בלאט 1 פון 1

קראצמיך פאונגעס!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 9:11 am
דורך אסותא
זוץ איך מיר אטקעגן מיין חברותא, אינצווישן ליגט צוויי גרויסע שלחן ערוך'ס,די פסק שוין אפגעווישט פון מיין באקן, און מיר שאקלען זיך שוין ביידע אויפן זעלבן ריטעם.

...זאגט די רמ''א, יש חולקין. אז וואס? נאכאמאל די מחבר האט געזאגט, אז...אז...נו, איך טו אויס דאס גלעזער, און איך נעם אפיר דעם בערדל. אז וואס? די מחבר האט אויבן געזאגט, אז... אז... מיין חברותא פארטיפט זיך, איך פארקנייטשט דעם שטערן, טו אויס דעם גשמיות'דיגער שיך, און איך הויב אן קראצן. אאאזוי. אאאא. טיפער. טיפער.

מיי חברותא הויבט שוין אן פארשטיין. פארשטיין וואס? איך דעגרינטעווע מיר טיפער. שטערקער. ווארעמער. הייסער. אאאאאזוי. עס בריט, ציט, און מאנט. איך קראץ, קראץ, מיט פארמאכטע פויסטן, פארמאכטע אויגן, ליפן, און קראאאץ. שטיקער. גאנצעטע שטיקער. אאאא. אוי איז דאס גוט! מיין פיצקע פינגערס טינקען, און טוליען זיך אינעם היץ. אה, סארא היץ. סארא ברען. א ווארעמקייט צושפרייט זיך ווי א פארע אין מייין קערפער. אאאא... אהההה...אהין. צוריק. שטערקער. רייב. אהין. אאאזוי. יעצט צוריק. אאההה...

אאאא... אההה....יש לו רגל, רוצה רגליים. איך ווארף ארויף ביידע בריענדע פיס אויפן אייזן פונעם טיש. אההה... ביידע צוזאמען. איך רייס. רייב. מיטן גאנצען אייפער. געטריבן פון תאוה. אאאא... אאאהה... אלץ אין מיר צופלאקערט זיך העליש. מיין פיס ברענט, און גליט. און איך קראץ, און רייב, מיטן גאנצען קערפער. איך זע שוין נישט. איך הער שוין נישט. נאר פייער. א בריענדע רויטע פיער.

אההה... אאאא... מיין הענט כאפן נאך אלס אן דעם גשמיות'דיגע טיש. מיין אויגן פארלוירן ערגעצוואו אינעם רויטן חלל. און הייסע טראפן שווייס דרייען זיך הפקר אויף מיין אנגעשטרענגטע געזיכט. יעצט ווייס איך נאר פון פיס. אה, סארא פיס. סארא היץ. ברוך שעשה לי פאונגעס במקום הזה. אאאא... אאהה...שטערקער. נאך שטערקער. טיפער. גרונטליכער. מיט כח. אהין. צוריק. גיי טיפער. הייסער. רייב. רייס. אהין. אאאאזוי. יעצט צוריק. אאאההה... ס'בריט. ס''גליט. ס'ציט. אאאאא... דאס וועלט ארום מיר ציט זיך איין, שטייפער, אלץ באקומט אזא רויטן קאליר. און ברענט ווי פייער.

וואס?! א קאלטע זאך אויף מיין אקסל. ס'איז א האנט. מיין חברותא. צוויי אויגן קוקן אויף מיר.

אה, יא. ווי האמיר געהאלטן? אה, די רמ''א. אז וואס? יא, יש חולקין. א רגע! ווי מיין שיך?!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 9:50 am
דורך נישט
מאמע שיק מיר שיך!!!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:02 am
דורך הרבטייטעלבוים
צים געזינט!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:15 am
דורך ניגון עתיק
האאאאפ-טששו!

כ'האב דיר דאך געבעטן זאלסט נישט דעררציילן נאר די האלבע מעשה, און מאכן דאס גענאר פון זיך.

...און וואס איז געווען לעצטע וואך ווען דו האסט עס געטון מיט אייס-קיובס זיך צו בארואיגן די קראצעניש, און נאכדעם צוריקגעלייגט אין פריזער? הע?
אקעי, אקעי, כ'האב גארנישט געזאגט...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:18 am
דורך לכאורה
נעמען אזא מאנדעין זאך ווי קראצן די פיס און מאכן דערפון אזא געשמאקע ארטיקל וואס צוגייט אין די גלידער... דאס קען נאר איין אסותא'לע.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:25 am
דורך בערקא
בררררר... ס׳קאלט.....

זאג מיר ווען די טוהסט צוריק אן די שיך, ס׳איז קאלט צו שטיין אינדרויסן מיט א חאלאטל....

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 11:56 am
דורך אפטימיסט
יש לו רגל רוצה רגליים.... האהאהא איך האב עס שוין געהערט פון כמה מענשטן נאכזאגן אומריכטיג. שקויעך פארן אויפקלערן

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 12:38 pm
דורך בנימין הלוי
ברוך שעשה לי פאונגעס במקום הזה :lol: ;l;p-

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 1:24 pm
דורך שלעפשיץ
די פיס געשיכטע באדערט מיר נישט אזוי

אבער הנאה ווי דו לערנסט האב איך שוין יא שטארק הנאה
קיפ אפ

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 1:56 pm
דורך סביב העולם
בנימין הלוי האט געשריבן:ברוך שעשה לי פאונגעס במקום הזה :lol: ;l;p-

פלצתי

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 3:28 pm
דורך פיטום
אוי איז דאס גוט!!! אסותא 10 פוינטס.

ביי דע וועי: כאב געטראפן הייסע שיך אין פאליש, אפשר איז עס דיינס?
דארפסט זיך נישט שעמען עס צוקומען אויפפיקן

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 7:26 pm
דורך געלעגער
בררררר... א מין באשרייבאכטס דאס

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 9:00 pm
דורך רייזענדער
די סמאוק-דיטעקטאר איז שוין באלד הייזעריג פון שרייען אזוי לאנג...

נארוואס געטוישט דעם בעטערי פונעם סמאוק-דיטעקטאר כנהוג בכל תפוצות ווען מען רוקט דעם זייגער, קומט דער אסותא און שטעקט אריין א פיס דא ביי מיר אין אפיס, און ס'איבריגע וועלעך ממשיך זיין ווען כ'וועל קענען אראפנעמען די צוויי פארשלאסענע פינגער פון מיין נאז... סטאאפ סטאאפ... כ'האלטעס שונישט אויס...

אין איין ווארט: פון 'קראצמיך' געמאכט א רג"ל בפני עצמו!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 9:35 pm
דורך AHA
אאאסססוווותתתתאאאא!!!!
דעטס גוד!!!!! גוד???? נאו, פענטעסטיק!!!!!! טענק יו!!!