ד' יסודות ארמ"ע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

ד' יסודות ארמ"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

ד' יסודות ארמ"ע

וואו באקאנט איז די גאנצע בריאה געבויעט אויף פיהר יסודות, אש רוח מים אפר. די אויבערשטער האט באשאפן א דבר פשוט וואס ווערט אנגערופן כוח היולי און דעם האט מייצר געווען פיהר יסודות, און פון די פיהר יסודות האט ער מרכיב געווען די גאנצע בריאה

נאכאמאל שטייטליך

בריאה – כוח היולי
יצירה - אש, רוח, מים, עפר
הרכבה - די גאנצה איבעריגע בריאה, אריינגערעכנט די הימל די ערד אין אלעס וואס איז אין זיי

האבעך מלקט געווען כמה וכמה זאכן וואס, וואס ווערט אויך צוטיילט אויף פיהר, און ס'ווערט צוזאמען געשטעלט מיט די פיהר יסודות

טבע
אש – חם ויבש
רוח – חם ולח
מים – קר ולח
עפר – קר ויבש

מדות
אש – גבורה (בינה)
רוח – תפארת
מים – חסד (חכמה)
עפר – מלכות

מלכאים
אש – גבריא-ל
רוח – נוריא-ל
מים – מיכא-ל
עפר – רפא-ל

נקודות
אש – שב"א
רוח – חולם
מים – קמץ
עפר - שורק

שם הקדוש
אש – ה (ערשטע)
רוח – ו
מים – י
עפר – ה (צווייטע)

רוחות
אש – צפון
רוח – מזרח
מים – דרום
עפר - מערב

מלכאי חבלה
אש – אף
רוח – משחית
מים – עון
עפר - חימה

ד' פרצופין
אש – שור
רוח – נשר
מים – אריה
עפר - אדם

זמני השנה
אש – קיץ (תמוז – תשרי)
רוח – חום (ניסן – תמוז)
מים – קור (טבת – ניסן)
עפר – חורף (תשרי – טבת)

זמני היום
אש – שלש ביום – תשע בלילה
רוח – תשע בלילה – שלש בלילה
מים – שלש בלילה – עד תשע ביום
עפר – תשע ביום – שלש ביום

מזלים
אש – ניסן, אב, כסליו
רוח – סיון, תשרי, שבט
מים – תמוז, חשון, אדר
עפר – אייר, אלול, טבת

ד' דרגות בבריאה
אש – מדבר
רוח – חי
מים – צומח
עפר – דומם

אזוי אויך איז מענטש צוזאמען געשטעלט פון פיהר יסודות, און איז סיי זיין גוף, וואס א גרויסע חלק פון די אמאליגע חכמות הרפואה איז געווען געבויעט אויף די די' יסודות האדם, און אין די נפשיות'דיגע חלק.
ולפי דברי היעב"ץ קען מען גאר טוישען די נפשיותדיגע חלק פונעם דורך מעדעצין, פונקט וואו מען קען היילן די גופניתדיגע חלק פון די מענטש, וויבאלד די נפשיותדיגע חלק פונעם מענטש איז אויך געבויעט אויף די ארבע יסודות יעצט אויב די היילסט דעם די ארבע יסודות אז זיי זאלן זיין ווייטער באלאנצירט, וועט די נפשי האדם אויכעט ווערן געהיילט

אזוי אויך איז עיקרי חכמות הפרצוף געבויט אויף די ארבע יסודות, וכן א גרויסע חלק פון חכמות היד

דעריבער וועלן מיר אראפברעגען די ארבע יסודות לגבי דעם מענטש

ד' יסודות האדם
אש – מרה ירוקה (שורשו בכיס המרה)
רוח – דם (שורשו בכבד)
מים – לבינה (שורשו בריאה)
עפר – מרה שחורה (שורשו בטחול)

זמני החיים
אש – בחרות (עשרים – ארבעים)
רוח – ילדות (עד העשרים)
מים – ישישות (ארבעים – שישים)
עפר – זקינות (משישים ואליך)

צבע השער
אש – חום
רוח – אדום
מים – לבן
עפר - שחור

צבע העור
אש – ירוק
רוח – אדום
מים – לבן
עפר - שחור

ד' חלקי העין
אש – הקו המסבב החלק סביב בת עין
רוח – החלק סביב בת עין
מים – החלק הלבן
עפר – הבת עין

ארבע טעמים במאכל
אש – חריפות
רוח – מתיקות
מים – רטיבות
עפר - מרירות

----
כבין טאקע געגאנגען פתוחה, אבער יעדע איז אוועילעבל צוצולייגן, כ'האף פון צייט צו צייט מרחיב זיין, טיפער אין די נושא, און בעיקר וואס איז נוגע לנפש האדם, אדער לגוף האדם
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

געבוקמארקט, סאיז נישט פאר ביינאכט זייער טיף
אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי קלוגער »

זייער טיף און שיין.

