מיטוואך אוגוסט 08, 2007 8:10 am
צוליב די פלייץ פון אזאלכע ערליי אינפארמאציע וועלכע צעטיילט מענטשן לויט זייער כאראקטארן האב איך קיינמאל נישט געלייגט קיין געוויכט דערויף, אבער דער לענגערע אפהאנדלונג אין די צייטשריפט, און נאך אין "אידיש", איז מיר ספעציעל געפאלן.
זיי פאררופן זיך אויף א שטודיע וואס רופט זיך "טאלאנט סמארט", אבער איך האב נישט געפונען קיין רמז קל דערפון אויף
גוגל. ווער עס קען מיר העלפן נאכגיין די מקור צו דעם ארטיקל וואלט איך אים דאנקבאר געווען.
אודה על האמת, אז איך האב זיך דירעקט געפונען אין איינע פון די פערצן כאראקטארן. אבער דאך קען איך נישט משיג זיין דעם מהלך. ווארום די פערצן זענען דירעקט נישט קיין סתירה איינס צום צווייטן, איז נישט שייך במציאות אז איינער זאל אריינפאסן אין עטליכע צוזאמען?
ווען למשל מיין בעל הבית זאל צעטיילן (אויסלייג עפ"י י.י. סורקיס) זיינע ארבייטער אויף קאטאגאריעס אזוי: שלעכט, גוט, מיטלגארטיג, גאר שלעכט, גאר גוט, וכו', איז עס זייער פארשטענדליך. ווייל יעדער קאטאגאריע קען נישט אריינפאסן צו א צווייטע. ווי איז אבער ווען ער וועט באשלוסן דאס צו צעטיילן אזוי: גוט, פאבריצירער, געטריי, טייפסעטער, וכו' וואס איין זאך איז נישט קיין סתירה צו דער צווייטער, וואלט איך געזאגט פאר מיין בעל הבית מיט שיינעם: א בעל הבית קענסטו נישט זיין!. (אפשר דא יא, אבער דארט נישט).
אלזא וואס איז די באדייט פון מאכן נאר פערצן? פארוואס קען נישט זיין זיבן און צוואנציג למשל? גייסט מיר זאגן אז חוץ די פערצן עקזיסטירט נישט נאך כאראקטארן?
ועוד, עס קען זיין אז מען זאל פארמאגן איין כאראקטער אבער מען זאל נאך האבן פילע אנדערע שטריכן וועלכע ווערן נישט אויסגערעכנט אין דעם שטודיע.
דער איינציגער תירוץ וואס מען קען ענטפערן איז: אויף א שטודיע פרעגט מען נישט קיין קשיות, דער שטודיע אויף א האלב מיליאן מענטשן האט צעטיילט די מענטשן אזוי, און דער מציאות איז אז אזוי 'זענען' מענטשן איינגעטיילט.
איך דערהער עס אבער נישט. און איך גלייב עס נישט. איך וואלט זיך געפרייט צו וויסן מער אינפארמאציע איבער דעם "טאלאנט סמארט" שטודיע. - אויב עס עקזיסטירט אזא זאך בכלל.
Advertisement
מיטוואך אוגוסט 08, 2007 11:12 am
איך האב דעם ארטיקל נישט געלייענט, אבער עס דערמאנט מיר אין א בוך פארפאסט דורך ד"ר אדהאן וועלכע טוט אויך צוטיילן די וועלט אין עטליכע קאטאגאריעס. לויט ווי איך געדענק איז עס צען, אבער מעגליך אז פון דעמאלט זענען צוגעקומען אפאר אינטערעסאנטע סארט טיפן אויף אונזער ערד קוגל.
מיטוואך אוגוסט 08, 2007 11:44 am
ניין, מרים אדהן באציהט זיך צו די אניגראם, וואס איז 9TYPE נישט קיין צען, אבער דאס איז שוין אן אור-אלטע גריכישע צייכענונג, און מ'האט עס מיט די יארן שיין מסביר געווען.. סימיר אינטערסאנט צו די פערצן טייפס האבן עפעס שייכות צו דעם.... אויב יא זאל עס עמיציר זיימוחל אריינסקענען, אדער מאשקע לייגעס מיר אוועק.
מיטוואך אוגוסט 08, 2007 9:17 pm
איך האב געטראכט די זעלבע, איך האב מיך אויך געטראפן א געמיש פון פילע צוזאמען. אבער למעשה האב איך זיך שפעטער געטראפן אין איינס וואס דארט האט ממש יעדעס ווארט געשטימט מיט מיין פערסאנאליטי.
