Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס איז די חילוק צווישן לעקוואד און קר"י? ....!!

זונטאג נובמבר 09, 2014 3:31 pm

לאמיר לייגען אין די זייט אלע זייטיגע פאליטישע אינטערסן. אויף די מינוט איז נישט דא קיין פארטיי אדער חסידות.., לאמיר רעדן די "פאקט בוך" שפראך..

___

דאס איז פון לעקוואד..
IMG-209.jpg
IMG-209.jpg (32.92 KiB) געזעהן געווארן 960 מאל


דאס איז פון קר"י.
Untitled209.png
Untitled209.png (86.74 KiB) געזעהן געווארן 960 מאל

Advertisement

זונטאג נובמבר 09, 2014 3:36 pm

דאס איז פון לעקוואד.. דאס קאסט 409 און איר באקימט א אויפגעפיקסטע בעיסמענט פאר א טענעט
IMG-209.jpg
IMG-209.jpg (32.92 KiB) געזעהן געווארן 943 מאל


דאס איז פון קר"י.. דאס קאסט 425 און איר באקימט א דירה בשתפות מיט נאך 8 מענטשן...
206.jpg
206.jpg (23.63 KiB) געזעהן געווארן 943 מאל

זונטאג נובמבר 09, 2014 3:49 pm

נעוואדע.. וואס איז די חידוש??? קרית יואל איז שוין לאאאנג ארויס פון די סטעידש ביליג...

זונטאג נובמבר 09, 2014 3:51 pm

איין גרויסע חילוק איז די וועטער,וואס ווי באקאנט איז אין לעיקוואד דא גאר שווערע און אומדערטרעגליכע היצן

זונטאג נובמבר 09, 2014 3:55 pm

איך ווייס נישט די סקווער פיס אין לעיקוואד, אער דארט באקומסטו א בערך 9 רום אפארטמענט און גרויסע שטובער און פריוואט מיט א אויפגעפיקסטע 5 רומיגע בעיסמענט פאר 40 טוזנט דאללער מער וואו א 6 רומיגע דירה אין קרית יואל

זונטאג נובמבר 09, 2014 3:57 pm

כ'ווייס טאקע נישט קיין חילוק פון די צוויי מקומות; יעדעס מאל איך פאר אריין אין לעיקוואוד צו אין ק"י פלאג איך מיר צו כאפן אין וועלעכע פון די צוויי שטעט כ'בין..

ערענסט גערעדט; כ'מיין מ'ברויך טוישן ס'קעפל צו: חילוק פון "דירות" פון ק"י און לעיקוואוד.

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:00 pm

כאפצעם האט געשריבן:ערענסט גערעדט; כ'מיין מ'ברויך טוישן ס'קעפל צו: חילוק פון "דירות" פון ק"י און לעיקוואוד.


נאופ, עס איז נישט קיין "דירות" פראבלעם, עס איז א מענטאלעטי פראבלעם אז מענטשן זענענן גרייט נאכ צו לויפן דעם בילדער אויפן זעלבן אויפן ווי מען איז נאכגעלאפן ווען מען האט געטיילט אומזינסט פעמפערס...!

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:00 pm

ווילסט וויסן די סיבה? איך האב מורא מען וועט עס אויסמעקן.
אבער א חלק שולד טראגט יעדער יחיד וואס קויפט א דירה אין ק"י, אין לעיקוואד האט זיך דער עולם אויסגעשפרייט, משא"כ אין ק"י וויל א אינגערמאן נישט הערן פון וואוינען אינדרויסן פון ק"י, ווען 200 אינגעלייט וואלט'ן געקויפט די עוועילעיבל הייזער אין בלומינג גראוו, וואלט די פרייז געפאלן, פארשטייט זיך אז די... וועלן אלעס טוען עס צושטערן, אריינגערעכנט מיט די געווער פון מוסדות, אבער איך וועל דא בלייבן שטיין, כדי די תגובה זאל האבן א קיום

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:03 pm

שלום אויש האט געשריבן:איין גרויסע חילוק איז די וועטער,וואס ווי באקאנט איז אין לעיקוואד דא גאר שווערע און אומדערטרעגליכע היצן


קוק אויף גוגל וועטער, און עס איז נישט מער ווי מעקס 5 דעגרי הייסער פון ק"י, און עס איז א בעסערע וועטער ווי די שטאט.

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:04 pm

לעיקוואד האט געשריבן: פארשטייט זיך אז די... וועלן אלעס טוען עס צושטערן, אריינגערעכנט מיט די געווער פון מוסדות,


די .... {וואע"מ} שטערן נישט, זיי שטעלן אפילו צו טראנספראטעשין אינדרויסן פון שטעטעל, קענסט נישט באשולדיגען די .... {וועא"מ} פארוואס די פרייזען שטייגען.

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:06 pm

אגב די פרייזן וואס די האסט געברענגט איז ביי רוב אירע דא איבערגעצאלט, און עס איז דא סאך בעסערע מציאות, און מער אין געגענט, (ד.מ. נענעטער צי סטאר'ס)

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:10 pm

מחותן האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: פארשטייט זיך אז די... וועלן אלעס טוען עס צושטערן, אריינגערעכנט מיט די געווער פון מוסדות,


די .... {וואע"מ} שטערן נישט, זיי שטעלן אפילו צו טראנספראטעשין אינדרויסן פון שטעטעל, קענסט נישט באשולדיגען די .... {וועא"מ} פארוואס די פרייזען שטייגען.


מען האט עטליכע יאר צוריק פרובירט צו סטאפ'ן די טראנפארטאציע, (איך רעד פון די גרעסטע) אוודאי איז געווען כלומר'שט גוטע סיבות. יעצט ווייס איך נישט, אבער איך ווייס פון ווען עס איז מיר געווען נוגע

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:11 pm

יעדער צאלט די זעלבע פרייז, די חילוק איז וויאזוי מ'צאלט עס, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:12 pm

פארוואס זעמיר אונז חסידים אזוי געלט גייציג?

אונז געמיר א סך אין אונז נעמיר א סך, איי געיס.

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:14 pm

עס בויעט זיך יעצט אין קר"י צוויי גרעסערע דעוועלעפמענטס קארלסבורג און געציל בערגער...

האט איינער עני הסבר פארוואס די צוויי בילדערס בעטען אזוי סאך געלט, בשעת מען זעט אין לעקוואד אז דאס עצם בויען קאסט בכלל נישט אזוי סאך... פארוואס פאלאנגט נישט דער עולם קיין ענטפערס?

האט נישט געלט קיין חשיבות אין קר"י? אדער איז דער עולם לואדעד אז עס גייט זיי נישט אן אז די בילדערס מאכען שבת אויף/פון זיי??

די בילדערס פארשטיי איך זייער גוט.. יעדער אין זייער פלאטץ וואלט געטיען די זעלבע, בפרט אז קיינער טאלענשט זיי נישט... אבער ווי זענענן די קויפער'ס?
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג נובמבר 09, 2014 4:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:14 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אגב די פרייזן וואס די האסט געברענגט איז ביי רוב אירע דא איבערגעצאלט, און עס איז דא סאך בעסערע מציאות, און מער אין געגענט, (ד.מ. נענעטער צי סטאר'ס)


נייע? אלטע? דעוועלאפמענטס? הייזעלעך? גיב מער דיטעילס'

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:17 pm

ניק ניק האט געשריבן:יעדער צאלט די זעלבע פרייז, די חילוק איז וויאזוי מ'צאלט עס, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.


אין לעיקוואד איז אלעס אין קאנטראקט ליגעל, אפילו די עפלייענסעס, סוי די חילוק איז נאך מער פון וואס עס שטייט דא

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:17 pm

מחותן האט געשריבן:עס בויעט זיך יעצט אין קר"י צוויי גרעסערע דעוועלעפמענטס קארלסבורג און געציל בערגער...

האט איינער עני הסבר פארוואס די צוויי בעטען אזוי סאך בשעת מען זעט אין לעקוואד אז דאס עצם בויען קאסט בכלל נישט אזוי סאך... פארוואס פאלאנגט נישט דער עולם קיין ענטפערס?

ווען א באלב ברענט זיך דיר אויס פרעגסטו פארוואס האסטו אויסגעברענט? ניין
פארוואס? ווייל דו רעדסט צו לאמפ
קיינער פרעגט נישט קיין קשיות ווען ס'איז נישטא ווער ס'זאל ענטפערן

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:21 pm

AHA האט געשריבן:פארוואס זעמיר אונז חסידים אזוי געלט גייציג?

אונז געמיר א סך אין אונז נעמיר א סך, איי געיס.

