בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:08 pm
דורך בנימין הלוי
שאמאלייכעם מעקל
קומט אריין דא viewtopic.php?f=1&t=3&start=2775 אפנעמן שלום ביים עולם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:26 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
יעצט געזען די רעזולטאטן פון די שטימען, א קידוש השם, א נחת זיך צו געפינען מיט אזויפיל היימישע יודן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:28 pm
דורך פטר חמור
איך זעה נישט קיין שום היתר צו פארקויפן א הויז אינמיטן שטאט פאר א גוי, ווען עס איז ברור אז עס ברענגט אראפ די שטאט.

אבער איך האלט אז איך פערזענליך וואלט קיינמאל נישט בייגעשטאנען אזא נסיון און עס יא פארקויפט, ב"ה אז כ'האב נישט די נסיון. (כ'מיין... כ'זאל יא האבן בנינים, אבער עס נישט דארפן פארקויפן...)

עס קומט אבער אריין אז "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו" אז מען האט אים געשיקט די נסיון האט מען מיטגעשיקט די כוחות הנפש עס בייצושטיין. אפילו איך פארשטיי אז עס איז ביטער שווער.

אבער ווי געזאגט, איך קען נישט דן זיין ווייל איך וואלט מסתם דורכגעפאלען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:31 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
פטר חמור האט געשריבן:איך זעה נישט קיין שום היתר צו פארקויפן א הויז אינמיטן שטאט פאר א גוי, ווען עס איז ברור אז עס ברענגט אראפ די שטאט.

אבער איך האלט אז איך פערזענליך וואלט קיינמאל נישט בייגעשטאנען אזא נסיון און עס יא פארקויפט, ב"ה אז כ'האב נישט די נסיון. (כ'מיין... כ'זאל יא האבן בנינים, אבער עס נישט דארפן פארקויפן...)

עס קומט אבער אריין אז "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו" אז מען האט אים געשיקט די נסיון האט מען מיטגעשיקט די כוחות הנפש עס בייצושטיין. אפילו איך פארשטיי אז עס איז ביטער שווער.

אבער ווי געזאגט, איך קען נישט דן זיין ווייל איך וואלט מסתם דורכגעפאלען.

פון איין זייט אזוי אמת'דיג, אבער ווייטאגליך צו זעהן ווי א מענטש איז סותר זיינע אייגענע ווערטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:32 pm
דורך שמעלקא טויב
כ'מאך קיינעם נישט אוועק, אבער וויאזוי קען איך וואוטן אויף יענעם'ס חשבון????

קודם זאל איך ארבייטן אויף מיינע נסיונות, ווען כ'על פארטיג ווערן וועלעך שוין מילא נישט קענען ארבייטן אויף יענעם'ס...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:33 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'מאך קיינעם נישט אוועק, אבער וויאזוי קען איך וואוטן אויף יענעם'ס חשבון????

קודם זאל איך ארבייטן אויף מיינע נסיונות, ווען כ'על פארטיג ווערן וועלעך שוין מילא נישט קענען ארבייטן אויף יענעם'ס...

נעם אין באטראכט כאילו יענער וועט באשליסן לויט ווי די שטימען וועלן באשליסן און דו וועסט האבן א חלק אין ראטעווען וומסב"ג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:37 pm
דורך יחזקאלע
קודם כל הרב מחותן, איך האב זייער הנאה געהאט פין די דעסקריפשאן אויף דעם טיפישן 50 יעריגן איד...
והשנית, זאכן מאכן אביסעלע נישט קיין סענס, ווייל אויב איז ס'געוועלבל ווערט דורכצגיין א רענאוואציע פין 100 אלפים, און דאדורך וועט עס בעז"ה קענען ברענגען פרנסה, איז נישט דא קיין שום זין צי פארקויפן דאס הויז, פארן איבערבויען, קען מען נעמען א ביזנעס לאון און עס צוביסלעך צירוקצאלן פין די ביזנעס און די זעלבע זאך איז מיטן חתונה מאכן איך וואלט ליבערשט געבארגט די פאר טאלער, סוכ"ס רעדט מען דאך פין א אויסגעצאלטע הייזקע מיט דריי פיר טענענט'ס וואס קאסט נישט קיין סאך אויפצוהאלטן, במילא אין ארדער ארויסצוברענגען דיין פאוינט פאדערט זיך צי טוישן אביסל די פאקטן, וואס טוט זיך ווען יענער האט שוואך פרנסה, א מארגעדזש אויף די הויז דערצי, איינס מאסימום צוויי טענט'ס, דאנסמאל ווערט א שאלה אבער אין דיין מעשה איז קיין שום ספק נישט אז איך וואלט גע'פסק'נט: נישט פארקויפן!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:41 pm
דורך חיים של פרנסה
געהערט פון א גרויסן היימישן ביליאנער:
איך האב קיינמאל נישט גענומען א פראפערטי וואס אידן האבן דורכדעם צער, מען קען נישט מצליח זיין פון דעם.

