Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זענט איר אליין אחראי אויף א פילטער???

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:59 am

אין ליכט פון געלעגערס ארטיקל וויל איך הערן דעם חוות דעת פונעם עולם.

ב"ה אזוי ווי איך האב דארט געוואוט און געשריבן, איז מיין בראוזער פארמאכט, דער באשעפער זאל ווייטער העלפן, און דאס איז טאקע איינע פון די קבלות טובות וואס מהאט זיך אינטערגענומען אין די ענגע צייט און דער רבוש"ע האט טאקע געהאלפן.

גאגל איז זייער א גוטע זאך און מען קען זיך שווער אן עצה געבן אן דעם, טראכט איך פון ארויפלייגען א פילטער אויפן בראוזער, איז עס א גרויסע חילוק פון א פארמאכטע בראוזער ביז א גוטן פילטער?

Advertisement

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:09 am

א ריזן חילוק.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:10 am

למעלה משבעים האט געשריבן:א ריזן חילוק.

מסביר'ן פליז

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:20 am

א פילטער דארף נאכלויפן דעם סכנה בשעת א פארמאכטע בראוזער פארהאקט דעם טיר.
א פילטער האט לעכער בשעת א פארמאכטע בראוזער האט נישט.
א פילטער נעמט נישט אוועק דעם אדיקשן פראבלעם בשעת א פארמאכטע בראוזער נעמט עס יא אוועק.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:23 am

ניק ניק האט געשריבן:א פילטער דארף נאכלויפן דעם סכנה בשעת א פארמאכטע בראוזער פארהאקט דעם טיר.
א פילטער האט לעכער בשעת א פארמאכטע בראוזער האט נישט.
א פילטער נעמט נישט אוועק דעם אדיקשן פראבלעם בשעת א פארמאכטע בראוזער נעמט עס יא אוועק.

גוטע שפיץ/ן א צד אז יא איז אויך דא?

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:30 am

די טעג מומחים בעטן יעדער וואס קומט אריין בעסער אינגאנצען צו פארמאכען די בראוזער און ארויפלייגען בלויז עטליכע עפפ'ס וואס מען דארף לצורך
זיי זאגען אז פון עקספיריענס אין דעם פעלד זעט מען ווייניגער דורכפעלער ווען מען איז אינגאנצען פארמאכט פינעם בראוזער ווי א געפילטערעטע בראוזער

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:32 am

גענפערט אין פרטי

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:54 am

צו ענטפערן אויף קעפל פונעם אשכול, יא.

מיך צו שפארן תגובות אין קומענדיגע אשכולות וועל איך שרייבן נאך אפאר זאכן אויף וואס איך בין אליין אחראי...

איך בין אליין אחראי צו ליינען קריאת שמע בזמן, אפילו ווען עס קומט אן זייער שווער.
איך בין אליין אחראי איך זאל דאווענען דריי מאל א טאג אפי' ווען עס קומט מיר אן אמאל זייער שווער.
איך בין אליין אחראי צו עסן כשר.
איך בין אליין אחראי צו היטן מיינע אויגן ווען איך גיי אין גאס.
איך בין אליין אחראי ווען איך פאר אין קאר נישט צו פארן/קוקן אויף פלעצער וואס טויג נישט אפילו קיינער זעהט נישט.
איך בין אליין אחראי אז ווען איך בייפעס מיין קאמפיוטער פילטער, זאל איך נישט גיין צו סייטס וואס טויגן נישט.
און אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן, איך בין אליין אחראי אויף מיין סמארט פאון פילטער.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:55 am

אויף צו האבן גוגל מוזטו כמובן האבן א געפילטערטע בראזער. א געפילטערטע בראוזער (מיט די ריכטיגע פילטער כמובן) איז סאך בעסער ווי א פארשפארטע בראזער דורך רעסטריקשנס.

די בעסטע איז צו האבן א פארשפארטע בראוזער מיט א פילטער (דאס פארשטאפט אלע לעכער) דהיינו א פילטער מיט די סעטינג, נאכדעם קומט א פילטערד בראוזער און די שוואכסטע איז א פארשפארטע בראוזער אן קיין ילטער ווייל סיי מ'קען נישט נוצן צו סך נוצליכע עפפס און סיי סהאט צו סך לעכער.

ביטע פאר מער פרטים גיי צו משומר אדער גדר. דא וועסטו נאר ווערן צומישט מיט יעדענס אגענדעס.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 11:59 am

3x0 האט געשריבן:צו ענטפערן אויף קעפל פונעם אשכול, יא.

מיך צו שפארן תגובות אין קומענדיגע אשכולות וועל איך שרייבן נאך אפאר זאכן אויף וואס איך בין אליין אחראי...

