הייסע וואלן ביי אידישע אידן
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 4:46 pm
עס קאכט און עס זידט
ס'שטורעמט און ס'בריהט
ס'טוט זיך אויף בענק און אויף טישן
יעדער איינער מוז זיך מישן
וועמען צו שטעלן אויפן פאסטן
אז די אייגענע טאש זאל עס ווינציג קאסטן
ווער האט מער שייכות צו טעגלאש
און ווער ווידער צו גרויס הוידא-נאנאש
ווער וועט אונז בויען גרעסערע סוכות
און ווער אונז נאר ארומפירן מיט שטיקעס
ווער פארשטייט צו געזעץ בעסער
און ווער איז און מעשים טויגליכער און גרעסער
ווער מיינט עס מיט הארץ אמת און וואר
און ווער פאפט אונז ארום קלאר
ווער מישט זיך ווי ער טוט נישט באלאנגען
און ווער האלט ערשט פארן אנפאנגען
א דילעמע א שווערע דאגה
אן ערנסטע פראגע
פארשטייען דערינען אלע גרויס ביז קליין
אויך די נאך מיט די קינדער ציין
ברויכן מיר נאר וויסן
נישט ווערן דערפאר צוריסן
נישט פירן קיין חשבונות
קיין שגגות מיט קיין זדונות
ס'איז נישט ווערט
זיך רייסן ביי די בערד
איבער לופט און הבל
כבוד רוהם און זבל
ליעבן מיר זאלן תמיד
האלטן בלבינו צמיד
יעדן אידן אן אויסנאם
זיך האלטן מיט אלע צוזאם
נישט לאזן זיך פארפירן
פון מידות טובות זיך נישט אוועקרירן
יעדן איד פארגינען
האבן ביי די תפילות אינזינען
זאלן זיי האבן כל טוב וטוב
ברכה והצלחה און נחת לרוב
שכל דעת ובינה
בביתם עושר ורינה
שלום ושלוה בארמנותם
חדוה וגילה על שפתותם
זייין געזונט בכל איברים וגידין
לעבן רואיג און צופרידן
אורה ושמחה ליהודין
דבוק זיין מיט ערליכע אידן
וועט אונזער פאטער הימל אונז באגיסן
מיט שפע רב פון אלעם זיסן
א ישועה שלימה בקרוב
אויף בויען סוכת דוד החרוב.
יא מיר טוען אלע וועלן און שטימען
עס זאל שוין די לאנג געגארטע מינוט אנקומען, ווען יתגדל ויתקדש שמי' רבא!
ס'שטורעמט און ס'בריהט
ס'טוט זיך אויף בענק און אויף טישן
יעדער איינער מוז זיך מישן
וועמען צו שטעלן אויפן פאסטן
אז די אייגענע טאש זאל עס ווינציג קאסטן
ווער האט מער שייכות צו טעגלאש
און ווער ווידער צו גרויס הוידא-נאנאש
ווער וועט אונז בויען גרעסערע סוכות
און ווער אונז נאר ארומפירן מיט שטיקעס
ווער פארשטייט צו געזעץ בעסער
און ווער איז און מעשים טויגליכער און גרעסער
ווער מיינט עס מיט הארץ אמת און וואר
און ווער פאפט אונז ארום קלאר
ווער מישט זיך ווי ער טוט נישט באלאנגען
און ווער האלט ערשט פארן אנפאנגען
א דילעמע א שווערע דאגה
אן ערנסטע פראגע
פארשטייען דערינען אלע גרויס ביז קליין
אויך די נאך מיט די קינדער ציין
ברויכן מיר נאר וויסן
נישט ווערן דערפאר צוריסן
נישט פירן קיין חשבונות
קיין שגגות מיט קיין זדונות
ס'איז נישט ווערט
זיך רייסן ביי די בערד
איבער לופט און הבל
כבוד רוהם און זבל
ליעבן מיר זאלן תמיד
האלטן בלבינו צמיד
יעדן אידן אן אויסנאם
זיך האלטן מיט אלע צוזאם
נישט לאזן זיך פארפירן
פון מידות טובות זיך נישט אוועקרירן
יעדן איד פארגינען
האבן ביי די תפילות אינזינען
זאלן זיי האבן כל טוב וטוב
ברכה והצלחה און נחת לרוב
שכל דעת ובינה
בביתם עושר ורינה
שלום ושלוה בארמנותם
חדוה וגילה על שפתותם
זייין געזונט בכל איברים וגידין
לעבן רואיג און צופרידן
אורה ושמחה ליהודין
דבוק זיין מיט ערליכע אידן
וועט אונזער פאטער הימל אונז באגיסן
מיט שפע רב פון אלעם זיסן
א ישועה שלימה בקרוב
אויף בויען סוכת דוד החרוב.
יא מיר טוען אלע וועלן און שטימען
עס זאל שוין די לאנג געגארטע מינוט אנקומען, ווען יתגדל ויתקדש שמי' רבא!