לענינינו, ער וואלט גע'עצה'ט צו פארקויפן דעם הויז פאר א איד, און גיי קויף נאך עפעס אין מאנהעטן השי"ת וועט דיר דארט משלים זיין די איבריגע.

הלכה פסוקה אז עס איז אסור.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:44 pm
דורך נא_שכל
עס איז א קלארע הלכה אין גמ' ונפסק בש"ע אז מען טאר נישט פארקויפן באופן אז דריי נישט-אידן גייען זיך דארט אריינזעצען.
לא ימכור ולא ישכיר לג' עובדי כוכבים ביחד, בשכונות היהודים. אבל לאחד או לשנים, מותר למכור או להשכיר כל מה שירצה, ולא חיישינן שמא ימכור או ישכיר הוא לאחרים (שולחן ערוך יורה דעה סימן קנא סעיף ט).
, און דער איסור פון פארקויפן פאר זיי איז ווילאנג
שום ישראל נשאר סמוך להם (לשון הסמ"ג עשה מ"ח)


און חוץ פון דעם איז עס א ברי היזיקא פאר אלע שכינים און מדין גרמא בנזיקין איז עס אסור, דהיינו מען רוקט ארויף די שטייער פון אלא ארומיגע מיט אפאר אלפים א יאר. ער מאכט טאקע אפאר דאלאר מער אבער אלא זיינע שכינים וואס בלייבן דארט האבן שאדן, ולא אתי הרווחה שלו ודוחה הפסד של אחרים.

ווי אויך ווערט מבואר לאיסור אין שלחן ערוך (חו"מ סי' קע"ה סעי' מ') אפילו פאר 1 גוי, חוץ אויב ער איז זיך מקבל צו באצאלען אלע היזיקים וואס גייט ארויסקומען אדורך דער מכירה. און דער איסור איז אפילו ווען ער מאכט שאדן נאר פאר 1 איד, כל שכן ווען ער מאכט שאדן פאר א רבים הן בגשמיות והן ברוחניות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:45 pm
דורך SPUSMN
חיים של פרנסה האט געשריבן:געהערט פון א גרויסן היימישן ביליאנער:
איך האב קיינמאל נישט גענומען א פראפערטי וואס אידן האבן דורכדעם צער, מען קען נישט מצליח זיין פון דעם...

געהערט אמאל אז פארוואס הערט מען נישט אז א היימישער זאל געווינען די לאטערי; ווייל דער אייבערשטער וויל נישט וויי טוהן אזוי פיל אידען אויף איין מאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 5:47 pm
דורך ענדע צדיק!
SPUSMN האט געשריבן:
חיים של פרנסה האט געשריבן:געהערט פון א גרויסן היימישן ביליאנער:
איך האב קיינמאל נישט גענומען א פראפערטי וואס אידן האבן דורכדעם צער, מען קען נישט מצליח זיין פון דעם...

געהערט אמאל אז פארוואס הערט מען נישט אז א היימישער זאל געווינען די לאטערי; ווייל דער אייבערשטער וויל נישט וויי טוהן אזוי פיל אידען אויף איין מאל.

;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:02 pm
דורך מילכיגער
פארגעסן צו באדאנקען דעם פותח מחותן פאר די געלונגענע ברעין סטארמינג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:04 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
געווען איינער א מוצלחדיגע ביזנעס מאן וואס האט פארקויפט קאנדאס א גאנצע בילדונג פאר גוים אין וומסב"ג פון דעמאלטס האט ער אנגעהויבן גיין בארג אראפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:11 pm
דורך בנימין הלוי
מילכיגער האט געשריבן:פארגעסן צו באדאנקען דעם פותח מחותן פאר די געלונגענע ברעין סטארמינג

טיפיקל מחותן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:13 pm
דורך יאנקעלע קליגער
טאקע א דאנק פארן מחותן פארן אונז האלטען פארנומען
אז דער עולם זאלנישט איינשלאפען דא
ביז היצט איז דאך געווען די וואלן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:18 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:טאקע א דאנק פארן מחותן פארן אונז האלטען פארנומען
אז דער עולם זאלנישט איינשלאפען דא
ביז היצט איז דאך געווען די וואלן

צו גראב ארויסגעברענגט
ביידי וועי איך שטעל איך מיך פאר אז ווען אלע ניק'ס גייען ווען ארום אין גאס מיט זייער ניק אויפן רעקל, וועט זיין צום לאכן וואס די אלע געביגלטע אינטעליגענטע ביזנעס לייט טוען אין אפיס צווישן פיר ווענט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:20 pm
דורך געלעגער
מילכיגער האט געשריבן:איך האב געוואוט פאר פארקויפן פארן גוי. פשוט ווייל דאס איז וואס איך וואלט מסתם געטון און וואס יעדער חוץ א צדיק נשגב ונורא שליט"א וואלט ווען געטון.

