זכרונות: September 11

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בענאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:38 pm

יאך בין דאך אויך דארט געווען. דע רבי האט אראפגעשיקט צוריק ווייל מ'האט נאך געהאלטן פארן בענטשן פון פרישטיג. (כיתות ז, ח, ט) אינמיטן בענטשן איז איינער פון כיתה ה' געקומען זאגן אז די ערשטע בנין איז אראפגעפאלן, איז מען שנעל צוריק ארויפגעלאפן.
דיין רבי האט נאכאויך נישט באגרייפט דאן וואס עס איז געשען, ווייל קיינער האט עס נישט באגרייפט. אין די ערשטע פאר מינוט נאך וואס די קראך איז געשען האט מען ניטאמאל געוואוסט אז דאס איז געווען א טעראר אטאקע. מ'האט געמיינט אז עס איז א עקסידענט און סאיז אינטרעסאנט צו זעהן די רויעך גיין אזוי ווייט. קיינער קיינער האט נישט געטראכט אז דער בנין גייט אראפפאלן. - אפילו נישט די הילפס אגענטורן און אפילו נישט.. די טעראריסטן.

איך געדענק דעמאלטס איז א איד אריינגעקומען אין די תלמוד תורה און ממש געוויינט אז מען זאל צאמענעמן די קינדער און זאגן תהלים. ער האט געזאגט אז ער מיינט די וועלט גייט אונטער. ער איז געווען אויס מענטש. שפעטער האט מען אונז מסביר געווען אז אזא אטאקע וואלט געקענט האבן א שוידערליכע עפעקט אויף די עקאנאמיע ובפרט אויף די סטאק מארקעט און פארדעם האט יענער אזוי געציטערט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:35 pm

זעט אויס ס'איז געווארן א שפראן אשכול
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:55 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:זעט אויס ס'איז געווארן א שפראן אשכול


דריי עס צוריק ארויס נישט טיפער אריין, עניוועי די טשילס קומען ארויף

געשמאקע אינגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:43 pm

תגובהדורך געשמאקע אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:58 pm

אליין געזעהן דעם פליגער אריינפארן. געווען נישט ווייט פון גראונד זיראו. א שווערע איבערלעבעניש

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:01 pm

געשמאקע אינגערמאן האט געשריבן:אליין געזעהן דעם פליגער אריינפארן. געווען נישט ווייט פון גראונד זיראו. א שווערע איבערלעבעניש


נעם אפאר מינוט, פרוביר אונז איבערצוגעבן מער באריכות ווי ווייט מעגליך

געשמאקע אינגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:43 pm

תגובהדורך געשמאקע אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:05 pm

בין נישט די וועלטס שרייבער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:16 pm

זיך יעצט דערמאנט
פון דעם סעלפאן וואס מען האט אוועקגעלייגט אין בה"ם פאר ימים נוראים
און אויסגעריפען יעדער זאל וויסען ווי
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:05 pm

געשמאקע אינגערמאן האט געשריבן:בין נישט די וועלטס שרייבער

גענוג א שטאט'ס שרייבער... קוק איבער די אנדערע באשרייבונגען דא און הויב אהן!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:59 pm

האמיר אום צעפטעמבער דעם צענטן ארום ניינע אוהר אויפדערנאכט גערעדט מיט ר' אברהם אילאוויטש'ן ע"ה איבער א אינשורענס פאליסי און עטליכע שטונדען דערויף איז ער שוין נישט געווען צווישן אונז
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 11:58 am

בילד
םרעזידענט בוש באקומענדיג די נייעס
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 11:13 pm

15 יאר שפעטער

Any updates?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 11:35 pm

SPUSMN האט געשריבן:איך בין דענמאלט עטליכער מאל א וואך געווען אין מאנהעטען, אין דער סיטי האל געגענט, און יענעם טאג האביך ב"ה נישט געדארפט דארט זיין אין דער פרי.

בין געווען דענמאלט אין דער היים, און מיר האבען געזעהן פון פענסטער ווי דער ערשטער טורעם ברענט. פון אונזער הויז האט מען געקענט ארויס זעהן נאר די צעהן העכסטע שטאקען.

דער ראדיא איז געגאנגען אין איך בין געשטאנען ביים פענסטער און פליצלינג זעה איך ווי א ערעפלאן דרייט זיך אויס אין פראנט פון מיין נאז, זייער נידעריג. כ'האב א שריי געגעבען צו מיין ווייב אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דער ערעפלאן וואס איז נאך קיינמאל נישט געפארען אזוי נידעריג איבער די וויליאמסבורגער גאסען.

אזוי שטייענדיג, הער איך אויפען ראדיא אז א צווייטער ערעפלאן האט אריין געקראכט אינעם צווייטען טורעם (טאקע נידיעריגע ווי דער פריערדיגע), און טאקע מען האט געקענט זעהן ווי די ברענענדיגע טורעם (יעצט ברענענדיגע טורעםס) האבען זיך צופלאקערט נאך מער.

פון אונזער פענסטער האט מען קיין סאך נישט געקענט זעהן נאר רויעך און פלאמען, האבען מיר זיך אריין געזעצט אין קאר און פרובירט כאפען א בעסערע בליק.

מיר זענען אראפ געפארען פערדע עוועניו אין ברוקלין און געזעהן ווי אראבער שטייען אויף די סטריט קארנערס, און מיט א געוואלדיגע פרייד פרייען זיי זיך און קענען זיך נישט אנזעטיגען פון צו זעהן א נקמה אין אמעריקע. א שאד איך האב נישט אראפ גענומען קליפס דערפון (נאך נישט געהאט קיין סעלפאן). דער ניו יארק טיימס האט עס געמאלדען צוויי טעג שפעטער אבער ממש א פאר שורות און באגראבען אויף זייט פינעף אין דרייסיג.