איך בין אליין אחראי צו ליינען קריאת שמע בזמן, אפילו ווען עס קומט אן זייער שווער.
איך בין אליין אחראי איך זאל דאווענען דריי מאל א טאג אפי' ווען עס קומט מיר אן אמאל זייער שווער.
איך בין אליין אחראי צו עסן כשר.
איך בין אליין אחראי צו היטן מיינע אויגן ווען איך גיי אין גאס.
איך בין אליין אחראי ווען איך פאר אין קאר נישט צו פארן/קוקן אויף פלעצער וואס טויג נישט אפילו קיינער זעהט נישט.
איך בין אליין אחראי אז ווען איך בייפעס מיין קאמפיוטער פילטער, זאל איך נישט גיין צו סייטס וואס טויגן נישט.
און אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן, איך בין אליין אחראי אויף מיין סמארט פאון פילטער.

פיין געהאקט...
די קעפל האב איך נאר געלייגט וועגן די קעפל "זענען סעלפאן געשעפטן אחראים אויף א פילטער" האט מיר געבאדערט, און איך האב בעצם געוואלט ארויסברעגן דאס זעלביגע... למען האמת, האבעך געוואלט שרייבן א לאנגס און א ברייטס אבער די צייט און די געהירן האבן נישט ערלויבט

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 12:01 pm

@מילכיגער

טייער גערעכט און סאיז א זייער גוטע עצה, כהאב דשאסט היינט געבעטן אונזער געלעגערן ער זאל אראפנעמען א געוויסע לינק פון ס'וועלטל ווייל דורך די לינק האבעך געקענט אנקומען פונעם אייוועלט עפפ צו גאאגלס האום פעידש און... וכו' א גאר גוטע געדאנק.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 12:07 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:@מילכיגער

טייער גערעכט און סאיז א זייער גוטע עצה, כהאב דשאסט היינט געבעטן אונזער געלעגערן ער זאל אראפנעמען א געוויסע לינק פון ס'וועלטל ווייל
דורך די לינק האבעך געקענט אנקומען פונעם אייוועלט עפפ צו גאאגלס האום פעידש און... וכו' א גאר גוטע געדאנק.

איך מיין אז ביי די לעצטע עפפ אפדעיט איז געבלאקט אלע לינקס.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 12:09 pm

פון וועלכע עפפ רעדט איר איך האב א געוויסע היימיש געמאכטע עפפ וואס איך האב געטראפן דא אויפן וועלט http://www.appsgeyser.com/548836?
עס איז א עפפ פאר ענדרויד און איך בין ב"ה זייער העפי דערמיט

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 12:21 pm

סארי, איך האב געמיינט דו רעדסט פון די אפיציעלע/היימישע בלעקבערי עפפ.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 12:31 pm

3x0 האט געשריבן:צו ענטפערן אויף קעפל פונעם אשכול, יא.

מיך צו שפארן תגובות אין קומענדיגע אשכולות וועל איך שרייבן נאך אפאר זאכן אויף וואס איך בין אליין אחראי...

איך בין אליין אחראי צו ליינען קריאת שמע בזמן, אפילו ווען עס קומט אן זייער שווער.
איך בין אליין אחראי איך זאל דאווענען דריי מאל א טאג אפי' ווען עס קומט מיר אן אמאל זייער שווער.
איך בין אליין אחראי צו עסן כשר.
איך בין אליין אחראי צו היטן מיינע אויגן ווען איך גיי אין גאס.
איך בין אליין אחראי ווען איך פאר אין קאר נישט צו פארן/קוקן אויף פלעצער וואס טויג נישט אפילו קיינער זעהט נישט.
איך בין אליין אחראי אז ווען איך בייפעס מיין קאמפיוטער פילטער, זאל איך נישט גיין צו סייטס וואס טויגן נישט.
און אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן, איך בין אליין אחראי אויף מיין סמארט פאון פילטער.

איר זענט צוריקגעבליבן, אין די היינטיגע אכשר דרא תקופה, דולד מען שוין נישט אזויפיל צו טראסטן א מענטש, ער קען צופיל דורכפאלן, מ'דארף א רעדי סעט גאו פיקס פאר יעדן פראבלעם און שוין.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 1:12 pm

3x0
האט געשריבן "איך בין אליין אחראי צו היטן מיינע אויגן ווען איך גיי אין גאס" ווי מער דו וועסט חזר'ן מוסר ספרים און לערנן יעדן טאג און זיך אנזאפן מיט יראת שמים, אלץ מער וועסטו דיך קענען היטן די אויגן ווען דו גייסט אויפן גאס. און דו וועסט האבן סיעתא דשמיא. און יא דו ביסט אליין אחראי. אבער געדענק מ'דארף חזר'ן שמירת עיניים יעדן טאג. אז נישט קען ח"ו זיין היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך, אויב מ'חזר'ט און מ'חזר'ט און מ'הארעוועט יעדן טאג און טאג, און מ'גייט מעלה מעלה בשמירת וקדושת הברי"ק מיט אן התגברות. העלפט דער אייבערשטער, און אדרבה דאס איז די רצון השם אז מ'זאל זיך היטן.
און צו די קינדער אלע עלטער, דארף מען רעדן ווי ווייט א יוד דארף זיך מתגבר זיין אויף נסיונות, אזוי ארום וועט ווערן אויפגעבויעט די כח ההתגברות. א מענטש איז ארום גענומען יעדע רגע מיט נסיונות אפילו אין לאקאלן גראסערי. דארף מען חזר'ן צו היטן די אויגן ווען מ'גייט אויפן גאס.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 1:59 pm

