וואו האלט אונזער מצב היינט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

וואו האלט אונזער מצב היינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

שלום עליכם מיינע פריינט, און אמתן בין איך א פרעמדער דא איך בליק נאר אריין פון צייט צי צייט אבער היינט האב איך געפילט אז איך דארף ערגעץ ארויסקומען ווי מזאל מיר הערן ממילא קום איך דא און איך בעט ענק שרייטץ מיר נישט אן נאר לאמער עס צוזאמען דעבאטירן,

אריין קוקענדיג נעכטן און חומש רשי האב איך מיר אוודאי באגעגענט מיט א לאנגע סדרה ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר נח אז עס גייט קומען א מבול קץ כל בשר בא לפני פארוואס כי השחית כל בשר און נאכדעם זאגט ער כי מלאה הארץ חמס וואס רשי זאגט אז ביי דעם איז נישט דא קיין חילוק און די מבול וועט פארלענדן סיי גוטע און סיי שלעכטע, סאיז פארגעקומען א מוראדיגע השחתה און יענעם דור עבודה זרה און גילו עריות ממש אויפן ערגעסטן פארנעם און שפעטער און די פסוקים זעה מיר נח האט געבויט די תיבה ער האט אריין גענומען פון אלע בעלי חיות כדי סזאל בלייבן עפעס מזאל קענען אנהייבן א נייע וועלט פון דאסניי,

יעצט זעה מיר זיך ראש חודש חשון א צייט וואס טויזענטער בחורים גייען צירוק און די ישיבות זיץ איך מיר און איך טראכט צי מיר סאיז אפשר טאקע א אויסגעדראשנע נושא די ענין פון ישיבות אבער לענ״ד מיין איך אז ממעג נאך אזויפיל רודערן וועגן דעם ווי ביי דירות און ווי אינטערנעט ווייל ליידער ביי זייער אסאך פון אונז הייבט זיך די פראבלעם נישט או ביי די אינטערנעט דאס איז נאר א תוצאה פון דעם פראבלעם פון ישיבות דאס וואס גייט היינט פאר איז ממש א הימל געשריי מווארפט זיך בחורים ווי זיי וואלטן געווען קאווע שטויב דעיס וואס אונזערע זיידעס זענען דורך ביי די סעלעקציע פון היטלער ימ״ש קומט פאר דא היינטיגע צייטן יעדע זמן דארט האט מען אויך נאר געקוקט טאמער די מענטש איז גענוג שטארק און ער קען עפעס ברענגן פאר די לאנד דאס זעלבע גייט דא פאר משטייט און מוועלט איז דער בחור עפעס ווערט פאר די נאמען פון מיין ישיבה איז ער ווערט אז נישט זאל ער זיך גיין,

אונזערע זיידעס האבן ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקא נאך די בליטיגע מלחמה צובראכן און ציקלאפט די מבול פון מינות האט געפלאקערט ליידער טאקע זענען אסאך אוועקגעפאלן אבער מיט זיי האט דער אייבערשטער מיטגעשיקט געציילטע פארבליבענע צדיקים קדושי עליון וואס האבן זיך אריינגעלייגט און אוועק געגעבן זייער לייב און לעבן אפצוראטווען דאס פארבליבענע הייפעלע אידן און זיי האבן נישט געמאכט קיין חשבונות צי דער איז עפעס א נאמען אדער נישט מהאט אריינגענומען יעדן איינעם און זיי האבן זיך אוועקגעגבן אלעס וואס זיי האבן געהאט אז פון די אלע אידן זאל עםעס ווערן היינט איז קיינער נישט גרייט צי שוויצן אנשטאט וואס מזאל נעמען דעם שוואכן בחור און עם אויפארבעטן גייט מען און מווארפט זיך מיט אים יעדער שרייט דער צווייטער זאל אים נעמען מרעדט נישט דא אז איין חסידות זאל נעמען פון א צווייטן נאר מרעדט פון דיין חסידות פון דיין קרייז ער האט ביי דער אלע יארן געלערנט וואס פאר א מין אויסרייד איז דאס ער איז א שוואכע בחור ער באלאנגט נישט דא ??? פאר פיפציג יאר צוריק האבן אונזערע רביס זיך געקענט אונטערנעמן צי שיקן בחורים אויף שפיטעלער טיילן עסן פאר אידן אבער היינט ציטאג קען מען זיך נישט אונטער נעמן ארויס צי שיקן א בחור אויף די גאס פאר פופצין מינוט און לאמיר זיך נישט נארן מנעמט א בחור און מזאגט אים די צוויי ווערטער ״לא נתקבל״ וואס דאס מיינט איך בין מיך נישט גרייט אפציגעבן מיט דיר פאר סיי וועלכע סיבה סזאל נאר נישט זיין האסטע גענומען א גאן און געשאסן דעם בחור וואס גייט נאכדעם געשעהן? ער גייט מי א צווייטע פלאץ הייבט מען אן פרעגן וואס מיט די ישיבה פון דיין קרייז ? פארוואס נעמט דיך נישט אן דארט ? אזוי ווערט דער בחור אפגעסטעמפעלט פאר א בחור וואס מנעמט נישט אן אין ערגעץ,