סאו מעגליך אז די וואס זיי ברענגען איז די הויפט כאראקטערן, מ'קען טאקע האבן אביסל פון עטליכע, אבער יעדער פאסט אריין בעיקר ביי איינס, און ביי יענע איינס וואו וועסט זיך אינגאנצן טרעפן מיט אלע קליפערלעך, דארטן אהין באלאנגסטו.
פרייטאג אוגוסט 10, 2007 10:50 am
איך האב לעצטנס באגעגנט א טערמין "קאלאר-סטאראלדזשי" (ובלשוננו colorstrology) זיי באזירן דעם כאראקטער פונעם מענטש לויט "זיין" קאליר. וואס דער קאליר ווען דער מענטש איז ארומגענומען דערמיט, דאן ברענגט דאס ארויס דאס בעסטע פונעם מענטש.
עס ארבייט אזוי: יעדן טאג אין יאר האט אן אנדערן קאליר, וואס די וואס ווערן געבוירן אין דעם טאג דארפן פארמאגן געוויסע כאראקטער שטריכן, וואס ווערט אויסגערעכנט דארט.
למעשה צו דאס איז קראנט, ווייסעך נישט. אבער כ'האב עס אויספראבירט מיט געוויסע מענטשן מיט וועמען כ'ארבייט מיט, (כ'מיין טאקע גרויזאמער) און כמוז אייך זאגן ס'האט געשטימט אקוראט! הפלא ופלא! סיי מיטן קאליר, און סיי מיט די כאראקטעריסטישע שטריכן.
זונטאג אוגוסט 12, 2007 12:05 am
גרויזאמער, קודם כל דאכט זיך אז
דאס איז די טאלאנט סמארט וועב זייטל.
צום עצם שטודיע, האב איך מיך אנגעשטויסן אינעם זעלבן פראבלעם ווי דו, נעמליך, איך האב זיך געטראפן אין מער ווי איין פון די קאראקטערן. כאטש אזויווי קרעזי האט שוין געזאגט, אין 'איין' האב זיך געשפירט ווי מען מיינט ממש 'מיך'. טא קען זיין אז 'דער קאראקטער' איז דיין אמת'ע קאראקטער. איך ווייס נישט.
כ'האב אבער נאך א פראבלעם, אז די שטודיע גיבט דיר נישט קיין רעקאמענדאציע וואספארא ציל דו זאלסט דיר מאכן אין לעבן צו דערגרייכן סוקסעס לויט דיין קאראקטער. עכ"פ די 'צייטשריפט' ברענגט דאס זיכער נישט ארויס. כאטש וואס אינעם הקדמה קוקט אויס ווי מיט די שטודיע פרובירן זיי יא דיר דאס ארויסצוברענגען.
זונטאג אוגוסט 12, 2007 2:57 am
אויף ענגליש איז פארהאן א בוך AWERNESS און אויף העברעאיש הייסט עס 'מודעות' וואס רעדן נישט פון פערצן אבער פון 9 אדער 10 זיטן מענטשן.
דאס אז ס'יז נישט קיין סתירה איינס צום צווייטן איז נישט קיין קשיא, ווייל ווי איך פארשטיי האט מען צעטיילט טאקע די געמישטע אין א באזונדערע קאטעגאריע, קוק איבער וועסטו דיך טרעפן ערגעץ אנדערש.
און דיין צווייטע קשיא פארוואס פונקט 14, ווייל למשל פארוואס האט מען צעטיילט א טאג אין 24 שעות און א שעה אין 60 מינוט, ס'קען דען נישט זיין 100 מינוט ווי א נארמאלער מענטש?
זונטאג אוגוסט 12, 2007 7:56 am
שוועמלע, די צוויי ביכער וואס דו ערווענסט, האט שוין קרעזי ערווענט. זיי זענען פארפאסט געווארן דורך מרים אדהן, אבער דאס איז אן אנדער שיטה אינגאנצן, זי רעדט פון די 9TYPE שיטה, און דא רעדט מען פון 14, איצט אז מ'האמיר שוין געקריגן פון יענטאאש'ן א מראה מקום, העלמיר עס דורכקוקען..
מאנטאג אוגוסט 13, 2007 10:13 pm
דער בעל הבית האט מיר געבעטן איך זאל נעם א טובה טון און ארויפלייגן א לינק צום וועבזייטל פון די "קאליר אסטראלאגיע"...
איז נאט אייך:
http://www.colorstrology.com/
געווען א שיינעם טאג ווען דער בעל הבית געבט מיר אזא רוף אינמיטן זיי פארטיפט אין א שווערע ארבייט "גרויזאמער ווען ביסטו געבוירן?", שוין, וואס וויל ער שוין ווייטער פון מיר? איך בין שוין ארויף אויף די בוקס, די סאציאלע זיכערהייט נומער האב איך אים שוין אויך געטרויעט. וואס קאן דאס מיינען?