אויסערן מיניסטער פארשפארטע בראוזער איז זייער גוט, אבער עס האט אסאך לעכער אויך, יעצט אויפן מינוט קומט מיר ארויף אויפן קאפ 3 שטארקע לעכער וואס עס פארמאגט, די בעסטע איז די נעמסט א פילטער, און בנוסף צו דעם לייגסטו ארויף א לאק אויף דיין בראוזער.

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 2:24 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:פון וועלכע עפפ רעדט איר איך האב א געוויסע היימיש געמאכטע עפפ וואס איך האב געטראפן דא אויפן וועלט http://www.appsgeyser.com/548836?
עס איז א עפפ פאר ענדרויד און איך בין ב"ה זייער העפי דערמיט

דא האסטו א אנדערע אייוועלט עפפ פאר ענדרויד וואס די עקסטערנעל לינקס איז פארשפארט.

https://copy.com/2VSsRv1CGk1j

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 2:28 pm

3x0 האט געשריבן:צו ענטפערן אויף קעפל פונעם אשכול, יא.

מיך צו שפארן תגובות אין קומענדיגע אשכולות וועל איך שרייבן נאך אפאר זאכן אויף וואס איך בין אליין אחראי...

איך בין אליין אחראי צו ליינען קריאת שמע בזמן, אפילו ווען עס קומט אן זייער שווער.
איך בין אליין אחראי איך זאל דאווענען דריי מאל א טאג אפי' ווען עס קומט מיר אן אמאל זייער שווער.
איך בין אליין אחראי צו עסן כשר.
איך בין אליין אחראי צו היטן מיינע אויגן ווען איך גיי אין גאס.
איך בין אליין אחראי ווען איך פאר אין קאר נישט צו פארן/קוקן אויף פלעצער וואס טויג נישט אפילו קיינער זעהט נישט.
איך בין אליין אחראי אז ווען איך בייפעס מיין קאמפיוטער פילטער, זאל איך נישט גיין צו סייטס וואס טויגן נישט.
און אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן, איך בין אליין אחראי אויף מיין סמארט פאון פילטער.


עס נעמט נישט אוועק די פליכט וואס די מנהיגים האבן צו זען אז יעדער זאל טון זיין אחריות'דיגע שריט

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 2:48 pm

@יימרל
ייש"כ וויל טשעק איט אויט

@מגיבים
פארפארענע אשכול אלערט

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 2:53 pm

זענט איר אליין אחראי אויף א פילטער???

א שאלה אפילו? ווער דען אויב נישט די אליין????

די גאנצע זאך איז אויב יענער איז "אויך" אחראי, אבער דו ביזט דער עיקר אחראי אויף דיר אליין.

אויב איינער וועט געבן א תירוץ ווייל מיין רבי איז נישט געווארן א טעקנישאן און געלייגט פאר מיר א פילטער, גלייב איך אז מ'וועט לאכן פון אים, ווער איז אחריות אויף א מענטש אויב נישט ער אליין?!

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 2:56 pm

שמעלקע קוק מיין פריערדיגע תגובה צו טריאו

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 3:13 pm

אז מ'רעדט שוין, אויב איינער דארף האבן אפן בלויז עטליכע סייטס, קען מען מיט די פאלגענדע קאמפאני'ס גאנץ גרינג מאכן א אייגענע עפפ בחינם וואס זאל האבן נאר די סייטס וואס מ'וויל, און די אינטערנעט עפפ קען מען צושפארן מיט א עפפ-לאק.

http://www.appsgeyser.com/en האט נישט קיין עדד'ס אונטער הונדערט אינסטאולס, מ'קען צושפארן עקסטערנעל לינקס.
https://www.yapp.us
http://www.appmakr.com

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:21 pm

איך האב פארלוירן געטרוי אין אלע פילטערס! גויאישע פילטערס איז דאך שוין אפגערעדט, ווייל וואס פאר א גוי איז כשר איז פאר א איד חזיר טרייף, אבער אפילו אידישע פילטערס, איך האב שוין פרובירט מער ווי איינס און אלע האבן לעכער, און גראבע לעכער. א איד וואס דארף נישט קיין אינטערנעט "זאל אוועקשטיין" פון די גאנצע מעשה. פארשטייצעך אז פארשפארטע איז סאך מער אויסגעהאלטן ווי געפילטערטע, עגעין, פאר די וואס קענען עס באווייזן

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:22 pm

פאר מער זע דא viewtopic.php?p=940788#p940788
שרייב א תגובה

Advertisement