בלאט 1 פון 1

מיין וואקאציע טאגבוך חלק ג'

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:09 pm
דורך מכה בדופן
המשך פון דא.

דעי פאאר:

ענדליך הא'מער געהאט אביסל זון, און מ'האמער געקענט גיין צום פארק ווי געפלאנט צוויי טעג צוריק. כ'האב ספעציעל אויסגעוועלט א פארק איבער א שעה אוועק, כדי מ'זאל קענען הערן א גאנצע סידי פון ר' אהרן אריה אייזענבערג אהין און פון ר' לייביש ליש אויף צוריק. אזוי ווייסעך אז ברוך וועט כאטש זיין האלבוועגס צופרידן, טראץ דעם 'נעבי' טריפ...

פאר די קליינע איז דער פארק דער בעסטע טריפ. אויך פאר מיין ב"ב, מיין שלום בית און מיין קעשענע. מ'שפאצירט ארום, מ'שעפט אביסל פרישע לופט, די קליינע גיין אויף די סווינגס און שפילן אין דער זאמד. אפילו ברוך ענדזשויט ווען מ'פיטערט די קאטשקעס ביים וואסער – כאטש ער געבט זייער אכטונג נישט ארויסצואווייזען ס'מינדעסטע מינע פון הנאה, כדי כ'זאל נישט פארגעסן ווי אומצופרידן ער איז. נו נו, גם זה יעבור...

בשעת די קליינע האבן געשפילט אינם פלעיגראונד האב איך זיך געוואלט אפרוען אביסל אויפן גראז מיט מיין סמארטפאון, אבער צו מיין מזל איז נישט געווען קיין סערוויס האבעך פערבראכט א האלבע שעה פראבירנדיג צו ריפרעשן מיינע אימעילס ביז ס'ז מיך נמאס געווארן און כ'האב געקראשט אפאר קענדיס. ימ"ש עי.טי.ענד.טי...

אויפן וועג אהיים זע'מיר דורכגעפארן א פרעמדע יודישע געגנט, וואו כ'בין שנעל אריינגעשפרונגן אין א גראסערי טשעקן אויב זיי האבן די גרויסע סייז פלעסטיק לעפלעך. שטייצעך אז אלע קליינע האבן געוואלט מיטקומען, באט כ'האב קלאר מודיע געווען אז ס'וועט נישט העלפן קיין וויינעראציעס, נאר יעדע בלייבט אינם קאר מיט מאמי (אויסער מושי וועלכע האט געדארפט גיין אין טוילעט) – ס'גוט אז מיין ב"ב זאל אויך אמאל שפירן דער טעם פון נאכקוקן די קינדער...


דעי פייוו:

היינט גייט מעניש אין ערגעץ ווייל ס'ז שוין דאנערשטאג און מ'דארף קאכן פאר שבת. איך האב מודיע געווען צופרי אז כ'גיי בלייבן אין ביהמ"ד ביז שפעט נאכמיטאג צו לערנען חומש רש"י, און ווען כ'קום אהיים עקספעקט'עך אז גאנץ שבת זאל שוין זיין אפגעקאכט, די חלות אפגעבאקן און די שבת העמדער פריש געוואשן און געביגלט.

כ'ביניש קיין שווערע מאן, אבער עפעס מעג זי דאך טון, איא? איך מארדעווע זיך שוין א גאנצע וואך, סאו היינט וועט זיין איר טעירן צו שפירן דעם ביינעזמאנים.

אויפן וועג אהיים (5'ער נאכמיטאג) האבעך געפילט אביסל שלעכט פאר די ב"ב, האבעך זי געקויפט א טשאקאלאד, וויסענדיג פון ערפארונג אז דאס מאכט אלעס בסדר. (שור...)

אנקומענדיג אהיים האבעך געזען ס'ז צרות, די אידענע האט זיך נישט קיין עצה געגעבן מיטן שווערע לאסט און דער הויז גייט אויף רעדער. מיט פאטאס האבעך אויסגערופן אז איך גיי יעצט ארבעטן אויף מיינע מדות און כ'גיי נישט זאגן קיין איין ווארט וועגן דער מצב, נאר אלעס מקבל זיין באהבה. "זאלסטו וויסן," האבעך געזאגט מיט א ברייטן שמייכל, "אז ס'גייט מיך נישט אן דער גאנצע כאזעריי און בהלה וואס טוט זיך דא, דו בלייבסט נאכאלץ ביי מיר גאר חשוב און טייער."

מער האט שויניש אויסגעפעלט...

[ס'איבעריגע פון דעי פייוו איז רעדאגירט מפני הכבוד.]


דעי סיקס (עש"ק):

כדי אביסל אויסצוגלייכן מיין שלום בית האבעך מודיע געווען אז לכבוד שבת גיימער אפגרעידן דעם וואקאציע פון א פשוט'ע קאנטרי צו א האטעל. צו דעם צוועק האבעך אפגעשריבן א פונטקליכן סדר היום ווען מ'וועט קענען האבן טועמיה, מזונות, ביינאכט סעודה, קאווע צופרי, בייטאג סעודה, פירות און שלש סעודות, און שטרענג אנגעזאגט אז ווער ס'פארפאסט דער צייט וועט מוזן בלייבן הונגעריג (אויסער אויב ער'ט זיך חנפ'ענען צום משגיח און אזוי זיך אריינ'גנב'ענען אין קיך).

