Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

help needed

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 8:43 am

מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

Advertisement

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 8:45 am

mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

דריי עצות געהערט פון גאר א קליגע איד.
1 ) געדילט.
2 ) געדילט.
3 ) געדילט.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 8:59 am

mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

די ערשטע קשיא וואלט איך דיך געפרעגט צו דאס קינד איז געספוילט, אזעלעכע אויסברוכן קומט געווענדליך פון קינדער וואס אלע זייערע פארלאנגן ווערן געווענדליך נאכגעגעבן און דאס איז גורם אז דאס קינד פארלירט רעספעקט צו די עלטערן, און אין די פעלער וואס מ'וויל אים נישט נאכגעבן זיינע קאפריזן ווערט ער צוווילדעוועט.

געדולט דארף מען אלץ האבן, אבער טראכט אריין צו דא איז דא א יסודות'דיגע פראבלעם פון ענקער זייט פארוואס א קינד רעאגירט אזוי.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:00 am

להגדיל שמו האט געשריבן:דריי עצות געהערט פון גאר א קליגע איד.
1 ) געדילט.
2 ) געדילט.
3 ) געדילט.

איז דאס דריי מאל קדוש קדוש קדוש?
1) בעולם הזה
2) בעולם הבא
3) לעתיד לבא

אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין וואס האט דאס מיט דריי מאל געדולד?

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:02 am

נשמה האט געשריבן:מיין ווייב רעדט צומאל צו מיינע קינדער אויף אן אופן וואו איך בין זיכער אז זיי גייען אויסוואקסן קאליקע חס ושלום. ממש זי טשעפעט, מיט שפעט נעמען. עכט פארקערט ווי חינוך. פייניגט זיי. ווי א עכטע טיראן. אזוי פאני. איך האף מיינע קינדער וועלן נאך אויסוואקסן נארמאל. אבער די אנדערע מינוט ווערט זי ממש א צדיקות. ממש איך זאג ענק. שומר ישראל

והנביא צווח ואמר "התשכח אשה עולה מרחם בן בטנה" געדענק אבער די צווייטע העלפט "גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך"!!.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:50 am

להגדיל שמו האט געשריבן:
mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

דריי עצות געהערט פון גאר א קליגע איד.
1 ) געדילט.
2 ) געדילט.
3 ) געדילט.

קודם כל שכח.

איך פארשטיי אז געדילט פעלט זייער וויכטיג אויס, אין מיר ארבייטען ביידע זייער שווער דעראויף. די שאלה איז צי ביי אזא פאל דארף מען אויכט ווארטען מיט געדילד אדער ס'קומט אים עפעס פאר אזא אויפירענג

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:58 am

תואר האט געשריבן:
mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

די ערשטע קשיא וואלט איך דיך געפרעגט צו דאס קינד איז געספוילט, אזעלעכע אויסברוכן קומט געווענדליך פון קינדער וואס אלע זייערע פארלאנגן ווערן געווענדליך נאכגעגעבן און דאס איז גורם אז דאס קינד פארלירט רעספעקט צו די עלטערן, און אין די פעלער וואס מ'וויל אים נישט נאכגעבן זיינע קאפריזן ווערט ער צוווילדעוועט.

געדולט דארף מען אלץ האבן, אבער טראכט אריין צו דא איז דא א יסודות'דיגע פראבלעם פון ענקער זייט פארוואס א קינד רעאגירט אזוי.

מ'קען זאגען אז ווערט שנעל נאכגעגעבן. וועל מיר פרעבירען פין היינט אין ווייטער נישט נאכציגעבען ווען מדארף נישט.
שכח פאר די הילף

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:15 am

אז די רעדסט פון נישט נאכגעבן

כלל א' נישט אלס דארף מען מסביר זיין פארן קינד פארוואס, 'אזוי האט טאטי/מאמי געזאגט און פארטיג'

ביי מיר איז דא א גאנגבארע ווארט, 'אין אונזער הויז מוז מען פאלגן/ גיין שלאפן פרי/ וואטעווער ס'איז, אויב די ווילסט נישט, איך גיי קאלן די שכן פלוני פרעגן אויב זיי ווילן האבן א יונגל /מיידל טוט וואס ער/זי וויל', אדער קען מען גיין צו די אלטע לענדלארד הויז, (ער פלעגט אלס זאגן פאר די קינדער אז ביי זיין הויז קען זיין אויף ווילאנג מ'וויל)

