געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג אוקטובר 19, 2014 8:50 am
איך בין זיכער אז פון די טעמע ווייסט יעדערער און אז דאס איז שוין רבים דשו בה און הרבה קולמוסין נשתברו ע"ז, אבער פארט איז דא דערין געוויסע פונקטן וואס באדערט מיר גאר שטארק אלזא לאמיר לאזן הערן מיינע צוויי צענט.
די זאך וואס האט מיר צוגעברענגט צו שרייבן די ארטיקל, איז די פאלגנדע מעשה ווא איך האב מיטגעהאלטן:
פארגאנגענעם שבת חוה"מ בין איך געזיצן אין די סוכה ביי סעודה שלישית און א איד לעבן מיר וואס האט געוואלט מקיים זיין דעם ענין פון טרינקען גרעיפ דשוס ביי שלש סעודות האט געבעטן פאר איינע פון זיינע צוויי זין וואס זענען געזיצן קעגנאיבער אים אז ער זאל אים ברענגען די גרעיפ דשוס, הער איך אזוי ווי ער בעט אים איינמאל און דאן נאכאמאל און דאן א דריטע מאל... ביז ענדליך האט דער זין באוויליגט און נאכגעגעבן דעם טאטן און אים געטאן זיין פארלאנג.
סהאט מיר גאר שטארק געבאדערט, אבער איך מיין אז נאך די קומענדיגע שורות וועט איר פארשטיין אביסל בעסער די סיטואציע.
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו מיטהאלטן אן עפיזאד, זייענדיג ביי א פריינט אינדערהיים איז אויסגעקומען אז מיין חבר האט געוואלט טאן א געוויסע זאך פאר זיין אינגל און דער אינגל האט נישט געוואלט, לאמיר נעמען פאר א משל ער האט געוואלט מאכן אן אפוינטמענט ביי א דאקטער פאר א רוטינער אינטערזיכונג, און דער קינד האט מורא געהאט דערפון, דער טאטע האט זיך אראפגעזעצט און "מסביר" געווען פארן קינד אז סנישטא וואס מורא צו האבן דער דאקטער טוט נישט גארנישט, אבער למעשה האט דער קינד נישט געוואלט הערן פון גארנישט און נאכן זיך טענה'ען פאר פינף מינוט האט דער טאטע גענומען דעם טעלעפאן און געקאלט דעם דאקטער צו מאכן אן אפוינטמענט, קעגן די ווילן פונעם אינגל זיינער נאכן פרובירן אים צו "מסביר" זיין פארוואס ער זאל אים פאלגן...
איך קען אייך אזויפיל פארציילן אז נאכן זיין בידודית אזוי לאנג, מאכט זיך אפטמאל אז איך באזוך ביי אים אינדערהיים, און כמעט יעדעס מאל האב איך געטראפן די שטוב אין די פאלגענדע מצב: אלע קינדער זענען ביטער שלעכט און פאלגן נישט קיין איין איינציג ווארט, און די טאטע און מאמע בענאזאם זענען מסביר פארן קינד אז סאיז שוין צוועלף אזייגער און ער דאף שוין גיין שלאפן און.... ס'העלפט נישט גאאאארנישט, כאילו זיי וואלטן ווען גארנישט געזאגט.
איי וועסטו מיר פרעגן וואס איך וואלט געטון? איך וואלט פאר מיין קינד נישט מסביר געווען גארנישט, איך וואלט געטון וואס איך וויל און אויב וואלט ער נישט געפאלגט וואלט ער גראד געכאפט א פאטש פאר די חוצפה... אבער דא האב איך שוין מורא פאר די צווייטע מעשה, איז לאמיר גיין נעקסט.
גאנץ לעצטנס, איין פרייטאג פארנאכטס אין ביהמ"ד איז א איד אין פראנט פון מיר געזיצן און געדאוונט מיט א מתיקות. זיין אינגל וואס איז געזיצן קעגנאיבער האט אביסל פארפירט, ווען פלוצלינג האט ער געכאפט א קלינגעדיקס פונעם טאטן.... און סאיז נישט געווען ס'איינציגסטע מאל וואס איך האב אים געזען פאטשן זיינע קינדער.
נעקסטן אינדערפרי, איז דער קינד געווען אין א בעסערע מוט, און ער איז געזיצן שיין און געדאוונט, דער טאטע האט אים געוואלט עפעס אנווייזן אינעם סידור, (אז ער זאל זאגן יעלה ויבא וכדו') דער קינד האט געזען אז דער טאטע דערנענטערט זיינע הענט און דא האב איך באמערקט אן אינטרעסאנטע זאך, פאר א סעקונדע, האט דער אינגל געמיינט אז סגייט קומען צו פליען איינס, און א גרימאסע ווי איינער וואס רישט זיך אויף א פראסק האט זיך אויסגעשפרייט אויף זיין פנים....
אין אנדערע ווערטער, ער דאוונט שיין און סאיז נישטא קיין שום סיבה שבעולם פאוואס ער זאל יעצט כאפן א פראסק, אבער ער איז שוין אזוי מלומד במכות אז ער רישט זיך דערויף אפילו ווען עס קומט אים נישט.