איין סורפרייז האבען מיר געהאט און א גוטע סורפרייז. מיר זענען געווען זיכער אז מער ווי פופציג טויזענט מענטשען זענען אמוגעקומען (און מסתמא טויזענטער אידען), אבער שפעטער האט זיך אויס געלאזט אז אפילו נישט קיין פיר טויזענט, און רעלאטיוו גאר ווייניג אידען.

מיין גוטע ידיד און חבר רבי משה לעדערער ז"ל, פון די קווינס הצלה, האט זיך איבער געגעבען לייב און לעבען אין געשלינגען עמערס פון די פארסם'טע לופט אין מאנהעטען און האט טאקע א פאר יאר שפעטער פארלוירען זיין לעבען צו א פארעם פון יענער מחלה וואס די דאקטוירים האבען קיינמאל נישט געזעהן, און נישט געהאט א רפואה צו דעם. ער פלעגט מאכען טהרות, און ספעציעל פאר געהארגעטע פון עקסידענטען ה"י. יהא זכרו ברוך, הי"ד.

איז דאך טראמפ נישט קיין ליגענער... מיר האבן דא א באגלייבטער עד ראי'...

(סארי פארן פאר'טראמ'פן נאך א אשכול...)
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:52 am

טראמפ האט געזען אין דזשערזי, און ער האט געזען טויזנטער
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:55 am

לכאורה האט געשריבן:טראמפ האט געזען אין דזשערזי, און ער האט געזען טויזנטער

די עיקר איז אז דו האסט אפגעפרעגט טראמפ
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:05 pm

נגיד האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך בין דענמאלט עטליכער מאל א וואך געווען אין מאנהעטען, אין דער סיטי האל געגענט, און יענעם טאג האביך ב"ה נישט געדארפט דארט זיין אין דער פרי.

בין געווען דענמאלט אין דער היים, און מיר האבען געזעהן פון פענסטער ווי דער ערשטער טורעם ברענט. פון אונזער הויז האט מען געקענט ארויס זעהן נאר די צעהן העכסטע שטאקען.

דער ראדיא איז געגאנגען אין איך בין געשטאנען ביים פענסטער און פליצלינג זעה איך ווי א ערעפלאן דרייט זיך אויס אין פראנט פון מיין נאז, זייער נידעריג. כ'האב א שריי געגעבען צו מיין ווייב אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דער ערעפלאן וואס איז נאך קיינמאל נישט געפארען אזוי נידעריג איבער די וויליאמסבורגער גאסען.

אזוי שטייענדיג, הער איך אויפען ראדיא אז א צווייטער ערעפלאן האט אריין געקראכט אינעם צווייטען טורעם (טאקע נידיעריגע ווי דער פריערדיגע), און טאקע מען האט געקענט זעהן ווי די ברענענדיגע טורעם (יעצט ברענענדיגע טורעםס) האבען זיך צופלאקערט נאך מער.

פון אונזער פענסטער האט מען קיין סאך נישט געקענט זעהן נאר רויעך און פלאמען, האבען מיר זיך אריין געזעצט אין קאר און פרובירט כאפען א בעסערע בליק.

מיר זענען אראפ געפארען פערדע עוועניו אין ברוקלין און געזעהן ווי אראבער שטייען אויף די סטריט קארנערס, און מיט א געוואלדיגע פרייד פרייען זיי זיך און קענען זיך נישט אנזעטיגען פון צו זעהן א נקמה אין אמעריקע. א שאד איך האב נישט אראפ גענומען קליפס דערפון (נאך נישט געהאט קיין סעלפאן). דער ניו יארק טיימס האט עס געמאלדען צוויי טעג שפעטער אבער ממש א פאר שורות און באגראבען אויף זייט פינעף אין דרייסיג.

איין סורפרייז האבען מיר געהאט און א גוטע סורפרייז. מיר זענען געווען זיכער אז מער ווי פופציג טויזענט מענטשען זענען אמוגעקומען (און מסתמא טויזענטער אידען), אבער שפעטער האט זיך אויס געלאזט אז אפילו נישט קיין פיר טויזענט, און רעלאטיוו גאר ווייניג אידען.

מיין גוטע ידיד און חבר רבי משה לעדערער ז"ל, פון די קווינס הצלה, האט זיך איבער געגעבען לייב און לעבען אין געשלינגען עמערס פון די פארסם'טע לופט אין מאנהעטען און האט טאקע א פאר יאר שפעטער פארלוירען זיין לעבען צו א פארעם פון יענער מחלה וואס די דאקטוירים האבען קיינמאל נישט געזעהן, און נישט געהאט א רפואה צו דעם. ער פלעגט מאכען טהרות, און ספעציעל פאר געהארגעטע פון עקסידענטען ה"י. יהא זכרו ברוך, הי"ד.

איז דאך טראמפ נישט קיין ליגענער... מיר האבן דא א באגלייבטער עד ראי'...

(סארי פארן פאר'טראמ'פן נאך א אשכול...)

טאקע אזוי

נישט נאר איך בין א עדות צו דעם, נאר אין משך פון די לעצטע פופצעהן יאר האביך געזעהן ווי אנדערע האבען עדות געזאגט די זעלבע (יעדער אין א אנדערע געגנט) וואס זיי האבען געזעהן מיט די אייגענע אויגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:57 am

איינס פון די פילצאליגע אשכולות אויף ניין עלעווען

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

ביטע צוזאם שטעלען

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 10:14 am

ישר כח פארן אויסהערן אבער א שאד צוויי די זעלבע
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נו שוין און 15 געסט