פארשטייט זיך אז דאס טאר ח"ו נישט געזאגט ווערן שרייענדיג, ווי 'גיי דיר ארויס פון דא' 'באלאנגסט נישט אין אונזער הויז'
נאר באופן בניחותא, אקעי כ'פארשטיי אז די ווילסט יעצט האבן די נאש/טוי, אדער גיין דארט און דארט, ....זיך נישט אנטוהן פיזשאמעס, ....וכו' וואטעווער די סטארי איז, באט דא ביי אונז קען עס נישט זיין, סאו אויב די וויסלט זיך עקשנ'ען האב איך א עצה פאר דיר......

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:26 am

יש כאן כמה וכמה אשכולות בעניין חינוך. ואחר געדילט עין באשכולות הנל

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:36 am

עס הערשט א גרויסע בלבול המוחות וועגען חינוך
אין א גרויסע מאס זענען די צייטונגען און מאגאזינען שולדיג אין דעם
מען דארף דאווענען אויף גרויס סיעתא דשמיא

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:40 am

ר' מנחם שלום איר האט אבער גארנישט געשריבן.......

א חבר מיינער זוכט א דזשאב, כ'האב אים געאפערט צו זאגן פרשת המן

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 8:18 pm

mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

עיין בספר חנוך לנער. פון מעלות א טאטע מאמע טאר מען נישט לאזן שלאגן. איך בין דער טאטע און דו ביסט דער יונגעלע און דער יונגעלע מוז פאלגן די טאטע. דאס מוז ווערן אראפגעשטעלט זייער יונג.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 8:26 pm

בערקא האט געשריבן:אז די רעדסט פון נישט נאכגעבן

כלל א' נישט אלס דארף מען מסביר זיין פארן קינד פארוואס, 'אזוי האט טאטי/מאמי געזאגט און פארטיג'

ביי מיר איז דא א גאנגבארע ווארט, 'אין אונזער הויז מוז מען פאלגן/ גיין שלאפן פרי/ וואטעווער ס'איז, אויב די ווילסט נישט, איך גיי קאלן די שכן פלוני פרעגן אויב זיי ווילן האבן א יונגל /מיידל טוט וואס ער/זי וויל', אדער קען מען גיין צו די אלטע לענדלארד הויז, (ער פלעגט אלס זאגן פאר די קינדער אז ביי זיין הויז קען זיין אויף ווילאנג מ'וויל)

פארשטייט זיך אז דאס טאר ח"ו נישט געזאגט ווערן שרייענדיג, ווי 'גיי דיר ארויס פון דא' 'באלאנגסט נישט אין אונזער הויז'
נאר באופן בניחותא, אקעי כ'פארשטיי אז די ווילסט יעצט האבן די נאש/טוי, אדער גיין דארט און דארט, ....זיך נישט אנטוהן פיזשאמעס, ....וכו' וואטעווער די סטארי איז, באט דא ביי אונז קען עס נישט זיין, סאו אויב די וויסלט זיך עקשנ'ען האב איך א עצה פאר דיר......

בערקא די כלל איז מורא'דיגע

אבער דאס וואס די זאגסט איז ח"ו צו זאגן אפילו בניחותא, ס'איז גענוג צוזאגן די ערשטע סטעיטמענט דא מוז מען פאלגן, די עצה ביטע כ'בעט דיר, גיבט זיי נישט די עצה. אויב ווילן זיי פון זיך אליינס גיין וואוינען דארטן מה טוב ומה נעים(לשיטתך אויב די מיינסט עס ערנסט) אבער דארפסט זיי נישט אויפקלערן

סיי די פילינג, א קינד קען באקומען א פילינג אז עכט דארף מיך נישט טאטי האבן. והא ראיה ער לאזט מיר גיין וואוינען ערגעך אנדערש, און נישט נאר ער לאזט נאר ער טראגט מיר עס אפילו אן. די מאכסט אז די קינד זאל נישט פילן קיין נאנטשאפט צו דיר אין דיר מער נישט טראסטן

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:07 pm

mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

פעטש קען העלפן אויפן קורצע טערמין אבער נישט אויף א לאנגע טערמין, פון צייט צו צייט דארף מען געבן פעטש, אבער ס'האט סייד עפעקטס. ממילא דארף מען עס ניצן מיט א חשבון.

