געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:20 pm
לעצטענס טוט זיך דא א פלייץ פון הסתרה'ס, דער איז זיך מסתיר דא, און דער פארמסתירט זיך דארט,
קוק נאר וואס גייט דא פאר! עס האט געדויערט א שטיק צייט ביז איך האב געכאפט וואס דא גייט פאר. עס דרייט זיך ארום א הסתרה ניגון, און דער עולם איז אויף רעדער.
ווי נישט ווי, האט דער ניגון ארויסגענומען דעם עולם פון די הסתרה קעמערלעך, און דער עולם איז אויפגעשטאנען. עפעס לעבט זיך, איינער לאכט, און דער אנדערע איז איינגעטינקען אין זיינע געפילן ארום דעם ניגון.
מיר אלע דא אויף אייוועלט זענען אלע אנאנים – בהסתרה. האסט נישט קיין אנונג מיט וועמען דו רעדסט און מיט וועמען דו האנדעלסט.
איך האב מיר נאר געדמיונט אין מיינע פאנטאזיעס וויאזוי וועט אויסזעהן אויב בטעות גייט ארויסליקען אלע ניקים ארויס פון די הסתרה.
פלוצלינג איין טאג ריקט זיך אריין א וויירוס אין גיט ארויס אנטשאטנס יעדעמס ניק, די עכטע נאמען פון ווי דער ניק קומט. דער וויירוס שטעלט צאם די קאמפיוטער נאמען און די ניק, און... אויס הסתרה! סדא א גילוי אויף דער וועלט! די עולם מאכט אויף אייוולעט און... woooooooooooooo! וואס גייט דא פאר?! דאס איז יענקל? און דאס איז טאקע גרונעם? מיר זענען געזעצן נאר איין טיש אפגעריקט? מיר וואוינער קעגן איבער? ווען איך ווייס ווען וואלט איך מיך נישט געשלאגען אזוי שטארק אין אישי. האהאהאהאהאהאהאהא!!!
איך וואלט ארויסגעלייגט דא איבער 4000 סמייליס פאר אלע ניקים, צו באקומען א מושג וויאזוי דאס גייט אויסזעהן, אבער פלאץ איז באגרעניצט. אבער בערך אזא מין געלעכטער אטמאספארע גייט ארומנעמען יעדעם איינעם.
אבער רבותי, אזוי גייט עס איין טאג אויסזעהן.
איין טאג גייט עס געשען.
אז ימלא שחוק פיני...!!!
די טויטע גייען זיך ארויסריקען פון זייערע היילען. אפילו די לעבעדיגע גייען זיך געבן א וועק אויף. מגייט זיך אויפוועקן צו וואס מ'איז 'עכט'. אלע גלגולים גייען ארויסקומען בגילוי. וואס? איך בין עכט יענעם? אונז זעמער געווען אין לאגער צוזאמען? אידא דאס גוט! האהאהאהאהאהא!!!
ס'גייט זיין זייער פאני.
דערווייל גייט אלעס אן בהסתרה.
לעצט פאראכטן דורך
מתבונן אום מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:13 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:30 pm
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:36 pm
גילו אלערט
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:47 pm
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:51 pm
מתבונן! שטארק!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:02 pm
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:05 pm
הערליך שיין, מתבונן!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:45 pm
א געוואלדיגע איידיע
מיר ווארטען אויף די זכי'
בא יבא ברנה
די התגלות השכינה
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:56 pm
זייער גוט ארויסגעברענגט לאמיר שוין זוכה זיין דערצו טאקע שנעל אינאיינעם
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:25 pm
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:32 pm
מוראדיגע רעיון. נהניתי
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:40 pm
טוב מאוד
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:02 pm
מתבונן, מדארף זיך שטארק מתבונן זיין בדבריך הנוקבים. שטארקע רייד!
אולי, איז דיין געדאנק מרומז אין די לעצטע פסוקים אין קהלת:
סוֹף דָּבָר הַכֹּל נִשְׁמָע [צום סוף וועט אלעס דערהערט און אויסגעקלארט ווערן, ממילא], אֶת הָאֱלֹהִים יְרָא וְאֶת מִצְוֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם. כִּי אֶת כָּל מַעֲשֶׂה הָאֱלֹהִים יָבִא בְמִשְׁפָּט, עַל כָּל נֶעְלָם [אפילו זאכן וואס מען האט געטוהן בהסתרה], אִם טוֹב וְאִם רָע
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:05 pm
די קעפל איז פיין! (ארטיקל אויך)
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:18 pm
זיסע געדאנק..
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:52 pm
נישט נאר די הסתרה פונעם משל נאר דער נמשל (ואנכי הסתר אסתיר פני) גייט זיך אויך בקרוב ענדיגען.
ייש"כ פארען ארטיקעל.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:50 pm
זייער שיין און ריכטיג. נהניתי ונתעוררתי.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:14 pm
יעפ!! א געלונגענע פראודוקט!!
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:14 am
מתבונן די יכולס'ט דאך יא!!! קיפ איט אפ!!!
זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:35 pm
אילו מלא לא נולד ההסתרה (הניגון כמובן) אלא בשביל גילו כזה דיינו
דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:55 pm
מילכיגער האט געשריבן:מוראדיגע רעיון. נהניתי