דעם איד, איך ווייס נישט וויאזוי אים אנצורופן אבער ווי ווייט איך קען אים וואלט איך אים אנגערופן "קעי דשי בי" אדער "סאוויעט רוסלאנד" די צווייטע נאמען איז אביסל בעסער, ווייל לויט די גאנצע הלוך ילך ביי אים אינדערהיים קוקט עס אויס ווי כאילו ער איז אין א קאלטער קריג מיט זיינע קינדער, די גאנצע גערעדעכץ און די גאנצע ביהעיוויער קוקט אויס מלחמה'דיג, ווען איינער פון זיינע קינדער קומט מיט טענות אנשטאט אים צו בארואיגן שיין, גייט ער און אינמיטן ביהמ"ד שרייט ער אויף אים מיט קולות... ער שרייט נישט אין די וועלט אריין, ער ענטפערט אפ זיינע טענות אבער... איך גלייב אז דער קינד הערט עס נישט.
סא ווען דער אינגל דערזעט אז זיין טאטע גייט אים געבן א פאטש איז זיכער אז דער טאטע איז גערעכט... כאטש ער דאוונט שיין און סאיז נישטא קיין סיבה פארוואס צו כאפן א פאטש, דאך האט זיין טאטע שוין עפעס א געשריי מיט וואס זיך צו בארעכטיגן און דערפאר האט ער זיך געגרייט צו א פאטש.
דערנאך איז דא טאטעס וואס זענען מחנך אויף א דריטע מין וועג ווי פאלגנד:
די קומענדיגע מעשה וועט איר זיך שפירן גאר היימיש, און אויב איר וועט אריינטראכטן טיעף וועט איר וואונדערליך טרעפן אז איר האט עס גענוצט כאטש איינמאל היינט....
דער טאטע זיצט אין קאך און עסט פרישטאג, זיין אינגל קומט אריין און זעצט זיך אין אנדערן עק און הויבט אויך אן עסן, דער טאטע גיבט אים א פרעג "האסט געמאכט א ברכה"? דער אינגל ענטפערט פאזיטיוו, דער שמועס וואלט זיך ווען געדארפט דא ענדיגן אבער דער טאטע פרעגט ווייטער מיט א צינישן טאן, די מייזעלעך האבן געהערט?....
די משל איז א מילדע און טייל וועלן קלערן אז מען מיינט נישט גארנישט מיטן רעדן אזוי, אבער איינער וואס וועט אביסל אריינקלערן וועט זיך טרעפן, אז זיין טאטע האט זיך געטריצט מיט אים... צומאל האט ער געקענט מאכן ליצנות פון אים אין פראנט פון א צווייטן און צומאל זיך סתם אזויווי גערייצט מיט אים... דאס בלוט קומט מיר ארויף אין פנים זיך דערמאנענדיג ווי מיין טאטע פלעגט מיר צונאר לייגן, איך האב מיך געשפירט ווערטלאז אראפגענידערט און גארנישט מיט גארנישט, איך געדענק איינמאל וואס אלס גרויסער בחור האב איך עס שוין פשוט נישט אויסגעהאלטן און איך בין אריינגעגאנגען אין ביה"כ און זיך גענומען וויינען פאר א האלבער שעה אין א ציה.... פון אזויפיל וויינען האב איך מיך אפאר מאל אינמיטן געדארפט אפווישן די נאז, נאכן ארויסקומען האט מיין טאטע ווייטער אפגעשפעט אז איך בין געגאנגען אין ביה"כ פאר א האלבע שעה זיך אויסבלאזן די נאז....
עס ווייטיגט מיר נאך היינט, וויאזוי מיין טאטע האט זיך געפירט צו מיר אין די חלק.
עס איז נאך דא גאר גאר אסאך צו רעדן דערוועגן, אבער ליידער איז דער גאנצער חלק החינוך זייער נישט מסודר און איש כל הישר בעיניו יעשה, און דערנאך וואונדערט מען זיך.... טאטע טייערער טראכט אדורך אוואו דו שטייסט אויפן וועלט, רעד דיך אדורך מיט אנדערע וואס האבן עקספערטיז אין דעם פעלד כולי האי ואולי וועסטו דיר אביסל פארבעסערן, דיינע קינדער זענען נישט דיינע אונטערטאנען וואס דו קענסט אונטערדרוקן ווי אויך זענען זיי נישט געבוירן געווארן מיט דיין שכל און זיי פארשטייען נישט און האבן נישט ארויס א זאך אפילו דו ביזט זיי עס מסביר...
Advertisement
זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:41 am
אוי האסטו אנגערירט א האקעלע נקודה, הלואי זאלן קומען די עלטערע דא און אביסל צולייגן הדרך אשר ילכו בה
דער פראבלעם איז, אז מיינסטנס טאטעס גייען בדרכי אבותיהם ווי אזוי זייערע עלטערן האבן זיי מחנך געווען, אבל דא עקא אז לו יהא זייער טאטע האט זיי מחנך געווען גוט 100 פראצענט, איז נאך אלס יענער חינוך נישט אהערגעשטעלט פאר דיין קינד, הן מצד אויב ער האט א אנדערע תכונת הנפש, והן מצד אז ס'איז 20 יאר שפעטער, אט אט קומט שוין משיח, און חוצפרא יסגי איז אויף די העכסטע שטאפלען, און נישט אלס איז דער פראסק א סעלושען.
