זכרונות: September 11

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

זכרונות: September 11

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:06 am

איך ווייס נישט פארוואס איך האב די פאטריאט'יש געפיל ווען עס קומט צו די ווארל טרעיד סענטער
סתם אזוי גייט מיר נישט אן קיין נייעס קיין כי הוא זה נישט, אבער דא ווער איך באנומען מיט דעם שווער'ן געפיל.

איך בין דאן געווען אין ישיבה, מיר האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית, איין כתה עלטער/העכער אונז איז נישט געווען יענע טאג ביים דאווענען
זיי האבן געדאווענט ביים רב אין גרויסן בית מדרש יענע טאג.

סוף דאווענען זענען זיי געקומען צוביסלעך, דער ערשטער בחור איז אנגעקומען ווען מיר האבן געהאלטן כמעט ביי עלינו
אדער שופר, איך דענק נישט פונקטליך אבער איך געדענק מען האט גענדיגט דאס דאווענען אבער תפילין האבן מיר נאך אלע אנגעהאט.

דער בחור האט עפעס פארציילט, די טווין טאורס ברענען
יעדער איז געלאפן צום פענסטער, איך געדענק נאך דעם בילד, רויך איבער גאנץ מאנהעטן
אוי סע געווען שרעקעדיג.

נישט וואוסענדיג די מעשה פונקטליך, זענען מיר אלע ארויפגעלאפן אויפ'ן דאך פונעם בנין הישיבה
אזוי ווי עס איז איין בילדינג מיטן חדר, זענען אלע מלמדים מיט די כתות אויך ארויף אויפן דאך.

איין מלמד, דאכט זיך דער כיתה ה' רבי, האט געהאט א קאָקער (שפאקטיוו), ער האט געלאזט יעד'ן כאפן א בליק וואס טוט זיך איבער מנהעט'ן
איך וועל נישט פארגעסן קיינמאל דעם בילד, מען האט געזעהן שטיקער ברוכווארג האבן געהאלטן אין איין פאלן, פייער צונגען האבן זיך געהויבן איבער'ן גאנצן וואנט.
די געדעכטע רויך וואס האט עדות געזאגט איבער קדושים וואס ווערן פארברענט, די העליקאפטערס זענען ארום געפלויגן אין די לופטן איבערן גאנצן אינזל.

פאליס, הצלה, פייער דעפארטמענט, האבן נישט אויפגעהערט פליען איבער די גאסן מיט לייטס אין סייערינס.
די שטאט איז געווען איבערגעדרייט אויפ'ן העכסטן אויפן וואס שייך.

א הצלה מעמבער (איך מיין ר' זלמן גראסבערג ע"ה) איז אויך געווען מיט אונז זעהט אויס ער האט געזעהן פון אונטען אז די דאך איז פיל מיט מענטשן איז ער אויך ארויף
מיר האבן געהערט אלעס אויף זיין רעדיאו, איך בין נישט געווען גענוג אלט צו פארשטיין, אדער איז מיין ענגליש נאך דאן נישט געווען אזוי גוט.

מען ברויך נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פילן אז עפעס עקסטער שרעקליך פאסירט יעצט און סאמע הארץ פון ניו יארק רח"ל.

ווי מען איז געגאנגען יענעם טאג איז יעדער געווען צוגעבינדען צום ראדיאו, קיין צוטריט צו קיין ט"וו האב איך ב"ה נישט געהאט
סיי וועלעכע גויש'ע געשעפט מען איז דורך האט מען געקענט ארויסהערן און זעהן דעם סקרין, יעדער האט גערעדט אדער געוויזן בילדער ווי אזוי סע ברענט
ווי אזוי די שטיקער צושפרייטן זיך איבעראל.

צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן צאם שטעלן מער אין מער שטיקלעך וואס עס האט פאסירט, יעדן טאג האבן זיך זאכן געטוישט
אזוי האט דער פרעזידענט געזאגט אזוי גייט ער טוהן וכו' וכו'

אגב איז דאן געווען די ערשטע מאל וואס איך האב אנגעהויבן מיט האלטן וואס עס מיינט א פרעזידענט און אמעריקע
איך האב געוואוסט וואס א פרעזידענט מיינט אין דיקשאנערי: the elected head of a republican state.

אבער איך האב קיינמאל נישט געוואוסט ווער אדער וואס א פרעזידענט איז און ברויך טוהן.
איינמאל איך האב אנגעהויבן הערן וועגן בוש, זיינע רעדעס, האב איך שוין אביסל אנגעהויבן באגרייפן.

א גאנצע וואך, חודש, יאר האט מען נאך אלץ געהערט רעדן דערוועגן, מענטשן וואס זענען בדרך כלל אויסגעטוהן פון אלע נייעס'ן
זענען אבער געווען שטארק אינטערעסירט צו הערן וואס עס וועבט זיך איבער דעם ענין.

