בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:29 pm
דורך אויסערן מיניסטער
מחותן סידא גאר א גוטע הסבר, אבער מגייט עס מעקן סא....
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:30 pm
דורך מי יודע
בערקא האט געשריבן:די תירוץ איז די זעלבע פארוואס אין מאנסי נעמט מען אויף דיקעיטאר 6-7 הונדערט אלפים פאר א קאנדא, ווען פאר די פרייז קעסנסטו האבן א פרייוועט הויז אין טשעסטנאט ריזדש,
לאקעישאן!
יא דאס איז די מציאות! חרדישע אידן צאהלן מער צו קענען וואוינען נאנט איינער צום צווייטן, צו וואוינען אין טשאלנ...כ'מיין אין געגענט, נאנט צום מיין מאמע שוויגער, שוהל ווי איך דאווען שבת.... פינטל
-----
דער עולם האקט,
שלח!
דער פראבלעם איז אז קארלסבורג איז ביים עק שטאט, ניטאמאל מאמע שוויגער, דארט צאלט שוין ממש פאר קרית יואל, מי יתן והי' זאלן זיך צוזאמען נעמען יונגעלייט אן קויפן הייזער ארום קרית יואל
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:31 pm
דורך מחותן
בערקא האט געשריבן:די תירוץ איז די זעלבע פארוואס אין מאנסי נעמט מען אויף דיקעיטאר 6-7 הונדערט אלפים פאר א קאנדא, ווען פאר די פרייז קעסנסטו האבן א פרייוועט הויז אין טשעסטנאט ריזדש,
לאקעישאן!
יא דאס איז די מציאות! חרדישע אידן צאהלן מער צו קענען וואוינען נאנט איינער צום צווייטן, צו וואוינען אין טשאלנ...כ'מיין אין געגענט, נאנט צום מיין מאמע שוויגער, שוהל ווי איך דאווען שבת.... פינטל
דאס אז דער עולם איז גרייט צו צאלן ... איז נישט קיין סוד אדער א חידוש..
מיין שאלה איז פארוואס דער עולם זאגט נישט פאר'ן בידלער: הרף!!
פארוואס דריקט זיך קיינער נישט אויס דערקעגן..? עס איז דאך נישט קיין גוים אדער פרעמדע בידלערס, עס איז דאך היימישע משלנו, פארוואס זאל נישט דער עולם פארלאנגען אז מען מען מוז נישט מאכען אויף א דירה דריי מאל די פרייז וופיל עס קאסט צו בויען??
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:37 pm
דורך לעיקוואד
מחותן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:די בויער איז כמעט נישט שולדיג, אז ער באצאלט פאר א לאט בעיסד אויף וויפיל הייזער ער קען דא בויען, וואס ווילסטו פון עם, ער האט געצאלט פאר די לאט וד"ל
נישט ריכטיג.. ביידע בילדערס האבן נישט געקויפט דא די לאט פינעם וועד/ווילעדיש..
לא הבנתי, ער האט דאך באצאלט פאר די פארקויפער וואס איז א חילוק ווער עס איז, יעצט איז שוין די מארקעט הויעך און משוגע דארף איינער זיין צו פארקויפן זיין לאט/הויז פאר BELOW MARKET
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:39 pm
דורך מחותן
לעיקוואד האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:די בויער איז כמעט נישט שולדיג, אז ער באצאלט פאר א לאט בעיסד אויף וויפיל הייזער ער קען דא בויען, וואס ווילסטו פון עם, ער האט געצאלט פאר די לאט וד"ל
נישט ריכטיג.. ביידע בילדערס האבן נישט געקויפט דא די לאט פינעם וועד/ווילעדיש..
לא הבנתי, ער האט דאך באצאלט פאר די פארקויפער וואס איז א חילוק ווער עס איז, יעצט איז שוין די מארקעט הויעך און משוגע דארף איינער זיין צו פארקויפן זיין לאט/הויז פאר BELOW MARKET
לויט מיין אינפערמאציע - מעגליך אז עס איז ראנג - האבן זיי געצאלט גאר ביליג פאר'ן לאט, זיי האבן געצאלט די פרייזען פון 20 יאר צירוק, נאר די דירות איז די היינטיגע מארקעט פרייז כאילו די לאט האט געקאסט טייער..
