בלאט 1 פון 1

מיין וואקאציע טאגבוך

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 9:12 pm
דורך מכה בדופן
היי יאר בינעך אויפגעקומן אויף אן אויסטערלישע המצאה, ממש עין לא ראתה ואוזן לא שמעתה, א חידוש נפלא...

איר זיצט?

נעה, נארישע שאלה, נעוואדע זיצט איר – הלמאי וואו דען ליינט מען אייוועלט?...

עניוועי, מיין חידוש איז געווען...דראם-ראול...ווארט פאר דעם...אז מ'מוז נישט פארן אויף וואקאציע!

יא, זוי ווי איר ליינט, מ'קען בלייבן אינדערהיים דורכאויס דעם זומער און בכלל נישט ארויסוואנדערן. אפילו נישט די ב"ב מיט די קינדער. מ'בלייבט אינדערהיים אינם פיינם 4-רומיגע דירה, וועלכע ענטהאלט באקוועמע בעטן, דריי בתי כבוד און א גרויסן קיך.

סאו וויאזוי האבעך פארט מקיים געווען דער מנהג ישראל פון פייערן וואקאציע? ווערי סימפעל, כ'האב פארשפארט דריי שלאף-צימערן, אנדערהאלב בי"כ (געלאזט נוצן בלויז אין עמעדזשענסי), און אריינגעשלעפט אלע מאטראצן אינם דיינינג רום. פאר נעגל וואסער הא'מער גענוצט דזשאסט איין שיסל וואס יעדער האט צוריק אנגעגרייט פארן נעקסטע מענטש. דער גרעסטע פּעפער (וועמען מיינט עטס?..) האט געהאט ס'גרינגסטע דזשאב צופרי, אבער לעומת זה האט מען (ליין: מיין ב"ב) יענעם גע'קנס'ט ער זאל מוזן צוגרייטן נעגל וואסער דער נעקסטע נאכט פארן פריסטע אויפשטייער. נו, אבי ס'לעצטע טאג האט מען פארדינט...

דערנאך האבעך פארקלעבט די שאפעס אין קיך מיט שטארקע טעיפ און גע'אסר'ט צו נוצן געהעריגע געשיר נאר פלעסטיק עסצייג – שטייצעך די ערשטע פיר טעג הא'מער פארגעסן צו קויפן געהעריגע סייז לעפלעך סאו מ'האט געגעסן זופ מיט קאמפאט לעפלעך. געקאכט הא'מער אדער אויף א פלאטע אדער אין א מייקראוועיוו, און דאן געלאזט דאס עסן זיך אפרוען צוויי טעג אין פריזש בעפאר מ'האט עס געגעסן.

מילך הא'מער געקויפט נאר איינמאל א וואך – די צווייטע וואך האט מען שויניש געברויכט קויפן קיין קעז... איין טאפ האט געדינט פאר פלייש, פערפל, רייז און לאקשן – נאר איין סארט, די געקרייזלטע. קוגל איז געווען סטאר-געקויפט, און מ'האט עס פריער געלייגט אינם פריזער פאר א וואך. פאר פארשפייז, צושפייז, נאכשפייז און 'שפייז' הא'מער איינגעקויפט 17 פעקלעך פאפסיס, ס'זאל כאטש זיין גענוג פאר א האלבע וואך...

קליידער הא'מער זיך צוגעגרייט אין א באקס, פונטקליך מיט איין פאר זאקן און אונטערוועש צו ווייניג פער וואך – עניוועי איז פרייטאג סייווי א קורצע טאג און מ'קען טראגן די זעלבע קליידער אויך מאנטאג. דער בעקישע און דער אידענע'ס שבת קלייד האט מען צוקנייטשט און אריינגעקוועטשט אינגאנצען ביים אונטן פונם באקס. אויף צעלאַכעס האט מען איבערגעלאזט אינם פארשפארטן שלאף-צימער איינס פון מיינע קראקס און איינס פון די אידענע'ס שבת שוך.

וואס נאך...?

יא, בשעת'ן איינפאקן די זאכן האבעך זיך געקריגט מיטן ב"ב פאר צוויי שעה, ווי אויך דעם ערשטע טאג בעפאר מ'האט זיך מסדר געווען אינם איינגעצוימטן דירה. און שוין, הא'מער געהאט א פארטיגן וואקאציע...


דעי וואן:
יומא קמא לא אמר להו ולא מידי – דעם ערשטע טאג זע'מער נישט געווען אן ספיקינג טעירמס.


דעי טו:
ס'האט געגאסן.

