וואלט איהר געשיקט אייער בחור קיין ירושלים לערנען?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

קהת האט געשריבן:איך האב נאכנישט געליינט די אשכול אבער לאמיר שרייבען מיין צוויי סענט.

איך האב געלערנט אין א"י אין איך וואלט אוודאי געשיקט מיין זוהן.

די שאלה איז עכט ציטיילט אויף צוויי, וואלסטו געשיקט אין מירער ישיבה?

וואלסטו געשיקט צו א ישיבה וואס געהערט צו א חסידות?

די תשובה איז אזוי, צו שיקען קיין מיר איז א גרויסע פראבלעים, פון דאנערשטאג ביז מאנטאג קען מען טוהן וואס מען וויל און סאיז א מורדיגע הפקירות, בחורים האבען אייגענע דירות און קיינער גיבט נישט אכטונג אויף זיי.
איך וואלט בל"נ נישט געשיקט דארט מיין זין.

צו שיקען מיין זוהן צו א ישיבה וואס געהערט צו א חסידות למשל בעלזא, וויזניץ, וכדומה אוודאי יא.
איך גיי רעדן פון בעלזא ווייל דעיס ווייס איך, שבתים ע"פ רוב איז מען אין ישיבה מיט א שטרענגע השגחה, און ווען מען קומט אריין קיין ירושלים פאר שיינע שבתים אדער ימים טובים, איז מען בעיסיקלי איינגעשפארט און סמעדריש די משגיחים זענען זייער שטרענג ווי מען דרייט זיך, און מען זעהט זייער ווייניג בחורים דרייען זיך אין דעיע פלעצער.


וואויל פאר בעלזא אז זיי קענען האבן אזא שטרענגע השגחה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

האדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט פארגאנגענע מוצש"ק גערעדט זייער שטארקע ווערטער איבער דאס שיקן בחורים קיין ארץ ישראל. אינטערסאנט צו הערן.

מען קען עס הערן אויף קול סאמאר, 2-2-4
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

האבנדיג נאנטע משפחה וואס לערנען דארט, און אליינס דארט געווען לעצטנס און צוגעזען פון די נאנט האלט איך נישט אז ס'איז אסאך אנדערש ווי אייראפעאישע בחורים וואס קומען לערנען קיין ניו יארק, ביודעי ומכירי קאמינא וואו אסאך פון זיי דרייען זיך אין נ.י., און איך רעד דייקא פון בחורים וואס לערנען יא אגאנצע וואך,קומען פון נארמאלע משפחות, און לערנען אין 'ברענד נעים' ישיבות, זיי ווייסן פונקטליך יעדע ווינקל אין געגנט וואו ס'איז מעגליך צו כאפן ווייפיי וכדו' אפי' נישט אזעלכע אויסגעהאלטענע פלעצער
(אני כשלעצמי האלט אז א בחור אין ישיבה גדולה באלאנגט אין א ישיבה מיט א דארמיטארי, צו מעבר לים ווענדט זיך אינעם בחור און וואו מ'שיקט אים)
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:האדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט פארגאנגענע מוצש"ק גערעדט זייער שטארקע ווערטער איבער דאס שיקן בחורים קיין ארץ ישראל. אינטערסאנט צו הערן.

מען קען עס הערן אויף קול סאמאר, 2-2-4


בעד או כנגד?
אם כנגד? וועגן וועלכע טעם? הפקרות, או ציונות?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כנגד. ווי פארשטענדליך. די איבריגע לאז איך דיר איסהערן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

רובא דרובא בחורים וואס לערנען אין אר"י קומען צוריק מיט דעות כוזבות, אפילו אויב זיי זענען געגאנגען אויף פראטעסטן וכדומה. סוף כל סוף האלטן זיי אז די מיליטער באשיצט זיי און ווען זיי זעהן א צה"לניק פילן זיי זיך פארזיכערט. און אלע ווערן נתפעל פון דעם מזרחיסטישן גדול און יענער ערליכער ייד וואס כאטשיג ער איז פארקרומט אין ציונות אבער איז א ת"ח וירא"ש.
ממילא פריער צו שפעטער לייגט דאס אריין מחשבות זרות אין קאפ.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יידישע קהילות האט געשריבן:רובא דרובא בחורים וואס לערנען אין אר"י קומען צוריק מיט דעות כוזבות, אפילו אויב זיי זענען געגאנגען אויף פראטעסטן וכדומה. סוף כל סוף האלטן זיי אז די מיליטער באשיצט זיי און ווען זיי זעהן א צה"לניק פילן זיי זיך פארזיכערט. און אלע ווערן נתפעל פון דעם מזרחיסטישן גדול און יענער ערליכער ייד וואס כאטשיג ער איז פארקרומט אין ציונות אבער איז א ת"ח וירא"ש.
ממילא פריער צו שפעטער לייגט דאס אריין מחשבות זרות אין קאפ.

