בלאט 1 פון 1

וואס איז די ציל פון "נאסא"

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 7:40 pm
דורך רשי הקטן
יעצט איז אין די נייעס אז א ספעיס שאטל וואס נאסא האט ארויסגעשיקט מיט 10 יאר צוריק איז אנגעקומען צו עפעס א שטערן, אין עס מיר אינטערעסאנט צו וויסן וואס איז די ציל פון נאסא בכלל? אין וואס ווילן זיי? פארוואס שפירט די רעגורנוג פאר וויכטיג צו צאלן מיליאנים דאלארן צו וויסן וואס טוט זיך אין "יענע וועלט"?

אין קורצן וואס איז די ציל פון נאסא?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 7:46 pm
דורך איפה פייביש
אהא דאס איז וואס גאגעל וויל כאב נישט פארשטאנען וואס זיי ווילען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 7:50 pm
דורך נישט
אז אפאר הונדערט טויזענט מענטשן זאלן מאכן פרנסה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:26 pm
דורך נשמה
למעשה זענען זיי אנגעקומען גאנץ ווייט ניין?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:26 pm
דורך הרבטייטעלבוים
נשמה האט געשריבן:למעשה זענען זיי אנגעקומען גאנץ ווייט ניין?

גוט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 8:41 am
דורך מאגר
און נאכדעם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 9:13 am
דורך שוועמל
מאגר האט געשריבן:און נאכדעם?

גייט מען נאך ווייטער

איטס אלל עבאוט 'פראוון א פאוינט' בעיקר אין די באהאלטענע וועלט פון אינטעליזשענס וואו יעדער וויל זיין פאראויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 4:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
די ציל פון נאס"א איז פשוט צו עקספלארן די אויסערליכע ספערן, און אלעס ארום איר.

סיבות איז דא אסאך. זייער אסאך זאכען אין סייענס קענען נישט ווערן באשטעטיגט אנדערשט. אסטראנאמיע שטודיע איז פארשטייט זיך נישט קיין פארגלייך פאר "נאס"א" און נאך "נאס"א. אזוי אויך איז עס א שטארקע כבוד זאך, צו "באווייזען" קינצען, וואס אנדערע קענען נישט וכדו'. און עס למעשה נאך צוגעקומען אויף למעשה צו ממש א "פארמעסט" אינעם קאלטן קריג צוויעשן רוסלאנד און אמעריקע, ווער עס וועט האבן די שנעלערע דערגרייכונג, וואס דאס האט געזאלט געבן די "מאמענטום" און כבוד, צו ווערן באטראכט ווי די שטערקערער אדער זיגער.

די פראגע דארף גיין אביסעל אנדערשט. "וואס איז די ציל, פון די אלע סייענטיפישע פארשונגען" וואס נאס"א פירט דורך? אויף דעם איז די תירוץ פשוט, קודם "פארשען וויסענשאפט" איז איינע פון די יסודי הטבע פאר א מענשט. וואס דארפסטו מער, ווי אברהם אבינו וואס האט "געפארשט" ווער עס פירט די וועלט, ביז די בעל הבירה האט זיך מגלה געווען.

צווייטענס, צווישען די פארשונגען זענען נישט נאר "סתם" וויסענשאפט, נאר געוויסע - למשל - מיעדעצינישע פאורשונגען, קענען געמאכט ווערן אין א פיל מער פראקטישע און בעסערע אופן אין א מצב פון ווייניג גראוועטי - ווי עס איז דא אין ספעיס, אדער אן קיין לופט וכדו', אזוי קען מען אויסטראכטען וויאזוי געוויסע באקטיריעס למשל, ראגירן צו זיין אין א מצב אן קיין אקסידזשען וכדו'.

סא, איז שוין דא א געוויסע אינטערעסאנטקייט פאר יעדן יחיד פאר די פוארשונגען פון נאס"א.

אבער די פראגע איז נאך אלס, ווייל די ריזיגע געלטער וואס ווערט אויסגעגעבן, איז למעשה נאכאלס זייער אסאך קעגן די דערגרייכונגען, אויב קוקמט מען נאר אויף די פריערדערמאנטן, עכ"פ פאר יעדן יחיד.

