בלאט 1 פון 1

נאכווייען וועלכע שטעלן אין שאטן דער עצם ספעקטאקל

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 4:20 pm
דורך שלום אויש
דער לעבן פון א מענטש איז א וועלט פאר זיך און גאנצע ביכער קענען ווערן אנגעפילט מיט יעדעמ'ס פערזענליכע איבערלעבענישן מיט וואס מען טוט זיך ספראווענען' אויף יעדעם גייען פארביי קאמישע געשיכטעלעך טשיקאווע אינצידענטן און מאדנע פאסירונגען

יעדער איז אויסגעשטעלט צו רויט ווערן ברבים און עס איז כמעט אוממעגליך עס צו פארמיידן קענענדיג ערשיינען און אלע סארט פארעמעס און קאלירן

געשעהט אבער אמאל אז עס פאסירט א געשיכטעלע און פארו מענטש איז עס נאר "נאך א סצענע" און טאג טעגליכן לעבן אבער גאר געשולטע נודניקעס זענען מעלה גרה דעם געשעעניש און פאראייביגן איהר מיטן אופן וואס עס גייט אריין און קאפ מער פון די נאכווייען פונעם פאסירונג ווי דער עצם פאסירונג אליין, זיי רעדן דערפון און גרעבצן עס ארויס ווי גאז נאך סעלצער אזש ווען מען טרעפט זיי אהן וויל מען גיין דער אנדערע זייט און ווען זיי זענען אין היכל התורה לויפט מען אין ווייבער שול

און פון אזא געשיכטע וויל איך רעדן


מיט יארן צוריק און מיינע גוטע צייטן לערנענדיג אין א געוויסע הייליגע ישיבה איז אויסגעקומען אמאל אז מען האט געהאט א תקופה וואס מען איז אפט געפארן פון איין ארט צום צווייטן רייזנדיג מיט צענדליגע געלע באסעס וואס האבן טראנספארטירט די הינדערטער נפשות הבחורי חמד

די וועג איז געווען א טראגעדיע פאר זיך ווי די מנהג ביי בחורים אז מען פארשליסט די אפעטיט פון יעדן באס דרייווער צו ווילן זיין א דרייווער

איז געווען איינמאל ווען די גאנצע שיירה פון באסעס האבן זיך געשלענגלט איבער די גאסן און אינמיטן די רייזע האב איך באשלאסן אז איך וועל אראפגיין אינמיטן די רייזע בכדי צו ערלעדיגן א געוויסע פראיעקט, איך האב זיך צוגעשארט צום פארנט און איידל פארלאנגט פאר א סטאפ אויף א געוויסע ווינקל אין שטאט דער דרייווער האט געשאקלט מיטן קאפ און ביים ספעציפישן ארט האט ער אפגעשטעלט דעם באס עפענענדיג דער טיר מיר אראפלאזנדיג צום גאס, ער האט מיט זיין אפשטעל צוגעברענגט אז נאך צוויי צי דריי באסעס זאלן אויך מאכן א סטאפ און רוהיג ציווארטן אז מיין באס זאל צוריק אנהויבן פארן

איך נעם מיין זעקל אביעקטן אריינגערעכנט פרוכט און מזונות וואס מיין מאמע האט מיר מיטגעשיקט אין ישיבה און נאך חפצים ווי קליינגעלט וואס איך האב דאן פארמאגט בשפע פון עפעס א שנאר קאמפיין וואס עטליכע אזויגערופענע גבאים האבן ארויפגעצווינגען אויף אלע בחורים (גיין נאך געלט אין די ישיבה יארן איז א באזינדערע אפטיילונג פון ביכער מיט שווערע סעיפים און גאנצע פראקציעס...גוטע צייטן פון וואס מען קען אסאך רעדן ועוד חזון למועד) איך שפאן אראפ די דריי טרעפלעך פון באס ווען עטליכע הינדערט אויגן אבזערווירן יעדע ריר וואס איך מאך איך מורמל פארטרויטלט א שטילער שקויעך פארן דרייווער וואס איז שוין דאן פארנימען צוריקשלעפן דעם טיר

יעצט די הויעכפונקט פון מיין באס אפטרעטונג איז געווען א חשבון פון א קליין טענצל וואס איך דארף מאכן צום סיידוואלק פון די לעצטע סטעפ ביים באס

האט פאסירט אז א גליטש וואס קען צו יעדעם פארקומען האט אויפגעוויזן מיינע שוואכע קענטעניסן אין רעכענען און יעפס איהר קענט לכאורה פאנטאזירן וואס דא האט מיטאמאל פאסירט..... אאאאווווווייייייטטטטטשש!!! ט-ר-א-כ-ס איך האב געכאפט אזא קאטאסטראפאלער ציזאמלייג אראפ צום ערד...און בפישוט ידים ורגלים באלאדנט מיין גאנצע קערפער מיט מאראסטישע איבל ווען איך שמעק די קאלט צעמענטענע סיידוואולק וואס האט לכאורה געכאפט א גוטן זעץ פון מיין אומפאל


איך האב נאך בכלל נישט געכאפט וואס דא האט פאסירט, שטערנס זענען מיר געטאנצן פארנט פון מיינע מחשבות און געפיבערט ווי מינעס וואס רייסן אויף
מיין גלעזער היט קאפל און איין שיך זענען זיך צעפלויגן און אלע ריכטונגען

מיין שטאפן היט האט געראולט ביז א וואסער מיינע פרוכט האבן אנטייל גענימען אינעם דערהויבענעם נסיעה און איך האב פארגלייזטערהייט באטראכט ווי די ענדלאזע ים פון קליין געלט ברענגען א גלאנציגער טענצל אויפן גאנצן שאסיי


און דאס אלעס האט פאסירט פארנט פון עטליכע איבערגעפילטע באסעס מיט טויזענטער אויגן וועלכע גלאצן צום פענסטער אזש געבנדיג א קוק צוריק האב איך געזעהן פילצאליגע הינדערטער נעזער זיך שאקלען מיט פרייד ארויף און אראפ און טייל האבן ממש געהיסט מיט א טרערן איבערפלוס רינענדיג פון די בעקעלעך

איך האב זיי פארשטאנען און מיך אליין פארגעשטעלט וויאזוי איך וואלט פונקט אזוי מיטגעלאכט אין מיין מח האב איך פאנטאזירט וואספארא ליסטיגע סצענע זיי האבן אקארשט מיטגעהאלטן נעמליך א פעשליכן קעסטל כאפט א גליטש
איך האב אויפגעהערט שמייכלען זיך כאפנדיג אז איך בין געווען די מעין עקטער דא


איך האב אפגעווישט מיינע ציריבענע הענט און פארגעסן פון דעם געשיכטע וואס האט ביי מיר נישט צופיל פלאץ פארנימען

איך האב ערלעדיגט וואס איך האב געדארפט און ערשינען אין ישיבה מיט א פרישקייט


קימט צו צי מיר א נידריג באזירטע נשמה מיט א הויפן דענדראפס תושבים אויבן ביים גאנצן שטח פון רוקן

נו וויאזוי האט עס געפילט...? פרעגט ער... פרוביר עס אויס קימט מיין שארפע ענטפער... איך שאקל זיך אפ פון אים והנה א פרישן קעיס א הויעכער מיטלקלאס עלעמענט מיט א זויערשטאף ביים רעדן... נו קעקעצט ער הייזעריג... געזאגט ראה עני ועמלי?... חחח יא איך זאג עס נאכאמאל שטיל מיינענעדיג אים..., פיין, הצלחה זאגט ער

דער דריטער איז געווען שוין א מער "לץ" סטייל א דערהויבענער מגיד שיעור מיט פימפלען דינענדיג אלס נמשל פון די קראצמעך לייטס נו פרעגט ער האסט אלע ביינער? איך האב אים געוואלט געבן א זאג טראגט אפ פון מיר אבער משום כבוד רבו האב איך מיטגעלאכט מיט זיין נארישן וויץ וועלכעס ווייסן בארד האט געהאנגען דערפון כאכא יא ברוך השם אלע ביינער יא אלעס איז גאנץ


איך ווייס נישט פארוואס פונקט דאן זענען מיינע געשוואוירענע פיינט געווארן פריינט בעלי רחמנות מיט א געפיהל צו מיר

אבער אגאנצן ביך קען איך ארויסגעבן פון שליימיגע וויצן און נארישע סטעיטמענטס וואס יעדער האט מיר געשאנקען מיט אהן א מאס גוטסקייט

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן דער געשיכטע ווי מען האט גענימען א נארישע מאמענט פון שלימזלות און גענימען פאר א מיסיע צו מיר מאכן שווער אטעמען


נעקסט טיים זעהסט איינעם און אזא אדער ענליכע סיטואציע פאר זיין טובה זעה נישט הער נישט און קאמענטיר נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 4:33 pm
דורך להודיע
צו לאכן און צו וויינען... די אויסדריקן, די שפראך, שלא מעלמא הדין..

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 4:40 pm
דורך AHA
שלום, איך פארשטיי דיך סיז נישט פשוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 4:58 pm
דורך מילכיגער
א מין שפראך דאס...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 5:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
א רייכע פעדער!!

וויטוגליכע געשיכטע, זעמער אלע שוין דארט געווען, באהיטן זאל מען ווערן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 5:31 pm
דורך א גראם מיט טעם
שלום'ל, דיין שריפט איז אימפעקאבעל
ווי דו לייגסט אראפ די נאכווייען פונעם ספעקטאקל
ממש ס'קען דאכטען אז מיר זענען אויך דארט
עכ"פ צו העלפען מיט א העפליך ווארט

שרייב נאך אונז נישט אנטוישען
די אדווענטשערס פון שלום אויש'ן
אין עולם הכתיבה מאכען א קאמאושען
און איינוועגס פארדינען א תגובה פראמאושען.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 5:45 pm
דורך והנה און נון
להודיע האט געשריבן:צו לאכן און צו וויינען... די אויסדריקן, די שפראך, שלא מעלמא הדין..

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 7:39 pm
דורך לאדיךארויס
אויך שוין געהאט אזא געשיכטע אמאל כאטש נישט ווי דו לייגסט עס אראפ.

איין חילוק נאר, איך בין שוין דאן געווען א טאטע (און פאר א טאטע זיך צו אויסגליטשן אין פובליק איז זייער נישט קיין באטעמטע זאך).

דער אמת איז, שלום, אז דו ביסט שולדיג אין דעם וואס כ'א געלאכט פון דיר, נישט דעמאלטס נאר יעצט... וויאזוי דו לייגסט אראפ דע וועג וואזוי דער שווערע באקס האט געלאנדעט.. און די פירות...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 8:21 pm
דורך derech eretz
סארא שפראך דער האט.. ביי די קראצמעך לייטס האב איך אויסגעפלאצט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 8:25 pm
דורך פאליש'ל
חאחאחא! !
סארא געשרייביכטס!!
אוי האסטו געלייגט א שמייכל אויף מיין לעפצן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 8:28 pm
דורך ענדע צדיק!
מילכיגער האט געשריבן:א מין שפראך דאס...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 9:36 pm
דורך גערעכטער
פאליש'ל האט געשריבן:חאחאחא! !
סארא געשרייביכטס!!
אוי האסטו געלייגט א שמייכל אויף מיין לעפצן.


שלום אויש האט געשריבן:"נעמליך א פעשליכן קעסטל כאפט א גליטש!"

איך לאך נאך...!...!...!...!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:33 pm
דורך צווייפעל
שלום, העלעך דיר קוואטן דיינע ווערטער, בשם די אלע וואס ליינען די ארטיקלעך.....

שלום אויש האט געשריבן:טויזענטער אויגן וועלכע גלאצן צום פענסטער אזש געבנדיג א קוק צוריק האב איך געזעהן פילצאליגע הינדערטער נעזער זיך שאקלען מיט פרייד ארויף און אראפ און טייל האבן ממש געהיסט מיט א טרערן איבערפלוס רינענדיג פון די בעקעלעך


גיי אן, האסט מחי׳ געווען אפאר אידן נאך א אויסגעמאטערטע טאג ארבייט..

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:39 pm
דורך ווישוואש
האהאהאהאהאהא, דער מגיד שיעור מיט די פימפלס.. כ'מיין יעדע ישיבה האט עט ליעסט איינס.. (כ'האב עס כמעט נישט געליינט מיינענדיג אז ס'איז נאך אן אשכול וועגן #פערגוסאן)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:43 pm
דורך סמארט גאי
שלום, איך ווייס נישט צו די זאגסט דעם אמת אז די הונדערטער נעזער האבן געלאכט פון דיר, אבער איך האמעך זעכער געקאטשעט פאר געלעכטער....

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 10:52 pm
דורך fiena nieas
שליימיגע וויצן :lol: :lol:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 4:14 am
דורך הרבטייטעלבוים
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זעמער אלע שוין דארט געווען

יא מסכים, אבער עס אזוי צו באשרייבען....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 11:25 am
דורך ידיד
האסט א זיסן שריפט שלומ'ל. פיין געשילדערט.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 12:20 am
דורך לכאורה
אן קיין בילדער גלייבט מען נישט... כ'מיין... פארגינסט מיר נישט דעם ספעקטאקל?

ווי מיינע פארגייער האבן שוין מעיד געווען: זייער א שמייכלדיגע ארטיקל מיט א זאפטיגע שפראך