אן אפענע בריוו צו באהאלטענע הרגשים

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

אן אפענע בריוו צו באהאלטענע הרגשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

בס''ד
ימי הרחמים ורצון , אלול תשע''ד


צו מיין טייערע חבר נ''י ,

איך שרייב די דאזיגע שורות נאכקוקענדיג דיר שוין א שטיקעל תקופה,ווי דו דרייסט זיך ארום אן קיין מוט ,פארביטערט און צובראכען,כאילו האסט פארלוירען דעם גלאנץ פון לעבען.ביי שמחות קומסטו זאגען מזל טוב און ביז דרייסיג סעקונדעס ביזטו שוין אינדרויסען,שבת אין שול קוקסטו אריין אין סידור נישט שענקענדיג א שמייכעל פאר קיינעם,און ווען דו באגעגענסט איינער א באקאנטע אויפען גאס שטיפענדיג א קערידש ווען צו די צוויי זייטען האלטען זיך אן בא'חן'טע קינדערליך ,דרייסטו אויס דעם קאפ און גייסט אריבער צום אנדערען זייט גאס....


יא ,ס'נישט גרינג צו זיין קינדערלאז ,צו האפען ,צו ווארטען ,און צו ווערען דיסאפוינטעד נאכאמאל און נאכמאל ווי דער צייט גייט פארביי,נאך א חודש ,נאך א יאר ,דער דאקטער ,יענע טריעטמענט,נאכדערצו ווען די יונגערע געשוויסטער מאכען שוין פאות...


אבער גלייב מיר אז איך ווייס און איך פארשטיי דיין צער און מיטמאכעניש ווייל איך פיל עס אויך ,האלטענדיג עטליכע יאר נאך די חתונה ווארטענדיג אויף א זיסע בעיבי וואס זאל לעכטיג מאכען ביי אונז אין שטוב ,א קינד וואס זאל געבען א סיבה אהיים צו קומען צו א פרייליכע שטוב, און געבען דעם שטופ ארויס צו קריכען פון בעט יעדען אינדערפרי,צו קענען געבען פאר מיינע עלטערען צו שעפען אידיש נחת אן בליקען פון רחמנות...


די גראמען האב איך אמאל געשריבען צו מיר אליינס זייענדיג אביסעל מיואש,ארויס צו ברענגען אביסעל וואס ס'איז מיר געלעגען אויפען הארץ,געשריבען אויפען הארציגען תנועה ,זרעא חיי וקיימא וואס שרולי ווערדעגער זינגט קאמפעזירט ע''י ר' פנחס וועבער,

א) ווי א האמער וואס האקט, אויפען טויער פארשלאסען
געפילען וואס מאנען און דערמאנען
פון א לעכטיגקייט וואס איז נאכנישט פארהאנען


פיל תפילות.
און סגולות.
טרערען פארגאסען
אויף א נשמה.
א בר קיימא.
דאס הארץ עס באגערט


א) חדשים גייען פארביי,מיט האפענונג גאר גרויס
אבער מיינע חלומות, זיי טוען חלומות בלייבען
זיין א טאטע פאר תינוקות של בית רבן


א מתנה קריגען.
און עם וויגען.
מיט ליבשאפט אויפען שויס
צו איז פארבליבען.
אדער איז אפגעשריבען.
פאר מיר נישט באשערט


ב) אוי זרעא ,קינדערליך
וואס זאלען זיין ערליך
אוי זרעא, קינדערליך
דאס בעטין מיר מיט טרערליך
איך זאל קענען צייגען
ווען ער טוט שטייגען
אויפען גאנג פון זיינע פארגייער
יא,ס'מיינס
באקומען אזאנס
מיט סייעתא דשמיא


ב)אוי זרעא ,אויף קינדערליך
געזונט מיט כוחות פריש
אוי זרעא,ווי ווינדערליך
וועט זיין מיין שבת טיש
זינגען שבחים
פארען מלך המלכים
מיט מיינע קינדער בחבורה
אויף אלע חסדים
מכל הצדדים
לך ענו שירה.


מיט דעם אלעם אפי' ס'שווער פראביר איך צו זיין שטארק ,אויב נישט פאר מיר דאן פאר מיין בני בית זיך מחזק צו זיין מיט אמונה און בטחון ,און אודאי דאס מערסטע איז תפילה ,דאווענען ,דאווענען און ווידער דאווענען.

