בלאט 1 פון 1

די אינוועסטירער שטעלן גארד'ס, כנסת ישראל פאדערט אויך

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 10:11 am
דורך ביבער היט
אין די פראיעקטן וואס ווערן געבויעט אין די תקופה זייט פארשידענע בוי מאטריאל איז געווארען גאר גאר טייער איז איינגעפירט אז די בויער'ס/אינוועסטארס טוען שטעלן כסדר 24/7 שומרים געדינגענע סעקיוריטי גארד'ס וואס שטייען און באוואכען די נייע פראיעקטן וואס האלטען אינמיטען געבויעט ווערן אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גנבים און וואנזיניגע פארשוינען אין די האלב פארענדיגטע און אומבאוואוינטע בנינים צו גנבענען מאטריאל/ צינורות וואס זענען ווערט אסאך און זענען א גוט גייענדע אייטעם וואס פארקויפט זיך פאר גוט געלט, עס וועט נישט בייפאלען פאר א רעכט דענקענדער מענטש צו אפחוזקען און לאכען פון די וואס דינגען די גארד'ס און טוען אנווענדן מיטלען אז עס זאל נישט זיין קיין חשש אז מען וועט זיי בארויבען זייערע חפצים.

פארשטייט זיך אז די סעקירויטי קאמפעני קומט נישט לשם מצוה היטן די הייזער, נאר לאזן זיך באצאלען א שיינע אפותיקי פארן שטיין על המשמר במשך די יאר צוויי וואס דער בנין בויעט זיך און ווערט באזעצט מיט תושבים וואס זאלען היטען דעם בנין


ומה נענה אנן איזובי קיר וואס מיר שטייען אזוי הילפסלאז און מאכטלאז קעגן דעם שרעקעוודיגער מלאך המשחית ושטן המסטין וואס דרייעט דא אינטן אהן א קאשע ביים מענטש זיך צו פארזינדיגען, און תיכף דערויף גייט ער ארויף מיט א פערטיג זאפטיג לשון הרע'לע צו מקטרג זיין אויף דעם אידיש קינד וואס ער האט נארוואס מצליח געווען אים צו אריינריקען אין א סוירטש קנעפל וואס האט אים געפירט סטרעיט צום שאול תחתית אליין
אויב זארגען זיך די מיליאנערן/ביליאנערן וואס בויען פראיעקטן צו ערפילען דעם געלט רייץ אינעם אוהב כסף לא ישבע.. און בכדי צו פארזיכערן אז זיי פארלירען נישט קיין רויטע צענט זענען זיי עומד על המשמר און צאלען געלט פאר קאמפעניס צו פארזיכערן אז עס ווערט נישט פארלוירען קיין חפצים און ווערטפולע חפצים ביים בויען, זיי זשאלעווען נישט קיין געלט צו אהערשטעלן דעם מאקסימאלסטע שמירה אז מען זאל זיי חלילה נישט שטערן צו פארדינען זייער פאר גראשען
על אחת כו''כ וויפיל השקעה מיר ברויכען אריינצולייגען צו פארזיכערן אז אינזערע בנינים וואס מיר בויען אויף, און די קומה שלימה פינעם כנסת ישראל וואס ווארט שוין צוצוקומען צו איר גענצליכער תיקון, זאל טאקע באוואכט ווערן מיט אירע ריכטיגע שומרים און זי זאל אנווענדן די טייערסטע סעקיוריטי מיטלען צו היטען אז די חיצונים די רויבערס זאלען נישט מצליח זיין מיט זייער פריוו צו באגנבענען די טייערע אומשאצבארע נצחיותדיגע אוצרות וואס מיר פארמאגען, און ווילען אפהאלטען די גרויסע ליכטיגקייט וואס ווארט אויף אונז ווען עס וועט בעז''ה נשלם ווערן די קומה שלימה פון גאנץ כלל ישראל בביאת משיח צדקינו
מיר דארפן מחזק זיין און מעודד זיין די וואס שטעלן סעקיוריטי מעטאדען און נעמן אינטער שמירה קאמפיינס צו באוואכען אינזער טייערסטע אוצר און ליכטיגער עתיד וואס עס ווארט אונז אפ

מיר וועלן זיך נישט לאזן פארפירען פון די וואס קומען מיטן עצת הבעל דבר וואס קען נישט פארגינען צו זען ווי מען נעמט אינטער די ריכטיגע וואפען און געווער קעגן זיינע מאשינערי צו בארויבען אידישע קינדער, און פרובירט מיט אלע מיטלען אפצוקילען און אפחוזקען פון די שומרים לאמיר שטיין פעסט און מצליח זיין צו שטעלן פעסטע סעקיוריט כוחות קעגן די מאנסטער אין אינזער דור

קומענדיגער יאר גייט בעז''ה נישט זיין קיין איין קליק אויף דעם 'ניין' קנעפל ביים וואויטען צו מען האט יא/נישט א פילטער, מיר גייען בעז''ה באווייזען צו לייגען שטארקע סעקיוריטי טעכניק אויף יעדן אידיש קינד בלי יוצא מן הכלל, ובשם ד' נעשה ונצליח
=========
קוקט נישט אויף די שלאבערישע שרייבעריי, נעמט נאר אן את האמת ממי שאמרו

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 10:20 am
דורך סביב העולם
שומרים הפקד לעירך
זייער א גוטע נקודה און א אמת'ע

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 11:17 am
דורך א גראם מיט טעם
ביבער,דער ארטיקעל איז א היט!!!!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 7:27 pm
דורך אויסערן מיניסטער
זייער פיין געזאגט, כי חזק בריחי שעריך, און אין די זכות זאל מען שוין זוכה זיין צו, שומרים הפקד לעירך כל היום וכל הלילה און סזאל שוין זיין תאיר כאור יום חשכת לילה, בביאת גוא"צ בב"א

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 1:04 pm
דורך ביבער היט
סביב העולם האט געשריבן:שומרים הפקד לעירך
זייער א גוטע נקודה און א אמת'ע

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:זייער פיין געזאגט, כי חזק בריחי שעריך, און אין די זכות זאל מען שוין זוכה זיין צו, שומרים הפקד לעירך כל היום וכל הלילה און סזאל שוין זיין תאיר כאור יום חשכת לילה, בביאת גוא"צ בב"א


א גראם מיט טעם האט געשריבן:ביבער,דער ארטיקעל איז א היט!!!!

א דאנק פאר די חיזוק רייד
ונזכה לעשות גדרים וסייגים בגדרי תוה''ק

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 11:35 pm
דורך יואל גרין
פיין פיין לאמיר טאקע האפן...
שרייבט ווייטער ר' ביבער, מיר גלייכן עס, סיז בכלל נישט שלאבעריש...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 11:41 pm
דורך ayidishe
זייער שיין כה לחי!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 1:25 pm
דורך יצחק דע באנקיר
ayidishe האט געשריבן:זייער שיין כה לחי!

הלוואי זאל מען אזויפיל טון פאר אינזער רוחניות וויפיל מען האט אינזין די גשמיות