ואפילו בהסתרה, נישט קיין קליפ, און נישט קיין כליפ

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ואפילו בהסתרה, נישט קיין קליפ, און נישט קיין כליפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אפילו אין שפיטאל, ווען אלעס איז שמאל, דארט אויך געפינט זיך השי"ת.
אפילו ווען עס דרוקט אויפן הארץ, אלעס זעט אויס שווארץ, דארט אויך געפינט זיך השי"ת.
און אפילו ווען אלעס גייט קרום און פארדרייט, פון צער מען שרייט, חלילה נישט פייט, געדענק ווער אונטער דעם עס שטייט.
ווען וואס ארום דיר טוט זיך גארנישט מען פארשטייט, זיי גרייט, חלילה נישט פייט, געדענק ווער אונטער דעם עס שטייט. (בניגון ההסתרה)

סאב קעפל: דער אייבירשטער איז נישט באנקראט.

פארנדיג צו און פון שפיטאל, כאטש עס איז ב"ה נישט לייוו טרעטעניג האפענטליך, (כאטש עס קען אזוי אויסזען פונעם ניגון.) איז די גאנצע זאך א געפערליכע פיזור הנפש. דאן קען מען אבער ארויס זען יעדע קליינע ליכטיגקייט נישט קיין חילוק ווי קליין די ליכט וואס גיט ארויס די שיין איז.

אנגעפאנגען מיטן היימישן דאקטער אין העלט סענטער, פארשטייט אידיש, פארשטייט אן אידיש הארץ, מאכט זיכער נאכצוגיין די גאנצע צייט און זען צו מען טוט ווייטער וואס מען דארף, און עס איז אים גארנישט קיין בושה ווען ער פילט אז עס איז עפעס מער פון וואס ער קען באהאנדלען גיט מען דאס ווייטער איבער פאר חברה הצלה.

חברה הצלה דארף איך נישט באשרייבן. (דאס איז נאר צו פארלענגערן אביסל די ארטיקל) קודם די געטריישאפט ביים אויפפיקן, נאכדעם די סטאפ אינדערהיים און ווארטן מיט רואיגקייט ביז מען נעמט מיט אלע זאכן, דאס אריין באגלייטן אין שפיטאל, אנווייזן וואס מען האט צו טון ווייטער, צו וועם זיך צו ווענדן, א ליסט מיט פאון נאמבער'ס וואס קענען ארויס העלפן.

הצלה ליעיזאן מר. פאלאטשעק, (קרית יואל) די רואיגקייט וואס עס גיט צו, ווען מען קען איינעם קאלן צו יעדע צייט אין טאג מיט יעדע אפדעיט וואס איז יא דא און פונקט אזוי ווען עס איז נישט דא, באקומען פאלואינג קאלס, ווען איינער מאכט דאס נישט מיט, פארשטייט ער קוים פון וואס איך רעד.

מרת. לאנדא פון רפואה העלפ ליין, מרת כהנא זשוניאר פון ביקור חולים אפילו ווען נישט אלעמאל געלונגט זיי אויפצו טון דאס ווען מען האט געוואלט, אבער דאס וויסן אז איינער איז מיט דיר, איינער בעקט דיך דאס איז עפעס וואס דאכצעך מיר איז ביי די גויים נישט דא.

גמ"ח הצלה/חסד. איך האב טאקע א קאר איך קען דאך אבער נישט אהיים טראגן דאס ווייב ווען אין די זעלבע צייט ברויך מען בלייבן מיט ס'קינד אין שפיטאל, א טעקסי איז הונדערט דאלער. האלאו איך דארף א קאר אהיים, פון וואו? וואס איז די פאון נאמבער? מען רופט אייך באלד צוריק ווען צו זיין אונטן, א רפואה שלימה.

חסד שטוב שע"י חסד סקווירא. אנבעליוועבל ווי רואיג דאס מאכט, קודם האט מען אן היימישע פלאץ ווי מען קען טוישן סינערי פאר עטליכע מינוט אפילו, דערנאך דאס קענען האבן עסן, טרינקען, קאפי, צום ליינען, צו דאווענען, (אפילו דא עמטליך א מנין מנחה דארט יעדן טאג אויסער לעיבער דעי) א פריזשדער פול מיט פארווע און פליישיגע סענדוויטשעס, יאגורטס, א פריזער מיט קעיק, פאקסיס, א קלאזעט מיט נאש, קענדיס, וועיפער'ס. מען זעט זיך פאר א מינוט צוריק אינדערהיים, ווי שטארק דאס פעלט אויס אין שפיטאל.

ביקור חולים סאטמאר, דאס אריין קומען און זיך נאכפרעגן, דאס זאגן א גוט ווארט, דאס אנוואונטשן א רפואה שלימה, דאס זען נאך אן היימישן פנים, דאס ברענגן פרישטאג'ס און סאפער'ס, דאס אנפילן די חסד שטוב מיט די סענדוויטשעס.

