מיין וואקאציע טאגבוך חלק ב'
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 10:46 am
המשך פון דא
דעי טרי:
זיך אויפגעוועקט. אויפגעשטאנען פון בעט. געטשעקט דער וועטער. אנגעטון דעם רעכטע זאק. געטשעקט די אימעילס. אנגעטון דעם לינקע זאק. אפגעקראשט א פאר קענדיס. הכנות (געטשעקט די נייעס). זיך אפגערוט אויפן בעט דזשאסט פאר א מינוט. זיך נאכאמאל אויפגעוועקט. א קאווע. זיך אריינגעזעצט אין קאר און צוגעפארן צום שול. נאך א פאר קענדיס אפגעקראשט. מקוה. א קאווע. א שנעלע אנאליזע אויפן לעצטע נייעס. שחרית. א קורצע שמועס. זיך אריינגעזעצט אין קאר. נאך א פאר קענדיס אפגעקראשט. אהיימגעפארן.
אנקומנדיג אהיים האבעך געזען אז די ווייב ווארט שוין נערוועזערהייט מיט די קינדער, יעדער גרייט צו גיין אויפן טריפ. זי'ז געווען מלא טענות פארוואס אנדערע משפחות קענען אלעמאל גיין אויף טריפס פרי, און נאר אונזערע משפחה מוז זיך אנרוקן א קארגע צוויי שעה פאר קלאוזינג טיים.
איי דזשאסט דאונט געט איט – וואס האט זי געוואלט, כ'זאל נישט דאווענען? אויסלאזן א מקוה? אפכיפערן דעם דאווענען? עניוועי, וואס האקט זי אין קאפ אריין וועגן אנדערע משפחות, אמער ס'דאך געווען א פולע מנין, סאו ווען פונטקליך וועלן זיי אנקומען, הא?
דעיס אלעס האבעך אבער נישט געזאגט ווייל כ'וויל נישט קאליע מאכן דעם טריפ, סאו כ'האב אנגעפולט א מויל מיט וואסער (עקטשעלי א קאלטע קאוק, ביגד"פ), און זיך איינגעהאלטן. מער ווייניגער.
מ'האט שיינערהייט אריינגעפאקט אלע קינדער אין די קאר, אנגעטון די סיטבעלטס, מסדר געווען די קאר סיטס מיט די בוסטערס און ויס...אופס! "קינדערלעך, ענק זענען שוין געווען אין טוילעט?"
האט זיך אנגעפאנגן א פרישן עיכוב ביז אלע זענען געגאנגען אין ביה"כ, געוואשן די הענט, געמאכט אשר יצר (שרי דארף א סטיקר פאר מאכן אזא שיינע ברכה), און זיך צוריקגעזצט אינם קאר. ברוך – דער צוועלף יעריגע – רעדט נישט קיין ווארט נאר יעדע צוואנציג סעקונדעס לאזט ער ארויס א שווערן קרעכץ און קוקט ווידער מיט שטרענגע בליקן אויף זיין נייע האנט זייגער (אקארשט באקומען נאך תשעה באב, פאר אן אפיקומן מתנה). כ'מאך זיך ווי איך זע נישט, כ'צינד אן ר' אהרן אריה אייזענבערג און מ'פארט...
ענדליך נאך א לאנגע נסיעה זע'מער אנגעקומען צום זו (-האסט געמוזט גיין דעי וועיג? קענסט נישט טשעקן די טרעפיק? פארוואס ווייזט דיין דזשי.פי.עס. צו גיין רעכטס?), געצאלט א 'קליינם אוצר' און אריין.
דער מענטש זאגט אונז אז טאמער מ'יאגט זיך קעמען נאך כאפן די ראב-פייגלעך שאו... ביז מושי איז געגאנגען נאכאמאל אין טוילעט (און דעמאלס האט פערי זיך דערמאנט אז זיך דארף אויך גיין), זע'מער אנגעקומען ביים לעצטע פייגל. שוין, כאטש דאס, בעטער לעיט דען נעווער.
ס'ז גראדע געווען גאנץ אינטרעסאנט ווי דער מענטש האט מסביר געווען אז owls האבן מעכטיגע אויגן, באט זיי קענען נאר זען פון דער ווייט. "דער owl האט נאך אין זיין לעבן נישט געזען זיינע אייגענע פיס." כ'האב אנגעקוקט דעם owl מיט פיל מיטלייד – כ'קען גוט דעם פילינג...
עניוועי, פון דארט זע'מער געגאנגען צו די מאנקיס, ב"ה כ'בין געווען א חכם הרואה את הנולד און מיטגעברענגט מייערן און קיוקאמבער צו געבן צו נאשן, און א טאפעלטע ב"ה אז די מענטשן פון זו האבן מיך נישט געפאקט...
נאכדעם הא'מער געזען לייבן – אלע געלעגן און געשלאפן ווי אמת'ע בני מלכים – טייגערס, בערן און וועלף. מה רבו מעשיך ה'.
ביי דעט טיים זענען די קינדער שוין געווארן הונגעריג האט מען זיך אוועקגעזצט עסן די סענדוויטשעס. כ'האב אנגעזאגט די קינדער איבערצולאזן די רינדלעך, ווייל מ'גייט באלד גיין צו די ציגעלעך און ס'ז ממש א שאד צו צאלן אזויפיל געלט צו קויפן די ספעשל עסן.
א האלבע שעה פאר קלאוזינג טיים זע'מער געווען ביי די פענגווינס און געזען ווי מ'פיטערט זיי. בד"וו דער פענגווין טאנץ לא היה ולא נברא...
ענדליך ביים קלאוזינג טיים הא'מער אנגעטראפן דעם סווינגס און סליידס אפטיילונג, און די קליינע האבן זיך געלאזט וואוילגיין. ס'ז טאקע געווען שפעט אבער אונז הא'מער א מנהג אז מ'גייט נישט ארויס פונם זו בעפאר לכה"פ פיר מענטשן קומען טרייבן...
עווענטועל איז דאס אויך געשען, און מ'האמער זיך אהיים געלאזט צוריק. "קינדערלעך נישט פארגעסן צו זאגן שקויעך צו טאטי פאר נעמען אויף אזא שיינע טריפ...פערי אויב דו זאגסט נישט קיין שקויעך וועסטו נישט באקומען קיין פאקסי ווען מ'קומט אהיים..."
פיינעלי (נאך אפזיצן אין ראשהאור טרעפיק) אהיים געקומען, ארויסגעפאקט די קינדער פונם קאר, און שנעל אפגעיאגט צופיס צו גיין כאפן מנחה.
פארוואס צופיס? גאנץ איינפאך, די ב"ב זאל קענען קלינען דעם אנגעבראכענעם קאר...