מיש א רגע צוריק צו כ"ו אב...און פועל'ט אויס אלעס גוטס!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:45 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:דאס מערסטע טייל פונעם ארטיקעל איז 'אינערליכע וויצען' וועלכע רעדען נישט צו מיר, אלס באבובער.

עממ... דו ווילסט מען זאל אנהייבן שרייבן באבובע וויצן וואס דו פארשטייסט יא..?

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:56 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:דאס מערסטע טייל פונעם ארטיקעל איז 'אינערליכע וויצען' וועלכע רעדען נישט צו מיר, אלס באבובער. עס איז אבער זאפטיג אראפגעלייגט און דאס קען איך יא שעצען. ייש"כ.

פילייכט א באבוב'ער "אינגערמאן" וואס האלט זיך שטארק צו באבוב בקפידה. אני הקטן בין אויך פון אן אנדערע קרייז, און כ'האב מיך אזאנס געווארפן...

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:39 pm

חחח... ביסטו גוט! יישר כח נאכאמאל פארן כאפן א היטש בלויז אונז צו מהנה זיין... אטע דאס הייסט טראכטן פון יענעם.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:39 pm

גיוואלדיג, א דאנק.

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:52 pm

מאן יימר: אההה.. דו ביסט דער מידל עידזש אידל וואס ווערט געפירט יאר נאך יאר אויפן טרעקל, און אבזערווירט דעם געטומעל...אכן נודע הדבר...

אנעים זמירות: 'אינערליכע וויצן'... מיט א שמייכל קען זיך איעדער שפירן היימיש...

א גראם מיט טעם: א גראם מיט טעם!!! - שמא קגרים...

ללמוד וללמד: נ'וודאי האסטעך געווארפן...אז די נער איז נישט מיינס...

לאדיךארויס: מיר קוקט אויס אז דער היטש געבער האט מער געטראכט פון אונז דא אויפן וועלטל...

צווייפעל: טענק יו!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:30 am

סארי טו טעל יו, אבער כ'מיין אז דאס איז ס'ערשטע ארטיקל פון רייזענדער וואס כ'לעז געהעריג מדאטשקע לקאטשקע.

וואט שוד איי סעי? וואט שוד א טעל? א מעסיוו פיעס פון א קרעטשמערישע געבעקס. צוזאמענגעשטעלט פון וויין מיט מעינעיז, עפל דזשוס מיט קעטשאפ. צוקער זיס ווארט ביי ווארט, נאך פאר מ'כאפט ס'אטעם פונ'ם ערשטן ווארט, פאלט מען אריין אין שטויסעסאז פונ'ם צווייטן ווארט.

פראזן וואס כא ספעציעל הנאה געהאט.
רייזענדער האט געשריבן:נאכן פארברענגען דעם ערשטן האלב נאכט אינעם קוגל-גליטש ביים סעודת הילולא,

וואס וועט דאסמאל האבן דעם זכי' צו א פרייע "אדווערטייזמעט וויט ריזאלטס" דאהי בעלמא דיהודאה...

וואס ביינונז אין מאנדרא טוט אזא היט קלאר אנדייטן אז דער היט באזיצער איז עפעס ענליך צו א תינוק שנשבה וועמען ס'א'מצוה מקרב צו זיין... - ד

כשושנה ביין הבאטלעך,

אבער נאכן ארומשליידערן די אלע בעגס הין-און-צוריק איז ענדליך נתגלה געווארן א שטיקל ישוב.

יעצט שטייעך צוזאמען מיטן דרייווער און מ'זוכמער צו כאפן א היטש ארויף צום ציון...

אויף דעם גלגל איז אויפגעהאנגן א פלייץ פון 'חסרונן להחיות בהם'ס'... וואס קומען דורכ'ן יאר אן איבעראל בכל קצוי תבל, און ס'איז עפעס אזוי אויסגעשטעלט אז אויף כ"ו אב קומען אן עקסטרע-לארדזש שיפמענט דאהי אויף קרית יואל,

עס שטייען דארטן טיכטיגע 'חברה מזונות וואלונטירן' וועלכע פארמאגן צוליב דעם פאך 'לייטס און סיירינס' אויף זייער אויטא כמנהג המקום,

איך שטיי און איך וואונדער זיך וויאזוי ס'קען זיין אז די זעלבע קעיק ליגט שוין דא זינט פאריאר און עס איז נאכאלץ נישט אויפגעלאזט געווארן...

ס'איז ממש א געשמאק צו באטראכטן ווי דערוילעם זיצט בד בבד אויף די רעגן-באגאסענע לאנטש-רום בענק, און מ'קייעט פארפרוינע אייסעס קעיק, יאכלו ענוים וישבעו...

ס'וואונדערט מיר פארוואס זייערע זיידעס האבן נישט צוואה געלאזט פאר די אייניקלעך זייער עקספיריענס אז די וואסער וואס קומט פון דארט ארויס האט מיט קיין צוקער קיין שייכות; ס'איז נישט מער ווי קאלירטע\געבליטשטע וואסער...א קשיא אויף א בין!

פארא סעקונדע סטאפ איך אריין אינעם טהרה שטובל, וועלכער ווערט אין אזא טאג פארמירט אין א צווייטער לאקאל פונעם 'שומרי שבת' ביהמ"ד אין בארא פארק,

פולצויס-סאלעס-קיטס!

די ערשטע נוסח הערט זיך בערך אזוי ווי דער בעל קורא אין אונזער שוהל זאגט די טראפן אויף 'מירכא-טיפחא מינח אתנחתא!!' - פויל-צויס סאלעס קיטס!! ווייסט וואסעך מיין?...