יעצט וואס פארלאנגסטע פון דעם בחור ער זאל גיין און א ביהמד״ר און זיך זעצן לערנען ? ניין דעיס גייט נישט געשעהן נאר וואס דען ער גייט אנהייבן זיכען גליקן אויף די אנדערע זייט און דארט נעמט מען יעדן אן און ווען ער קויפט זיך שוין א טעלעפאן לאמיר זיך נישט נארן קויפט ער עס נישט ווייל ער וויל זעהן איי וועלט ער זיכט דארט גאר עפעס אנדערש און דא קומט אריין אינטערנעט דאס מיינט ווען דער בחור איז געווען ביי דיר און אפיס און די האסט אים געזאגט דאס פלאץ דא איז נישט פאר דיר האט ער אים געזאגט גיי קויף דיר א טעלעפאן און פאר פון דא און נאכדעם פארפירט אז אזויפיל בחורים גייען אוועק פון דרך דורך די אינטענעט. אוודאי גייען זיי די האסט דאך זיי געשיקט אהין. סאיז דא א מבול און ווען סאיז דא א מבול איז לא מבחין ביו טובים ובין רעים מרייסט שטיקער פון כלל ישראל און ווער וויסט צי אונז קען מיר זאגן דעם ידינו לא שפכו את הדם הזה ?!?!?!

אוודאי איז אייביג דא אויסנאם אבער סאיז דא א באקאנטע מעשה פון מרן הרה״ק מסאטמאר זצ״ל אז אוף דער עלטער האט ער געזאגט פאר זיין רעביצין אז אינדערהיים און קראלי האט ער פארשיקט צוויי בחורים פון זיין ישיבה און ער האט געהאט זייער א גוטע סיבה אבער ער האט זיך אנגעכאפט דאס הארץ און געוויזן אס עס ליגט אים נאך דא. ווער פון אונז קען זאגן אז ער פארשטייט מבחין צי זיין נעם אים אריין אין די ישיבה טריי צי ארבעטן מיט אים און דעמאלטס אז די זעסט עס גייט נישט קענסטי האבן אפשר א תירוץ אבער נאף פאר די האסט פראבירט ווי קענסטע זאגן ער באלאנגט נישט דא ביסטי דען פארזיכערט ביי דיינא אייגענע קינדער ? אז די ביסט נישט גרייט צי ארבעטן געב אויף דיין דזשאב משפילט זיך מיט פייער דא מאיז דן דיני נפשות,