איך האב נישט קיין צייט יעצט צו שרייבן, אבער א קליינע נקודה וועגן די ברכה מאכן, איך פארשטיי דעם טאטן אביסל, איך דערמאן אויך כסדר מיין אינגל וועגן ברכות (וואס ער פארגעסט היבש, און אינטערעסאנט, ביי מיין אינגל האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט ער זאל פארגעסן רמה אדער יעלה ויבא, ווען איך פרעג אים אויב ער האט געזאגט, וואס לויט די אופן ווי ער בענטשט איז נישט מעגליך ער זאל קענען האלטן קאפ אויף דעם) אבער אזויפיל האב איך מיר אויסגעלערנט, אז ער זאגט יא, זאג איך אים זייער פיין, און צומאל זאג איך אים נעקסטע מאל מאך ביטע הויך איך זאל קענען ענטפערן אמן
זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:47 am
איך האב נאר געמיינט די צינישקייט חלק דערפון, כהאב נאר געוואלט ארויסברענגען די חלק פון צונאר לייגן און חוזק מאכן פון א קינד, די פראגע וואס דער טאטע "פרעגט" צוריק, אויב אבער בעט ער אים עפעס אויף א שיינעם אופן איז זייער גוט.
דערמאנען א קינד אויף ברכות איז א זאך וואס "מען דארף" טון
זונטאג אוקטובר 19, 2014 11:39 am
א שווערע שאלה
דער אמת איז אז עס איז דא א דרך הישר האמצעי
אוודאי דארף מען צו מאהל מעניש זיין
אבער עס מעג נישט זיין ווייל מען איז נערוועז
נאר ווייל עס קומט דאס קינד
און דאס קינד דארף קענען פיהלען אז עס איז נישט ווייל טאטי האט געהאט א שלעכטע טאג
זונטאג אוקטובר 19, 2014 11:52 am
דער אמתע אין אויסגעפריווטע וועג, איז צו זאגן פארן קינד וואס ער "דארף טון" אנע הסבר, אין מען מיז פארלאנגען ער זאל דאס טון, אין מען קען צולייגן דערצו אויך הסבר נאכדעם וואס מען האט שוין ארויסגעגעבן דעם באפעיל,
טאטע: משה גיי הייב אויף די שפילצייג!!
קינד: פארוואס?
טאטע: וווייל טאטי האט אזוי געהייסן! די האסט זיך געשפילט וועסטו עס אויפהייבן!!
די הסבר איז נישט די סיבה פארוואס מען דארף פאלגן, מען דארף פאלגן ווייל די טאטע האט געהייסן!! אבער מען מעג עס מסביר זיין פשוט אז די קינד זאל פארשטיין פארוואס די זאך דארף געטון ווערן
כן נראה לענית דעתי
זונטאג אוקטובר 19, 2014 12:04 pm
גאלאנען טינט איז שוין געגאסן געווארן אין דער נושא פלאס טינטלאזע עלעקטראנישע געשרייבעכצער.
רוב שרייבער, מחנכים, און שואלים ציען צום "וויאזוי" מ'דארף מחנך זיין די קינדער, און יעדער קומט צו געוויסע מסקנות זה בכה וזה בכה, ואף אני בחלומי האב שוין געשריבן אין דער נושא, און אויך בהקיץ… אבער איך וויל אריינשיסן א פלאקן קעגן דעם שטראם, מעגליך אומפאפולאר, אבער פארט אויך מעגליך אמת.
ווען דער אויבערשטער וואלט געוואלט אז "יעדע" טאטע זאל מחנך זיין די קינדער "ווי סי באלאנגט" וואלט ער געגעבן קינדער נאר פאר טאטעס וואס קענען שוין… איך מיין נישט צו פטר'ן די טאטעס פון זיך לערנען - פונקט זיי דארפן זיך לערנען אלע הלכות וויאזוי צו זיין א איד, אבער לגבי די קינדער - ספעציעל די פארווייטאגטע און געליטענע - איז נישט קיין תירוץ: מיין טאטע האט נישט פארשטאנען צו חינוך.
און נאך א פונקט. יעדעס קינד האט געוויסע נאטורן און עפ"י רוב איז עס גע'ירש'נט פון די עלטערן וואס האבן די זעלבע סארט נאטורן, און ממש בהשגחה פרטית האט דער אויבערשטער געמאכט אז פונקט די מענטשן וואס די זעלבע נאטורן און וואוינען א גאנצן טאג אינאיינעם מיט'ן קינד, פונקט זיי זאלן האבן דעם דזשאב פון מחנך זיין דאס קינד… כ'מיין צו זאגן, אז דער רבש"ע ווייסט אז דאס קינד דארף באקומען אט ממש דעם חינוך וואס ער גייט באקומען פון דעם טאט'ן, וועלכער 'דארף' טאקע נישט שלאגן אזוי סאך אבער פארט שלאגט ער למעשה, ווייל ער איז איז נערוועז צוליב זיין מצב הפרנסה - וואס דאס שטעלט אים אויך דער אויבערשטער צי קאסטעם מעיד.
