בלאט 1 פון 2

וואוינען אין וויליאמסבורג וועט בקרוב זיין אוממעגליך

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:41 am
דורך green
וואוינען אין וויליאמסבורג וועט בקרוב זיין אוממעגליך - אפילו פאר יודן וואס פארמאגן אן אייגענע דירה

(באקומען אין אישי)

מיינע ליבע פריינט, עס קימט א גירוש וויליאמסבורג, מען גייט בקרוב נישט מער קענען וואוינען דא נאר גאר גרויסע עשירים, איר קיקט אלע אן די נייע הייזער וואס ווערט היינט געבויט, איר מיינט אז איר גייט זיי קענען עפארדן, איר האט א ביטערען טעות, רוב פון די אלע נייע הייזער קומען מיט א טעקס ביל וואס איז געפעפערט ווי עס ברויך זיין, לאמיר עס צינעמען אביסל פאר די חשובע ליינער, איך וועל דא געיבן דיגמאות וויפיל עס לאזט זיך אויפן מאמענט.

די פראבלעים פון וואס איך ווידמע די ארטיקל איז אויפן ווייטאגליכע טעקס ביל וואס מען באקימט, און מען האט זיך בכלל נישט גערעכנט דערויף ווען מען האט געקויפט דאס הויז, למשל אויב איינער קען עפארדען צוויי טויזענט דולר א חודש פאר א וואוינונג, און ער קויפט אויף דעים חשבון א הויז מיט א מארגידש פון א האלב מיליאן, נאכן אנבארגען ביי די האלבע שטאט פאר די דאון פעימענט, ווען ער באקימט נאך א ביל פון טויזענט טולר א חודש אויב ער איז מזל'דיג, וואס פאסירט, ער איז און צרות, פשוט ער קען נישט באצאלן די חודש'ליכע אויסגאבע'ן, דאס ריפ איך א גירש, ווייל ער ווערט פארטריבן פון זיין וואוין ארט.

ווען מען קויפט א הויז היינט וואס איז ניי, לאמיר זאגן למשל פיפצן הינדערט ס"פ, מיט א טעקס עבעיטמענט, איר צאלט פיר הינדערט פינף און צוואנציג א ס"פ, באלד העלפט די פרייז ווי ביי די ארטיסטן וואס שלינגען אינז איין, וואס עס פאסירט איז שטוינענד, די טעקס דיפארטמענט לייגט ארויף א מארקעט וועליו לויט די רענטעל עוורידש פון די ארימיגע שכנים, און שיקן אייך א טעקס ביל.

ווי אזוי ארבייט א טעקס ביל, איך וועל אביסל דערין אריין גיין דער עולם זאל אביסל פארשטיין פון וואס איך רעד.

עס איז דא א מארקעט וועליו,

א עסעסמענט וועליו

א טעקס רעיט ברעקעט

מיינעס א קרעדיט פאר טעקס עבעיטמענט אויב פארהאן

די פיינעל טעקס וואס מען ברויך צאלען

די אויבן דערמאנטע פוינט'ס זענען ווי אזוי א ביל ווערט אויסגערעכנט, ס'טייטש קודם איז דא די מארקעט וועליו, די ציפער ווערט אויסגערעכנט דורך די רענטעל אינקאם עוורידש מיינעס די עקספענסעס, וואס ביי אינז אין וויליאמסבורג קומט עס אויס צווישן הינדערט צעין ביז הינדערט פינף און זיבעציג פער ס"פ, אויך ווענדט עס זיך, אויב איז עס אינטער צעין יונט'ס אין די בילדינג דאן איז עס צי די מער, אויב איז עס א מער ווי צעין אפארטמענט'ס דאן לויפט עס ביי די נידריגע ציפער, קומט אויס אז 1,500 טיימס לאמיר זאגן 110 ווייל רוב נייע הייזער זענען גרעסער, איז די מארקעט וועליו 165,000 האבן מיר שוין די מארקעט וועליו, נישט פארגעסן אז די נומער טוישט זיך פון יאר צי יאר, און עס שטייגט שוידערלעך די לעצטע עטליכע יאר, כאטש עס האט געטראסקט דראסטיש אין 2012 ביים ריל עסטעיט קראך, האט עס שוין איבער געשפרינגען מיט א שמיץ אריבער.

אינטער צעין דירות פלעיג מען בויען כדי מען זאל נישט ברויכן קיין פארקינג אינעם בילדינג, דאן זענען די ציפערן פארשטייט זיך פיל מער שוידערלעך, ווייל די עסעט וועליו איז 1500 טיימס 175 = 260,000.