די צווייטע ווערסיע הערט זיך מער בלשון שאלה\תמוה אזוי ווי דעם נוסח וואס מיין יונגעלע פירט אויס פסח ביים סדר דעם סימן פון כרפס: און מ'הא טינזיןצו פאטערן דעמארוהוהור??!!... אדער ווי מ'הערט ארויס ביי לאנטש פון די חדרים: איינער האט בורא פרי האדמה 'כ'האב אלע דרייהיי??!!'...-פויל צויס סאלעס גוהוהוטס??!!,


אויפן זעלבן קול ווי ער וואלט מיך ווען איינגערוימט אין אויער אז איך בין געבליבן מיט מיין שלאף קאפל;

צי איז דא דער וואס מבין ריסי עיניו שרייט זיך ארויס אדער געסטו מיר געלט אז נישט כאפסטו א באקעט קאלטע אייז אין פרצוף וכו'

איך שפיר זיך אזוי ווי די סאלאוויטא ברודער ווען זיי האבן געדארפט אדורכמארשירן די לאנגע רייעס פון קאזאקן\דזשאנדארן - כ'דענק נישט פונקטליך- דא האלט מיין סאבסיטוט ביי די מעשה...

זאלסטו האבן גע'פועל'ט אלדאס גוטס.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:39 pm

ר' יקיר זאגט אויפן טעיפ אז ווען די הארץ איז פיל בלייבט מען שטיל, ער מיינט פיל מיט רגש אבער מ'קען עס אויך ניצן ווען ס'איז פיל מיט לויב
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:50 pm

געלייענט נעסטערן נאכט ביים בעבי-סיטן און זיך געווארפן אויפ'ן קאוטש!

ווער עס איז נישט דארט געווען קען דאס נישט פארשטייט, טראץ וואס מ'האט זיכער הנאה פונעם געשמאקן רייזע אבער ווער עס איז דארט געווען, הא, גיי זיי מסביר!

ישר כח גדול.

פוילץ אויס אלעס גוטס.

וויאזוי פלעגן מיר זאגן: שטיצט דעם רבינ'ס מוסדות אין ארגענטינע דער רבי האט געהאט א אויג אין קאפ! (מיט א מירכא טיפחא גראדע).
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:55 pm

דעם מערסטע וואס איך טראכט נאך אלץ ווען איך טרעף א בין, און ווער ווייסט צו ס'איז שוין פערמענאנט אריין אין מיינע ניוראנס, און געווארן צעמענטירט, אז ווען איך זעה א בין, טראכט איך "פארוואס האבן די זיידעס נישט איבערגעגעבן צוואה אז די קולעי וואסער האט נישט מיט ציקער גארנישט"... חחחחח
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:32 pm

אקעי לאמעכזעהעהעהן...וואו האמיר געהאלטעעען....אקעי לאמיר גיין ווייטער:

סאכדעס: אויב האסטו מיך געגלייבט מיטן גאנצן ארטיקל, פליז גלייבמעך אז איך האב נאכנישט דערווייל קיין צייט געהאט איבערצוליינען דעם ארטיקל, ודין גרמא אז יאך האב זעך אויך געקאטשקעט פון יעדעס שורה פון דיין נאכ'ציטיר'עכץ...א ריזן דאנקייך!

ניק ניק: האמיר נאך א פשט אויף 'שתוקיתיך' יפה 'מדיבורך'... אויף אידיש גערופן 'ספיטשלעס'...

שמעלקא טויב: איך באצאל נישט פארן קויטש...איטס אן יור אוין ריסק...

נשמה: עטליעסט – אנשטאט אנטלויפן מיט שרעק - לאכסטו כאטש ווען דו זעהסט א בין...

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:58 pm

דאס איז א עכטע קרעטשמערישע ארטיקל אוואו די אמאליגע צייטן, שמאלץ רינט פון יעדע שורה, און די אויסדרוקען איז מבהיל מבהילות.

פשיהא, דער איז א העכטל.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:22 am

איך האט געשריבן:ארויף
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 1:21 am

טענקס פלטי פארן ארויפשלעפן דעם פירקלאכץ אלץ הכנה דרבה


מיין ווייב פרעגט פארוואס מיין בעט שאקלט זיך אזוי שטארק... גיי זיי מסביר פאר א אידענע וואס מיינט טשאלנט פון שיווע


שיצט ...רבינס מוסדות בזבזבז ..פוילצויסאלעסגוטס

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 6:28 am

אקעי.

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 1:23 pm

רייזענדער האט געשריבן:דאן לייגט עס אוועק אויפן קומעדיגעס יאר ווען עימיצער מחשובי הניקים וועט עס ארויפברענגען לכבוד כ"ו אב תשע"ה הבעל"ט...

האמיר דערוויילע נאכנישט עולה געווען לציון, אבער דעם ארטיקל זעעך האט מען שוין יא מעלה געוועזן כפי צוואתי.

זאלטעץ האבן געפוילט_טאלעס_גוטס!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 1:25 pm

הא? ער איז יא דא?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 1:26 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:הא? ער איז יא דא?

עיני וליבי שם כל הימים... (טייטש ימים וויאזוי דו ווילסט...)

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:26 am

מאסיווע ארבעט!!!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:00 pm

ארויף!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:35 am

זהירות אלערט#

נישט מומלץ צו ליינען פארן ארויפגיין צום ציון, עס קען אנברענגען אומערווארטעטע אויסברוכן אין די מילצן ווען מ׳טרעפט זיך פנים אל פנים מיט די געשריבענע שורות.

שטיצט דעם רבינ׳ס..... די רבי האט געהאט אַנ-נוינג אין קאפ...

פועל׳ט׳ס אויס אלעס גוט׳ס.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט