעם נומער...איך וועל וויסן ווי צו דריקן אהן דארפן ווארטן לויט דיינע דעטאלירטע אינסטרוקציעס

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:31 pm

נישט מיר נישט דיר, האסטו מיט געוואלד געמאכט דעם לייק קנעפל, ארויס מיט די רעוואלציאנערן ....

#לייק
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:35 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:נישט מיר נישט דיר, האסטו מיט געוואלד געמאכט דעם לייק קנעפל, ארויס מיט די רעוואלציאנערן ....

#לייק

לאדיך, לייק, די שרייבסט וואס יעדער טראכט בשעת רופן

@עקבי, די איידיע האט שוין איינער אויסגעטראפןhttp://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=25009
לעצט פאראכטן דורך נישט אום מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:36 pm

האסט געשפעטיגט? זייער גוט! דאס האבן זיי דיר געוואלט "אויסלערנען"… אז זאלסט נישט קאלן ווען ס'איז שוין שפעט… נעקסטיים קאל פרי. (און צו וויסן ווען ס'איז שפעט אדער פרי ---- קאל אריין אין סיסטעם…).

בכלל איז דא א שטארקע ערוועקונג צווישן די באס קאמפאניעס און דרייווערס אויסצולערנען דעם עולם נישט צו זיין קיין פעניאקעס.
זאל ער וויסן! ער'עט שפעטיגן אין אפיס, דערלייגן דעם טאג, עט ער זיך אויסלערנען!

איי ווען דו קומסט שפעט (אפט) און ער דערלייגט טייערע צייט דורך דיר - וואס לערנסטו זיך אויס דעמאלטס? אה, דעמאלט ביסטעך נישט שולדיג ווייל… [ס'איז געווען קאלט און מ'האט געדארפט ווארעמען דעם באס, מ'האט געדארפט אוועק שארן די שניי, מ'האט געדארפט געבן א שטיקל בוסט פאר די בעטערי, מ'האט …] אבער נישט ווייל איך האב געפעניענט ח"ו.

אהא. און וואס האב איך געטון נעכטן ווען איך בין געקומען שפעט? איך האב געדארפט ווארעמען מיין קאר, פיצן די שניי פון מיין דרייוועי און בוסטן מיין קאר?

שוין, לאמיר נישט טוישן די נושא, און לאמיר די נייע נושא אויך ענדערש לאזן פאר לאדיךארויס - ער קען בעסער...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:37 pm

זיס אראפגעלייגט! כ'האב עכט געלייק.. כ'מיין, געלאכט...

ס'טו געהערט אזאנס? נאכן דרוקן אזויפיל קענעפלעך, דארף איך נאך דרוקן א לייק קנעפל אויך..?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:42 pm

לייק פאר די לייק סיסטעם!

אייזן אראפגעלייגט די טעלעפאן סיסטעמען פון די אלע קאמפאניס... איינע פון די צילן איז טאקע מאכן אויסזען א מעכטיג ריייייייזיגע קאמפאני מיט א געוואלד מיט אויסוואלן..

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:44 pm

#לייק

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 4:50 pm

@שלום, גלייב מיר כ'האב גארנישט איבערגעטריבן. קענסט עס טאקע נוצן. זע נאר צו געבן נאך א לייק ווען די אינפארמאציע קומט דיר צוניץ...

@עקבי, יא צי ניין? לייק אדער דיסלייק?

@נישט, יישר כח פאר די איידיע

@זאלער, איך זע שוין... דו ביסט פון אינעוויניג פונעם סיסטעם.. ס'טע געהערט אזוינס? מיר גייסטו אויסלערנען? זאג איבער נאכאמאל וועם? מיר דער פונקטליכער צאמגענומענער (הא..?) גייסטו אויסלערנען נישט צו שפעטיגען, הא?

@ידיד, אפילו מיט א לייק קנעפל האמיר נאכנישט פארלוירן דיינע זיסע תגובות מיטן אויסגעקילטן גלאז טיי ביים מויל...

@ווינקל, וויין מיט מיט מיר... פארוואס אין דער וועלט קען ער נישט זאגן די גאנצע סקעדזשול בנשימה אחת א_ווי דער מאנרא וומ"ס באס? אפשר העט ער דא ליינען און זען אז דער עולם האט טענות? אולי ירחם...