תחילת איז דער פלאן געווען מ'זאל גיין צו א פארק אבער דער וועטער האט נישט ערלויבט. פאר סאם ריזען האט די ב"ב באשלאסן אז ס'ז מיין שולד, און מ'האמער כמעט געהאט א ריפיעט פון נעכטן. אין דע ענד האבעך איינגעפאקט אלע קינדער אינם קאר און מ'ז געפארן צו א סופערמארקעט קויפן עטליכע נויטיגע זאכן וואס מ'האט פארגעסן (בד"וו זיי האבן נישט געהאט מער פון די גוטע סייז לעפלעך).

ביינאכט, נאך זיך איבערבעטן מיטן ב"ב, האבעך איר פארשפראכן אז אויפצומארגענס טאמער דער וועטער וועט זיין גוט וועלן מיר גיין אויף א געהעריגע טריפ, צו א פלאץ וואו זי וועט האבען א באנטש פרענדס און פעמילי.


דעי טרי:
ביים זו...


המשך יבוא בל"נ ובעזה"י

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 9:32 pm
דורך א גראם מיט טעם
מיינע ארומעגע פרעגען מיר פארוואס איך לאך אזוי?
פלצתי #

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 9:36 pm
דורך ענדע צדיק!
קודם, זעה איך גוט? דריי בתי כבוד? ממש א פאלאץ!

און ביידעוועי זעה איך אז מכה איז געזיסן במשך די וואקאציע און געשריבן...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:16 pm
דורך אויסערן מיניסטער
גוט געשריבן מכה,
דערמאנסט מיר פון יענעם וואס האט זיך איינגעשפארט אינדערהיים און פארקלאפט די לאדנס אז מען זאל מיינען ער איז אוועק געפארן, זיין שכן וואס האט יא געוואוסט אז ער איז געהעריג אינדערהיים האט אים געוואלט טשעפענען און יעדן אינדערפרי אויפן וועג צום דאווענען האט ער אריינגעקלאפט ביי אים אין פענסטער, ביז איין טאג הערט ער ווי יענער שרייט אים ארויס "יא יא יעצט בין איך טאקע אויף וויקעישאן אבער ווען איך קום אהיים, אוי וועל איך קער נעמען פון דיר"

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:27 pm
דורך מאנ-יימער
מכה ;l;p-

פיין געלאכט, מיר ווארטן אויפן המשך.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 9:04 am
דורך אנעים זמירות
אויף אמ"ג האט פליגעל מעורר געוועהן מכה האט פארגעסען די פליגען כאפער אין קאך

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 9:40 am
דורך באדינער
;l;p- ;l;p-
אויסגעקראכט ביים לעצטן שורה :lol: :lol:

עמיר ווארטן אויפן המשך

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 11:12 am
דורך אלץ ווייזער
זייער גוט אראפגעלייגט מכה די מצב, וויפל יאר ביסטו געווען אין קאנטרי אז די ווייסט אזו גוט?...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 2:58 pm
דורך לאדיךארויס
גאר שטארק הנאה געהאט. ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך (אויב ס'עט קומען [אפשר ווען עקבי הצאן וועט זיך דערמאנען די מעשה מיט די ג'ינגער קעיל... אדער מיט די נייע סייט...])

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 6:14 am
דורך לכאורה
א פלא והפלא אז אויף אזא געלונגענע מכה-בדופן ארטיקל איז נישטא מער ווי 8 מגיבים אין 2 מעת לעת. מסתמא ווארט דער עולם אויפן המשך און רעכענען צו קאמענטירן אויף די גאנצע וואקאציע אינאיינעם.

וואס מיינט פאפסיס?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 7:17 am
דורך מכה בדופן
ייש"כ פאר אלע מגיבים.

לכאורה האט געשריבן:א פלא והפלא אז אויף אזא געלונגענע מכה-בדופן ארטיקל איז נישטא מער ווי 8 מגיבים אין 2 מעת לעת. מסתמא ווארט דער עולם אויפן המשך און רעכענען צו קאמענטירן אויף די גאנצע וואקאציע אינאיינעם.

וואס מיינט פאפסיס?


אל הנאר הזה התפללתי - נאך א שקויעך פון לכאורה קעמען שוין ווייטער גיין.

פאפסיס איז אן אלטענעטיווע ספעלינג פון פאקסיס\פאקסיז. ס'גייט לכאורה (נד"נ) נישט ווערן אנגענומען דורך וועבסטער...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 7:21 am
דורך מכה בדופן
כ'האב זיך בארעכענט צו לייגן אין א באזונדערן אשכול.

חלק ב'

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 8:31 am
דורך יאנקעלע קליגער
מכה בדופן האט געשריבן:בד"וו דער פענגווין טאנץ לא היה ולא נברא...

;l;p- :lol:

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 1:00 pm
דורך שנאפס
מכהלע גאר שיין געשריבן, סיי חלק א' און סיי חלק ב'

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 9:06 pm
דורך גוגל
מעכטיג איז נישט די ווארט!!! אפגעליינט מיט איין אטעם!!!!!

בייפעלער און איידיעס, נישט נארמאל........