שוין זאג איך אים דער דאטום.
פיין, און וועלכע קאליר גלייכסטו ס'מערסטע?
דאס איז שוין אביסל צופיל געווען פאר מיר (שיינט זיך ס'איז געווען א תענית דאן), מיט א זויערע שמייכל זאג איך אים "גאלד"...
"פשיהא" ער געט א קלאפ אויפן טישל... אז זיין גלעזער פון די שטערן האט געלאנדט אויפן נאז "אייזן!!!..." און ער הייבט מיר אן אויסצורעכנען אלע מיינע מעלות און חסרונות. אלעס אויפן האר געשטימט. איך רייס אריבער צו אים און ער ווייזט מיר דעם וואונדערליכן וועבזייטל. ממש הפלא ולפלא.
מאנטאג אוגוסט 13, 2007 10:32 pm
כ'זעה נישט וואו מ'קען אליינס וועלן קאלירן, איינמאל איך לייג אריין די חודש, שטעלט ער מיר צו אליינס א קאליר.
דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:50 am
איך האב פרובירט דעם זייטל, און איך האב נישט זוכה געווען צו זעהן די וואונדער דערפון. איך מיין אז דאס איז אזוי ווי די "האראשקאפן" וועלכע זאגן אומקלארע "דזשענעראל" ווערטער, וועלכע שטימט כמעט ביי יעדעם צוגלייך.
עס זענען דא זייער אסאך וואונדער-ראבינערס וואס ארבעטן אויך מיט דעם צוגאנג, און דער געווענליכער עמך כאפט נישט ווי מען נארט אים אריין אין זאק.
דינסטאג אוגוסט 14, 2007 11:45 am
כ'קען א איד פון בארא פארק, כ'מיין אז ער הייסט פינטער, - אויב איז ער דא זאל ער אויפהויבן זיין האנט - ער איז א מומחה אין די חדשים סיסטעם, דעם זאגט ער אהה דו ביסט א טבת, און דעם אנדערן אהה דו ביסט סוף אדר... בלא בלא בלא, געווענדליך טרעפט ער צי.
דינסטאג אוגוסט 14, 2007 1:33 pm
קרעזי האט געשריבן:איך האב פרובירט דעם זייטל, און איך האב נישט זוכה געווען צו זעהן די וואונדער דערפון. איך מיין אז דאס איז אזוי ווי די "האראשקאפן" וועלכע זאגן אומקלארע "דזשענעראל" ווערטער, וועלכע שטימט כמעט ביי יעדעם צוגלייך.
ביזט גערעכט. דאס וועבזייטל מיך אבער יא געכאפט מיט'ן צוטרעפן מיין באליבטע קאליר. פאראן איין געוויסע שאטירונג פון א געוויסער קאליר וואס האט מיך אייביג געצויגן. ס'איז היפש ספעציפיש, און זאגן אז דאס וועבזייטל האט פשוט "צוגעטראפן" איז אביסל רחוק.
זונטאג ינואר 10, 2010 11:57 pm
סאכדעס, אפירגעקראצט..
אפשר עמער טאקע מאכן אן אנקעטע וואס וועט צייגן אויף די תכונת הנפש פונעם עולם..
יענטאאש האט געשריבן:כ'האב אבער נאך א פראבלעם, אז די שטודיע גיבט דיר נישט קיין רעקאמענדאציע וואספארא ציל דו זאלסט דיר מאכן אין לעבן צו דערגרייכן סוקסעס לויט דיין קאראקטער. עכ"פ די 'צייטשריפט' ברענגט דאס זיכער נישט ארויס. כאטש וואס אינעם הקדמה קוקט אויס ווי מיט די שטודיע פרובירן זיי יא דיר דאס ארויסצוברענגען.
כ'האב שוין נישט יענעם צייטשריפט, אבער איך געדענק טאקע אז ס'האט נישט געפירט צו קיין מסקנות, ס'געווען אבי נאכגעשריבן..
למאנסע, דעם ביכל פון אדהאן איז דירעקט יא געצילט אויף דעם, ד"ה זי שטעלט אוועק די 9 טייפס, און ביי יעדן איז פארהאן געזונטערע און שוואכערע, און זי צייגט אן וויאזוי זיך צו ספאראווען מיטן אייגנארטיגען תכונת הנפש זיך צו ענדערן צו די אפעזיט נומבער. וקצרתי מאד.
