פון דא און דארט (דער אוצר)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

פון דא און דארט (דער אוצר)

תגובהדורך מחותן » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 12:03 am

עס איז דא א גליון וואס קימט ארויס איינמאל אין צוויי וואכן עס הייסט דער אוצר, מען קען עס טרעפן אויף לדעת. די וואך האבן זיי געהאט מערערע נייעסליך פון משך דעם יו״ט, עמער אראפ ברענגן ענינים גאר בקיצור וואס האט מיר אויסגעזען אינטערסאנט... רוב זאכען האבן נישט קיין שייכות איינס מיטען צווייטען.

1) גאב״ד ירושלים שליט״א האט זיך קיינמאל נישט געלייגט שלאפן שבת נאכמיטאג, ער זעצט זיך לערנען גלייך נאך די סעודה.

2) רבי משה וואלפסן שליט״א רב דביהמ״ד אמונת ישראל ומשגיח בביהמ״ד תורה ודעת פארלאנגט אז זיין סוכה - אפילו די ווענט - זאל ווערן געבויעט דורוך א יוד, א גדול מיט א חתימות זקן, און געווען אין מקווה יענעם טאג. מקור?

3) ביי הנ״ל מאכט מען קיינמאל נישט קיין שום מי שברך ביי קריאות התורה אויך נישט קיין הוספת כדי אז עס זאל נישט צוקימען אז מען זאל שמיעסן, איין מאל א יאר מאכט מען א מי שברך פאר די וואס האבן געבויעט די סוכה.

4) סקווירע האט געהאט פרויען הצלה בודקעלעך אין ווייבער שול משך די הקפות.

5) און באיאן שאקעלט דער עולם בעפאר׳ן דאוואנען מיטען רבינ׳ס ד מינים יוצא צו זיין די מצווה. (הלוואי אין אנדערע חסידות אזא מנהג אזוי טועלן די פרייזען דראסטיש פאלען, ווייל אפילו יעדער האט אייגענע וועט מען אבער שוין נישט ספענדען אזויפיל נאך וואס די עיקר מצווה איז מען יצא מיטען רבין׳ס ד מינים)

6) אין בעלזע האט די רבי שליט״א געשיקט קיגעל פאר די בחורים און אנגעווינטשען אז די בחורים וואס עסן פון די קיגעל זאלן א חתן ווערן בקרוב ממש בשעה טובה ומצלחת. (כאן ״ב׳פאלסטיין״ האט מען שוין באשריבען דא אויפן וועלטעל)

7) אין מרכז חסידי וויזניץ בני ברק איז די רבי אריינגעקימען אכט אזייגער צו די הקפות, עס האט זיך גענדיגט צוועלף אזייגער, גלייך נאך די הקפות איז די רבי אריינגעקימען צום טיש וואס האט זיך גענדיגט איינס אזייגער, הערשט דערנאך איז דער עולם אהיים צו די אייגענע סעודה..

8) הנ״ל האט געפירט טיש פרייטיג צונאכטס זעקס שעה.. די פרויען זענענן געקימען אין ביהמ״ד זיכען זייערע מענער.

המשך וועט נאכפאלגן בעז״ה
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דינסטאג נובעמבער 11, 2014 12:13 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 12:10 am

זייער אינטערסאנט.
אויב קענסטו דאס טאקע אפדעיטן צוויי מאל א וואך אשרי חלקך בזיכוי הרבים!
Fine Tuned Machine

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 12:40 am

איך בין א שטענדיגע לייענער פון זיין אויסגאבע און איך ווארט שוין קוים צו זעהן די פרישע נאכן ענדיגן די אלטע

אדאנק פארן עפענען דעם אשכול גלייכצייטיג

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 10:34 am

אונזער אלעמען באליבטן אוצר רעדסטו?

די אוצר ווערט ארויסגעגעבן צווישן א דאזען אנדערע גליונות דורך ר' וועלוועל שמעלצער, מלמד תשבר.

קינדער און אסאך טאטעס גלייכן דאס זייער.

ער שלעפט צוזאם דארט פון סאטמאר ביז רב עובדיה... פון ר' מיילעך בידערמאן ביז הרב בערל לאזאר פון רוסלאנד...פון דער איד ביז משפחה און וואס נישט..

כמעט אלעס איז נאכגעשריבן פון אנדערע מקור (אינטרעסאנט ער שרייב קיין מקור)


פאריגע וואכעדיגע
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20141108&gil=76
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 10:48 am

מחותן האט געשריבן:2) רבי משה וואלפסן שליט״א רב דביהמ״ד אמונת ישראל ומשגיח בביהמ״ד תורה ודעת פארלאנגט אז זיין סוכה - אפילו די ווענט - זאל ווערן געבויעט דורוך א יוד, א גדול מיט א חתימות זקן, און געווען אין מקווה יענעם טאג. מקור?

שכל זאגט אז א מצוה וואס לויטן ירושלמי אין פרק' הרואה מאכט מען דערויף א געהריגע ברכה "אשר קדשנו במצוותיו וצונו לעשות סוכה" און ע"פ הלכה האט מען דאס אינזינען ביים שהחיינו די ערשטע נאכט סוכות, קומט געטאן בקדושה וטהרה דורך אן ערליכן איד.