די אנדערע צוויי מצוה לעדיס (זעען אויס זייער ענליך צו די מצוה מענטשעלעך) וואס דרייען זיך ארום פון שטאק צו שטאק פון צימער צו צימער ניטאמאל ווייסעך וויזוי זיי הייסן. אבער מאכן זיכער זיך צו לאזן הערן און צולייגן נאך א סעט פון פנים'ער אויסער די אלע שווארצע רוחות מיט גרינע און ווייסע כאלאטן, און דאס בעסטע וואס זיי קענען איז צו קומען מעסטן די פיבער אין די רגע וואס מען שלאפט ענדליך איין פון ווייטאג.

חי לייפליין וואלונטירן מאכן אויך הקפות א גאנצע ליבע וואך און א גאנצע ליבע יאר, לאזן איבער טויס אביסל אויפצולעבן די פארכמורעטע פנים'ער פון די קינדער. וואו אין די וועלט זעט מען אזאנס אויסער ביי אידן?

די קינדער פון חדר, דער מלמד, דער מנהל, מען קאלט, מען פרעגט זיך נאך, מען מאכט זיך וואוסנדיג, מען גיט עטענטשן,

זיידעס און באבעס. מען קומט באזוכן, מען ברענגט מיט עפעס צו ליינען, עפעס צו הערן, מען לאזט איבער א קיש מיט א גוט ווארט.

ידידים. מען שטעלט צו מיט וואס צו אקיפייען דאס קינד אז ער זאל נישט פון זינען אראפ נאר ווארטנדיג שוין ארום אכט און פערציג שעה אז מען זאל אפילו מאכן אן עם אר איי. שטעלן צו וואלונטירן אפילו איבער צו נעמען אין די פארטאגס שעה'ן.

א חברותא מאכט א ספעציעלע טריפ פינף דרייסיג פארטאגס ארויס צו העלפן, א פליק פארן שטן א-ווי ס'דארף צו זיין.

און אין די מיענטיים האבעך מיטגעהאלטן מיט א איד וואס איז היינט אריין אונטערן מעסער ארויס צו נעמען פון זיך א ניר און דאס איבער געבן בחפץ לב מיט די באגלייטונג פון מאמע און ווייב פאר אן אנדערן איד/אידענע. איך וואלט געלאזט ליידיג דא ווייל עס איז באמת נישטא קיין ווערטער ווי אזוי צו דיסקרייבן אזא פולע באנק אקאונט וואס מאכט זיכער אז דער באשעפער זאל נישט גיין באנקראט.

קען מיר דאס איינער געבן צו פארשטיין? אן קיין שום טובת הנאה פאר זיך אויף דעי וועלט פון א בשר ודם גייט מען ארויס שניידן שטיקער פון זיך פאר אן אנדערן איד? איך בלייב טאקע שטיין איך האב טאקע נישט די ווערטער אויסער איין גרויסע ריזיגע

מי כעמך ישראל.

בזכות פון די אלע גוטע הארציגע חסד אידן, און בזכות תינוקות של בית רבן זאלן מיר שוין האבן די זכי' בקרוב צו הערן דעם שופר של משיח במהרה בימינו ומלכינו בראשינו אמן.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

מי כעמך ישראל!
כ'האב עס אויך בייגעוואוינט יעצט די זעלבע עפיזאדע, אונעם ווייטען ענגלאנד. אויך אנגעהויבען מיט'ן מעדיקעל אדווייס פונעם מארס ארגאניזאציע ,און מיט די חסד קאר סערוויס, און סאטמאר ביקור חולים.
ב"ה שוין ארויס פון שפיטאל..

עס שרייט זיך: מי כעמך ישראל!
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הערליך אפגעשריבן, די געפילן גיסן זיך איבער פון יעדער ווארט דיינער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מאנ-יימער האט געשריבן:הערליך אפגעשריבן, די געפילן גיסן זיך איבער פון יעדער ווארט דיינער.

רט! אזוי גוט ארויסצוברענגען דער מצב.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

סקוקט אויס אז דו האסט יעדן געניצט.... הער מיך צו ווילאנג סקאסט נישט קיין רויטן גרייצער...
אפילו א ניר האסטו ארויסגענומען פון איינעם....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א שטאלץ אין א כבוד צו זיין א חלק פון די פאלק!! ישר כח פארן ארויסברענגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

שיין באשריבן. א דאנק
מי כעמך ישראל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יא יא יא

ואפילו בהסתרה שבתוך הסתרה גם שם נמצא ערליכע אידן בעלי חסד.

איך_הער, ס'פריידט מיר צו הערן פון דיר אין פריידן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך_הער, א רפואה שלימה פארען חולה
די אלע זכותים ווי א קרבן עולה

טאטע, זעה דיין פאלק'ס מעשים
חסד,ברעש גדול מתנשאים

נישט קיין חילוק ווער
העלפען ווען ס'שווער

אפווישען יענעם'ס טרער
ערפילען זיין באגער

קוק, און אין דעם זכות תצילנו מכל צרה וצוקה
און שרייב אונז צו א שנה טובה ומתוקה
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מורא'דיג!
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז דו און דיין גאנצע משפחה און אלע אידישע קינדער זאלן אלעמאל זיין געזונט און שטארק.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”