נח אין די תיבה האט באקומען א ביס פון די לייב פארוואס ? ווייל ער האט אים געגעבן צי עסן אביסל שפעטער און די לייב האט געהאט צער דערפון דא רעדט מען פון נח וואס האט איבערגעפלאנצט דעם דור אז דורך אים איז אימווילענדיג ארויס געקומען צער פאר איינע פונען אייבערשטן׳ס באשעפעניש האט ער באקומען א שטראף אונז פארשטיי מיר נישט פינקטליך וואס דאס מיינט אבער אזויפיל קען מיר אוז זיכער זעהן וואס דאס מיינט מצער זיין דעם באשעפערס בריאה שפעטער זעט מען אז נח האט ארויסגעשיקט די יונה און איינע פון די מאל האט זיך די יונה פארזוימט און נח האט זיך שוין געזארגט וואס סגייט פאר פארוואס ווייל ער האט געוויסט אז סאיז דא א מבול און ער האט ארויסגעשיקט אויף די גאס א יונגע עופעלעה און סקען ווערן פארשווינדן ערגעץ ווי איז ער געווען באזארגט. היינט דא ביי אינז נעמט מען יונגע שעפעלעך און מווארפט זיי ארויס אויפן גאס ווי סאיז דא א געפערליכע מבול סברענט א שרעקליכע פייער און קיינער זארגט זיך נישט מנעמט די אומשילדיגע טאטעס און מאמעס און מקימערט זיך ניטאמאל אויף זייערע געוויינען כאילו זיי האבן דא געטוען א געפערליכע עוולה אז סיי האבן זיך געוואגט איינצישרייבן זייער בחור און דעם ישיבה

מורי ורבותי ווען סאיז דא א מבול איז לא מבחין בין טובים לרעים קיינער איז נישט פארזיכערט קיינער האט נישט באקומען א אינטערשריפט אז מוועט זיינע קינדער נישט צירורען אונז דארף מיר זיך אויפוועקן עס מיז דרינגעד עפעס געטוען ווערן דערצי עס דרייען זיך היינט ב׳ חשון -די צייט ווען מהייבט אן די ישיבה- ארום הינדערטער בחורים וואס וויסן נישט וואס גייט זיין מארגן זייער טאג איז נישט קיין טאג אין זייער נאכט איז נישט קיין נאכט. אדרבה אפשר איז די צייט זיך צוזאם נעמען און גרינדען א כלל ישראל ישיבה מזעמיר גרייט צי טוען דערצי און טאמער איינער איז גרייט צי העלפן אדער ער וויסט פון מענטשן וואס קענען זיין בייהילפיג זאל ביטע לאזן וויסן אין אישי.

און דעם זכות וואס אידן זענען גרייט צי העלפן אנדערע זאלן מיר זוכה זיין צי אלע גוטע ברכות.

נ.ב. די ארטיקל איז נישט געצילט אראפצירייסן קיינעם פערזענליך און אוודאי נישט אוועקצימאכן ח״ו די מערכה קעגן די אינטערנעט דעיס איז געשריבן נאר אויפציוועקן אונזערע געפילן אפשר מיט דעם וועלן מיר זוכה זיין אנציזייען ט שטיקל לעזונג.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

ישיבות.pdf
(95.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 243 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דברים היוצאים מן הלב
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שטארקע חסיד..

פון וופיל בחורים רעדט איר?? און וואס זאגען די מוסדות ווי זיי האבן געלערענט ביז יעצט?

קען זיין אז איך ווייס נישט אלעס.. אבער לויט מיין ידיעה אויב עס איז בחור וואס האט נישט קיין סעלפאון - ער איז נישט קיין אויסגעשפראכע מחוצף - זיין טאטע שטעלט זיך צי צו די אנגענימענע תקנות.. אזא איינער האט א ישיבה ווי צו שיקען די בחור.

בין איך ראנג?
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

מחותן האט געשריבן:שטארקע חסיד..

ליידער יא!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איר רעדט פון:
חסידים אדער ליטאים?
חסידים וואס געהערן צו א קהלה?
בחורים וואס האבן געלערענט אין די מוסדות אלע יארען אבער אין ישיבה וויל מען זיי נישט אריינעמען??

-------
ביי די מערהייט פון די בחורים, וועלכע סיבה האבן זיי באקימען פארוואס מען נעמט זיי נישט אן?
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

מחותן האט געשריבן:איר רעדט פון:
חסידים אדער ליטאים?
חסידים וואס געהערן צו א קהלה?
בחורים וואס האבן געלערענט אין די מוסדות אלע יארען אבער אין ישיבה וויל מען זיי נישט אריינעמען??

-------
ביי די מערהייט פון די בחורים, וועלכע סיבה האבן זיי באקימען פארוואס מען נעמט זיי נישט אן?