ס'איז איין גרויסע סיסטעם און ס'האט איינעם וואס שטייט ביים רעדל און פירט אלעס, און אפילו ס'דארף בעסער ווערן - און אפילו אסאך - מיינט נישט אז ביז ס'ווערט נישט געפיקסט איז א חורבן עולם. למעשה זעט מען אז אסאך שלעגערס האבן געהאט זייער גוטע קינדער, און אסאך וואס האבן זיך געפירט ממש לויט'ן בוק האבן געהאט קינדער אזוי איי איי. בהדי כבשי דרחמנא למה לן.
נאכאמאל, אוודאי ליגט אויף יעדן טאטן א חוב זיך יא אריינצולייגן אין חינוך, און בעיקר אויף תיקון המידות - וואס רוב פראבלעמען אין חינוך קומט פון שלעכטע מידות, און נישט פון חוסר ידיעה, אבער דארט ליגט נישט 'אלעס'.
און ווען מ'קוקט זיך צו אויף א צווייטן וואס יענער טוט - יא אדער נישט גוט - קען מען בסך הכל נאר ארויסנעמען פאר זיך א מוסר השכל יא אדער נישט אזוי צו טון, אבער לגבי יענע קינדער וואס באקומען יענעם חינוך קען גאר זיין אז יענץ קינד דארף יעצט באקומען ממש דעם חינוך וואס ער באקומט.
זונטאג אוקטובר 19, 2014 12:11 pm
זאלער זייער פיין און אמת'דיג געזאגט
איין זאך איז גוט צו וויסען אז דאס אלעס וואס אונז טו מיר מחנך צו זיין אונזערע קינדער איז בסך הכל השתדלות,
אויף למעשה אז די קינדער זאלן ארויס קומען געלונגען ברויך מען אסאך סיעתא דשמיא , און צו דעם ברויך מען אסאך מתפלל זיין און א שטארקע שבירת המדות,
זונטאג אוקטובר 19, 2014 12:20 pm
אמת אמת
תפילה איז גאר א גרויסע חלק
זונטאג אוקטובר 19, 2014 12:32 pm
זאלער טייערער, בלא מיט א גרויסן אלף.
איך גיי נישט דא אריינרעדן וואס יא צו טון און וואס נישט, אבער דאס איז זיכער אז חינוך לא בשמים הוא, יעדער טאטע איז מחויב זיך צו לערנען אדער אויסהערן, אנפרעגן ביי אנדערע ווי אזוי אויפצוברענגן דעם טייערן משכון וואס ער האט באקומען, נישטא קיין תירוץ 'באשערט'.
א בוים אדער א פעלד וואקסט געווענדליך ווי אזוי מ'פלעגט עס, מ'גיט אכטונג דערויף ס'זאל צוקומען וואסער, זון, וויטאמינען וכו', יא ס'איז דא ביימער וואס וועלן וואקסן הערליך אפילו דו וועסט נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער, אויך וועט זיין ביימער וואס וויפיל דו וועסט עס נאר אנטרינקען וועט עס גארנישט העלפן און ס'וועט וואקסן פוסט, דאס איז די ענטפער אויף די וואונדערליכע ערשיינונג וואס מ'זעט די בעסטע קינדער אן קיין חינוך און נישט די בעסטע קינדער מיט א גוטן חינוך
דאס זענען די עקסעפשענס.
אבער 90 פראצענט וואקסט ווי אזוי מ'פלאנצט עס, כי האדם עץ השדה, נו אוודאי דארף מען אסאך אסאך בעטן אבער דאס איז יעדנ'ס טאטעס פליכט זיך אויסצולערנען ווי אזוי אומצוגיין מיט זיינע קינדער, פונקט וואו ביי זיין ביזנעס אדער ארבייט מאכט מען זיכער צו קענען פונקליך אלע דעטאלן אויף די האר כדי צו זיין די מערסטע סוקסעספול און מאכן וואו מער געלט, יעדער ארבייטער האט א פונקליכע פלאן ווי אזוי צו מאכן א סעיל אדער עני ארבייט מיט גרויס פארזיכטיקייט, נו ווי איז די פלאן פאר'ן חינוך פון יעדן קינד וואס דרייט זיך און אונזערע הייזער ??? מיט וואס זענען זיי ווייניגער וויכטיגער ? יעדע טאטע קען זיך אויסלערנען אויב וואלט ער זיך אריינגעלייגט קאפ און מוח און אלע אברים אין דעם, נישטא קיין תירוצים.
זונטאג אוקטובר 19, 2014 12:44 pm
זאלער, איי דיסעגרי
סאיז דא א ווארט אויף ענגליש there is always an exeption to the rule און דאסי פשט פון דיין טענה, ווי אנדערע האבן שוין ערווענט.