די וועלט פארציילט,אז ס'איז געווען אמאל א סוחר א מתנגד וואס איז איינגעשטאנען ביי א חסיד און איין נאכט איז רבי דוד'ל טאלענער אנגעקומען ,און דער מתנגד הערט ווי דער רבי בעט פינעם חסיד געלט האט דער איד געזאגט אז סך הכל האט ער 200 רובל אוועקגעלייגט האט דער רבי געהייסען עס אהין געבען ,דער מתנגד האט עס פאדראסען אביסעל ,היתכן א רבי נעמט צו פון זיינע חסידים זייער לעצט ביסעל געלט ,אבער ער האט געשוויגען ,אויפען וועג ארויס רופט זיך ר' דוד אן און ווייזט אויף איין זייט פינעם חצר אז דארט וועט זיין א שטאל פון פערד ,און אויף יענע זייט וועט זיין א קרעטשמע,און אזוי ווייטער אויסגערעכענט פול מיט זאכען וואס וועלען צוקומען צום איד'ס פארמעגען,אפאר יאר דערנאך איז דער מתנגד געווען נאכאמאל אין דעם דארף און ער זעהט טאקע אז אלעס וואס רבי דוד'ל האט געווינטשען איז מקיום געווארען ,דער קרעטשמע וכו' ממש דער איד איז געווארען אן עושר מופלג,איז ער געפארען צום טאלנער רבי'ן פרעגען וואס האט דא פאסירט,האט עם דער רבי געזאגט,אז אויף דעם איד איז געווען אנגעגרייט עשירות לרוב ,די איינציגסטע זאך וואס האט אויסגעפעלט איז געווען א תפילה פון א לב נשבר, און היות דער חסיד האט דאך געהאט 200 רובל אוועקגעלייגט האט ער קיינמאל נישט געפילט אז ער דארף דאווענען אויף פרנסה ווייל ער האט דאך 200 רובל ,דערפאר האב איך עס צוגענומען פון עם ,אזוי וועט ער דאווענען און בעטען מיט אן אמת'ן צובראכען הארץ, און מ'האט אנגענומען זיינע תפילות און עם געשאנקען מיט רייכטום.


ס'קען זיין אז אפשר וויל מען דאס אויך פון אונז,יעדעס מאל ווען מ'מיינט אז ס'שוין דא א ליכטיגקייט און עס שטעלט זיך אויס אז נישט ...,וויל מען פון אונז א תפילה מיט א לב נשבר ,מיט א צובראכען הארץ,מיר ווייסען נישט וועלכע תפילה וועט זיין דער מכה בפטיש און ברענגען די ישועה ,אבער יעדע תפילה ברענגט אונז צו מיט איינס נענטער צום לעצטע,
אבער פארשטייט זיך אז בעצבות טאר מען נישט זיין ,יואש אינו קונה – יואש,טאר נישט קונה שביתה זיין ביי א איד ,נאר מ'דארף זיך פראבירען מחזק צו זיין מתוך שמחה און דאנקען דעם ליבען טאטען אויף די אלע גוטס וואס מיר האבען יא,און גלייבען אז די ישועה איז שוין דא ,מ'דארף נאר די איינע לעצטע תפילה...


ווייל אזוי ווי ביזען קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק ,אזוי אויך דארף מען די כוחות זיך צו פארמעסטען מיט א נסיון ,ס'איז ממש פלא'דיג ווען יעדעס מאל איך פיל אביסעל דאון און צוקלאפט ,שיקט מיר דער בורא כל העלמים צו א שטיקעל חיזוק ,וואס לייכט אביסעל אויף דעם וועג אינעם טינקעלען טונעל ,און דערפאר וויל איך מיט דיר מיטטיילען א געדאנק וואס כ'האב לעצטענס נאכגעהערט בשם הרה''צ ר' אלימלך בידרמאן שליט''א,וואס האט מיר אסאך געשטארקט ,וויל איך עס איבערגעבען פאר דיר אין א בחינה פון אל ימנע טוב ,און אפשר וועסטו זיך קענען אויך אביסעל דערהייבען דעם גייסט,א טראפ'קלע גרינגער מאכען דעם שווערען משא וואס ליגט אויפען הארץ,און הלואי צו ברענגען זאלסט קענען אמאל געבען א שמייכעל.