ממילא דארף מען זיי האלטן אין שאכטליך, וואס? האו עבאוט אז מען לייגט אריין גענוג א שטארקע חינוך אז מזאל נישט באקומען דעות כוזבות?


נישט אז איך בין אן אדוואקאט צו שיקן בחורים לערנען אין אר"י, אבער דער טעם קוקט אויס היבש בת היענה'דיג
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

פלאמעדיגע ווערטער הנוגע לענינינו פון הגה"ק העגרות הבשם זצוק"ל, אין זיין הייליגע צוואה "הכנה דרבה".

- ברענגט שטארק ארויס אז אין קיין שום ישיבה, אפילו א "גוטע ישיבה", איז נישט דא נאר ערליכע בחורים.

- מ'זאל נישט אוועק שיקן די קינדער לערנען אין די מרחקים (כאטש ער רעדט באופן וואס די טאטע פירט אליין א ישיבה, איז משמע הוא הדין כהיום ווען די טאטע איז נישט די ראש ישיבה איז א ישיבה אויף די אייגענע מקום עדיף - בשעתו איז מסתמא געווען מאקסימום איין ישיבה אין א שטאט)

- אויב בשעת הדחק מוז מען יא שיקן, זאל מען אליין אהין פארן נאכקוקן און נאכפרעגן אויף די ישיבה

- אז די ראש ישיבה פון די ישיבה במרחקים האט א אויסגערופענע ראש ישיבה-מנהל, איז נאך ווייט פון גענוג סיבה צו מעגן אהין צו שיקן
אטעטשמענטס
Yeshiva.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב הלשון, ישר כח פאר די הייליגע ווערטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

א דאנק אייך הלשון,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
ברעסלאבער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:12 am
לאקאציע: ביים רבי'ן אין אומאן

וועגן בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעסלאבער »

איך האלט אז מ'דארף אביסל ארים שמוסן די נושא, פון בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל, ווי אזוי מענטשען קיקן עס אן, אין פארוואס מיט וועלעכע קרים אויג מענטשען קיקן עס אזוי אן,
איך קען גראדע גאר חשובה היימיטשע אין גראדע אביסעל עלטערע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל, פשוט אזוי ווי ער האט געלערנט אין א ישובה וואס ווען מ'ווערט אביסעלע עלטער איז שוין זייער פלאץ שוין מער נישט אין יענע ישובה,
אין און ארץ ישראל איז יא די ישובות וואס איז אהערגעשטעלט פאר עלטערע בחורים, טאקע נאר וועגן סיבה לערנען זיי דארט,
אין בין הזמנים ווען זיי קימען אהיים באקימען זיי א שלום אלייכעם ווי איינער וואס איז ארפגעפאלען פון די ציוניסטישע לבנה,
בקיצר,, עוד חזון למועד
ס'איז א ווייטאג וואס ספעלט זיך הסבר'ס
העיקר הוא החשק והרצון
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס ווענט זיך וועלכע בחור, און וועלכע ישיבה, און אונטער וועמנס אויפזיכט צו א זיידע אדער א פעטער וכדו'.
אמאל האט מען און אמעריקע נישט געקענט טוען וואס מען טוט אין ארץ ישראל אבער היינטיגע צייטן מיט די סמארט פאון'ס איז אמעריקע ערגער.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שפיץ
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיץ »

ווי קען א בחור חתונה האבען אן דאווענען אין שכם, קבר יהושע בין נון וכלב בן יפונה, קבר זבולון ונפתלי, קבר שמעון הצדיק, קבר אלעזר ואיתמר א.ד.ג.
וואספארא שטוב קען ער שוין אויפבויען אן מאכען א פערציגער אין כותל, אן זיך ווייקען מלוה מלכה אין טאלנא, אן גיין שני וחמישי ושני אין "שייח באדר", אן זיך טובלן אין מי השילוח אין און מעיין מוצא וכו' וכו'
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס קומט דאך נישט צו צו די פראבלעמען פון די בחורים וואס גייען ליידיג אין אמעריקא,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שפיץ
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיץ »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:עס קומט דאך נישט צו צו די פראבלעמען פון די בחורים וואס גייען ליידיג אין אמעריקא,


דארף מען מאכען פאר זיי מקומות הקדושים אין אמעריקא, איך גלייב אז עס דא צובאקומען דארט בלויע פארב...