איז דא מקורות אין ספרים ווי מען רעדט פון דעם?
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארבע מי יודע
נישט מבאר הכוונה
שהבורא קובע
עולמו בזה בנה

במאכל וצבעים גם התקופות
המספר ארבע יסוד היא בבריאה
מכל הצדדים הם מקיפות
אולי בהמשך יתבאר הפליאה.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

זיי קלוגער האט געשריבן:זייער טיף און שיין.

איז דא מקורות אין ספרים ווי מען רעדט פון דעם?

די קדמונים, רעדן דערפון זייער אסאך, ובתוכם די רמב"ם, ראב"ד, רמב"ן, אבן עזרא, רבי שלמה אבן גבירול, הכוזרי, ועוד ועוד
קענסט נאכקוקן אין די ראשונים אויף בראשית די ערשטע פאר פסוקים, אדער די ראב"ד אין ספר יצירה
--
אין קבלה ווערט דאס אויך אסאך דערמאנט, וואו געשמועסט חכמה הפרצוף וואס ווערט דערמאנט אין זוהר פרשת ואתה תחזה, איז געבויט אויף דעם
--
ולהבדיל אלף אלפי הבדלות, די פריעדיגע פליסופין ובתוכם אריסטוטלוס רעדן אויך דערפון
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארבע מי יודע
נישט מבאר הכוונה
שהבורא קובע
עולמו בזה בנה

במאכל וצבעים גם התקופות
המספר ארבע יסוד היא בבריאה
מכל הצדדים הם מקיפות
אולי בהמשך יתבאר הפליאה.

א גראם מיט עכטע טעם, WOW, זייער שנעל זיך צוגעלערנט לשון קודש

יישר כוח
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וויזוי וואלט מען צוטיילט די אניגראם אין די ד' יסודות?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

גוטע יסוד פאר דרושים
מחכים להמשכה
יישר כח
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

fiena nieas האט געשריבן:וויזוי וואלט מען צוטיילט די אניגראם אין די ד' יסודות?

יישר כח פארן ארויפברענגן.

נו, ווער קען דא מרחיב זיין את הדיבור בתורת הנפש לפי ד' יסודות?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דערבארומדיג'ער פאנג אן, דער עולם וועט שוין מיטקומען.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

מראי מקומות קען מען אנצייכענען אויב ס'איז אינטערסאנט פאר איינעם
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

אקעי, איך וועל פרובירן מיין בעסטע עס צו ערקלערן וויאזוי איך פארשטיי עס.

די אניגראם צילט אויף קלאר מאכן פארשידענע הויפט פאקטארן וועלכע טוט אויספארעמען אסאך פון דעם מענטש׳ס סאמע טיפסטע מאטיוואציעס אין זיין וועלט. למשל, א פירער וועט ציען צו משמעות בשעת ווען דעם אכטער וועט ציען מאכט. דער רבוש״ע האט אזוי אריינגעלייגט און אריינגעגאסן די באשטאנדטיילן פון א מענטש׳ס נפש.

זענען אבער דא אנדערע פערסאנעלעטי סיסטעמען א שטייגער ווי די מייערס בריגס וועלכע צילט צו פארשטיין געבן די מאטיוואציעס פון א מענטש לויט פונקציעס. די קאטאגאריעס מאכן אונז אביסל פארשטיין פארוואס דער טוט אזוי און דער טוט אזוי. אנדערש ווי די אניגראם וועלכע לייגט ארויף איין הויפט הגדרה אויפן מענטש און אלעס איז לויט דעם (אפיציעל) פארשטענדיג, טוט מייערס בריגס קוקן אויף אכט הויפט פונקציעס פונעם מענטש און אזוי דארף אלעס פארשטענדיגט ווערן.

אצינד, די מהלך פון די פיר יסודות, קוקט אויף זייער א בעיסיק פאקטאר אינעם מענטש, נעמליך, וואס איז זיין סטייל בלוט (איך רוף עס נאר אן אזוי אלץ משל), איז זיין בלוט קאכעדיג? איז זיין בלוט טאנצעדיג? איז זיין בלוט שטייט? איז זיין בלוט רואיג?

און קוק אהער, אן אכט מיט א פיר קענען ביידע זיין געזונטע אש׳ס. א זעקס מיט א ניין קענען ביידע זיין רוח, אא״וו.

אז מען וויל קען מען אויסמישן דעם טשולענט פון אלע פערסאנעלעטי סיסטעמען און עס וועט לכאורה אויסקומען נארהאפטיג... (פאר די וועלכע גלייכן פערסאנעלעטי סיסטעמען).
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פיר - אש?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

ארויסגעקומען לעצטענס א ענגליש ביכל פון די ד יסודות פון ראביי מרדכי וויינבערעגער, זייער שיין מרחיב הדיבור, סרופט זיך mastering relationship
#בשיטה נישט
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

fiena nieas האט געשריבן:פיר - אש?

פיר איז מער 'עפר' ביסודו (עצבות, צובראכענקייט, בושה...)
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פיר - אש?

פיר איז מער 'עפר' ביסודו (עצבות, צובראכענקייט, בושה...)

מרדכי וויינבערגער זאגט עס אביסל אנדערש , עפר איז מער די שטארקע כאראקטער וואס ריקט זיך נישט פאר גארנישט. אזוי ווי עפר קענסטו גארנישט טון אריבערצוגיין עפר ,דארפסט ארימגיין דאס איז דיין איינצוגסטע ברירה .. די זעלבע זאך די טייפ 'עפר'
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

fiena nieas האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פיר - אש?

פיר איז מער 'עפר' ביסודו (עצבות, צובראכענקייט, בושה...)

מרדכי וויינבערגער זאגט עס אביסל אנדערש , עפר איז מער די שטארקע כאראקטער וואס ריקט זיך נישט פאר גארנישט. אזוי ווי עפר קענסטו גארנישט טון אריבערצוגיין עפר ,דארפסט ארימגיין דאס איז דיין איינצוגסטע ברירה .. די זעלבע זאך די טייפ 'עפר'

די אמת איז אז ס'נישטא 1 אמת! יעדער קען אראפשטעלן די יסודות לויט זיין פארשטאנד, ס'נישט נוגע למעשה צו די שטריך אין נפש קומט פון 'עפר' צו פון 'רוח'. כ"ז א מענטש קען זיך זעלבסט מיט אפענקייט צו זיינע אלע שטריכן הקטנות והגדלות איז אלעס פיין. וויאזוי צו פארטפערן א מדרש פליאה לויט די דרושים קען יעדער טוען לויטן מצב וויאזוי איהם שמעקט, כ"ז ס'האט עפעס א סרך של סברא...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
תורתו אמת
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורתו אמת »

לפי הבנתי לאמרי דא עפעס מסביר זיין
ונקדים בקושיא לפי האניגראם אז עס איז דא 9 טייפ'ס. אין אש מים וכו' מאכט אויך עפעס. סוי וואס גייט פאר.וויאזוי איז מען מקשר אניגראם מיט ארמ"ע.
(אזוי אויך אין די 12 חדשים איז א יעדע חודש איינע פון די פיר [עס חזר'ט זיך איבער 3 מאל דיזע סיסטעם]) ממילא איז שווער וואס מיינט די חזרת הארמ"ע ג' פעמים.)
וזה החלי:
א זיבענער וואס איז אש וועט זיין היציג און הייבן זיין ארומיגע צו היציגע זאכן.
א זיבענער וואס איז רוח איז א גאר שטארקע סאציעל מענטש מיט אסאך חברים
א זיבענער וואס איז עפר וועט בפשטות זיין גאר א באקוועמער מענטש
שטעל דיר פאר: נעם אפאר זיבענער מענטשן, און די וועסט זען אז ביי א יעדעם קומט ארויס איין געוויסע כח שטערקער אין זייער זיבענערישקייט. איינער זיין אש און א צווייטער זיין מים וכו'.