לאמיר דיר פרעגן, אזאיך וועל צוקומען צו דיר און אינמיטן ביהמ"ד דערלאנגען א גוטן פראסק, וועסטו זיין רואיג? איי אלעס איז באשערט? ווי איז פלוצלינג דיין אמונה? די זעלבע זאך אויך דא, דער קינד דיינער איז נעבעך נישט שולדיג אז דו ביזט אנגעצויגן...
זונטאג אוקטובר 19, 2014 12:57 pm
ר' תואר לעבן, איך האב אנגעהויבן דערמיט, און אינמיטן עס אויך ערווענט, און דערנאך אויך כמעט געענדיגט מיט דעם וואס דו זאגסט. אבער ווי ס'קוקט אויס האט מען מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך האלט נישט איין סעקונדע אז מ'דארף אדער אפילו אז מ'מעג לאזן דעם חינוך פון קינדער אויף הפקר. יעדע טאטע מוז זיך לערנען וויאזוי דאס בעסטע מחנך צו זיין זיינע קינדער. אבער… ביז מ'לערנט זיך עס אויס דארף מען נאך אלץ מחנך זיין וויפיל מ'פארשטייט 'דעמאלטס'. און אויב באשר הוא שם פארשטייט א טאטע אז מ'מוז פראסקען קען מען נישט אריינרעדן אין יענעמ'ס ביזנעס נאר ארויסנעמען פאר זיך א מוסר השכל יא אדער נישט אזוי צו טון.
לסיכום, יעדע טאטע דארף "אייביג" מחנך זיין זיינע קינדער לויט ווי ער פארשטייט "דעמאלטס".
יעדע טאטע דארף זיך האלטן און איין לערנען וויאזוי דאס בעסטע מחנך צו זיין די קינדער.
יעדע טאטע דארף ארבעטן אויף זיינע מידות אין דזשענערל אויך.
דיינע קינדער דארפן אייביג א בעסערן טאט'ן.
יענעם'ס קינדער באקומען א גוטן חינוך (רעלאטיוו) אפילו אויב דו וואלסט עס קיינמאל נישט געטון. דו קענסט נישט זייער תכונת הנפש אזוי גוט ווי דער טאטע וואס קען זיך, און דורכדעם דעם אויך זיי.
יעדעס קינד באקומט זיין חינוך (ביז דער טאטע לערנט זיך אויס) וואס איז גוט פאר זיין תכונת הנפש (און דאס איז באשערט, און נישט נאר באשטערט נאר ספעציעל גוט אויסגערעכנט בחכמת קל תמים דעות).
זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:40 pm
אין מיין עקספיריענס און מיט מיין קליינע שכל, איז די שליסעל פון חינוך, צו וויסען אז עס איז נישט א "פארמעסט" צווישען מיר און מיינע קינדער. נישט וועגן דעם דארפן זיי פאלגען ווייל "איך וויל אויספירן". און אזוי אויך, איז עס נישט "מיין דורכפאל" אז ער האט נישט געפאלגט.
צווישן צוויי חבירים, איז עס א "פארמעסט" ווער עס פירט אויס. עס איז דא א "געווינער" און א "פארלירער", ביי א "טאטע און קינד", איז נישט די ווארט "געווינען און פארלוירן".
די קינד דארף פאלגען, נישט ווייל "איך האב געהייסן", נאר ווייל עס איז באמת פאר אים בעסער אזוי! (נישט דאס דארף זיין די מעסעדזש פארן קינד, די קינד דארף וויסען אז ער דארף פאלגן ווייל די טאטע\מאמע האבן געהייסן, איך שרייב וואס עס דארף זיין די מחשבה ביי די עלטערן.) און ווען א קינד פאלגט נישט, איז עס נישט "מיין דורכפאל", נאר "א שאד, ער האט נישט געטאן וואס איז פאר אים גוט".
אויב איז די "בליק" "נוטראל", נישט א "פארמעסט", איז אלעס פיל גרינגער. די קינד שפירט עס, און פארשטייט זיך פארקערט שפירט ער זיכער, און אויב פאלגט ער נישט שפירט נישט די טאטע\מאמע אפגעפראסקעט, ווערט מען נישט "אויפגערענגט", נאר מאן טראכט רואיג, "ווי קען מען זעהן אז די נעקסטע מאל זאל ער יא פאלגען". ווייל אויב איז עס די "תכלית" ואס איז בעסער פארן קינד, איז דאך נישטא קיין "צוקלאפטע געפילן" און "אויפרעגונג".
זונטאג אוקטובר 19, 2014 4:00 pm
יסודן של דברים איז '' מ'קען נישט מחנך זיין א קינד צו טוען א זאך וואס די עלטערן אליין טוען נישט ''
למשל, צוזאם פאקן די טויס, אויס די עלטערן אליין רוימען נישט אפ נאך זיך, קען מען נישט מחנך זיין די קינד אזוי צו טוען
מאכן הויך א ברכה אדער בענטשן הויך, אויב די עלטען אליין טוען נישט אזוי, קען מען נישט מחנך זיין די קינד אזוי צו טוען, ווילסט דיין קינד זאל בענטשן הויך פון אינענווייניג, נעם א בענטשער און זאג הויך יעדעס ווארט, טוע עס 4 וואכן און א צי, וועסטו קענען פארלאנגען פון דיי קינד די זעלבע
אויב די קינד זעהט אז ווען די עלטערן האבן עפעס וויכטיג צו ליינען (דיזדשיטעל אדער פאפיר) זענען זיי נישטא, מ'קען צו זיי נישט רעדן, וועט ער טוען די זעלבע ווען ער וויל ליינען
מ'קען יא טיילן פעטש און זיין א פאליסמאן און די קינד וועט פאלגען אויס מורא פון די פעטש, שאאאר, איך וואלט אויך געטוען וואס די בעטס מיך אויב די שלאגסט מיך, פארוואס נישט? אבער דאס איז נישט חינוך.