מ'גיימיר ליינען ראש השנה די פרשה פון וה' פקד את שרה,- הקריאה מעוררת את הזמן און זאלען טאקע אלע מצפים ומקווים לישועה ווערען אויפגעראכטען בעזרת השם- און ס'איז באקאנט אז די אמהות זענען אלע געווען עקרות ,זאגט ר' מייליך א געוואלדיגע טעם דערצו,ווייל כידוע האט דער רבוש''ע געזאגט פאר אברהם אבינו אז אידישע קינדער וועלען זיין זיין פיר הונדרעט יאר אין מצרים,אבער למעשה זעהען מיר אז זיי זענען נאר געווען צוויי הונדרעט און צעהן יאר,אויף דעם זענען מסביר די מפרשי התורה אז מ'רעכענט 400 יאר מלידת יצחק,און מיר ווייסען אויך אז דער שועבד האט זיך ערשט אנגעהויבען נאך וואס לוי ,דער לעצטער פון די שבטים איז נפטר געווארען,ערשט דאן האט פרעה אנגעהויבען מיט זיינע גזירות,קומט אויס אז ווען יצחק וואלט נישט געווארט צוואנציג יאר אויף קינדער נאר וואלט געהאט יעקב גלייך וואלט זיך דער קושי השועבד אנגעהויבען מיט צוואנציג יאר פריער,און די אידען וואלטען געברויכט ארבעטען 230 יאר !! אבער מיט דעם וואס רבקה איז געווען אן עקרה אזוי לאנג האט זי איינגעשפארט פאר אירע אייניקליך 20 יאר גלות מצרים,נאך מער אברהם איז געווען בן מאה שנה ביי לידת יצחק ,שטעל דיר פאר אז יצחק ווערט געבוירען גלייך א יאר נאכען חתונה ,וויפיל נאך יאר וואלטען מיר זיך געמיטשעט אלס קנעכט ביי פרעה ? נאר דער מסבב כל הסיבות האט עס אזוי אויסגעשטעלט אז סע ענדרעשער פאר א מענטש צו ווארטען פאר קינדער נאך אפאר יאר ,ווייל מיט דעם שפארט ער איין צער פאר זיינע דורות הבאים !!


דער געדאנק האט מיר פערזענליך גאר שטארק איבערגענומען,אין הכי נמי ס'איז שווער ,ס'איז ביטער שווער,אבער וואס טוט דען נישט א טאטע פאר זיינע קינדער ,און אויב האט דער בורא מיר אריין געלייגט אין דעם מצב ,גלייב איך אז ס'וועט נאך קומען א טאג וואס כ'וועל פארשטיין פארוואס עס האט געמיזט אזוי זיין.


חלילה וחס איך דזשאדזש נישט דיר און נישט קיינער וואס איז אין אונזער לאגע ,אבער פארוואס זיך ארום דרייען דיפרעסד און בעצבות ? מיט שמחה קען מען פעול'ן כידוע,צדיקים האבען געטיישט מושיבו עקרת הבית - אויב וויל מען איבערדרייען דעם מצב פון א עקרה ,אם הבנים – זי זאל ווערען אן אם הבנים ,א מאמע פאר קינדערליך,דאן שמחה – מיז מען זיין בשמחה.


צום שלוס וויל איך דיר ווינטשען א כתיבה וחתימה טובה,און א גוט געבענטשט יאר,א יאר פון געזונט, א יאר מיט פרנסה בשפע,א יאר מיט שמחות ,און מיר און אלע אידען וואס האפען זאלען נפקד ווערען בזש''ק ,צאצאיה כן פקוד ,און מיר וועלען צוריק קוקען אויף די טונקעלע זמנים און אויסדריקען בשבח והודי' ,אל הנער הזה התפללתי,אמן כן יהי רצון.

החותם בידידות,
דיין פריינט .

(נכתב על פי בקשה באישי)
לעצט פארראכטן דורך א גראם מיט טעם אום מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אין מילים !

מעגן מיר בכלל אריינרעדן נאך אזא נשמה -הארציגע הערליכע ארטיקל, אדער דאס וועט בלויז צעפאטשעקן די טיפע רגשי הלב ?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

איך בין שפראכלאז! ווערטער גלייך פון הארץ ארויס.

זאל דער אויבערשטער דיר אויפרעכטן בקרוב אינאיינעם מיט אלע אידישע קינדער המצפים לישועה.

אוי זרעא, קינדערלעך!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

רירנד! נשמה סטרונעס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

Wowowow

אזא שיין שטיקל פון ר' א גראם
וואס דערין ליגט הארץ און טעם

זאל דער הייליגער באשעפער העלפן
און אלע אידן שוין אויפרעכטן


ר' א גראם איר זאלט וויסן אז איך בין יעדן איינציגן טאג מתפלל פאר אלע אידישע קינדערלעך זאלן שוין געהאלפן ווערן בזש"ק, ב"ה איך אליין האב קינדערלעך, דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער, אבער האבנדיג חברים, קרובים, וידידים וואס האבן ליידער נאכנישט זוכה געווען בעט איך פאר ענק אלע....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

א גראם מיט א טעם! אבער נישט סתם א טעם, א נאך טעם
דא האסטו אפאר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

זייער שיין איון צום זאך
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
ארום און ארום
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 5:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום און ארום »

טרערן און די אויגן בשעתן ליינען..
דער פון אויבן זאל שוין שיקען די ריכטיגע ישועה וואס מען ווארט שוין אזוי פיל יארן!!!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מורא'דיג ;l;p-
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וממכה עצמה מתקן רטיה!!