אויף דעם איז די תירוץ זייער פשוט.

עס איז דא א ווארט פון "פלוטא" וואס גייט אזוי: "געברויך, איז די מאמע פון אויסטרעפונגען". (.Necessity is the mother of invention), דאס מיינט אז די בעסטע וועג אויסצוטרעפן עפעס, איז ווען עס איז זייער זייער וויכטיג. אביסעל ענדליך "רצון ברעכט אייזן", אויב "מוז מען" עפעס, וועט מען עס קענען דערגרייכען, יגעתי ולא מצאתי אל תאמין.

און אין פאקט, זענען ריזיגע און וויכטיגע ערפינדונגען וואס מען נוצט יעדן טאג, אויסגעטראפען געווארן דורך נאס"א, ווייל צו פארן אזויפיל טויזענטער מייל, אן קיין לופט, אן קיין גרעוועטי, און דארט קענען לעבן, און דארט קענען עסען און טרינקען און שלאפען וכו', געברענגט די שטופ, צו ערפינדן.

צו מאכען פייער פרוף זאכען, וואס קען זיין בעסער ווי מאכען עפעס אריין און ארויס פליען פון די אטמאספערע, בשעת שטיקער פון שטערענס, ווערן פארברענט אריינפליענדיג אינעם אטמאספערע. זיין חדשים איזאלירט, און קיין לעקטער, וואסער וכדו', וואס האט געקענט שטיפען בעסער פון דעם, צו אויסטרעפען וועגן צו פרעזעווירן עסן, צו פילטערן גענוצטע וואסער וכו' וכו'. און דאס זענען באמת נאר די "פיצעלע" זאכען, מען רעדט שוין נישט פון די קומפיוטערס און כלים, וואס מען "מוז האבן" צו קענען ערייכען דאס פליען אין די ספערן.

סא די תירוץ אויף די פראגע "וואס איז די ציל פון נאסא"? די תירוץ איז צו פארשען די ספערן. די פראגע "פארוואס"? איז די תירוץ, ווייל פארשען איז עפעס וואס איז אזאך וואס מענשטען ווילן טאן, און וואס ברענגט בענעפיטן, דירעקט וואס מען פארשט, און אומדירעקט, וואס מען האט געמוזט אויפקומען, צו קענען פארשען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 5:20 pm
דורך נשמה
גוט געזאגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 5:45 pm
דורך דמתה לתמר
שכח לכתחילה א אינטערסאנטע וועג נקודה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 11:48 pm
דורך א איד אין גלות
לכתחילה, איינע פון נאסא'ס וויכטיגע ציעלן איז צו טרעפן א אנדערע שטעטל, אופס, א אנדערע פלאנעט פאר די באשעפעניש, עס איז גארנישט קיין וויץ, די פארשער זוכען ערענסט ארום א פאסיגע פלאנעט וואס האט אייניגקייטן מיט די פלאנעט ערד, ווי די מענטשהייט זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט, מיט א ענדליכע אטמאספערע, ליינט דא ווי איינער זאגט אונזער פלאנעט ווערט ווייניגער און ווייניגער א וויכטיגע ארט פאר די צוקונפט...

http://www.cnn.com/2013/04/18/us/planet-discovery/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 11:55 pm
דורך מילכיגער
פארוואס שיקט מען זיי נישט צו די בלומינגבורג אשכול?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 11:56 pm
דורך למעלה משבעים
ווייל דארט שיקט מען קיין לעיקוואד...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 4:11 am
דורך נשמה
זיי זוכן א פלאנט וואו ס'וואוינען מענטשן. (חחחחח)

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 11:22 am
דורך ווישוואש
דאכט זיך אז מייקראוועיוו וואלטן מיר נישט געהאט ווען נישט ספעיס, ס'איז אסאך גרינגער צו פארשן דארט זאכן, ווייל סאיז דא ווייניגער רעסטריקשענס דארט ווי אויף אונזער כדור.
(פרעגט מיר נישט וואס די רעסטריקשענס זענען.. אזוי זאגן זיי)

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 11:25 am
דורך יאנקעלע קליגער
ייש"כ לכתחלה פאר די הסבר