פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 6:01 pm
פריער נישט אדורך עטעטשמענט פון דברי שלום וועגן אונאה ביי מלבושים. דא איז עס
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
סמארט גאי האט געשריבן:שטעלצעך נאר א פראגע,
צו דער טענענט וואס דינגט פאר די פרייזן אסורים איז נישט עובר אויף ולפני עור....
אדער זענען זיי גארנישט אזוי בלינד....
אבער דעמאלטס זענען זיי שותפים לדבר עבירה, ... פון די אנדערע זייט איז עס שוין שנים שעשו....
שוין סאיז צו קאמפליצירט! עמער עס איבערלאזן פאר די תלמידי חכמים
במקום שאין איש... האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:
לגבי די חברה קדישא האב איך דיר שוין געשריבן אז עס קען זיין אז די שאלה איז געווען צו זיי זענען מחוייב צוריקצוגעבן דאס געלט, אלס אונאה.
אזוי איז מסתבר און מוכרח, ווייל די תשובה איז נישט געשריבן געווארן פאר די לויה פון יענעם נפטר. ועוד עיין שם אז ער האט קודם דאס געענטפערט בעל פה און שפעטער האט ער דאס אפגעשריבן. סא אוודאי קומט אריין אונאה אויב מרעכנט פון א מענטש אסאך מער פאר א טהרה/לויה ווי פאר די גאנצע שטאט.
.
לייענט איבער די תשובה אין אגרות משה (מ'קען עס דאונלאדען אין א פריערדיגע תגובה): ער שרייבט קלאר אז מען רעדט דארט פון א חברה קדישא וואס האט געהאט א "אפיציעלע פאליסי" אז "יעדער" וואס איז "נישט קיין מעמבער" דארף באצאלן טייער געלט פאר די טהרה... (כנהוג בימינו לגבי "חלקות" אין די בתי חיים פון געוויסע קהילות...). שטייט נישט קיין ווארט וועגן "אויספאָפּן..." – לערנט גוט אדורך הלכות 'אונאה' – איך פארשטיי נישט פארוואס אן אפיציעלע באקאנטע פאליסי פון די חברה קדישא זאל הייסן 'אויסגעפאפט' אדער "גערעכנט פאר איין מענטש מער ווי פאר די גאנצע שטאט". – "די גאנצע שטאט ווייסט": ביזטו א מעמבער צאלסטו ביליגער, ביזטו נישט קיין מעמבער צאלסטו טייערער... און יעדער מאכט זיין אייגענע באשלוס צי ער וויל זיין א מעמבער (וואס קומט געווענליך מיט התחייבות'ן) און באקומען ביליגער, אדער נישט זיין קיין מעמעבער, און צאלן טייערער.
נאר דא רעדט מען פון הפקעת שערים, וואס רבי משה זצ"ל דערמאנט דאס אלץ טייל פון די מערערע סניפים וואס ער גיבט אן פארוואס די חברה קדישא טוט אן עוולה "בעצם" (נישט מכח די דינים פון "פאָפּן"...), מיט בעטן אזעלכע טייערע פרייזן.
אויב איר ווילט נאך אלץ אריינלערנען אייערע דוחק'דיגע פשטים אין דעם תשובה פונעם אגרות משה כאטש עס שטייט בכלל נישט אזוי, ביטע רופט צוערשט אן ראביי טענדלער'ן, ער געדענקט נאך מן הסתם פונקטליך די מעשה.
במקום שאין איש... האט געשריבן:ס'געווען א חשוב'ער איד, א תלמיד חכם גדול ומחבר כמה ספרים, דא אין וויליאמסבורג, הרה"ג רבי מרדכי וויליגער ז"ל (נפטר תשנ"ה). ער זאגט אין זיין ספר "תפילת מרדכי" אז די טענענט'ס-עשירים וואס צאלן די הויכע רענט פרייזן האבן אויך א אחריות אין דעם "הפקעת שערים" (בייגעלייגט עטעטשמענט), ער ברענגט זייער א שיינע ראיה דערצו.
עס איז בכלל אינטערעסאנט צו זען וויאזוי ער רעדט פון דעם ענין, און "למען ההיסטארישע פונקטליכקייט" – מען זעט דארט ווי ער שרייבט אז דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן בשנות תשכ"ח-תש"ל. - "אוי וויי" וואו מיר האלטן שוין יעצט, בשנת תשע"ה...
אגב, איך האב נישט געקענט דעם תלמיד חכם. ווי מען זעט אין זיין ערשטן ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן פארן קריג אין מונקאטש, האט ער גאר שטארקע הסכמות, ווי צום ביישפיל: פונעם מנחת אלעזר זצ"ל, דער טשעבינער רב זצ"ל, רבי ברוך בער זצ"ל – דא אין אמעריקע איז ער געווען א ר"מ בישיבת תורה ודעת – אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער אים וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן.