בלאט 1 פון 3

פארקויפן די בנין אין וומסב"ג פאר'ן איד אדער פאר'ן גוי??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:35 pm
דורך מחותן
לאמיר אייך דערציילען א מעשה שלא היה, אבער ענליכע גייט פאסירען און עס האט שוין מן הסתם פאסירט,

ר' ברוך איז א איד אין די מיטעלע 50 יארען, א שטוב מיט קינדער ממש א ברכה צו מאכען כולום אהובים כולם ברורים, ער איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה, און ער האט צוויי שיעורים יעדן טאג, ער רעדט נישט אויס אינמיטען דאווענען, און ער איז בקי אין חסידישע ספרים, ביין זיין שבת טיש רעדט מען נישט קיין דברים בטלים, זיין סעלפאון האט נישט קיין פילטער וויבאלד ער האט בכלל נישט קיין סמארט פאון, אבילו די פאון וואס ער האט יא ברענגט ער בכלל נישט אריין אין ביהמ"ד ווען ער גייט דאוואנען, ער איז א נהנה מיגע כפו ער האט א אייגן געשפט מיט דריי ארבייטער, ער וועט ניטש צורירען צו א צווייטענס פרוטה, זיין ווארט איזא ווארט און מענטשן ווייסען אז זיין ווארט איז מער ווערט ווי גימפל'ס חתימה, ער האט אלץ געמאכט שיין פרנסה, נישט צופיל אבער גענוג אז ער זאל נישט דארפן אנקימען צו די שטאט און זיכער נישט צו קיין מענטשן.

אז מען זאגט די ווערטעל די עפל פארלט נישט ווייט פון בוים מיינט מען זיכער אונזער ר'ברוך, זיין מאמע שרה פונאדערגעשיידט - א אוישוויץ איבערלעבער - איז שוין נפטר געווארען עטליכע יאר צירוק בשעת איר איינציג זון - פון ווען זי האט כסדר געשעפט נאר נחת - שטייט צו ביי איר בעט, אבער זיין טאטע ר חיים האט נאך יא זוכה געווען צו א שיבה טובה און ער האט אנגעצויגען בדעה צלילה ביז א שמיץ אריבער די ניינציג, עטליכע חדשים צירוק האט זיך געמאכט א לונגען אנטצונדיג און פון דארט האבן זאכען אנגעהויבען גיין שנעל און ביז א קנאפע צוויי חדשים האט זיך ברוך דערזען א קיילעכדיגער יתום אן א טאטע מאמע.

אז מען לעבט ערליך שיקט השי"ת אריין פרנסה, זיין טאטע איז ווי געזאגט אויך געווען גאר א ערליכער און א נהנה מיגע כפו, און ער האט פארשטאנען אפצושאצען די מתנה וואס השי"ת האט אים געגעבן, ער האט געסעווט א פרוטה נאך א פרוטה ביז ער האט באוויזען צוזאם צו קראצען א פארמעגן, ער האט צוזאם געקליבען צוואנציג טויזענט דאלער.. א הון רב יענע יארען, און מיט די געלט האט זיך געקויפט א הייזקע אין הארץ פון וומסב"ג, די הייזקע האט געהאט געהאט פלאטץ פאר זיך און נאך דריי טעטענטס..

דאס לעבן שטייט נישט, דור הולך ודור בא, מען האלט שוין יעצט איבער פערציג יאר פון ווען ר' חיים הא געקויפט די הייזקע, ר חיים ווי געזאגט לעבט שוין נישט, ר ברוך האט אים געירשנ'ט און ער איז היינט דער תורה'דיגער און לעגאלער בעה"ב אויף זיינע חפצים צווישן זיי די הייזקע וואס ר' חיים האט געקויפט.

