געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:13 pm
פון הינטער די קויליסען הערט מען די פרייליכע נייעס אז "אפילו בהסתרה" גייט אריין אין די ליין פון דייעט..
מען דארף זיך מער נישט מיטשען צו גיין אויף דייעט שרייט אויס א הסתרה אגענט.. 40 דארע מענטשן וועלן 40 טעג אין א צי זינגען "אפילו בהסתרה" און ביי די ווערטער "גם מהדברים הקשים העוברים אליך" וועלן זיי אונזין די נעמען פון די קאסטמער.. און יענער וועט זיך פון זיך אליינס אנהייבען מסתיר צו זיין.. פארשטייט זיך אז עס וועט זיין מענער פאר מענער און פרויען פאר פרויען.. בתחלית הכשרות
דאס איז אבער די גאר טייערע דולעקס פלאן, עס גארנטירט טאקע אפצופאלען 40 מייל פער מענטש אין אכציג טעג, פרויען וועט עס קאסטען מער ווי פאר מענער..
אנדרע פלענער קימען אויס עטוואס ביליגער.. הרב לידער זאגט אז לויט זיין פלאן וועט מען אויף יעדע שטיקעל מזונות אויפשרייבען אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה אני רואה.. און די גראבע וועלן גלייך כאפען די מעסעדש..
גרוזי זאגט אז ער גייט פאר די דולעקס פלאן.
סטעי טונט פאר אפילו בהסתרה
Advertisement
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:36 pm
ס'האט עפעס שייכת מיט תהלים כולל אדער כולל חצות?
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:19 pm
מחותן האט געשריבן:פון הינטער די קויליסען הערט מען די פרייליכע נייעס אז "אפילו בהסתרה" גייט אריין אין די ליין פון דייעט..

דאס איז דאך ממש בהסתרה...