אה, סארי, די שאלה איז געווען וואס "ער" זאל טון? זיכער נאר פאר אידן אבער איך קען שוין נישט טוישן...

אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל, ממש דאס געוואלט זאגן. יענער זאל חלילה נישט פארקויפן פארן גוי אבער איך...?? ווייסטעך ס'איז אזויפיל געלט דערלייגן? ס'איז זיכער מותר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 7:57 pm
דורך moneyMINDED
פאול

ווילאנג וועט נעמען אז אין וויליאמסבורג וועט דער עולם גולם זיך נעמען פארקויפן פאר גוים אזאש וואס איז געווארן פוו 9th ave ביז 11th ave.
?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:01 pm
דורך זאכליך
איך האב געוואט פארן גוי פאר 2 סיבות.

1. פונקט ווי ביי וחי אחיך עמך אויב די איד איז טייערער מעג מען גיין צום גוי. אזוי אויך ביי אינזער משל איז דא א לימיט ביז וויפל מען דארף מוותר זיין אז ס'זאל גיין פאר א איד, נאכדערצו ווען די איד צאלט ווייניגער ווי די מארקעט פרייז איז עס דאך א שאלה פון אונאה.

מיט 1.2 מיליאן דאלער איז אים גענוג צו חתונה מאכן אלע זיינע קינדער, און ס'בלייבט אים נאך איבער שריים...

2. ווי לכתחילה האט ערווענט, איז א מצווה צו זעהן אז דער עולם זאל אוועקמאפן פון ווילאמסבורג, אזויפיל משפחות האבן נישט קיין געלט צום לעבן ווייל מ'מיז צאלן די טייערע רענט (וואס איז באמת ביליג אקעגן די מארקעט אין די געגענטער ארום), אזויפיל געלט גייט לטמיון פאר פיצעלע לעכעלעך.

לאמיר מאכן א חשבון. ס'דא איבער צען טויזענט משפחות אין וויליאמפעסט, ס'דא וואס צאלן איבער נאר 2 3 הונדרעט דאלער אבער ס'דא וואס צאלן איבער מיט טויזענט דאלער, לאמיר מאכן אן עוורידזש פון 400 דאלער

10,000 * 400 * 12 חדשים = 48,000,000.00
אכט און פערציג מיליאן דאלער גייט יעדע יאר און גארביטש!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:09 pm
דורך פשוט'ער אידל
זאכליך האט געשריבן:איז א מצווה צו זעהן אז דער עולם זאל אוועקמאפן פון ווילאמסבורג



כ'האף נאר אז מיין וומס"ג לענדלארד וועט נישט נענש ווערן פארן נישט הייבן דראמאטיש די רענט צוצוהעלפן די מצוה...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:38 pm
דורך ווישוואש
געלעגער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:איך האב געוואוט פאר פארקויפן פארן גוי. פשוט ווייל דאס איז וואס איך וואלט מסתם געטון און וואס יעדער חוץ א צדיק נשגב ונורא שליט"א וואלט ווען געטון.

אה, סארי, די שאלה איז געווען וואס "ער" זאל טון? זיכער נאר פאר אידן אבער איך קען שוין נישט טוישן...

אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל, ממש דאס געוואלט זאגן. יענער זאל חלילה נישט פארקויפן פארן גוי אבער איך...?? ווייסטעך ס'איז אזויפיל געלט דערלייגן? ס'איז זיכער מותר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 10:19 pm
דורך אינוועסטער
איך האב אים א פשוטע עצה, ער זאל ווארטן רואיג און זוכן א יוד וואס איז יא גרייט צו צאלן דעם מארקעט פרייז מיט א שמוץ אריבער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 10:29 pm
דורך וימאןX3
זאכליך,

סתם פאר נייגעריגקייט, האסט אליין געפאסקנט אדער דאס איז דו דעת תורה??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 10:41 pm
דורך וימאןX3
בושת און חרפות....

דער עולם וואוט פאר א לכתחילה א קעגן אן הלכה... און דאס איז די מערהייט(דערווייל)?????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 10:55 pm
דורך לוי יצחק
אין בארא פארק איז געווען א ווייטאגליכע מעשה.

א איד, אן אמעריקאנער פשוטער איד, האט געוואלט זיך אריבערציען קיין לעיקוואוד זיין נעבן די קינדער. ער האט געוואוינט אין די געגענט וואו די כינעזער רוקן זיך אריין. ער האט געהאט עטליכע אפפערס פון כינעזער פאר מער געלט, אבער והוא באחת, ער גייט נישט אונטערברענגען די געגענד צוליב אפאר דאללער, ער וויל נאר פארקויפן פאר א איד, אפילו פאר ביליגער.

ס'האט זיך אים געמאכט א קונה, ער האט פארקויפט פארן ביליגע פרייז, ס'נישט אריבער קיין וואך און דער הויז איז געווען ביים כינעזער פארן בויכן פרייז!!

!!!!!!!!!