באקאנט א מעשה געווען אמאל א יוד געווען אחראי אויף א מקום קדוש אין ארץ ישראל, אין געהאט פין דעם שיין פרנסה, לימים האט ער גענומען א איידעם אין אויסגעהאלטען אויף קעסט, אזוי איז אריבער אפאר יאר אין דער שווער רופט צו זיין איידעם אין זאגט עם, דאס איז דאס, די מיזט זיך נעמען אין דער הענט אריין, האסט זיך אינטער גענומען אנא איזל ואפרנס..., דער איידעם האט געפריוט אהין אין אהער אין עס איז נישט געגאנגען, איין טאג זאגט דער שווער פאר זיין תכשיט'ל איך זעה אז דא געסט זיך נישט קיין עצה, נעם מיין פערדעל אין פאר ארויס אויף דער גארע וועלט זיך דיר א פרנסה.
ער פארט זיך ארויס אין ווי דער גמרא זאגט בתר ענייא אזיל עניותא אינמיטען וועג שטרעקט זיך אויס דער פערדל דאס לעצטן מאל אין לעבן, דער יוד נעבעך ריקט אריין דער קערפער אין א לעכל אין דער זייט אין זעצט זיך אראפ אויף דער ערד אין וויינט יאמערליך אויף זיין שלעכטע מזל. אזוי גייט אריבער אפאר מינוט ביז עס גייט אריבער א יוד אין זעט א יוד וויינט לעבען א שטיין האט ער זיך פארגעשטעלט אז מסתמא איז עס א קבר פין א צדיק, האט ער אויך געוויינט אויף זיינע צרות, אין אזוי האט זיך פארזאמלט נאך א מענטש אין נאך א מענטש ביז מען האט שוין אנגעהויבען צו הענגען צעטליך "התפללתי מ' יום ונושעתי" וכדומה. דא איז געקומען דער צייט פין דער שלימזל צו עפענען א גרויסע הכנסת אורחים, ו..היתה הרווחה.
לימים דער שווער זעט אז דער איידעם קומט נישט צוריק, לאזט ער זיך ארויס אויפן וועג זיכען זיין איידעם, אזוי גייעדיג זעט ער א נייע בנין מיט א גרויסע בלויע קאפל, גייט ער אריין טרעפט ער דארט נישט מער אין נישט ווייניגער זיין שלימזלדיגע איידעם, משה, פרעגט ער עם ווי קימט עס צו דיר? איך האב קיינמאל נישט געהערט פין א צדיק וואס ליגט דא אין געגענט. נעמט עם דער איידעם אין א זייט אין שטילערהייט פארציילט ער עם דער מעשה מיטען פערדל מיט דער גאנצע השתלשלות. איי, ריפט זיך אן דער שווער, טאקע א בנש"ק, זיין טאטע ליגט ביי מיר....
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

כל הנידון כאן איז פיין אין וואויל אויף די וואס שיקן לערנען אין מיר'ער ישיבה וכדו',
אבער די וואס שיקן אין פריוואטע ישיבות ווי טשעבין, ראחמיסטריוקא, שערי תורה, טשערנאביל וכו' איז גאנץ אנדערש, די ישיבות האבן שטארקע השגחה, און די סביבה ארום די בחורים איז זייער א הייליגע סביבה וכו'.
צו ישיבת מיר איז טאקע פשוט אז מקען שיקן נאר אזא בחור וואס איז שוין אביסל עלטער, און ער איז א ערנסטער וואס האלט באמת ביים לערנען און האט ליב לערנען וכדו', אזא איינער וועט נישט ווערן פארשלעפט צי ווייפיי אדער פאטשקינען צייט אין רעסטוראנטס, נאר ער וועט איין זאפן די מוירעדיגע מעלות פון שבתים ביי גוטע אידן און משפיעים, מקומות הקדושים, זיך טרעפן ווי ער באלאנגט, זיין אחראי מיטן צימער און באדזשעט וכו'.
איך האב געלערנט דא אלץ בחור, און געזען ארום מיר צענדליגע בחורים וואס וואלטן נישט אויסגעשטיגן אזוי אויב וואלטן זיי נישט געלערנט דא.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