אויך הא'מער אנגעשמירט די מאטראצען מיט פארשידענע אומאיידענטיפיצירטע פלעקן, אריינגעלייגט צוויי איבערגעקערטע גלעזער אין ביה"כ און אויסגעלאשן אלע לייטס אויסער צוויי נאכט-לעמפלעך. דערנאך האבעך זיך געשטעלט אויפען גאס און פארטיילט טיפס פאר פרעמדע דורכגייער – א פארטיגע האטעל.


שב"ק:

איז אריבער בשלום ב"ה אן קיין ערנסטע פערלוסטן. מסתמא נישט ערגער פון אלע אחב"י וועלכע האבן באצאלט צו זיין אין האטעלס...

מוצ"ש, באלד נאך הבדלה, האבעך מודיע געווען מיין באשלוס אז היי יאר צוימן מיר אביסל איין די מותרות, און איין וואך וואקאציע איז אונז גענוג. יעדער האט אפגעאטעמט הויך אויפן קול, און מיר הא'מיר זיך גענומען איינפאקן די זאכן צו קענען צוריק מופן אהיים.

כ'האב געפרעגט די קינדער אויב זיי האבן ענדזשויט די וואקאציע, און ב"ה די ענטפערס זענען אלע געווען פאזיטיוו. ברוך האט מעך געזאגט אז ער גייט פארציילן פאר זיין בעסטע חבר מרדכי ווי גוט ס'ז געווען, אז מרדכי זאל בעטן (מוטשן) זיין טאטע נעקסטע יאר זאלן זיי מאכן אזא וואקאציע.

"איימענוט," געבעך א פרעג, "זינט ווען איז מרדכי דיין בעסטע חבר? האסטו זיך דעניש צוקריגט מיט'ם צוויי וואכן צוריק ווייל ער האט'ך פארשעמט?"

"דעטס רייט, סאו האפענטליך וועט ער מיך גלייבן און זיין משפחה וועט אונז נאכטון, וועלעך האבן א זיסע נקמה..."


האטס מיך אלע א כתיבה וחתימה טובה.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:12 pm
דורך הרבטייטעלבוים
געוואלדיג.
א שאד אז כבין נישט דורך ער"ש דארטען כאפען א טיפ

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:48 pm
דורך אנעים זמירות
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:געוואלדיג.
א שאד אז כבין נישט דורך ער"ש דארטען כאפען א טיפ

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:50 pm
דורך געלעגער
זייער זיס אראפגעשריבן. כ'האף אז נישט אלעס איז אמת, אויב יא איז די מצב ביטער

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 7:41 pm
דורך ידיד
מכה'לע! דאס איז עפעס נורא ואיום! פריש אויסגעפלאצט ביי יעדע שורה...

געלעגער, נישט דו האסט רעדאגירט זיין תגובה?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 9:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
אסאך אסאך "לאכבארע" שורות!! פיין געווען, טענQ.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 9:26 pm
דורך לכאורה
געוואלדיג געוואלדיג, א שאד עס איז שוין געקומען צו אן ענדע די זיסע וואקאציעלע פון מכה'לע בדופן'דל.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 9:45 pm
דורך אויסערן מיניסטער
לכאורה האט געשריבן:געוואלדיג געוואלדיג, א שאד עס איז שוין געקומען צו אן ענדע די זיסע וואקאציעלע פון מכה'לע בדופן'דל.

יא יא, אויך מיר האבן געוואלט נאך א ביסקעלע לאכן.... אשאד....
סמערסטע האט מיר געפאלן דאנערשטיג ווייל האסט געארבעט אויף דיינע מידות, און די פרייטאג האטעל.... די ביזט מעידשער... איך מיין אז הילטאן קען זיך שעמען פאר דיר....
זאפטיג אראפגעלייגט ייש"כ

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 10:35 pm
דורך באדינער
זיס...
טענקס..

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 12:04 am
דורך מטעמים
זייער א סך געלאכט דא. מכה, איך זעה עס וואקסט אינטער א מכה בדופן זשוניאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 1:32 am
דורך קנאפער ידען
יוש ביסטו ס'שיגע! איך ווארף מיר דא פאר געלעכטער אין מיין האטעל....

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 8:15 am
דורך מאנ-יימער
מכה ביזט זיס ווי צוקער, יעדע שורה צו דער זאך און צום לאכן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 9:14 am
דורך ענדע צדיק!
מאנ-יימער האט געשריבן:מכה ביזט זיס ווי צוקער, יעדע שורה צו דער זאך און צום לאכן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 10:06 am
דורך שנאפס
סארא אויסדרוקן דא... יישר כח מכה'לע פארן מהנה זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 12:51 pm
דורך מכה בדופן
ייש"כ פאר אלע שיינע תגובות. די בעסטע זאך פון דעי האטעל אז כ'האב געקענט אהיימנעמען די האנטוכר מיט א רואיגן געוויסן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 12:55 pm
דורך green
מכה בדופן האט געשריבן:ייש"כ פאר אלע שיינע תגובות. די בעסטע זאך פון דעי האטעל אז כ'האב געקענט אהיימנעמען די האנטוכר מיט א רואיגן געוויסן.


דו דערמאנסט מיך פון דעם

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 9:08 pm
דורך גוגל
אפגעליינט אלע דריי סעשענס מיט איין אטעם!!!!!

מבה'לע ווען גייסטו נאכאמאל אויף וואקאציע?