חוץ ביי די דריי פיהר גאר גרויסע קהילות, איז דא די פראבלעם ביי אלע סארטן בחורים

און אויף א קלענער פארנעם איז עס דא ביי די דריי פיהר גרויסע קהילות אויך

רוב מאל איז די אפיציעל תירוץ: ס'איז נישט דא קיין פלאץ...
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

Turn off for: Yiddish
לויט דעם וואס עטץ שרייבסט קוקט אויס ווי עטץ האטס נישט קיינמאל געטוען און דעם ענין סא לאמיך ענק מסביר זיין אביסל פון וואס מרעד מיר דא

דעם פראבלעם נעמט אריין יעדע ישיבה וואס איז נאר דא איינער מער איינער וויניגער סאיז געווארן היינט א מין ווינט אז טאמער ווילממען אז די ישיבה זאל האבן א גוטע נאמען מיז מען זיך ווארפן מיט בחורים אזוי זעט יעדער אז די ישיבה איז עפעס געוואלדיג א ראי׳ מנעמט נישט אן יעדן איינעם דעס קען זיין וואוילע בחורים וואס האבן פראבלעמן מיט לערנען ביי א צווייטע ישיבה איז עס איינער וואס זיין משפחה איז נישט פארמעגליך און דאס קען זיין א בחור וואס מאכט טאקע פראבלעמן איך רעד נישט פון א בחור איז ממש גארנישט און ער קען קאליע מאכן אנדערע נאר מרעדט פון בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען מוועט זיך דארפן שטארק אפגעבען מיט זיי דעיס איז נישט קיין שום תירוץ די האסט א ישיבה איז דאס דיין אויפגאבע

עס קען אפילו סתם זיין א בחור וואס האט זיך נישט פארטראגן מיט זיין מגיד שיעור אדער מנהל אין ישיבה קטנה געט ער איבער שלעכטע אינפארמעישן פאר די ישיבה גדולה הייבט מען אים אן מאכן פראבלעמען משלעפט אים ארום ביז אפאר וואכן אין זמן אוודאי גייט דער בחור און קויפט א סעל פאון, ער קומט אריין אין ישיבה אנגעזעצט אויף דעם סיסטעם אוודאי שטעלט ער זיך נישט צי, האסט דאך אים אוועקגענומען דעם גאנצען אפעטיט פון דעיס פלאץ ע מיז נאר קומען דא ווייל ערגעץ מיז ער דאך זיין,

דעיס קען זיין פון ישיבה קטנה אריין צי ישיבה גדולה צי פון איין כתה אריין צום צווייטן צי אפילו היינט גייט עס שוין פון חדר אריין אויף ישיבה קטנה, אנשטאט נעם דעם בחור און זעץ דיך אראפ מיט עם הייב אן פון דאסניי אז דער בחור איז נישט קיין לערנער געב דיך אפ מיט אים אביסל און אז מדארף זיך מער אפגעבן וועסטע מיר ארבעטן אבער דאס מין זאך ער איז א שוואכע בחור זאל ער גייט צי א צווייטן דעיס איז א רשעות וואס מען קען נישט באשרייבן,

מענטשן זאגן אז מדארף טאקע וועגן דעם עפענען אזעלכע ישיבות פאר שוואכע בחורים ״ניין ניין ניין״ דעיס איז נישט קיין לעזונג א ישיבה קומט מיט אלע דרגות בחורים און טאמער קענסטע נישט דערהייבן אלע דרגות איז די דזשאב נישט פאר דיר, וואס אונז קליינע מענטשן קענען טוען איז ווען מקומט צי דיר נאך געלט פאר אזעלכע ישיבות זאלסטי זיין דער וואס ווארפט זיך אז זיי מאכן סעלעקציעס ביים אנעמען מאך די סעלעקציעס ביים געבן זאלן זיי באקומען די מעסעדזש אז די בלוט פון אונזערע קינדער זענען נישט הפקר,
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שטארקע חסיד האט געשריבן:Turn off for: Yiddish

זיי אביסל מער ספעסיפיק און צום פוינט אז מען זאל קענענן פארשטיין די פראבלעם..

די רעדסט דא פון פריוואטע ישיבות? אדער פון קהילה ישיבות??