איינער האט באקימען די לאט פון די באנק. דער צווייטער פאר א חוב וואס מען האט אים געהאט. אבער ביידע לאטס איז נישט געגאנגען פאר טייער געלט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:45 pm
דורך לעיקוואד
פארוואס זאל ער עס געבן ביליגער ווי די מארקעט אז זיי האבן געמאכ'ט א גוטע דיעל. it is his luck, not yours
אגב אויב עס איז ווי די זאגסט אז זיי מאכן דריי מאל אזויפיל, וואלט'ן מער מענטשען געבויעט.
נעם א משל ר' ע.ג. ז"ל הויז פאר וויפיל האט זיך עס פארקויפט, וויפיל מוז דארט קאסט'ן א הויז אז די בויער זאל מאכ'ן געלט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:47 pm
דורך לעיקוואד
די טענות (אויב עס איז דא) קענסטו נאר האבן אויפ'ן וועד, צוליב וואס זיי זענען ציבור געלט, וד"ל.
אקעי ווי זענען די מעקער'ס...
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:52 pm
דורך דיעל
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס זאל ער עס געבן ביליגער ווי די מארקעט אז זיי האבן געמאכ'ט א גוטע דיעל. it is his luck, not yours
אגב אויב עס איז ווי די זאגסט אז זיי מאכן דריי מאל אזויפיל, וואלט'ן מער מענטשען געבויעט.
נעם א משל ר' ע.ג. ז"ל הויז פאר וויפיל האט זיך עס פארקויפט, וויפיל מוז דארט קאסט'ן א הויז אז די בויער זאל מאכ'ן געלט.
איך גיי שיעור אראפ פון זינען פון די קאמאניסטן דא, אלעס זענען רשעים - מיך קומט זיך, ווייל............
מחותן אויף דיר האב איך עס נישט געגלייבט.... מיין מחותן?!
קיינער דארף נישט זיין וואיל און פארקויפן בעלאו מארקעט פרייס.אמאל איז דא א שטח וואס מיט כח הרבים [וואלען וכדומה] האט מען באקומען א גוטע דיעל - איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל נישט איינקאסירן די גאנצע פראפיט פאר זיך.
עס איז מעגליך אז מען רעדט דא פון אזא פאל?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:57 pm
דורך מחותן
דיעל האט געשריבן:איך גיי שיעור אראפ פון זינען פון די קאמאניסטן דא, אלעס זענען רשעים - מיך קומט זיך, ווייל............
מחותן אויף דיר האב איך עס נישט געגלייבט.... מיין מחותן?!
קיינער דארף נישט זיין וואיל און פארקויפן בעלאו מארקעט פרייס.
אמאל איז דא א שטח וואס מיט כח הרבים [וואלען וכדומה] האט מען באקומען א גוטע דיעל - איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל נישט איינקאסירן די גאנצע פראפיט פאר זיך.
עס איז מעגליך אז מען רעדט דא פון אזא פאל?
איך בין 100% מיט דיר.. קיינעם קימט זיך גארנישט.. און יעדער האט די רעכט צו בעטען וופיל ער וויל...
מיין שאלה איז אויף די קויפערס.... פארוואס ווען זיי זעען אז מען בויעט אויף א לאט וואס איז מתחילה געווען באשטימט פאר ביליגערע דירות, און דער בילדער האט עס באקימען פאר חצי בחינם פון די באנק, און דער בילדער איז א יום זה מכובד און א ראה"ק, פארוואס די קויפער מאכען נישט קיין מאוומענט אז דער בילדער זאל אראפ לאזען די פרייז..
אויף די בילדער האט איך נישט קיין פראגע, זיי טיען וואס יעדער איינער וואלט געטיען, דער גרעטער צדיק וואלט געטיען די זעלבע זאך, מיין שאלע איז אויף די קויפער פארוואס זיי רעדן נישט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:59 pm
דורך דיעל
פארשטאנען.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:05 pm
דורך לעיקוואד
מחותן האט געשריבן:
אויף די בילדער האט איך נישט קיין פראגע, זיי טיען וואס יעדער איינער וואלט געטיען, דער גרעטער צדיק וואלט געטיען די זעלבע זאך, מיין שאלע איז אויף די קויפער פארוואס זיי רעדן נישט.
אדער טוען נישט צום זאך און קויפן אינדרויסן.