געוואלדיגע רייד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יענק'ל פנים
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2014 6:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענק'ל פנים »

זייער פיין רב גראם
זייער בטעם
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

א גראם איך מיז אייך קאנגראטולירן!!!
איר זענט א העלד!!!
א איד אין אייער מצב זאל אנגיין מיט אזא פרישקייט , ס'איז צום באוואונדערן,
איך וואונטש אייך און איך האף צו הערן פון אייך בקרוב בשורות טובות בתוך שאר הנצרכים לישועה
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

זאלסט וויסן אז איך וויין כמעט 'קיינמאל נישט', עס קומט מיר זייער שווער אהן צו וויינען, האסט מיך אבער צענומען, צענומען, אזעלעכע שטארקע ווערטער פונעם בעל הנסיון אליינס? דארפן מיר זיך נישט אפלערנען? זאלסט וויסן אז מענטשן אין אלע מצבים קענען און דארפן ארויסנעמען חיזוק פון דעם. שקויעך און זאל אונזער טאטע דיך און אלע אידישע קינדער אויפרעכטן גאר בקרוב אויפרעכטן
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער רירענד. זאלן שוין אלע אויפגעראכטן ווערן בקרוב ממש
יפרידמאן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפרידמאן »

מלא חיזוק מלא תוכן

איך וואלט אייך מייעץ געווען צו הערן ר מיילך בידערמאן ער גיט זייער זיייער אסאך חיזוק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אזוי ווי איך בין שפראכלאז נאכן ליינען אזא רירנדע ארטיקל, וועל איך בלויז ציטירן:
געלעגער האט געשריבן:זייער רירענד. זאלן שוין אלע אויפגעראכטן ווערן בקרוב ממש
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

חז"ל זאגען איי חז"ל זאגען, למה היו אמותינו עקרות, איי


און באותו ענין האבעך געזעהן א מעשה, אז הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלז זי"ע האט נישט געהאט קינדער תיכף, איז די רעבצען אריין צום רבי'ן (דענק נישט צו מהר"ש אדער מהר"י)האט ער איר געזאגט: דיין מאן וויל האבען קינדער צדיקים, אויב ווילסטו פשוטע קינדער קענסטע האבען ווען די ווילסט, אבער קינדער צדיקים ברויך מען ווארטען.
לעצט פארראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אגב דער ווארט פון ר' מיילעכען אוז געלאקחנט פון א מדרש.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

גראם, מיין חבר טייערע,
פון דיין פענע צו כביכול'ס אויערען
מ'עבירין א'ת ר'וע ג'זירה
אויפשפארען אלע טויערען

פון הימעל דיר באגליקען
בקרוב האבען די זכיה
א מתנת בשר ודם שיקען
בתוך שאר מצפים לישועה

עס וואונטש דער גאנצע ציבור
שוש תשיש בקיבוץ בניה
תשע"ה זאל זיין א שנת העיבור
תחל שנה וברכותיה
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

געמיר א טישא.. אזוי...

איינער וואס איז נישט געווען אין דעי מצב איז נישט מעגליך זיך פארצושטעלן דעי צער.. זאלן אלע וואס ברויכן געהאלפן ווערן בקרוב.

יישר כח גראם, הערליכע הארציגער ארטיקל ..
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

זייער ווארעם, זאלסטו מיט אלע יודן געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא גרונגערהייט און געזונטערהייט
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א דאנק אלע מגיבים
כולם נאים כולם אהובים

ענקער חיזוק פארען הארץ פארקלעמט
שטארקט, און דאס יואש אוועק עס נעמט

וזאת באתי בזה להתחנן
דער ארטיקעל איז נישט געווען רחמנות צו דערמאנען

נאר צו שטארקען אנדערע, אז נישט קיין חילוק אין וועלעכע מצבים
טאטע זיסע, להודות לך אנחנו חייבים

ביטע מיך טריעטען דאס זעלבע ווי אמאל
בשורות טובות ישמע בבתי כל ישראל.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!

ס'איז אונז געבוירען א געזונט לעכטיג מיידעלע ב"ה
אי"ה ביי אייך אלע אויף שמחות.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מזל טוב!!!!! זאלסטו זעהן שטענדיג נחת!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”