ואולי מדין שלוחות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 11:08 am

קען מען עס באקומען אויף אימעיל?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 1:08 pm

קוקט אויס פיינע סחורה!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 6:01 pm

דריי שטארקע מעשיות האב איך געליינט אינעם אוצר:
* דער גורער רבי לויפט אינמיטן הקפות קושן א ספר-תורה.
* האדמו"ר מוויזשניץ (קרית) שליט"א פירט אריבער א יונגל צום אנדערן זייט גאס.
* מהרז"ל מסאטמאר גיבט איבער זיין ספר-תורה פאר אַן אינוואליד.

דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:20 pm

תגובהדורך דמתה לתמר » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 6:05 pm

פריילאך האט געשריבן:אונזער אלעמען באליבטן אוצר רעדסטו?

די אוצר ווערט ארויסגעגעבן צווישן א דאזען אנדערע גליונות דורך ר' וועלוועל שמעלצער, מלמד תשבר.

קינדער און אסאך טאטעס גלייכן דאס זייער.

ער שלעפט צוזאם דארט פון סאטמאר ביז רב עובדיה... פון ר' מיילעך בידערמאן ביז הרב בערל לאזאר פון רוסלאנד...פון דער איד ביז משפחה און וואס נישט..

כמעט אלעס איז נאכגעשריבן פון אנדערע מקור (אינטרעסאנט ער שרייב קיין מקור)


פאריגע וואכעדיגע
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20141108&gil=76

א ברידער פון ר' וועלוולען

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 6:07 pm

פארוואס לאך איך ווען כ'ליין עס, בינעך טאקע אזוי פאני?

דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:20 pm

תגובהדורך דמתה לתמר » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 6:12 pm

ער שרייבט דייקא אויף אן אופן וואס א חסיד זאל ווערען איבער גענומען און א פרעמדער זאל גיבען א שמייכעל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 6:14 pm

כ'הער, א שטארקע פוינט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7811
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 2:01 am

דמתה לתמר האט געשריבן:א ברידער פון ר' וועלוולען

וועלכע? משה/זושא/ארי/פיני/ליפא?

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 8:18 am

וואס איז מיט דער ברודער פון ר' וועלוול'ען?

דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:20 pm

תגובהדורך דמתה לתמר » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 8:46 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
דמתה לתמר האט געשריבן:א ברידער פון ר' וועלוולען

וועלכע? משה/זושא/ארי/פיני/ליפא?

גראבע טעות געמאכט, יא וועלוועל...

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דינסטאג נובעמבער 18, 2014 6:29 pm

כאפצעם האט געשריבן:זייער אינטערסאנט.
אויב קענסטו דאס טאקע אפדעיטן צוויי מאל א וואך אשרי חלקך בזיכוי הרבים!


די נייע אוצר
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20141122&gil=76

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 1:28 pm

יוראפ האט געשריבן:פארוואס לאך איך ווען כ'ליין עס, בינעך טאקע אזוי פאני?


איך לאך אויך (ווער עס לאכט נישט איז פאני)
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 1:45 pm

ס'דא אסאך אנדערע גליונות אויף לדעת פון וואס איך לאך מער...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 5:10 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זייער אינטערסאנט.
אויב קענסטו דאס טאקע אפדעיטן צוויי מאל א וואך אשרי חלקך בזיכוי הרבים!


די נייע אוצר
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20141122&gil=76


ער שרייבט דארט וועגן א בילד פון חתם סופר. אז ס'איז אוטענטיש.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ggg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 5:29 pm

האסטו אפשר ביי דיר די ערשטע ארטיקל פון די שבת ביים ירושלים'ר רב שליט"א ?

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 8:07 pm

תרנגול האט געשריבן:ס'דא אסאך אנדערע גליונות אויף לדעת פון וואס איך לאך מער...


דער חילוק איז: ביי די אנדערע גליונות לאכן מיר פון זיי, און ביי דעם 'אוצר' לאכן מיר מיט אים...

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 7:32 pm

וואס דער 'אוצר' האבן צו שרייבן איבער דעם באבוב-45 שליכטונג? דארף איך יעצט ווארטן צוויי וואכן? פארוואס קומט ער נישט ארויס יעדע וואך?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 7:46 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:וואס דער 'אוצר' האבן צו שרייבן איבער דעם באבוב-45 שליכטונג? דארף איך יעצט ווארטן צוויי וואכן? פארוואס קומט ער נישט ארויס יעדע וואך?

הוא מותיב והוא מפרק
מחמת שתי סיבות איינס כשמך כן תהילתיך און צווייטנס קען איך נישט און וויל איך נישט שרייבן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 12:51 pm

תגובהדורך הערסטע? » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 12:56 pm

דער נייער אוצר
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20141206&gil=76

טוט זיך דארט א קוגל, וואס די גדולי ישראל האבן געזאגט וועגן די הר נוף טעראר אטאקע, אנגעהויבען מיט רב הרב שטיינמאן און גענדיגט ביי סאטמאר

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » פרייטאג מארטש 13, 2015 1:23 pm

אינעם 'אוצר' די וואך:
סאטמאר-וויליאמסבורג:
ביים 'משתה היין' האט דער רבי שליט"א גערעדט בדרך פרד"ס, "און כאטש אונזער דרך איז נישט צו רעדן בתורת הסוד, אבער פורים איז דאך נכנס יין יצא סו"ד," דאן האט דער רבי געזאגט: "כ'האב היינט גערעדט מיט מיין זון רבי חיים הערש, דער רב פון ירושלים עיה"ק, כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים, ער האט מיר געזאגט א פשט אין די מגילה 'וואס קען שטיין אין די ראשונים', ממש מתוק מדבש."
אם חכם בני ישמח לבי גם אני.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], פריילעך אידל און 25 געסט