חוצפה איז די ערקסטע זאך אין חינוך, ביי מיר אינדערהיים ווייסן דאס די קינדער. ווען א קינד פאלגט נישט ווער איך נישט אזוי שטרענג ווי ווען ער איז זיך מתחצף.
למשל ווען איך הייס מיין קונד צו אויפרוימען און ער וויל נישט, וועל איך בעטן, הייסן, ווארענען, צוזאגן, סטראשענען, אמאל שרייען, אמאל אמאל שלאגן. אבער אויב ווערט ער אויפגערעגט ווייל מ'גיט אים עפעס נישט נאך און ער איז זיך מתחצף, ווער איך זייער שטרענג!... אבער ווי געזאגט צופיל מאל פעטש טויג אויך נישט.

פאר דיר וואלט איך גע'עצה'ט זאלט זיכען א געלענגענהייט וואס ער פארלאנגט ממש א קלייניקייט און די האלסט אז ער וועט קענען אראפשלינגען אז מ'געט אים נישט נאך. דעמאלטס זאלסטו שטעלן דעם טאן אז מ'מיז פאלגן און מ'טאר נישט זיין חוצפה'דיג. אויב וועט ער זיך בארואיגען איז זיכער גוט, און ביי די קומענדיגע געלענגענהייט זאלסטו זיך שטעלן אויף אביסל א גרעסערע זאך. און בעז"ה וועסטו אנקומען ביזן סוף. אויב וועט ער אבער נישט נאכגעבן דעמאלטס זאלסטו גיין בכל החומר אויף די חוצפה חלק, און אים שלאגן אויף די חלק אז ער איז זיך מתחצף און נישט די חלק וואס די /ער וויל נישט נאכגעבן אן אריינגיין אין פרטים וואס די קאנפליקט איז.

ביי מיר איז די כלל, יעדע מאל א קינד פאלגט נישט אדער טוט עפעס שלא כהוגן איז עס א געלענגענהייט אים מחנך צו זיין. ווען ער פירט זיך אויף ווי ס'דארף צו זיין האסטו נישט קיין געלענגענהייט אים אויסצולערנען דעם דרך הישר.
ווען מיין קינד גיסט אויס די קאפ גרעיפ דזשוס אויפן שבת טיש און אלעס ווערט שמוציג, ווער איך פרייליך אין הארץ אז כ'האב א געלענגענהייט אים מחנך צו זיין. ווען צוויי קינדער קריגן זיך ווייס איך אז יעצט איז די געלענגענהייט זיי אויסצולערנען צו לעבן בשלום.

הרבה נשאר בקיבאורד, ועוד חזון למועד...

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 11:17 pm

נשמה האט געשריבן:
mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

עיין בספר חנוך לנער. פון מעלות א טאטע מאמע טאר מען נישט לאזן שלאגן. איך בין דער טאטע און דו ביסט דער יונגעלע און דער יונגעלע מוז פאלגן די טאטע. דאס מוז ווערן אראפגעשטעלט זייער יונג.

דאס פרעג איך טאקע, וואס איז די ריכטיגע מהלך עס אפצישטעלען?

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 11:26 pm

שכח זאכליך, ס'סאנד זייער "זאכליך" דיינע ווערטער. העלמיר עס אויספרעבירן אי"ה.
די חינוך מהלך איז א שטארקע דערהער.

פרייטאג אוקטובר 24, 2014 12:07 pm

איך ליין יעצט דא אזוי וועל איך אויך צולייגן מיין עקספיריענס

איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדער אין ווי פארשטענלדיך זענען נישט אלע קינדער אייניג איינער דאווענט גוט שבת און שוהל איינער שפילט זיך קוים וואס ער מורמעלט, ווען איך הייס אים דאווענען טוט ער מיר א טובה ער גיבט זיך א שאקל פאר א מינוט, כהא'ב אנגעפאנגן א נייע מיטול, ס'איז עכט נישט ניי, כהאב עס געהערט אסאך פון מחנכים ביי דרשות אבער כ'מיין צו זאגן כ'האב עס אנגעהויבן אויסצופראבירן, און עס ארבייט ווינדערלעך.