נאך א געוואלדיגע זאך וואס מ'נעמט ארויס פון דעם שיטה; מענטשן זעזען נישט אזעלכע משוגעים א_ווי דו האסט געמיינט בעפאר! רוב משוגעת'ן וואס מענטשן טוען האט מיט זייער נומבער אין וואס זיי פאסן זיך ס'מערסטע אריין. וכשם שאין פרצופותיהן שוות כך וכו'.
מיטוואך ינואר 13, 2010 1:48 am
די מאגזין צייטשריפט איז זייער נישט פארלעסלאך ווען עם קומט צו וועלטלכע זאכען
למשל
דער זוממער האט ער געשריבען אז די בלעק באקס איז קיינמאל נישט געווען שווארץ און אויב אז עם ליגט אין די קאקפיט
שטותים
די בלעק באקס איז נאך אלץ שווארץ נאר עס איז זייט די 70' יארן געווארן ארום גענומען מיט א orange paint כדי מען זאל עם גרינגע טערפען נאך א קראך וכדו'
און די באקס ליגט און די וויידעל פון דעם פליגער און קיינמאל נישט געווען און די קאקפיט
און איך קען שרייבן נאך און נאך
נ.ב. איך קויפ עס נאך אלץ יעדע וואך!!!
מיטוואך ינואר 13, 2010 8:13 am
איר דארפט אביסל מער "חוקר ודורש" זיין איידער איר גיט ארויס אן אלגעמיינעם פסק אויף אן אויסגאבע בלויז ווייל איין זאך איז אייך נישט געפאלן.
אגב, אויב איז דער אזויגערופענער "בלעק באקס" געפארבט אראנדזש, איז עס דאך אראנדזש און נישט שווארץ...
פאלגנד זענען עטליכע פאראגראפן וואס זענען ערשינען אין "צייטשריפט" איבער דעם ענין:
די "שווארצע קעסטלעך" וועלכע געפינען זיך אויף די עראפלאנען צו זאמלען אינפארמאציע איבער דעם עראפלאנס טעטיגקייטן, און זענען געבויט צו קענען איבערלעבן קראכן כדי מען זאל נאכדעם קענען דערגיין די סיבה פאר'ן קראך, דארפן לויטן געזעץ זיין ליכטיג אראנדזש אדער ליכטיג געל, דאס איז כדי מען זאל זיי גרינג קענען אידענטיפיצירן אויב עס געשעט אן אומגליק ח"ו.
...
די קעסטלעך ווערן פלאצירט אין דעם וויידל פונעם עראפלאן, וואס דארט האט עס די בעסטע מעגליכקייט איבערצולעבן א קראך.
...
נו, פארוואס הייסט עס "שווארצע" קעסטל? א גוטע פראגע. און דער ענטפער איז... ווייל אמאל פלעגן די קעסטלעך זיין שווארץ? ניין, נישט צוגעטראפן. לויט די אינפארמאציע וואס איך האב ערהאלטן פון דער אוויאציע-אגענטור זענען די קעסטלעך קיינמאל נישט געווען שווארץ, פון אנפאנג אן זענען זיי געווען ליכטיגע קאלירן. אויף דער סיבה פארוואס עס ווערט אזוי אנגערופן זענען פאראן עטליכע טעאריעס.
...
**
חוקר ודורש האט געשריבן:נ.ב. איך קויפ עס נאך אלץ יעדע וואך!!!
איר זענט קענטיג נישט באקאנט מיט דער אויסגאבע, ווייל שוין א לענגערע תקופה ערשיינט זי נישט יעדע וואך.
מיטוואך ינואר 13, 2010 8:22 am
איך ווייס נישט פינקליך די 10 כאראקטורען וואס זיי רעכנען דארט אויס. אבער לויט קבלה איז דא 10 זיטען וואס פירען דעם מענשט, אין ביי יעדעם איז עס אנדערש ציזאמגעשטעלט. איינר האט מער פין דע זאך, איינער מער פין דע וכו'.
די 10 זאכען זענען חכמה בינה דעת (אינעם מח), חסד גבורה תפארת וכו' (אינעם לב).
פרייטאג ינואר 15, 2010 9:02 am
גרויזאמער האט געשריבן:זיי פאררופן זיך אויף א שטודיע וואס רופט זיך "טאלאנט סמארט", אבער איך האב נישט געפונען קיין רמז קל דערפון אויף
גוגל. ווער עס קען מיר העלפן נאכגיין די מקור צו דעם ארטיקל וואלט איך אים דאנקבאר געווען.
גוגעל האט שוין היינט איבער 31 מיליאן רעזאלטס אויף א "סוירטש" פון די ווערטער "טאלאנט סמארט", א היפשע טייל דערפון איז אויף אט די שטודיע