יעצט ביים איינסער וועט וואס מען דארף מיט רוח וועט זיין היבש א געשמאקער און א "זאכלעכער" צוליב דעם וואס ער איז 1 איז ער צו די זאך (....) און אויך סאשעל. בעסער געזאגט --EZ צו די ארומיגע פראבלעמען ווייל ער איז מער אפען מיט זיי
באופן פשטי הנראה לפי גודל דעתי
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

תורתו אמת האט געשריבן:לפי הבנתי לאמרי דא עפעס מסביר זיין
ונקדים בקושיא לפי האניגראם אז עס איז דא 9 טייפ'ס. אין אש מים וכו' מאכט אויך עפעס. סוי וואס גייט פאר.וויאזוי איז מען מקשר אניגראם מיט ארמ"ע.
(אזוי אויך אין די 12 חדשים איז א יעדע חודש איינע פון די פיר [עס חזר'ט זיך איבער 3 מאל דיזע סיסטעם]) ממילא איז שווער וואס מיינט די חזרת הארמ"ע ג' פעמים.)
וזה החלי:
א זיבענער וואס איז אש וועט זיין היציג און הייבן זיין ארומיגע צו היציגע זאכן.
א זיבענער וואס איז רוח איז א גאר שטארקע סאציעל מענטש מיט אסאך חברים
א זיבענער וואס איז עפר וועט בפשטות זיין גאר א באקוועמער מענטש
שטעל דיר פאר: נעם אפאר זיבענער מענטשן, און די וועסט זען אז ביי א יעדעם קומט ארויס איין געוויסע כח שטערקער אין זייער זיבענערישקייט. איינער זיין אש און א צווייטער זיין מים וכו'.

יעצט ביים איינסער וועט וואס מען דארף מיט רוח וועט זיין היבש א געשמאקער און א "זאכלעכער" צוליב דעם וואס ער איז 1 איז ער צו די זאך (....) און אויך סאשעל. בעסער געזאגט --EZ צו די ארומיגע פראבלעמען ווייל ער איז מער אפען מיט זיי
באופן פשטי הנראה לפי גודל דעתי



דו זאגסט דאס לויט די דריי 'אינסטינקטס', אין די בוך OUT OF THE BOX שטעלט דער שרייבערין טאקע צו די דריי אינסטיקטס צו יעדע טייפ, אזוי ווי דו האסט עס געשריבן.

פון ר' חיים וויטאל זי"ע אין שער הקדושה קומט אויס, אז עס זענען דא 'גוטע' יסודות, און נישט גוטע' יסודות, וואס דאס קען מען אריינלייגן אין די נישט געזונטע און געזונטע טייפס.

איך האב געשריבן אין אניגראם אשכול, אז אין 'רוח' איז דא עטליכע חלקים, ווי תפארת נצח וכו'. עס איז נישט נאר אז דער 'זיבענער' האט אויך א שטריך פון 'רוח' צו 'אש' וכדו', נאר זיין טייפ אליין קומט פון איינע פון די יסודות, אויב זאגט מען אזוי, דאן מוז מען זאגן אז די 'אינסטינקטס' ווענדט זיך וואס איז דיין צווייטע שטערקסטע יסוד.
תורתו אמת
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:51 am

המשך לתגובתי הנ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורתו אמת »

יעצט, די דריי מאל איבערגיין די חדשים איז צוליב דעם ווייל יעדער האט אלע פיר ארמ"ע כוחות
ממילא הנולד בחודש של אש וועט זיין סדר זיין: אש דאן רוח עפר מים
יעצט אויב וועט ער געבוירן ווערן אין די א אנדערע חודש פון אש, דאן איז די סדר: אש עפר מים רוח
אין די דריטע סירקל פון חדשים איז: אש מים עפר רוח
(די לעצט 2 כוחות כאפט א פיצי פיצי חילוק ואכ"מ)
תורתו אמת
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורתו אמת »

מחשב האט געשריבן:פון ר' חיים וויטאל זי"ע אין שער הקדושה קומט אויס, אז עס זענען דא 'גוטע' יסודות, און נישט גוטע' יסודות, וואס דאס קען מען אריינלייגן אין די נישט געזונטע און געזונטע טייפס.

גוטע יסודות מיינט גוט משורשו, אדער נישט גוט משורשו
אבער געזונטע נישט געזונטע טייפ'ס, זה תלוי בהאדם עצמו לא ביסודן ודוק
מחשב האט געשריבן:איך האב געשריבן אין אניגראם אשכול, אז אין 'רוח' איז דא עטליכע חלקים, ווי תפארת נצח וכו'. עס איז נישט נאר אז דער 'זיבענער' האט אויך א שטריך פון 'רוח' צו 'אש' וכדו', נאר זיין טייפ אליין קומט פון איינע פון די יסודות, אויב זאגט מען אזוי, דאן מוז מען זאגן אז די 'אינסטינקטס' ווענדט זיך וואס איז דיין צווייטע שטערקסטע יסוד.