די עצה איז איין ווארט "קאמפלעמאנטירן מיט שכל"

דהיינו מען קען נישט ווארטן ביז סוף דאווענען ווען מען גייט אהיים און אים דעמאלטס געבען א קאמפלימענט אז ער האט שיין געדאווענט, ער דארף האבן די מויטויוועשאן אנפאנג דאווענען, במילא דעם קאמפלימענט געט מען גלייך ביים אנהייב, איך וועל זאגען וואס איך טו, עס גייט צו אזוי, למשל, הערשי קומט אן און שול ברענגט א סידור זעצט זיך אראפ אופן באנק הייבט אן זיך צו שפילן,
איך זאג אים הערשי הייב אן צו דאווענען זאג שיין מודה אני און ברכות, הערשי מיט גאנץ א קנאפע געשמאק מישט ער אויף דעם סידור און א רגע שפילט ער זיך שוין ווייטער, איך זאג אים הערשי נו, הערשי נעמט די שפילצייג און די הענט גיבט זיך א שאקעל מורמעלט א ביסל,

און דא כאפ איך אים, איך געב אים א זאג אה!!!!!!!!!! הערשי היינט דאווענסטו אזוי שיין אין איך געב אים א קניפ און די באקן און ווינדער איבער ווינדער ער הייבט אן טאקע שיין צו דאווענען, ווייל ער באקומט א געפיל אז איך קוק אים ארויף במילא וויל ער דאס אנהאלטן, און ווען איך זעה אז ער דאווענט טאקע שיין נאך אפאר מינוט באקומט ער נאך א קניפ אין באק, מיט א גלעט, אין איך זאג אים הערשי אלע מענטשן זעהן ווי שיין די דאווענסט און זיין חשק צופלאמט זיך נאך מער, און ער נעמט זיך דאווענען אפילו זאכן וואס פארלאנג נישט פון אים, און איך שעפ ב"ה נחת,

איך זאג נישט קיין כלל פינקטעלך אז אזוי זאל מען טוהן, איך טוה אויך יעדע מאל אביסעל אנדערש, איך מיין נאר ארויס צו ברענגן אז א קינד באקומט א מוראדיגע גיטע געפיל ווען ער זעט אז די טאטע קוקט אים ארויף מען שעצט אים, אוודאי ווען ער דאווענט נאך נישט איז שייך צו קאמפלימענטירן, אבער ווי נאר ער הייבט נאר אן, אפילו ער האט נאך כמעט גארנישט געדאווענט, הייב שוין אן מיט די קאמפלימענטס,

וואס צו זאגן האב איך אויך נאר געשריבן א דוגמא אבער יעדער קען אליינס עס צולייגן וואס ער וויל, דער עיקר דאס קינד זאל באקומען א מאטאוועשן צו דאווענען, אסאך מאל וועל איך זאגן "די דאווענסט אזוי שיין אה וועל איך פארציילן פאר מאמי, מאמי וועט זיך אזוי פרייען, ווער רעדט נאך טאמער זעה איך זיין רבי אדער מנהל פונדערווייטענס מאכט מען דערפון מטעמים, מען קען אים זאגן אה וועל איך שרייבן א שיינע מצוה צעטעל פאר דיין רבי וכו' וכו' תן לכחם ויחכים עוד.

דער עיקר דאס קינד זאל באקומען א געפיל אז ער איז אזאך מען איז צופרידן פון אים, ומתוך שלא לשמה בא לשמה, שפעטער מיט דער צייט דאווענען זיי שוין אליין גראד ווער ער קומט אן שוהל,

ביי מיר האט דאס געארבייט ווינדערלעך כ'האב נאך ב"ה קיינמאל נישט געדארפט שרייען אדער שלאגן פאר נישט דאווענען ממש די קאמפלימענטס און גלעטן האט געארבייט ווינדערליך ב"ה, דער באשעפער זאל העלפן ווייטער אויך.

פרייטאג אוקטובר 24, 2014 12:29 pm

גאור, געוואלדיג גוט צולייגט

פרייטאג אוקטובר 24, 2014 3:03 pm

'האב נאך ב"ה קיינמאל נישט געדארפט שרייען אדער שלאגן פאר נישט דאווענען

שלאגן פארן נישט דאווענען??

מיטוואך אוקטובר 29, 2014 3:48 pm

mini van האט געשריבן:מיין פיר יעריגע אינגעל ווערט געפערליך violent ווען עפעס גייט נישט זיין וועג, אז ס'איז ממש א סכנה צו שטיין אין זיין ד' אמות. וויאזוי דארף מען הענדלען אזא מצב? אים געיבן פעטש פארן שלאגען א טאטע/מאמע? אדער דאס איז נאר א שארט טעירם פלאן?
פליז העלפטס ארויס.
שכח

ס'קען אמאל קומען פון א לאו סעלף עסטים....

איז ער א קינד וואס איז כמעט שטענדיג מצליח? האט ער א געברויך צו ווייזן (פאר זיך אליין און פאר אנדערע) אז ער טויג? טאמער איז ער נישט מצליח אויף 100% וועט ער ענדערש אויפגעבן אינגאנצן ווי איידער טוהן נאר 99%?
--------------
אזא קינד - אויב דאס איז דער פאל - ווערט אינגאנצן פארלוירן טאמער עפעס גייט נישט זיין וועג, פשוט ער טרעפט זיך נישט, ער ווייסט נישט ווי ער איז פארלוירן געגאנגען.
טאמער פרובירט מען ארויפצווינגען און אויספירן, קען עס צומאל העלפן אויף אוועקצונעמען זיינע ברירות (און גרינגער מאכן די עלטערן אויף די מינוט) אבער דאס קינד ווייסט נישט וויאזוי עס צו הענדלן און ער עסט זיך אינערליך (ס'איז קענטליך, ער ווערט שטיל, רעזיגנירט - אבער איינגעגעסן).

אן אריינצוגיין אין די גאנצע 'סעלף עסטים/קאנפידענס' נושא... דאס איז אזא סארט דעפישענסי (deficiency) אוואו איינער מאנגלט אין ווייטעמין סי, נישטא קיין פלאץ פאר שולד געפילן לגבי די עלטערן, ס'איז אן ארבעט פון געבן סופלעמענטס, מ'דארף ביי יעדע געלעגנהייט (נישט בשעת אן אטאקע) פרובירן צו איינעסן אינעם קינד אז זיין ווערט מעסט זיך נישט לויט זיינע מעשים... וד"ל. אן ארבעט וואס פאדערט אסאך געדולד (להגדיל, האסט נאך??)
------------
איינער פארשטייט פון וואס איך רעד?

דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 2:57 am

פארוואס נישט... האט געשריבן:

יא איך פארשטיי פון וואס דו רעדסט.

דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 8:11 am

:P גלייב מיר נשמה, נאר פון דיר האב איך געטראכט ווען כ'האב עס געפרעגט... :lol:

דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 9:15 am

:smile:

מיטוואך נובמבר 19, 2014 10:35 am

מי יודע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:זאלער איך בעהט דיך לאז אפ מיטן רעדן וויאזוי זאכן ארבעטן אז אזוי דארף עס זיכער ווייטער אנגיין. דו שרייב וועגן חינוך און געב נישט אויף. וואס האסטו מיט דעם וויאזוי די הנהגת הבורא גייט צו. בהדי כבשי דרחמנא למה לך?