מחותן פארשטייסט אליינס אז אויב זאלסט נאר פרובירן צי עפענען א מויל אויף די בויער... חברון יוכיח וד"ל
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:10 pm
דורך מחותן
לעיקוואד האט געשריבן:חברון יוכיח וד"ל
איך ווייס באמת נישט וואס דאס מיינט, און איך קען באמת נישט קיין שום לה"ר אויפן בילדער, איך רעדט פשוט "מאמאטעמאטיק" און "סאציאלע" שפראך.
רוב קויפערס האבן צוויי אויגן אויף ביידע זייטען פינעם מוח.. פארוואס ניצען זיי נישט
לעיקוואד צו זען אז עס קאסט בכלל נישט אזוי טייער צו בויען.. און דערמיט אנהייבען צו לייגען קאמיונעטי פרעשור אז די דירות זאל ווערן ביליגער?!
דאס האט גארנישט מיט קיין פאליטיק, אדער מיט די עבר און די עתיד פינעם בילדער.. עס איז א יעצטיגע מציאות וואס שפילט זיך אפ בעפאר אונזער אויגן, און עס דארף הסבר..
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:16 pm
דורך מי יודע
מחותן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:חברון יוכיח וד"ל
איך ווייס באמת נישט וואס דאס מיינט, און איך קען באמת נישט קיין שום לה"ר אויפן בילדער, איך רעדט פשוט "מאמאטעמאטיק" און "סאציאלע" שפראך.
רוב קויפערס האבן צוויי אויגן אויף ביידע זייטען פינעם מוח.. פארוואס ניצען זיי נישט
לעיקוואד נישט צו זען אז עס קאסט בכלל נישט אזוי טייער צו בויען.. און דערמיט אנהייבען צו לייגען קאמיונעטי פרעשור אז די דירות זאל ווערן ביליגער?!
דאס האט גארנישט מיט קיין פאליטיק, אדער מיט די עבר און די עתיד פינעם בילדער.. עס איז א יעצטיגע מציאות וואס שפילט זיך אפ בעפאר אונזער אויגן, און עס דארף הסבר..
די דימענט איז זייער גרויס
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:55 pm
דורך א איד אין גלות
די עלעפאנט איז אין די רום, העלא? קען מען אפשר געהעריג ארויס זאגן די חילוק? קר"י האט גרעניצן , מען האט זיך איינגעצוימט אין א געטוי, וואס א יאר שפעטער ווערט די באקסל מער און מער אויסגעוואקסן, פארדעם איז עס טייער, מען קען נישט באשולדיגן נישט די מוכרים און נישט די קונים.
עניקסעשאן איז א ישועה פורתא, די באקסל ווערט טאקע גרעסער אבער נאך אלס א צייטווייליג, ווילאנג מען וועט נישט עפענן די גרעניצן - די מענטאליטי - אז מען מוז נישט וואונן אין וויליעדש אף קעי דזעי, וועט די פרייזן ווייטער שטייגן.
אין לעיקוואוד איז נישטא קיין גרעניצן, נקודה! בעת ווען די אידישע לעיקוואוד אליין וואקסט און בליעט, זוכען זיך נאך אנדערע קהילות דארט צובאזעצן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 6:52 pm
דורך זאכליך
מחותן, צו דיין קשיא פארוואס די קונים לאזן זיך האב איך געקלערט, אז אויב די קויפערס וועלן צעגערן מיטן געבן די דיפאזיט וועט דער בויער עס געבן פארן צווייטן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 7:00 pm
דורך לאמפ
די ענטפער איז; עס איז בכלל נישט דא קיין חילוק!
פארוואס דען איז דא אזא גרויסע חילוק אין פרייז צווישן די צוויי געגענטער? דא קומט אריין דעם כלל וואס עטליכע האבן שוין ערווענט, און דאס איז סופליי און דעמענד.
לעיקוואוד איז לעת עתה אין דעם סטעידש וואס קרית יואל איז געווען מיט 15 יאר צוריק ווען מען האט געבויעט עצי תמרים וכדומה און עס איז געווען אן איבערפלוס פון דירות אזוי אז מען האט געקענט קויפן הערליכע דירות פאר בערך צוויי הונדערט טויזענט דאללער, ווי נאר עס וועט אריבערגיין אפאר יאר און עס וועט אנהייבן צו ווערן א גרויסע פארלאנג פאר הייזער אין לעיקוואד וועלן די פרייזן אויך ארויפגיין און אפילו איבערשטייגן קרית יואל צילוב וואס עס איז נישט דא דארט די צענטראלע וועד ווי אין קרית וועלכער האט ריזיגע שטחים ארום דעם שטאט און האבן דערפאר אן אינטערעס אז דער שטאט זאל זיך פארברייטערן אין שטח דורכ'ן אנעקסירן, און דאס טוט אוטאמאטיש סטאביליזירן די פרייזן.