אויב די פריוואטע קליינע ישיבות זענענן באמת פול און זיי קענענן נישט דערהייבן מער בחורים.. וואס פאר א טענה איז שייך צו האבן אויף זיי?? העכסטענס פעלט אויס צו עפענענן נאך קלענערע פריוואטע ישיבות, וכל הרוצה את השם יבוא ויטול... זאל זיך עפענענן נאך 5 ישיבות אויב עס איז דא א דימענד וואלט עס פאסירט, זעט אויס אז עס אזי נישט דא אזא דימענד..

אויב די רעדסט פון קהלישע ישיבות, איז דאך נישט ווייטער קיין פראבלעם, וויבאלד יעדער פון די קהילה ישיבות נעמט אן יעדעם וואס האט געלערענט אין די אייגענע מוסודות.. מען האט נאך קיינמאל נישט - נישט אנגענימען א בחור צילוב זיין שוואכע קאפ אדער צילוב זיין שוואכע דאוואנען... אובי אזי דא בחור וואס האט אלע יאטרען געלערעט אינעם סיסטעם און מען אים נישט אן דאן איז דא א בארכטיגטע סיבה דערפאר... אבער זיכער נישט צילוב זיין שוואכע קאפ אדער ווייניג התמדה.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ל...ה האט געשריבן:דברים היוצאים מן הלב
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מחותן האט געשריבן:אויב די רעדסט פון קהלישע ישיבות, איז דאך נישט ווייטער קיין פראבלעם, וויבאלד יעדער פון די קהילה ישיבות נעמט אן יעדעם וואס האט געלערענט אין די אייגענע מוסודות.. מען האט נאך קיינמאל נישט - נישט אנגענימען א בחור צילוב זיין שוואכע קאפ אדער צילוב זיין שוואכע דאוואנען...

נישט ממש

איך האב ליידער מיטגעהאלטן אפאר פעלער וואס מ'האט אין גרויסע קהילה מוסדות נישט אריינגענומען א וואוילן בחור וואס איז נישט דער בעסטער קאפ אבער האט זיך צוגעשטעלט 100%

מחותן האט געשריבן:אובי אזי דא בחור וואס האט אלע יאטרען געלערעט אינעם סיסטעם און מען אים נישט אן דאן איז דא א בארכטיגטע סיבה דערפאר... אבער זיכער נישט צילוב זיין שוואכע קאפ אדער ווייניג התמדה.

הלוואי וואלסטו געווען גערעכט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

צייטן האבן זיך געביטן, אמאל איז טאקע אזוי געווען לגבי קהילה ישיבות אבער ליידער היינט איז שוין דא קהילה ישיבות וואס ווארפן די אייגענע פונקט אזוי
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אויב א קהילה ישיבה ווארפט מוז זיין עפעס אן אויסערגעווענטליכע סיבה.
אפשר ביסטו נישט באקאנט, אויב דו ביסט א טאטע אדער גאר א נאנטע קרוב, אפשר האט מען נישט געוואלט אויסזאגן ודי, אבער אין די פאר גרויסע קהילה ישיבות איז נישטא אזא מציאות ווי א בחור מיט נישט די בעסטע קאפ אבער שטעלט זיך צו 100% און נישט אריינגענומען ווערן. נישטא אזא מציאות!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

בס"ד
א גוט מארגען, א פרייליכע וואך, מען האלט שוין פרשת לך לך, דער ווינטער רוקט זיך אן, אבער נישט געזארגט, מיין הרגשה זאגט אז עס וועט זיין א מילדע ווינטער, יעצט וועגען די נושא פון ישיבות וויל איך אייך פרעגען, איר פירט א ישיבה, איר זענט פארמישט אין א ישיבה אפיס, עז זעהט אויס אז נישט, וועל איך אייך זאגען דעם סוד, נישט דער מנהל און נישט דער ראש ישיבה איז בעה"ב, די טאטעס פון די בחורים וואס לערנען דארט זיי זענען די בעלי בתים, והמבין יבין,
א איד וואס עס גייט אים שווער א שידוך ביי איינע פון זיינע קינדער פרעגט מיך וויא זענען די שדכנים, זאג איך אים דו האסט געמאכט זיכער אז זיי זאלען נישט וועלען זיין שדכנים, דערמאן דיך וויאזוי דו האסט דיך אויפגעפירט ביי די פריעריגע קינדער וועלעכע זענען געוועהן געלונגענע, קבל את האמת ממי שאמרו,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד

דאס רעד איך בדרך כלל, אוודאי איז נעבעך דא יוצא מן הכלל
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ר' טוביה מאיר - איך כאפ נישט וואס איר מיינט צו זאגן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
א גוט מארגען, א פרייליכע וואך, מען האלט שוין פרשת לך לך, דער ווינטער רוקט זיך אן, אבער נישט געזארגט, מיין הרגשה זאגט אז עס וועט זיין א מילדע ווינטער,

ווי קראנט איז אייער הרגשה? וויאזוי איז זיין רעקארד?
קען איך זיך דאס אויך איינהאנדלען?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

Think and Thank האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
א גוט מארגען, א פרייליכע וואך, מען האלט שוין פרשת לך לך, דער ווינטער רוקט זיך אן, אבער נישט געזארגט, מיין הרגשה זאגט אז עס וועט זיין א מילדע ווינטער,

ווי קראנט איז אייער הרגשה? וויאזוי איז זיין רעקארד?
קען איך זיך דאס אויך איינהאנדלען?

איך קען עס נישט מסביר זיין ווייל איך ווייס אויך נישט וויאזוי עס ארבעט,
ב ד וו עס קאכט זיך מיט דעם זשורנאליסט פון סאודי אראביע, הגם עס גייט מיך קיין סאך נישט אן אבער עכ"ז וועל איך זאגען מיין מיינונג און ימים ידברו, (ברוך השם איך ליג נישט דערין אבער אלע רעדען דערפון, הער איך אביסל) לדעתי האט מען אראפגעשיקט א דעלעגאציע אים גוט אויס פארשען און נאשען אינפארמאציע וויא מער, און נאך דעם האט מען אים ליקווידירט, פארוואס זאג איך אזוי, ווייל עס איז מיר קשה, פארוואס האבען זיי נישט געדונגען א מערדער זאל אים הארגענען און אפמאכען מיט די סעקיוריטי אז זיי זאלען הרגענען דעם מערדער, און שלו' על ישראל, (די סעקיוריטי ברויך נישט וויסען אז עס איז אונטער געשטעלט מען זאגט זיי נאר אז עס איז אריינגעקומען שפיאנאזש אז מען ברויך זיין אויף די וואך וכו'), נאר וואס דען זיי האבען געוואלט אינפארמאציע און זיי האבען עס באקומען, איי די שלעכטע אימעדזש, דאגהט נישט נייעס האחרונות משכחות הראשונות, זייער געלט וועט אלעס פארגיטיגען, יעדער וועט זיך לעקען צו זיי, ימים ידברו,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

יידישע קהילות האט געשריבן:ר' טוביה מאיר - איך כאפ נישט וואס איר מיינט צו זאגן.

איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט, געוויסע עלטערען בעלי גאוות זייען אן א חורבן און עולם גולם מאכט זיי נאך או מען האט טענות אויף די ישיבות,
היינט איז שוין נישטא קיין עצה, איין עצה איז דא, אז די שרי הצדקות בדורינו זאלען זאגען פאר די ישיבות נאר בתנאי זה שטיץ איך דיך אויב דו וועסט נעמען בינוני בחורים אויך, א געוויסע פראצענט מוז זיין בינוני,
עס רופט מיך אמאל אן א געוויסע ראש ישיבה אז אזוי וויא איך האב א נאנטען קרוב וועלעכער האט א בחור א מצוין זאל איך אים צורעדען ער זאל שיקען אין זיין ישיבה, פרעג איך אים איר האט דאך ברוך השם בחורים וואס ברענט אייך, זאגט ער אז די עלטערען האבען טענות אז ער האט נישט גענוג מצויינים, וויל ער עס כאילו באלאנסירען, פרעג איך אים זיי זענען חלילה מושחתים, זאגט ער ניין, הלוואי ווען די עלטערען האבען שכל און זאגען פאר זייערע מצוינים "נעם א בינוני און ארבעט אים אויס" טוען זיי דאס פארקערטע "דו ביזט א מצוין זעה צו נעמען די הוראה וכו', בטל נישט דיין צייט מיט ללמוד וללמד" פארשטייסט, עס איז גאות, א וואונדער אז גאר ווייניג מצוינים ווערען גדולי הדור?
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”