נשמה לעבן
'זאל ער' שרייבט דברים של טעם, און באמת יכלה הזמן והם לא יכלו, אסאך מחשבות האב איך שוין אוועקגעגעבן פאר דעם, און ס'איז זייער שווער עס צו שרייבן על רגל אחת, אבער באמת אויף צו זען ווי אזוי קינדער וואקסן אויס, פון וועלכע שטיבער ס'קומען גוטע קינדער פון וועלכע שטיבער ס'קומען בינונים און פון וועלכע שוואכע, איז ממש תסמר שערות אנוש, מען זעט ממש ווי זאכן פירן זיך מן השמים און די מעשה ידי אדם טוט כמעט גארנישט אויף, ולפי המבואר בספרים האט דאס מיט הנהגת האדם בחדרי חדרים, אבער ווי פארשטענדליך קען דאס קיינער נישט פראוון נאר די עלטערן אליין, און כפי ששמעתי מהרה"ג מציעשנוב שליט"א האבן שוין כמ"פ טאטעס אים געזאגט, איך ווייס פארוואס מיין קינד איז אזוי, כי כך הי' המעשה וד"ל.
ואמשיל לך משל, ווען איינער פלאנצט אן א אתרוג בוים, קומט ארויס א אתרוג בוים, וויפיל ער וועט פרובירן עס צו מאכן פאר א עפל בוים וועט עס נישט ארבייטן, און די זעלבע פארקערט, יעצט וועט א מענטש זאגן, איך דארף א עפל בוים, למעשה זע איך ס'וואקסט א אתרוג, אקעי איך לאז עס לויפן איך גיי נישט קער נעמען, וואס גייט פאסירן? ער וועט אפילו א אתרוג אויך נישט האבן.
ממילא אויב האט א מענטש אנגעפלאנצט א עפל בוים, וועט ער פאר קיין געלד אין די וועלט נישט האבן קיין טרויבן, ער קען אזויפיל טון, זען די עפל זאל זיין די שענסטע געוואקסן וויפיל ס'קען אויסוואקסן, און אויב וועסטו געבן פארן עפל א קלימאט וואס מ'דארף פאר אתרוגים, וועט עס האבן יענעם פנים, די עפל דארף א קלימאט פאר עפל און די אתרוג דארף א קלימאט פאר אתרוג.

ראשית חכמה שער הקדושה פרק ה'
זעהט אונטן פון מטמאין אותו למעלה אפשר לפרשו וכו'
עטעטשמענטס
ראשית חכמה - דברים כדרבונות 1.JPG

מיטוואך נובמבר 19, 2014 11:26 am

העמיר דא שרייבן אין דעם הינזיכט, נאר קוקענדיג אויפן קעפל, די תגובות העמיר ווארשיינליך לעזן נאכען אפשיקן מיין תגובה איבער דעם נושא..

עס איז פערהאן קיין וועג וויאזוי צו לערנען קינדער איבער מצוות, כיבוד הורים און אלעס איבער דעם.

מיר רעדן בכלל נישט איבער דעם אז יעדעס קינד איז אנדערש, נאר אויך איבער אז יעדעס עלטערן איז א געשעפט פאר זיך, און יעדעס קינד "פאלט" אריין דארט וואו זיי ברויכען. אויך איז די נאטור פון יעדעס קינד א וועלט אוועק פון אנדערע. איין קינד וואס האט קיינמאל געכאפט און ציטערט פאר יעדן שארך, און א צווייט קינד וואס פעטש בארירט זיי נישט, און נישט צוליב וואס זיי האבען געכאפט טאג איין טאג אויס, נאר צוליב זייער נאטור.

די עלטערן וואס וועלן שרייען אין שול, קאנען זיין גאר צוגענגליך אינדערהיים, און קאפויער, די וואס זיינען רוהיג אין שול, קאנען זייט צייט באמבעס, וואס אינדערהיים קאן אויפרייסן אין יעדע ליאדע מינוט

דאס קינד וואס ציטערט אין שול קאן זיין אז אינדערהיים האט ער קיינמאל נישט געכאפט, נאר ער שעמציך פאר די צוקוקערס "אויב" זיין טאטע העט אים אריינציען עטליכע, טראץ וואס עס נאך קיינמאל פאסירט. אינדערצייט וואס דאס צווייט קינד וואס כאפט אין פאבליק און ציטערט נישט, טוט אינדערהיים וואס ער וויל, און ער ווייסט אז זיין טאטע איז שטרענגער אין פאבליק. א שטייגער, אינדערהיים טוה וואס דו ווילסט, אבער אינדערויסן בין איך נישט דערביי זיך צו שעמן מיט דיר, נישט קיין צווישנשייד וואס דו טוסט, אפילו די קלענסטע זינד.

פארזעצונג קומט אי"ה
שרייב א תגובה

Advertisement