@פעפערקארן, ;l;p-
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 5:10 pm

שוין האמיר געלייקט

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 6:16 pm

פיין פיין לאדיך! וויפל דארף איך דיר דרוקען זאלסט אמאל שרייבן אן ארטיקל?! האסט דאך א פעדער פון גאלד
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 7:09 pm

איר האט אויסגעלאזט די באס סטארטס קאנטיונט עט וקאטיניונט נאכאלטס
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 7:10 pm

אלעס האסטו געשריבן, אויסער די ערשטע צען נומערן. וויאזוי ווילסטו איך זאל אנקומען צו די מעין מעניו אז דו גיבסט מיר נישט דעם עריע קאוד און טעלעפאון נומער?

לאמיר זעהן אויב איך גיי לייקן אדער דיסלייקן...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 7:23 pm

פיין!!!!!!
געלייקנט
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 7:50 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:פיין!!!!!!
געלייקנט

אר תי

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 8:53 pm

יא יא זעמער שוין כמה פעמים געווען 'אונטער דרוק' ביי אט דעם 'דרוקעריי סיסטעם', די פינגער האבן מיר נאכדעם אזוי וויי געטוהן אזש ס'איז ממש אומעגליך געווען צו דריקן אן ארטיקל איבער דעם וואס טוט זיך אפ אויף דעם באס...

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 9:38 pm

'נאר 5 מאנסי טרעילס ארבייטער זענען אויף אייוועלט? וואו זענען די אנדערע?

----
לאדיך האסט גאאאר א פיינע פענע!

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 9:42 pm

#לייק

דייעגרעס, גאר א געלונגענע ארטיקל פיין געלאכט

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3824
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 10:24 pm

שוין, איך ווייס שוין וואס צו ווינטשען ביי דיין טויזענסטע( בקרוב אי"ה )

איין גרויסע שיינע גראמידיגע.........

















לייק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוטש, מיין פינגער טוט עכט וויי פונעם דריקען
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

תגובהדורך מזויף מתוכו » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 11:59 pm

זיס.. ישר כח

לאדיך שוין ארויס שרייבן נאכאיינס!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 6:34 pm

מילא די לייק קנעפל, אבער די דיסלייק קנעפל קענסטו אראפנעמען, פעלט נישט אויס, ביזט זיסער פון זיס.

(צוואנציג תגובות מיט 42 לייקס)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 7:11 pm

מיין לייק איז 28.68457% פאר די ארטיקל און 71.31554% פאר די איידיע פון די לייק קענפעל
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 7:49 pm

@הרב טייטלבוים, איר זענט גערעכט. "די באס הייבט אן ביים בעסמעדריש און גייט נישט אויף סקווער" (האב איך דיר געפרעגט וואו דו גייסט נישט..?).
יישר כח פאר דיין הערה, וטעות לעולם חוזק..

@ענדע צדיק :roll: :wink:
כא'מורא דארפסט נאך אביסל דרוקן..

@לכאורה, 845-510-5121

@אויסערן מיניסטער, חחח.. פארן לייקענען...

@גרין, יישר כח פארן ר"ת

@רייזענדער, דערפאר ביסטו אזוי שטיל לעצטנס? דארף מען טאקע 'שוין' איבערמאכן דעם סיסטעם זאלסט האבן כוח צו טייפן ווייטער...

@דרך ארץ, געדויערט א מינוט צו כאפן... דערפאר האב איך טאקע געשטעלט דעם דיסלייק... אדערוויילע האבן 5 ארבייטער געוויילט...

@גוגל, באמת א יישר כח. כ'האב הנאה אז האסט געלאכט.

@גראמי, לאמיך זען, טרעף שנעל א גוטס וואס גראמט מיט לייק. (דיין פינגער טוט נאך וויי?)

@מזויף מתוכו, געטראפן דעם רמז אין מיין ניק... יישר כח.

@מאן יימער, ביסט דאך אחראי, לאמיר זען, טו צו די זאך...

@ניק ניק, א דאנק. (מ'קען אבער נאר מאכן דעם לייק אנהויב פון אן אשכול, ווען נישט העט איך ווען געלייקט דיין תגובה...)
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט