נארפאקטן האט געשריבן:[*] מען זאל נישט בויען אדער געבן פערמיטס צו בויען ראדס וואס האט נישט גענוג פארקינג פון ביידע זייטן "און" פלאץ דורך צו פארן.
[*] מען זאל געבן (קליינע) שטראפן פאר דער וואס שפאצירט אויפן ראוד אומ-אחריות-דיג
[*] מען זאל אויפהערן מיט די קינדער שפילערייען אויף די ראודס ס'איז א סכנה און סלערנט אויס די קינדער אז א "קאר דארף סטאפן פאר דיר און נישט די פאר די קאר" וואס אזא מהלך המחשבה איז סכנות נפשות. אין די סיטי גייט דאס נישט פאר
[*] כשאני לעצמי וואלט איך מבטל געווען די סטאפ סיינס פון די באסעס, ווידערמאל, דאס לערנט אויס די קינדער אז גיין צווישן קארן אדער אויפן ראוד איז גארנישט (איך ווייס אז איך עפען אויף דא א שאכטל פון ווערים), די סטאפ סיינס אויף די באסעס זענען גורם פיל שיעור-נישט עקסידענטן וויבאלד די קינדער לויפן צום באס אפילו נאכדעם וואס די באס הייבט שוין אן פארן, ס'איז א מציאות. ווען איך בין אויפגעוואקסן אין די סיטי האבן די קינדער געדארפט ווארטן אויף די זייט פון די באס טיר, ס'איז נישט געווען אזא זאך אז א קינד קען לויפן אויפן ראוד.
נרצה: ווער עס טוט די אלע זאכן, קען אנהויבן רעדן פון שטראפן פאר "שלעכט פארקינג"
אייער פריינט וואס פארקט קיינמאל אויף די פארקערטער זייט
זייט מיר מוחל איך מיין נישט אייך נאר די אלע וואס זאגען די זעלבע למשל
מען זאל געבן (קליינע) שטראפן פאר דער וואס שפאצירט אויפן ראוד אומ-אחריות-דיג
לויט אייער ווערטער זענט איר א דרווער אין נישט קיין וואקער ווען שפאצירט מען אויפן ראוד ? אויב נישט ווען עס גייט א שלאקס רעגען אדער עס איז ביטערלעך קאלט אין מען וויל קראסען אין קיינער פאלט נישט ביי צי אים לאזען
קאר דארף סטאפן פאר דיר און נישט די פאר די קאר? איך ווייס נישט צי איר ווייסט אז די געזעצט זאגט אז ביי א סטאפ סיינן אדער א לייט דארף מען לאזען די וואקער גיין כאשיק ווען עס איז קאלט אדער עס רעגענט
כשאני לעצמי וואלט איך מבטל געווען די סטאפ סיינס פון די באסעס, דאס איז אויב מען ווייל פארן וואו א חיה
איז איר יאקאט זיך טראכט א מינוט פון אייער ברידער וואס יאקאט זיך אין ער וואקט
נרצה: ווער עס פאגלט נישט די געזעצט זאל בייקמען א טיקעט
נ"ב איך מיין חלילה נישט קיינעם איך רעדט פין ווייטאג בשם אלע וואקעס