זונטאג נובמבר 23, 2014 1:12 pm
איך ליין אזוי די תגובות דא, ברענגט עס מיר ארויף מיינע אלטע ספיקות אין חינוך,
ווען א קינד טוט א עוולה וואס ער פארשטייט אליין אז מ'טאר עס נישט טאן, און די עלטערן ווערן אויפגערעגט ווייל ס'איז obvious אז דאס קינד איז א מזיד, וואס דארף א טאטע/מאמע טון אזא צייט,
מעשה שהיה:
מיין קינד(4 יאר) האט שוין געדארפט בלייבן אינעווייניג (פארנאכטס), און האט געוואלט צוריק ארויסגיין שפילן, שטעל איך עם אפ ביי די טיר און איך געב עם א פרעג, ווי גייסטו??? - נישט וועלענדיג בלייבן אינדערהיים - ענטפערט ער "איך גיי נאר אריינרופן מיין גרויסע ברודער" (ליגנט ), א שטיק צייט שפעטער האבעך עם אריינגערופן, און איך בין געווען אין א דילעמא, זאל איך עם געבן זיין ערליך פארדינטען פעטשל (און ער וועט פארשטיין אז ער האט עס ערליך פארדינט)??? אבער וואס וועט עס אויפטון למעשה?? ער ווייסט שוין אז מ'טאר נישט זאגן קיין ליגנט!! סך הכל וועט עס עם מאכן צי זיין מער פארזיכטיג נישט צי זאגן "פאר מיר" קיין ליגנט, משום מורא, אבער ס'וועט עם נישט מאכן צי זיין מער נזהר בלאו דלא תשקרו,
האב איך מיך אראפגעזעצט מיט עם אויפן קאוטש און כ'האב עם געמאכט זיך קאנצעטרירן אויף אונזער שמועס אין איך האב עם מסביר געווען אז ער האט געטהון א גרויסע עבירה, (נישט געפרעגט "פארוואס האסטו עס געטוהן" ער פארשטייט אז איך ווייס "פארוואס" ער האט עס געטוהן) און נעקסטיים זאל ער פרעגן "טאטי אפשר קען איך ארויסגיין פאר נאך אביסל?" און נישט זאגן א ליגנט זיך ארויסצובאקומען,
האב איך גוט געטוהן? כ'בין אליינס נישט זיכער,
אבער ס'קוקט אויס ווי די מהלך איז נענטער צום "גם כי יזקין לא יסור ממנו" ווי אפאר פעטש וואס איז מסתמא מער אפעקטיוו אויפן שארט טערם אבער כ'פארשטיי נאכנישט וויאזוי ס'דארף צו העלפן אויפן לאנג טערם,