נישט קיין חילוק צו די טייפ קומט פון דעם אדער יעדע טייפ האט די כוחות, איז די TOTAL די זעלבע
נאר איין זאך להבהיר:
די טייפ איז די מאטיוואציע דרייוו פון די מענטש
וויאזוי די מאטיוואציע זאל זיין דאס איז דורך די ארמ"ע


יעצט. די טעג וואס מען ווערט געבוירן דהיינו מאדים שבתאי וכו', און אזוי אויך די שעות ווען אין טאג מען איז געבוירן, עיין גמרא מס' שבת סוף מס'
אין אזוי אויך די עשר ספירות (כחב"ד חג"ת נהי"ם)
אלעס איז פועל אויף די מענטש (אדער דאס איז די מענטש אליין!)


WOW WOW WOW.....וואס די טוט זיך אין 1 מענטשעלע מענטשעלע.....

מה רבו מעשיך ה'!!!!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

תורתו אמת האט געשריבן:לפי הבנתי לאמרי דא עפעס מסביר זיין
ונקדים בקושיא לפי האניגראם אז עס איז דא 9 טייפ'ס. אין אש מים וכו' מאכט אויך עפעס. סוי וואס גייט פאר.וויאזוי איז מען מקשר אניגראם מיט ארמ"ע.
(אזוי אויך אין די 12 חדשים איז א יעדע חודש איינע פון די פיר [עס חזר'ט זיך איבער 3 מאל דיזע סיסטעם]) ממילא איז שווער וואס מיינט די חזרת הארמ"ע ג' פעמים.)
וזה החלי:
א זיבענער וואס איז אש וועט זיין היציג און הייבן זיין ארומיגע צו היציגע זאכן.
א זיבענער וואס איז רוח איז א גאר שטארקע סאציעל מענטש מיט אסאך חברים
א זיבענער וואס איז עפר וועט בפשטות זיין גאר א באקוועמער מענטש
שטעל דיר פאר: נעם אפאר זיבענער מענטשן, און די וועסט זען אז ביי א יעדעם קומט ארויס איין געוויסע כח שטערקער אין זייער זיבענערישקייט. איינער זיין אש און א צווייטער זיין מים וכו'.

יעצט ביים איינסער וועט וואס מען דארף מיט רוח וועט זיין היבש א געשמאקער און א "זאכלעכער" צוליב דעם וואס ער איז 1 איז ער צו די זאך (....) און אויך סאשעל. בעסער געזאגט --EZ צו די ארומיגע פראבלעמען ווייל ער איז מער אפען מיט זיי
באופן פשטי הנראה לפי גודל דעתי

מרדכי וויינבערגער קיקט נישט אויס ווי ער האלט דאס ער קען נישט זאגן א זיבענער וואס איז רוח לויט עים וועט א זיבענער נישט זיין רוח נאר מים א אכטער וועט נישט זיין רוח נאר אש א ניינער וועט נישט זיין אש נאר רוח

נישט שייך צו זאגן א ניינער וואס איז אש . א ניינער קען נישט זיין אש אויב איז ער אש איז ער נישט קיין ניינער
תורתו אמת
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורתו אמת »

["][quote
נישט שייך צו זאגן א ניינער וואס איז אש . א ניינער קען נישט זיין אש אויב איז ער אש איז ער נישט קיין ניינער[/quote]

גערעכט עס איז שווער צו משיג זיין וויאזוי דאס ארבעט אינאיינעם טייפ ניין מיט אש
אמנם טראכט אריין: א ניינער וואס טוט אבער ער טוט אויפן ניינערישן וועג , אין ווען די וועסטו אים פרעגן וואס גייט פאר. דאן שמעק אים גוט אויס טיף, וועסטו זען א כח האש וואס מאטאווירט אים צו טון, (אבער ווי פארשטענדליך אויף זיין שטייגער)
א ניינער וואס עפר איז נאכנישט ארויסגעקומען פון בעט.....
רוח וועט זייער רואיג פארברענגען מיט א שלוות הנפש מיט אנדערע
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”