ר ברוך האלט שוין נאך חתונה מאכען דריי קינדער, און האט נאך א געזעמל קינדער אין שטוב אויפציציען און חתונה מאכען, און די מצב איז זייער זייער אנגעשטרענגט, ער איז אויסגעטרינקעט פון קעש עד פ"א, די געוועלב פארלאנגט א איבער בוי צו די היינטיגע סטאנדערט, אז נישט שטייט אים אויס צו פארלירען דאס געשעפט מענטשן וועלן מער נישט קויפן דארט, דאס אויפרישען די געשעפט דארף קאסטען איבער א מאה אלף, דא האט ער א כלה אין שטוב די פערדע קינד חתונה צו מאכען און עס קאסט אויך א 50 אלפים..

זיצענדיג איבער די חשבונות מיט זיין עקרת הבית גיטל שתחי' זאגט זי אים אז עס איז נישט דא קיין צוויי ברירות, מען וועט מיזען פארקויפן די ירושה די הייזקע אין הארץ פון וומסב"ג, דאס דארף זיכער אריינברענגן א שיינע אפותקי און פון די געלט וועט מען חתונה מאכען בכבוד, איבער בויען דאס געשעפט, און עס וועט נאך איבער בלייבען צו געבן א שטיקעל נדן פאר די קינדער.

ר ברוך האט געוויסט פון די עצה אבער לכתחילה האט ער נישט געהאלטען דערביי מכמה סיבות, די עיקר ווייל ער האט געוואלט האבן די רענט איננקאם פאר די שפעטערע יארען,
אבער אז עס איז נישט דא קיין ברירה איז נישט דא קיין ברירה, ער פילט זיך ממש דערשטיקט, אבער הערענדיג נאכאמאל פון זיין ווייב די עצה האט ער באשלאסן זיך צו גיין באראטען מיט זיין רבי'ן, ווי באוויסט א חסידישער איד טוט גארנישט בעפאר ער פרעגט א גיטען איד, און זיכער אזא איד ווי ר ברוך וועט נישט מאכען אזא דעסישען אן פרעגן זיין רבי'ן.

צו מאכען א לאנגע מעשה קורץ עמער איבער היפען די נישט וויכטיגע פרטים ווען און ווי אזוי ר ברוך איז אריין צום רבי'ן און ווי ער ער האט זיך געגרייט מיט א ציטער אריינצוגיין למעון קדשו,

ר ברוך האט אויסגעשמיסעט אלע צדדים, די רבי האט אים מיט א שמייכעל גערעכט געגעבן פאר זיין ווייב און אים געהייסן פארקויפן זיין טאטעס ירושה,
מיט א לייכט געמיט איז ר ברוך ארויס פון רבי'ס שטוב גייענדיג ציורק צירוק ציווועגס בדרך כבוד, און מיט א קיש אויף די מזוזה האט ער פארלאזט דעם רבי'ס הויז מיט א פעסטע החלטה שוין זיך אריינצולייגען אינעם נושא און זיכען א קונה פאר די בנין.

ר ברוך האט א חבר פנחס, וואס טוט אין ריעל עסטעיט {זיין מהלך החיים איז נישט קיין קיין נפק"מ צו אינזער מעשה דא} ער האט אים אנגעריפן און געפרעגט צו ער קען אים פארשאפן א קונה,
פנחס האט אים קורץ און שארף גענעפערט: איך קען דיר מארגען האבן צוויי קויפער'ס דערויף און ביידע קענענן גלייך געבן א דיפאזיט און קלאזען אין צען טאג..
איין קונה איז א איד וואס פאר אים איז די מארקעט פרייז צוויי מיליאן דאלער.. איך האב א טשייניזע גוי וואס קען דיר געבן 1.2 מער ווי דעם איד.. ר פנחס לייגט צו אז וויבאלד עס איז נישט קיין 1035 עקסטענטיש זאל ער רעכענענן אז 35% פינעם ריווח גייט גיין פאר די גארווארמענט..

ר ברוך איז געווארן פאלוירען און איז אין א דילעמע... זאל ער פארקויפן די בנין אין הארץ פון וומסב"ג פאר'ן איד אדער פאר'ן גוי???