תן לחכם ויחכם עוד
זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:18 pm
זאלער
איך האב אויך געטראכט ווי דו אבער דאך ווי קענסטו דאס אראפשטעלן ברבים? דו זאלסט ביטע נעמען דיין טינטלאזער שרייבער און גיסן לצנות אויף די אלע טאטעס וואס זענען מחנך די קינדער לויטן וועטער. דאס איז דיין אויפגאבע. דיין אויפגאבע איז נישט צו פארציילן סודות מאחורי הפרגוד אז אלעס איז באשערט. דו פיגער נישט אויס דעם אייבערשטען און לויט דעם אראפשטעלן א גאנג אין חינוך ארטיקלן. און אפילו על פי שכל איז צומאל די קינד אנדערש ווי די טאטע און געראט אין די מאמע און טאקע דערפאר כאפט ער אזוי סך פעטש. סאו פליז. וואס מיינע אויגן האבן שוין געזעהן וויאזוי טאטעס האבן גענומען זייערע קינדער איידעלע נשמות און זיי פארוועטשט אויף א גאנץ לעבן. פארשטייט זיך אז א קינד דארף האבן דיסציפלין. און פארשטייט זיך אויך אז די יסודות פון חינוך איז נאכניש אראפגעשטעלט געווארן. ווייל קיינער האט עס נאכניש שטודירט. ווער זאגט דיר פארוואס יענער האט גוטע קינדער און יענער איי איי. אבער ס'דא זאכן וואס מאכן זיכער א חורבן בלי שום ספק. און נאר ווייל דער תמים דיעות שיקט מיט זיין גרויס חסד אונטער אנדערע צוריק אויפצובויען ווערט דאס קינד געראטעוועט.
לעצט פאראכטן דורך
נשמה אום זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:30 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:30 pm
נשמה האט געשריבן:זאלער
איך האב אויך געטראכט ווי דו אבער דאך ווי קענסטו דאס אראפשטעלן ברבים? דו זאלסט ביטע נעמען דיין טינטלאזער שרייבער און גיסן לצנות אויף די אלע טאטעס וואס זענען מחנך די קינדער לויטן וועטער. דאס איז דיין אויפגאבע. דיין אויפגאבע איז נישט צו פארציילן סודות מאחורי הפרגוד אז אלעס איז באשערט. און אפילו על פי שכל איז צומאל די קינד אנדערש ווי די טאטע און געראט אין די מאמע און טאקע דערפאר כאפט ער אזוי סך פעטש. סאו פליז. וואס מיינע אויגן האבן שוין געזעהן וויאזוי טאטעס האבן גענומען זייערע קינדער איידעלע נשמות און זיי פארוועטשט אויף א גאנץ לעבן.
נאך איין מאל וועל איך זיך מסביר זיין און שוין! (און נאכדעם נאך אפאר מאל. און שוין…)
איך האב עס געזאגט אינעם אריגינעלן אויך, אז לגבי דעם וויאזוי איז שוין געקאווערט - און איך האב שוין אויך געשריבן. דא וויל איך אנרירן אן אנדערע פונקט. "לגבי די קינדער" ווען זיי וואקסן אויף, אז זיי קענען נישט נוצן דעם תירוץ אלץ אן איזיפעס צו זיין "אפגעוועטשט" זייער גאנץ לעבן.
יא, עלטערן דארפן מחנך זיין קינדער.
עלטערן דארפן זיך לערנען מחנך צו זיין קינדער.
און קינדער קענען ווערן אפגע'הרג'ט רח"ל פון א נישט ריכטיגע צוגאנג.
אבער…
דערציילט מיר א חבר אז זיין טאטע האט אים קיינמאל נישט געזאגט א גוט ווארט! קיינמאל נישט געזאגט די ווערטער: איך האב דיר ליב. קיינמאל נישט! ווען זיין טאטע האט אים יא געגעבן א קאמפלימענט איז עס געווען מיט א שטעך: היינט האסטו זייער גוט געדאווענט, און לאמיר נישט רעדן פון נעכטן יעצט.. וכדומה.
אינמיטן דעם שמועס האב איך געפרעגט וויאזוי דער זיידע האט זיך געפירט, זאגט ער אז דער זיידע האט נישט געקענט סטאפן מיט ארויסווייזן אן איבערגוס פון ליבשאפט צו יעדע געלעגנהייט. און אים פרובירט ער טאקע נאכצומאכן!
האמיר געשמועסט נאך אביסל… ער האט געזאגט: לכאורה וועלן מיינע קינדער נאכאמאל טון ווי מיין טאטע, און זייערע קינדער צוריק ווי איך און מיין זיידע, וחוזר חלילה…
זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:35 pm
זאלער איך בעהט דיך לאז אפ מיטן רעדן וויאזוי זאכן ארבעטן אז אזוי דארף עס זיכער ווייטער אנגיין. דו שרייב וועגן חינוך און געב נישט אויף. וואס האסטו מיט דעם וויאזוי די הנהגת הבורא גייט צו. בהדי כבשי דרחמנא למה לך?
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 6:56 am
נשמה האט געשריבן:זאלער איך בעהט דיך לאז אפ מיטן רעדן וויאזוי זאכן ארבעטן אז אזוי דארף עס זיכער ווייטער אנגיין. דו שרייב וועגן חינוך און געב נישט אויף. וואס האסטו מיט דעם וויאזוי די הנהגת הבורא גייט צו. בהדי כבשי דרחמנא למה לך?
נשמה און זאלער זאכן ביידע זייער גוט און טיף מען דארף פארשטיין דערצו.
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 10:00 am
נשמה האט געשריבן:זאלער איך בעהט דיך לאז אפ מיטן רעדן וויאזוי זאכן ארבעטן אז אזוי דארף עס זיכער ווייטער אנגיין. דו שרייב וועגן חינוך און געב נישט אויף. וואס האסטו מיט דעם וויאזוי די הנהגת הבורא גייט צו. בהדי כבשי דרחמנא למה לך?
נשמה לעבן
'זאל ער' שרייבט דברים של טעם, און באמת יכלה הזמן והם לא יכלו, אסאך מחשבות האב איך שוין אוועקגעגעבן פאר דעם, און ס'איז זייער שווער עס צו שרייבן על רגל אחת, אבער באמת אויף צו זען ווי אזוי קינדער וואקסן אויס, פון וועלכע שטיבער ס'קומען גוטע קינדער פון וועלכע שטיבער ס'קומען בינונים און פון וועלכע שוואכע, איז ממש תסמר שערות אנוש, מען זעט ממש ווי זאכן פירן זיך מן השמים און די מעשה ידי אדם טוט כמעט גארנישט אויף, ולפי המבואר בספרים האט דאס מיט הנהגת האדם בחדרי חדרים, אבער ווי פארשטענדליך קען דאס קיינער נישט פראוון נאר די עלטערן אליין, און כפי ששמעתי מהרה"ג מציעשנוב שליט"א האבן שוין כמ"פ טאטעס אים געזאגט, איך ווייס פארוואס מיין קינד איז אזוי, כי כך הי' המעשה וד"ל.
ואמשיל לך משל, ווען איינער פלאנצט אן א אתרוג בוים, קומט ארויס א אתרוג בוים, וויפיל ער וועט פרובירן עס צו מאכן פאר א עפל בוים וועט עס נישט ארבייטן, און די זעלבע פארקערט, יעצט וועט א מענטש זאגן, איך דארף א עפל בוים, למעשה זע איך ס'וואקסט א אתרוג, אקעי איך לאז עס לויפן איך גיי נישט קער נעמען, וואס גייט פאסירן? ער וועט אפילו א אתרוג אויך נישט האבן.
ממילא אויב האט א מענטש אנגעפלאנצט א עפל בוים, וועט ער פאר קיין געלד אין די וועלט נישט האבן קיין טרויבן, ער קען אזויפיל טון, זען די עפל זאל זיין די שענסטע געוואקסן וויפיל ס'קען אויסוואקסן, און אויב וועסטו געבן פארן עפל א קלימאט וואס מ'דארף פאר אתרוגים, וועט עס האבן יענעם פנים, די עפל דארף א קלימאט פאר עפל און די אתרוג דארף א קלימאט פאר אתרוג.
ממילא, חובת האב בעולמו בראשונה איז: הכר את בנך, קען דיין קינד, פארשטיי זיין תכונת הנפש, איז ער געמאכט צו זיצן ביי די גמרא און אריינכאפן בלעטער גמרא אין פרייע שעות? אדער איז ער געמאכט צו העלפן אין קאך, אדער מאכן ארטס און קרעפטס, כל אחד כפי מה שהוא אדם.
ווי האט מיר א אינגערמאן געזאגט, איך האב 4 זון, די ערשטע ראט אין מיין טאטן, די צווייטע ראט אין מיין שווער, די דריטע אין מיין טאטנס טאטן, די פערטע אין מיין טאטנס שווער, און איך זאג אייך איך קען די זיידעס אין די קינדער, די תכונות הנפש פון זיי איז כרחוק מזרח ממערב, דער פראבלעם איז נאר די זיידעס זענען אלע אויפגעוואקסן ביי זייערע עלטערן אין שטוב, 4 מיני עלטערן, און דא קומען אריין 4 סוגים צו איין טאטע און מאמע, און אויף דעם מען פארגיסן טרערן חננו מאתך דעה בינה והשכל, צו וויסן ווי אזוי זיי מחנך צו זיין, צו האבן דעם ריכטיגן צוגאנג צו יעדן קינד.