ביי אונז גייט די מעשה אזוי, ווער ס'קויפט א דירה, באקומט א ריבעיט ווען ער מאכט חתונה, מ'דארף נישט אויספילן קיין שום פארום, מ'באקומט עס אין פארום פון א טיי אווענט

ווי האט יענער געזאגט פאר זיין בילדער ווען ער האט מנדב געווען א ביהמ"ד: האסט געהערט כ'האב מנדב געווען א ביהמ"ד אין....

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:22 pm

מי יודע האט געשריבן:ווען א באלב ברענט זיך דיר אויס פרעגסטו פארוואס האסטו אויסגעברענט? ניין
פארוואס? ווייל דו רעדסט צו לאמפ
קיינער פרעגט נישט קיין קשיות ווען ס'איז נישטא ווער ס'זאל ענטפערן


עס איז געהעריג דא ווער עס זאל ענטפערן..! עס איז נאר נישט דא ווער עס זאל פרעגן..!

ביידע בילדערס וואוינען אין קר"י, זאל מען אנהיבען פרעגן/רעדן/טיען און עס וועט זיין תשובות.. די פלייערס און פרייזען פון לעיקוואד דארף יעדער אינגערמאן וואס וויל קויפן א דירה אין קר""י דורוך ליינען בעיון און גיין דערמיט צו זיין בילדער/חבר/שוואגער/שווער/טאטע און אנהייבען פרעגן פראגעס..
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג נובמבר 09, 2014 4:23 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:23 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אגב די פרייזן וואס די האסט געברענגט איז ביי רוב אירע דא איבערגעצאלט, און עס איז דא סאך בעסערע מציאות, און מער אין געגענט, (ד.מ. נענעטער צי סטאר'ס)


נייע? אלטע? דעוועלאפמענטס? הייזעלעך? גיב מער דיטעילס'



רוף א בראקער. קודם דארפסטו וויסן ווי עס איז גוט פאר דיר, עס איז אינוואלווד אסאך דיטעילס

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:24 pm

מחותן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:ווען א באלב ברענט זיך דיר אויס פרעגסטו פארוואס האסטו אויסגעברענט? ניין
פארוואס? ווייל דו רעדסט צו לאמפ
קיינער פרעגט נישט קיין קשיות ווען ס'איז נישטא ווער ס'זאל ענטפערן


עס איז געהעריג דא ווער עס זאל ענטפערן..! עס איז נאר נישט דא ווער עס זאל פרעגן..!

ביידע בילדערס וואוינען אין קר"י, זאל מען אנהיבען פרעגן/רעדן/טיען און עס וועט זיין תשובות.. די פלייערס און פרייזען פון לעיקוואד דארף יעדער אינגערמאן וואס וויל קויפן א דירה אין קר""י דורוך ליינען בעיון און גיין דערמיט צו זיין בילדער/חבר/שוואגער/שווער/טאטע און אנהייבען פרעגן פראגעס..

קאל מיך צוריק ווען ער האט א ענטפער חוץ די ענטפער אז דאס איז די סיסטעם

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:26 pm

די בויער איז כמעט נישט שולדיג, אז ער באצאלט פאר א לאט בעיסד אויף וויפיל הייזער ער קען דא בויען, וואס ווילסטו פון עם, ער האט געצאלט פאר די לאט וד"ל

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:27 pm

די תירוץ איז די זעלבע פארוואס אין מאנסי נעמט מען אויף דיקעיטאר 6-7 הונדערט אלפים פאר א קאנדא, ווען פאר די פרייז קעסנסטו האבן א פרייוועט הויז אין טשעסטנאט ריזדש,

לאקעישאן!

יא דאס איז די מציאות! חרדישע אידן צאהלן מער צו קענען וואוינען נאנט איינער צום צווייטן, צו וואוינען אין טשאלנ...כ'מיין אין געגענט, נאנט צום מיין מאמע שוויגער, שוהל ווי איך דאווען שבת.... פינטל

-----
דער עולם האקט,
שלח!

זונטאג נובמבר 09, 2014 4:28 pm

לעיקוואד האט געשריבן:די בויער איז כמעט נישט שולדיג, אז ער באצאלט פאר א לאט בעיסד אויף וויפיל הייזער ער קען דא בויען, וואס ווילסטו פון עם, ער האט געצאלט פאר די לאט וד"ל


נישט ריכטיג.. ביידע בילדערס האבן נישט געקויפט דא די לאט פינעם וועד/ווילעדיש..
שרייב א תגובה

Advertisement