איר קענט אים העלפן?? {משום מעשה שהיה קען ער נישט פרעגן די שאלה זיין רבין}

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:43 pm
דורך שמן זית
עס איז דא סברות לכאן ולכאן,
סברא א' פארקויפן פארן איד, ער וועט מאכן 2 מיליאן, און מנדב זיין 1.2 פאר אידישקייט בעיקבתא דמשיחא וואס איז שטארק ווערט,
און אויב פארקויפט עס פארן גוי, ווער ווייסט וויפיל חורבנות עס קען ברענגען, און ער קען עס יעצט מונע זיין פאר 1.2 וואס דעמאלט וועט 10 מיליאן אויך נישט העלפן,

סברא ב' פארקויפן פארן גוי און מאכן געלט, און בעטן אז עס זאל ארויסקומען קיין מכשולות,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:46 pm
דורך משה יענקל
שמן זית האט געשריבן:עס איז דא סברות לכאן ולכאן,
סברא א' פארקויפן פארן איד, ער וועט מאכן 2 מיליאן, און מנדב זיין 1.2 פאר אידישקייט בעיקבתא דמשיחא וואס איז שטארק ווערט,
און אויב פארקויפט עס פארן גוי, ווער ווייסט וויפיל חורבנות עס קען ברענגען, און ער קען עס יעצט מונע זיין פאר 1.2 וואס דעמאלט וועט 10 מיליאן אויך נישט העלפן,

סברא ב' פארקויפן פארן גוי און מאכן געלט, און בעטן אז עס זאל ארויסקומען קיין מכשולות,

;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:12 pm
דורך שוועמל
כבר היה לעולמים.
האדמור מהרי"י מסאטמאר האט צוריקגעשיקט געלט פאר א נדבן צוליבן פארקויפן פאר א גוי.

#מעשה רב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:15 pm
דורך דמתה לתמר
ער זאל זיך צום ערשטען אריין נעמען און קאפ אריין אז כל עניני העולם נסיונות הם לאדם וועט אים זיין לייכטער די שאלה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:19 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
כ'פארשטיי נישט וואס דא טוט זיך?? ער האט דאך א רבי'ן קען ער נישט דאס אויך פרעגן ביים רבי'ן?
איז ער גלויביג אדער נישט??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:20 pm
דורך יאנקעלע קליגער
יא רבותי !
ס'זאגט זיך גרינג אויף יענעם'ס חשבון!
ווי זאגט נאר יענער ?ווען די נסיון וואלט נישט געווען מיינער וואלט איך עס אויך בייגעשטאנען!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:22 pm
דורך בנימין הלוי
ווי קען איך רעדן פאר יענעם? איך וואלט עס פארקויפט פאר'ן גוי אבער פאר יענעם צו זאגן? אדרבה זאל ער ביישטיין דעם נסיון איך זאג גארנישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:26 pm
דורך ענדע צדיק!
מחותן האט געשריבן:איר קענט אים העלפן?? ניין צוליב וואס {משום מעשה שהיה קען ער נישט פרעגן די שאלה זיין רבין}

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:31 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
צוויי עפיזאדן וואס קענען אפשר ווארפן א ליכט אויף נושא דינן;

1) מ'פארציילט אז דער הייליגער דברי חיים זצוק"ל האט אמאל געפרעגט א איד וואס טוסטו אויב טרעפסטו אן אנגעפולטן טייסטער געלט אינמיטן שבת? וועסטו עס נעמען? האט יענער גענטפערט "ח"ו!!" האט איהם דער דברי חיים גענטפערט ביסט א שוטה.
נאכדעם האט ער געפרעגט א צווייטן, האט יענער גענטפערט כ'וועל עס נעמען האט איהם דער ד"ח געזאגט ביסט א שגץ.
דער דריטער האט גענטפערט כ'ווייס נישט צו כ'וועל קענען ביישטיין די נסיון כ'האף אז יא, האט דער ד"ח געזאגט דאס הייסט א חכם!