@שפיץ, איר זיינט שיין און שפיציג אריינגעקומען, זייער זיס אראפגעלייגט
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך האב געשמיעסט פאריגע וואך מיט א שנה ראשונה אינגערמאן וואס האט געלערנט אין איינע פון דעי קליינע ישובוות וואס דו האסט אויסגערעכנט, און ער האט מיר אויסגערעכנט ווי ער איז אלס געווען וויזעטן משיח לפי תומו, פאר קיין שום איד געווינטשען
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שפיץ
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיץ »

פארבינדן האט געשריבן:@שפיץ, איר זיינט שיין און שפיציג אריינגעקומען, זייער זיס אראפגעלייגט


שכויעח פאר דער קאמפלימענט
ברעסלאבער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:12 am
לאקאציע: ביים רבי'ן אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעסלאבער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:עס קומט דאך נישט צו צו די פראבלעמען פון די בחורים וואס גייען ליידיג אין אמעריקא,

בעצם קען זיין אז די וואלסט ווען אפשר געווען גערעכט, ווען די רעדסט דא פון בחורים וואס גייען ליידיג אין אמעריקא וואלט ער אפשר אויכעט געגאנגען ליידיג אין ארץ ישראל,
אבער איך רעדט אבער יא פון די בחורים וואס זיי גייען אבער נישט ליידיג אין אמעריקא,
וואס זיי האבן אבער אויכעט באקימען די די זעלבע פארקרימטען בליק אזוי ווי די אנדערע בחורים פון וואס די רעדסט
העיקר הוא החשק והרצון
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

לאמיר קלארער מסבייר זיין וואס איך רעדט, די מצואות ווייסט אז עס איז דא געוויסע נשמות וואס וואלטען געלערנט סיי און ארצינו הק' און סיי און חוץ לארץ סא פאר זיי עס נישט קיין חילוק זיי גייען סייווי אויסשטייגן און די גרעסטע נסיונות פאר זיי איז אפשר גוט מיר אבער עס קען זיין אז עס איז בעסער אמעריקע ווייל זיי זאלן זיך אויסלערנען צו קענען לערנען אזוי אויך.
נאך דעם איז דא א פראצענט וואס זענען אויסווארפען [וואס א גרויס טייל פון דעי מיינט זייער טאטע אז זיי האקן שטיקער אין ישיבה] וואס גייען סייווי נישט לערנען נישט אין ארץ ישראל און נישט אין אמעריקע, זיי גייען אין ארץ ישראל ארום גיין צו מקומות שאינם קדושים, און אין אמעריקע זיצן אין וואלד מיטן פאון, וואס עס איז ערגער? איז א שמיעס פאר זיך אבער אין כאן מקומו,
א דריטע סוג איז וואס גייען אייביג מיט די ווינד אז די ווינד איז צו לערנען, גייען זיי לערנען און אז דו ווינד איז צו בארדענען גייען זיי אויך בארדענען, פאר זיי איז גוט א קליינע ישיבה אין ארץ ישראל מיט א גוטע סביבה אבער אויב פאלן זיי אריין אין א שלעכטע סביבה איז אסאך ערגער ווי ווען זיי בלייבן ווען אין אמעריקע.
א פערטע סוג איז בחורים וואס ווילן זיך אויסגעבן על טהרת הקודש [חסידישע שטיפער בלע"ז] אבער לערנען אויך א שעה צוויי א טאג פאר זיי איז זייער גוט ארץ ישראל אבער דארט איז מען זיך די מערסטע טועה ווער עס גייט אריין אין יענע דרגא ווייל עס איז א גשר צר מאוד.
אבער רוב מאל פאפן זיך די עלטערן, און דעס איז די חורבן, ועוד אז יעדע מענטש אליין טוישט זיך מיט די צייט, די וועלט טיישט ארבעה מידות בהילכי בהמ,ד פרעגט די וועלט אינו הולך ואינו עושה איז דאך נישט פון די "הולכי" בהמ"ד פארוואס זענען זיי אויך אין קלארעדט נאר מען רעדט פון די זעלבע מענטש אמאל איז ר א הולך ועושה מאל א הולך ואינו עושה און אמאל א אינו הולך,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