מיין שוועסטער איז געווען ביזי מאכן א אלבום מיט בילדער און צייטונגען וועגן די טווין טאוערס
אוי ווי עס ליגט מיר אין זכרון די גאנצע חודש אלול 2001

נאך היינט קען איך ליינען אדער איבער קוקן קליפס ווי דע בנינים פאלן אראפ נעבעך.
עס איז מיר נאך פריש אין זכרון ממש ווי היינט געשען.

זאל דער אויבערשטער שוין רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאךן מער קיינמאל נישט הערן און וויסן פון קיין צער
מיר זאלן שוין הערן די גוטע בשורה פון די גאולה נאך היי יאר זאלן מיר זוכה זיין צום שופר של משיח

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:12 am

זייער עמאשענעל

איך מיין אז איך ווייס פון וועלכע ישיבה דו רעדסט, ר' זלמן גראסבערג ע"ה האט געארבעט דערנעבן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:36 am

א דאנק פארן אויפרישן די זכרונות
שוין דא היינט א גאנצע נייע דור וואס איז געבוירן נאך ניין עלעווען
שווער צי גלייבן ווי שנעל די צייט לויפט.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:42 am

ציפעדיגע זכרונות..

די נייע דור קען שוין בר מצוה האבן

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5580
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:55 am

יעפ, ס'געווען גאר שרעקעדיג, יענע נאכט דענק איך האב איך זיך נישט געהאלטן ביים לייגן שלאפן, די מוח האט גערוישט - עפעס נישט נארמאל.

א טאג וואס האט געטוישט די וועלט! אין פולן זון פון ווארט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:09 pm

ליינטס א מאמר פון הרב משה יעקב קאננער, וואס ער האט געשריבן מיט דרייצן יאר צוריק אין 'דאס אידישע ווארט', אין ליכט פון די שוידערליכע סעפטעמבער עלעוון אטאקעס.
צוגעלייגטע
Binder1.jpg

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:16 pm

(די ענטרעקס געדענקט איינער? ווער ס'האט מורא געהאט צו עפענען פאסט זאל אופהייבן די הענט).
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:21 pm

;l;p-
חסידישער יוד האט געשריבן:(די ענטרעקס געדענקט איינער? ווער ס'האט מורא געהאט צו עפענען פאסט זאל אופהייבן די הענט).
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:35 pm

געלעגער האט געשריבן:ציפעדיגע זכרונות..

די נייע דור קען שוין בר מצוה האבן


בר מצוה געמאכט מיין זון, געבוירן 9/1/01
וואס איז געווען אין סיגעיט אפרו מיט די מאמע בשעת מעשה,
די פחד דארט איז געווען גאר גרויס,
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

חבצלת השרון
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

תגובהדורך חבצלת השרון » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:35 pm

יום גבר האויב ותבקע העיר

חבצלת השרון
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

תגובהדורך חבצלת השרון » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:36 pm

נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:ציפעדיגע זכרונות..

די נייע דור קען שוין בר מצוה האבן


בר מצוה געמאכט מיין זון, געבוירן 9/1/01
וואס איז געווען אין סיגעיט אפרו מיט די מאמע בשעת מעשה,
די פחד דארט איז געווען גאר גרויס,

מזל טוב. אסאך תענוג ונחת. בשורות טובות.

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:39 pm

חבצלת השרון האט געשריבן:יום גבר האויב ותבקע העיר

דערמאנסט מיר פון די רמזים וואס מ'האט דאמאלטס געטראפן אין פרשת השבוע..
...כי אם ליראה וגו'

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:10 pm

קען זיין שוין דא געווען
https://copy.com/NkpfQwmgvRUr
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:23 pm

שכח פאר די לינק
קאשמארישע זכרונות

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:08 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140911-WA0021.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:09 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140911-WA0022.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:10 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140911-WA0023.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:12 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140911-WA0024.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:13 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140911-WA0025.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:15 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140911-WA0035.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:20 pm

.
צוגעלייגטע
img-20140911-wa0036-1-resized-800.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:21 pm

איך ווייס נישט פארוואס
אבער קיין איינס פון די העדליינס ברענגט נישט ארויס ריכטיג וואס דער עולם האט געשפירט יענעם טאג

נאך איינער האלט אזוי?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:22 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140911-WA0031.jpg
IMG-20140911-WA0031.jpg (22.85 KiB) געזעהן 3571 מאל
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:24 pm

אויב איינער האט נאך זאל ביטע ברענגען
Normal is just a setting on the washing machine

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:25 pm

געלעגער האט געשריבן:ציפעדיגע זכרונות..

די נייע דור קען שוין בר מצוה האבן

יא יא מיינס א חבר האט געהאט א קינד יענע טאג ער אי"ה בר מצוה נעקסטע וואך


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איד_איד און 14 געסט