2)אן עושר איז אריין ישיבה זוכן אן איידעם, האט ער געפרעגט א בחור דעם אויבנדערמאנטן שאלה פונעם ד"ח, און די תשובות אויך בערך ווי אויבנדערמאנט דער לעצטער האט איהם גענטפערט; "אויב טרעף איך אזא בערזעל, דארף איך דיר האבן???"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:38 pm
דורך איפה פייביש
א שווערע שאלה איך וויס נישט וואס איך וואלט געטוהן, נישט געוואט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:11 pm
דורך SPUSMN
אויב מיט עס פארקויפען פארען גוי וועט ער חרוב מאכען די שטאט, איז פשוט אז ער זאל עס נישט טוהן, און זאל אפילו נישט גיין פרעגען זיין רבי"ן ווייל אויב זיין רבי וועט אים זאגען אז ער זאל אזוי טוהן, זאל ער שנעל זיכען א נייעם רבי"ן.

אויב אבער מיטען פארקויפען מאכט ער נישט חרוב דער שטאט אבער עס איז דא אנדערע ספיקות בדבר וואס האט סברות לכאן וסברות לכאן, דענמאלט ווערט עס א שאלה וואס מען דארף פרעגען און דורך שמועסען אויב עס איז אויס געהאלטען.

אויב ארטיסטען זאלען מיר אפערען צעהן מאל דער אידישער פרייז פאר מיין דירה, קומט דען אין באטראכט עס זיי צו פארקויפען? אוודאי נישט; מען פארקויפט נישט דער נשמה פאר געלט; נישט קיין חילוק "וויפיל" געלט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:13 pm
דורך מנוחה ושמחה
אוי רבוש''ע!
הלואי אויף מיר אזעלכע שאלות!
נישט אז מיין טאטע זאל חלילה שטארבן.
יו געט די פוינט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:13 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
SPUSMN האט געשריבן:אויב מיט עס פארקויפען פארען גוי וועט ער חרוב מאכען די שטאט, איז פשוט אז ער זאל עס נישט טוהן, און זאל אפילו נישט גיין פרעגען זיין רבי"ן ווייל אויב זיין רבי וועט אים זאגען אז ער זאל אזוי טוהן, זאל ער שנעל זיכען א נייעם רבי"ן.

אויב אבער מיטען פארקויפען מאכט ער נישט חרוב דער שטאט אבער עס איז דא אנדערע ספיקות בדבר וואס האט סברות לכאן וסברות לכאן, דענמאלט ווערט עס א שאלה וואס מען דארף פרעגען און דורך שמועסען אויב עס איז אויס געהאלטען.

אויב ארטיסטען זאלען מיר אפערען צעהן מאל דער אידישער פרייז פאר מיין דירה, קומט דען אין באטראכט עס זיי צו פארקויפען? אוודאי נישט; מען פארקויפט נישט דער נשמה פאר געלט; נישט קיין חילוק "וויפיל" געלט.

נו וואס איז די אלע "אויב'ס"
זאג וואס דו האלטסט מ'זאל טוהן "אויב" מ'האלט ביי אזא מצב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:16 pm
דורך SPUSMN
קלאר אז נישט, און אזוי האב איך געוואוט (דער 14'טער וואוט).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:19 pm
דורך SPUSMN
מנוחה ושמחה האט געשריבן:אוי רבוש''ע!
הלואי אויף מיר אזעלכע שאלות!
נישט אז מיין טאטע זאל חלילה שטארבן.
יו געט די פוינט!

דער וואס האט א הויז האט א מארטגעדז (וואס ער דארף באצאלען צו ער האט יא צו נישט), זיי אים נישט מקנא. נישט יעדער האט געירש'ענט א הויז; מחותן שרייבט דאך אז עס איז מעשה "שלא" היה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:21 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
SPUSMN האט געשריבן:אויב מיט עס פארקויפען פארען גוי וועט ער חרוב מאכען די שטאט, איז פשוט אז ער זאל עס נישט טוהן, און זאל אפילו נישט גיין פרעגען זיין רבי"ן ווייל אויב זיין רבי וועט אים זאגען אז ער זאל אזוי טוהן, זאל ער שנעל זיכען א נייעם רבי"ן.