און איך זע עס ביי מיינע קינדער אויך, כ'האב טאקע נישט 4 סוגים, אבער 2 סוגים האב איך דערווייל יא, איינער ראט אין מיר (איי א בראך, מען דארף זיך ספראווען מיט די אייגענע פראבלעמען....) און איינער אין מיין רעבעצין (אויב האב איך נישט גענוג פון איר האב איך א דופליקעט אינדערהיים....), און צו יעדן דארף מען א אנדערע צוגאנג.
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 10:15 am
מי יודע זאגסטעך רוזיג..
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 10:17 am
להודיע האט געשריבן:מי יודע זאגסטעך רוזיג..
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 10:53 am
מי יודע ס'איז מער כפי הנהגת חוה.
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 10:59 am
נשמה האט געשריבן:מי יודע ס'איז מער כפי הנהגת חוה.
יא יא, ס'איז גרינג צו בלעימען די פרוי, זי איז אויף אלעמען שולדיג....
וויצן אין א זייט געלייגט, איך ווייס ס'איז מבואר אין ספרים אז ס'איז מער תלוי אין איר, אבער דער מאן האט אויך א ווארט דארט
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 11:10 am
מי יודע האט געשריבן:מען זעט ממש ווי זאכן פירן זיך מן השמים און די מעשה ידי אדם טוט כמעט גארנישט אויף
רחוק מן האמת כרחוק מזרח ממערב, חינוך הבנים והבנות לא בשמים הוא, און אזא סטעיטמענט איז פשוט א סכנה פאר חינוך !
די פליכט ליגט אויף די עלטערן אויף טריט און שריט, נו אוודאי זעט מען פעלער ווי ס'גייט פארקערט און מ'פירט פון הימל אנדערש אבער דאס איז די זעלטענע פעלער.
חינוך אז מלובש אין די טבע, ווי אזוי די עלטערן פירן זיך אויף צווישן זיך, וואס פארנעמט א וויכטיגע ארט ביי די עלטערן, ווי אזוי בענעמען זיך די עלטערן צו די קינדער, ווי שטארק איז דיין אינטערעסע אין זייער טאג, וואס פאר א שבת טיש פירסטו, וואס זעען די קינדער אויף דיר ווען דו דאווענסט ווען דו מאכסט א ברכה וכו' וכו'.
נארמאלערהייט ווען מ'פירט א ווארעמע, לעכטיגע, פריינדליכע, איידעלע, פרידליכע, ערליכע, שמייכעלדיגע, ערענסטע שטוב דארף ארויסקומען פיינע פירות.
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 11:11 am
אויסערן,
יש ויש. עס איז פארהאן א זאך ווי חינוך, און עס איז פארהאן א זאך ווי מידות.
דיינע ביישפילן זענען פשוטע פארדארבענע מידות, די מענטשן האבן קיינמאל געארבעט אויף זיך אדער אנגעקומען מתקן זיין זייערע אייגענע מידות, ממילא טשעפענען זיי יעדן ארום.
אודאי א פרעמדע מענטש קענען זיי נישט שלאגן ווייל יענער וועט רופן פאליציי אבער זייערע קינדער קענען זיי טון וואס זיי ווילן. ויקרא שמו בישראל חינוך.
חינוך מיינט זיך אריינלייגן אין יענעמס מצב און באנייען זיין then-current וועלט!
דאס ווערט זייער קלאר דעסקרייבט אין פסוק, חנוך לנער על פי דרכו.
זעט מען דא צוויי הויפט עיקרים: חנוך ל"נער" - דארפסט "יענעם" העלפן, נישט זיך אליינס.
על פי "דרכו" - לויט יענעםס מצב און נישט לויט דיין מצב. די מצב קען זיך טוישן פון טאג צו טאג און דערפאר הייסט עס חינוך - באנייען.
אויב שלאגסטו, טעראריזירסט וכו' ווייל דו האסט נישט געהאט א גוטן טאג וכדומה ביסטו זיך אליינס מחנך, שטילסט דיין אייגענע כעס ואנגעצויגנקייט. דאס האט גארנישט מיט נישט יענעמס. דאס האט גארנישט מיט חינוך קיין שייכות, נאר בלויז שלעכטע מידות.
פונקט נעכטן געזען א טייער ווארט, אברהם הוליד את יצחק - פארוואס שטייט עס דאפלט? שוין אויבן געשטאנען יצחק בן אברהם (רשי"ס קשיא).
נאר די פשט איז אז אברהם דער בעל החסד האט איינגעזען אז יצחק האט זיין אייגענע מהלך אין גבורה, האט ער אים נישט געשטערט, נאר אדרבה ער האט אים גאר געהאלפן וואקסן אין שטייגן לויט זיין מהות פון גבורה! יא דאס מיינט חינוך.. חסד הוליד את גבורה!
לעצט פאראכטן דורך
שוועמל אום מאנטאג אוקטובר 20, 2014 11:13 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג אוקטובר 20, 2014 11:13 am
די בעסטע איז ווען ביידע האבן שכל.
תואר ס'דא חינוך בבחינת פונדרויסן נאכדעם איז דא דער עצם.