איך וויל מיך נישט אריינלאזן אין די ענין צו מען לערנט יא צו נישט, פאר א צייט צוריק איז געווען אין ניו יארק א חשובה דיין פון ארץ ישראל, האב איך אים געפרעגט וואס די פראבלעמען זענען אז משיקט א בחור קיין ארץ ישראל? זאגט ער מיר פשוט נישט וועגען די שיטה אז א סאטמארע בחור האט נישט וואס צו זיכען דארט,נאר אזוי ווי א בחור קומט אן דארט, פילט ער אז ער איז אין קאנטרי א גאנץ יאר ער לעבט דארט בלי עול, און ער פארשטייט נישט וואס די פראבלעם צו גיין אויפן גאס אן די הוט און רעקל, און ניו יארק וואלט ער עס קיינמאל נישט געטוהן.
ברעסלאבער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:12 am
לאקאציע: ביים רבי'ן אין אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעסלאבער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:לאמיר קלארער מסבייר זיין וואס איך רעדט, די מצואות ווייסט אז עס איז דא געוויסע נשמות וואס וואלטען געלערנט סיי און ארצינו הק' און סיי און חוץ לארץ סא פאר זיי עס נישט קיין חילוק זיי גייען סייווי אויסשטייגן און די גרעסטע נסיונות פאר זיי איז אפשר גוט מיר אבער עס קען זיין אז עס איז בעסער אמעריקע ווייל זיי זאלן זיך אויסלערנען צו קענען לערנען אזוי אויך.
נאך דעם איז דא א פראצענט וואס זענען אויסווארפען [וואס א גרויס טייל פון דעי מיינט זייער טאטע אז זיי האקן שטיקער אין ישיבה] וואס גייען סייווי נישט לערנען נישט אין ארץ ישראל און נישט אין אמעריקע, זיי גייען אין ארץ ישראל ארום גיין צו מקומות שאינם קדושים, און אין אמעריקע זיצן אין וואלד מיטן פאון, וואס עס איז ערגער? איז א שמיעס פאר זיך אבער אין כאן מקומו,
א דריטע סוג איז וואס גייען אייביג מיט די ווינד אז די ווינד איז צו לערנען, גייען זיי לערנען און אז דו ווינד איז צו בארדענען גייען זיי אויך בארדענען, פאר זיי איז גוט א קליינע ישיבה אין ארץ ישראל מיט א גוטע סביבה אבער אויב פאלן זיי אריין אין א שלעכטע סביבה איז אסאך ערגער ווי ווען זיי בלייבן ווען אין אמעריקע.
א פערטע סוג איז בחורים וואס ווילן זיך אויסגעבן על טהרת הקודש [חסידישע שטיפער בלע"ז] אבער לערנען אויך א שעה צוויי א טאג פאר זיי איז זייער גוט ארץ ישראל אבער דארט איז מען זיך די מערסטע טועה ווער עס גייט אריין אין יענע דרגא ווייל עס איז א גשר צר מאוד.
אבער רוב מאל פאפן זיך די עלטערן, און דעס איז די חורבן, ועוד אז יעדע מענטש אליין טוישט זיך מיט די צייט, די וועלט טיישט ארבעה מידות בהילכי בהמ,ד פרעגט די וועלט אינו הולך ואינו עושה איז דאך נישט פון די "הולכי" בהמ"ד פארוואס זענען זיי אויך אין קלארעדט נאר מען רעדט פון די זעלבע מענטש אמאל איז ר א הולך ועושה מאל א הולך ואינו עושה און אמאל א אינו הולך,

הרב סאדאם, איר האט א געוויסע שווארצע נעגאטיווע בליק אויף די נארמאלער עלטערער בחור וואס קימט אין ארץ ישראל פאר'ן רואיגקייט וואס איז נישט דא צו טרעפן ערגעץ אנדערש חוץ אין א''י,
ווען די שטעלסט אראפ געוויסע הלכות אויף די נושה דארפסטו דיך קענען אריינלייגן אינעם מציאות פונעם בחור אדער כאטשיק זיין א בחור וואס קימט שוין פון דארט, אין נישט וויאזוי א פשוטע'ר סאטמערער אדער נוי יארקער יוד קיקט עס אן אויף זייער זייט,
נאכאמאל איך מאך נישט גערעכט די אלע שקוצים אדער שוואכע בחורים ווי אזוי די ריפט עס אן, כ'האף אז אינז רעד מיר נישט דערפון.
העיקר הוא החשק והרצון
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די אלע ארצישראל'דיגע, זאלן ביטע עפענען אן אנדער אשכול מיטן קעפל:
'צי וואלט איר געשיקט אייער בחור קיין אמעריקא לערנען?'
און נאכדעם זאל מען קאמפערן די תשובות.......
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ארויפגעברענגט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”