אויב אבער מיטען פארקויפען מאכט ער נישט חרוב דער שטאט אבער עס איז דא אנדערע ספיקות בדבר וואס האט סברות לכאן וסברות לכאן, דענמאלט ווערט עס א שאלה וואס מען דארף פרעגען און דורך שמועסען אויב עס איז אויס געהאלטען.

אויב ארטיסטען זאלען מיר אפערען צעהן מאל דער אידישער פרייז פאר מיין דירה, קומט דען אין באטראכט עס זיי צו פארקויפען? אוודאי נישט; מען פארקויפט נישט דער נשמה פאר געלט; נישט קיין חילוק "וויפיל" געלט.

געהערט א עושר זיך אפרעדן אז ס'רעגנט אריין אין איינע פון זיינע בילדונגס, האבן איך איהם געזאגט אין "מיינע" בילדונגס רעגנט קיינמאל נישט אריין....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:23 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
אנטשולדיגט ציטירט אן אומריכטיגן תגובה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:26 pm
דורך SPUSMN
מען קען עס פארעכטען און ציטירען די ריכטיגע תגובה. דריק "פארריכט".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:31 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
און וואס דריק איך נאכדעם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:41 pm
דורך SPUSMN
עפענט זיך אויף דער אלטע תגובה, און מען קען טוישען דער נאמען, די ווערטער וכו'.

אויב צו שווער איז פארגעט אבאוט איט, אדער בעהט א מנהל/אחראי.

זעהט אויס אז ביזט ניי דא, (און נישט א צווייטע ניק פון א אלטע מעמבער דא). איז אנטשולדיקטס פארען נישט זיין אזוי העפליך. שלום עליכם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
איך פארשטיי זייער גוט די נסיון. און כ'האף אז כ'וואלט געקענט ביישטיין. און כ'בעט דעם אויבערשטען ואל תביאנו לידי נסיון.

אבער וואס כ'קען נישט פארשטיין, די וואס האבן געוועלט אז יענער זאל פארקויפן! האסט דאך נישט די נסיון, קענסטו דאך קוקען מיט א "אידישע בליק", ווי אזוי קענסטו זאגען ער זאל עס פארקויפן??

חוץ, אויב האלסטו אז עס איז א טובה אז די שטאט גייט אונטער, אדער אז דו האסט געשריבן "לויט יענעמ'ס פקעספעקטיוו" וואס האט יא די נסיון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:52 pm
דורך SPUSMN
און בארא פארק איז עס זייער אקטועל, פון 11'טע עוועניו און אראפ, קויפען די כינעזער אלעס אפ, און ס'דא וואס פארקויפען פאר די כינעזער וואס צאלען מער ווי דער איד. אין מיינע אויגען איז עס זייער זייער נישט אויס געהאלטען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:02 pm
דורך מילכיגער
איך האב געוואוט פאר פארקויפן פארן גוי. פשוט ווייל דאס איז וואס איך וואלט מסתם געטון און וואס יעדער חוץ א צדיק נשגב ונורא שליט"א וואלט ווען געטון.

אה, סארי, די שאלה איז געווען וואס "ער" זאל טון? זיכער נאר פאר אידן אבער איך קען שוין נישט טוישן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:06 pm
דורך מעקל
שוועמל האט געשריבן:כבר היה לעולמים.
האדמור מהרי"י מסאטמאר האט צוריקגעשיקט געלט פאר א נדבן צוליבן פארקויפן פאר א גוי.

#מעשה רב

לויט ווי איך האב געהערט איז דאס א רומער צו באשמיצן דעם נדבן, די שיינע נדבה איז יא גענימען גיווארן