אלס גוטע עקזעמפל קענט איר ניצן מאנסי, יארן לאנג וואס מען האט געקענט קויפן א דירה אין מאנסי פאר שפאט ביליג, ביז מיט עטליכע יאר צירוק ווען עס איז געווארן א ווינט אהינצומופן האבן די פרייזן זיך שטייטלעך געהויבן ביז עס איז שוין היינט דא השגות צו בעטן איבער זיבן מאות פאר א טאון האוז וואס וואלט מיט צוויי יאר צירוק געקאסט אונטער פינעוו מאות.
א בעסערע עקזעמפל, איז לעיקוואוד אליינס, פרעגט אייך נאך ביי די אלטע לעיקוואד'ער איינוואוינער וויפיל א טאון האוז פלעגט דארט קאסטן מיט בלויז עטליכע יאר צירוק, בעסער געזאגט, איר ברויכט ניטאמאל מאכן דעם פאון קאל, קוקט בלויז אויף די דריי פראיעקטן וועלכע ליגן יעצט אויפן טיש און פארגלייך די פרייזן וועסטו זעהן אז עס שפרינגט ארויף עטליעסט אזוי שנעל אדער שנעלער ווי קרית יואל! פאר בערך א האלבע יאר צירוק האט מען אנגעהויבן פארקויפן שלב ב' פון בעלזא פאר בלויז 369,000 ווען מען האט מיט בלויז עטליכע חדשים שפעטער אנגעהויבן פארקויפן דירות אין דעם סאטמאר'ן פראיעקט האט מען שוין געבעטן א פרייז פון 399,000 און קוים עטליכע וואכן שפעטער האט מען אנגעהויבן פארקויפן דער וויזניצער פראיעקט און דאס שוין פאר 409,000! א שפרינג פון אריבער צען פראצענט אין א האלבע יאר! וואס ניטאמאל אין אזעלכע הייסע מארקעט'ס ווי מאנהעטן אדער בושוויק וואקסן די פרייזן אזוי שנעל.
היוצא לנו מזה, ווען עס איז דא פארלאנג צו וואוינען אין א ספעציפישע געגענט גייען די פרייזן ארןיף אפגעזעהן צו דער געגנט הייסט מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד אדער וויליאמסבורג.
און דאס וואס איר פרעגט פארוואס מען לאזט זיך, האט דעם זעלבן תירוץ, ווילאנג עס זענען דא גענוג מענטשן אין די מארקעט וועט ער זיך נישט צוטוהן מאכן פון אזעלכע טענות - יעצט זעה איך זאכליך האקט מיט דעם פוינט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 7:18 pm
דורך אט אזוי
לויט ווי לאמפ לייגט עס אראפ איז בלומינגבורג א פארגאנגענהייט פשוטו כמשמעו...
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 8:30 pm
דורך לאמפ
אט אזוי האט געשריבן:לויט ווי לאמפ לייגט עס אראפ איז בלומינגבורג א פארגאנגענהייט פשוטו כמשמעו...
אויב מעגליך, ביטע פארשטיין געבן ווי איר זעהט דאס פון מיינע ווערטער און פארוואס דאס איז נוגע צו דעם שמועס.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 8:40 pm
דורך אט אזוי
סאטמר בעלז וויזשניץ זענען שוין דארט ....
סקימט טאקע נישט אריין דא
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 8:56 pm
דורך לעיקוואד
Sorry I can't write now yiddish
On the point for so condensed housing, why there is a difference from kj to lakewood
That is clearly the fault of the village/zoning board and there was election last week and in america there is a saying that elections speak, and most poeple in kj woted for status quo this and last time, which means poeple are ok with this type of housing.
In the whole US zoning issues is the biggest issue when it comes to local elections
I know you will say that the vote was not mamesh that and UM are anti-semites.. but if you read their campaign litreature you can see that their main problem is the way how the village handles the zoning and this type of issues, of course once the fire burns they will come up with all other garbage.
To prove my point, in Lakewood there is also "93 percent...." and you won't see such an anti-semitism in the county, (you will see some but not like in Upstate) because the township ruled by yidden are not doing what the village or town of ramapo is doing when the neighbors are so against it. You have to use common sense, you cant make in middle of country land a city
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 3:26 pm
דורך פשוט'ער אידל
מחותן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:חברון יוכיח וד"ל
איך ווייס באמת נישט וואס דאס מיינט, און איך קען באמת נישט קיין שום לה"ר אויפן בילדער, איך רעדט פשוט "מאמאטעמאטיק" און "סאציאלע" שפראך.
רוב קויפערס האבן צוויי אויגן אויף ביידע זייטען פינעם מוח.. פארוואס ניצען זיי נישט
לעיקוואד צו זען אז עס קאסט בכלל נישט אזוי טייער צו בויען.. און דערמיט אנהייבען צו לייגען קאמיונעטי פרעשור אז די דירות זאל ווערן ביליגער?!
דאס האט גארנישט מיט קיין פאליטיק, אדער מיט די עבר און די עתיד פינעם בילדער.. עס איז א יעצטיגע מציאות וואס שפילט זיך אפ בעפאר אונזער אויגן, און עס דארף הסבר..
WOW, איך בין געווארן שאקירט. גערעדט אין אפיס. כ'בין געווען זיכער די דעוועלעפערס פון די פראזשעקט בנינים געטא אין קרית יואל זענען עטוואס מער עפארדעבל, אבער וואס וואו ווען. זיי בעטן טאפ פרייז, 75000 דאון (כמעט %30) און גארנישט ווייניגער אין פרייז. (205$ א ס.פ.). איי, קוועטשסטעך צאם דעם עולם, הונדערטער מענטשן אויף 4 שטאקעדיגע קאמפלעקסן, נאופס, גארנישט ביליגער.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 3:40 pm
דורך שנאפס
מחותן עס איז זייער שווער צו רעדן פון די נושא אן אריינמישן פאליטיק, עס איז אפגעטיילט מיט א גאר דין בענדל
עס איז אזויווי דו ווילסט רעדן פון די טרייענגל קעגן איבער ת"ת ויואל משה אן דערמאנען בערי קליין, ס'איז פארקניפט און פארבינדן פון אנפאנג ביזן סוף
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 3:49 pm
דורך מחותן
שנאפס האט געשריבן:מחותן עס איז זייער שווער צו רעדן פון די נושא אן אריינמישן פאליטיק, עס איז אפגעטיילט מיט א גאר דין בענדל
עס איז אזויווי דו ווילסט רעדן פון די טרייענגל קעגן איבער ת"ת ויואל משה אן דערמאנען בערי קליין, ס'איז פארקניפט און פארבינדן פון אנפאנג ביזן סוף
דעמלאטס אראפ מיט די אשכול.
איך האב געטראכט אז מען קען יא, וויבאלד ערוואקסענע מענטשן דארפן קענענן רעדן פון אזא וויכטיגע נושא און זיך האלטען צום נושא.. און איך האב געטראכט אז עס איז ריין ביזנעס אישו.. גארנישט מיט פאליטיק.
אבער אז מען קען נישט איז נישט..
++++די אשכול איז פארשלאסן++++
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 3:54 pm
דורך מי יודע
מחותן האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:מחותן עס איז זייער שווער צו רעדן פון די נושא אן אריינמישן פאליטיק, עס איז אפגעטיילט מיט א גאר דין בענדל
עס איז אזויווי דו ווילסט רעדן פון די טרייענגל קעגן איבער ת"ת ויואל משה אן דערמאנען בערי קליין, ס'איז פארקניפט און פארבינדן פון אנפאנג ביזן סוף
דעמלאטס אראפ מיט די אשכול.
איך האב געטראכט אז מען קען יא, וויבאלד ערוואקסענע מענטשן דארפן קענענן רעדן פון אזא וויכטיגע נושא און זיך האלטען צום נושא.. און איך האב געטראכט אז עס איז ריין ביזנעס אישו.. גארנישט מיט פאליטיק.
אבער אז מען קען נישט איז נישט..
++++די אשכול איז פארשלאסן++++
אנטשולדיגט, די שלאס איז פארנומען ביי די אנדערע ק"י אשכול
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 3:57 pm
דורך שנאפס
און נעקסט איז דא נאך א אשכול אויף די רייע
מחותן פון מיין זייט קען די אשכול אפן זיין און מ'זאל זיך האלטן צום נושא, אבער למעשה ווי די היסטאריע האט געוויזן איז ממש אוממעגליך עס צו האלטן קלין חוץ אויב ווילסטו קיפן ביזי די אחראים