די עסעסט וועליו,

ציציקומען צי די ציפער, נעמט מען די מארקעט וועליו, און מען מאלטיפלייט עס ביי א געוויסע פערצענט, וועלכע פראצענט?, ביי א קליינע הויז ביז פיר אפארטמענט'ס איז די פראצענט 6% און פון 4 יונעט'ס און העכער, איז עס א שוידערליכע 45%, יא איר הערט גיט, על כן די 165,000 מארקעט וועליו טיימס 0.45 איז, 75,000 בערך. אויב איז עס א קליינע הויז ווי אויבן דערמאנט איז עס נאר 10,000 די עסעסמענט וועליו.

די טעקס ברעקעט, גרויסע הייזער פון פיר און העכער איז די יאר 13.45%, קליינע הייזלעך, 19.50%, בערך.

די טעקס ביל איז שוין איצט פארשטענדליך, נעם די 165,000 טיימס 0.1345 = 22,200 פער יאר, און א קליינע איז 10,000 טיימס 19.50% = 1,950.00 די טאטעל טעקס ביל פער יאר.

ביז א יאר ציריק ווען מען האט געהאט א טעקס עבעיטמענט איז עס געוועין א נאן קעפ, ס'טייטש אז עס האט עבעיטעט די גאנצע טעקס אויפן בילדינג, דעיס ביסל וואס מען האט געצאלט איז געוועין די טעקס אויפן לאט, דאס האט זיך געטוישט צי א קעפט טעקס עבעיטמענט, זיי נעמען נאר אראפ די טעקס ביז א געוויסע סומע פינעם עסעסט וועליו, אויב איז דער סומע מער ווי די קעפ, אויף יענע חלק קומט א העיפליכער ביל.

פאקט 1, אלע נייע טעקס עבעיטמענט'ס האבן א קעפ פון בערך 65,000 פון די עסעסט וועליו, ממילא א אפארטמענטס וואס זענען אביסל גרעסער ווי די קליינע נעיז לעכער האבן א עסעסט וועליו מער ווי 65,000.00 און דעריבער וועלן זיי קריגען א ביל, אפילו עס איז פארהאן א אבעיטמענט, ממילא לויטן אויבן דערמאנטען משל גייט מען צאלן טעקס אויפ 100,000 ווייל דעיס איז איבער די קעפט עבעיטמענט.

פאקט 2 אינזערע שכנים וואס בויען טייער, און די אלע שיינע הויכע געביידעס מיט אסאך גלאז אויפן בילדינג זענען גאר קליינע דירות, און האבן גאר טייערע רענטל'ס, געוועינטלעך א איין שלאף צימער סטודיא, פאר מינימום צוויי א האלב טויזענט טולער חודש, פיל מער ווי אינז צאלן דא אין וויליאמסבורג.

פאקט דריי, די געזעץ איז אז די מארקעט וועליו וואס די שטאט טאטע'ס רעכענען אויס פאר א קאנדא אדער סתם הויז, גייט לויט א געיגנט עוורעדש רענטעל אינקאם, עס איז ציטיילט איסט וויליאמסבורג, סענטראל וויליאמסבורג, נארט, און סאוט וויליאמסבורג, יעדע געיגענט האט זייער נומער וואס דאס טיט דיקטירן די עוורידש מארקעט וועליו פער ס"פ,

טעות אז קאנדא איז דער פראבלעים, עס איז כמעט און ערגעץ נישט קיין חיליק צי די הויז איז א קאנדא אדער נישט, עס גייט לויט די סכום אפארטמענט'ס אויפן CO.

שגץ שטיק, פארוואס רעכענט מען פער ס"פ, יעדער פארשטייט אז עס איז דא דירות וואס זענען גאר טייער געבויט מיט אלע אמעניטי'ס, ווי שווים באסיינען, טיר מענער, איבונג צימערן, שיינע הויעכע דעכער, די שיינע גרויסע וואלקען קראצער ווי שעיפער לענדינג, און אנדערע פענצי הייזער אויף בראדוועי, אדער די נייע גויאישע פראדזעקט פון די געוועיזענע דאמזי, וואס גייט הייסן, די אוסטין קאנדא, וואס גייט אגב פארקויפן פאר 1,400 פער ס"פ, די זעלבע געביידע וואס גרעינעצט יענע פראדזעקט וואס הייסט דאמזי, וואס איז פארקויפט פאר אידן, איז א דריטל די פרייז, ווייל זיי גיבן אייך א פייג, חוץ די דירה, אבער ווען עס גייט קומען צים טעקס ביל זענען מיר אייניגע מחותנים.

די אלע לאטס אויף בראדוועי וואס זענען נאך ליידיג, צווישן דאמינא, רויז פלאזא, קדם בילדינג, און נאך ארימיגע, די אלע לאט'ס ווערן איצט געפליפט פון פארקויפט פאר הינדערטער מילאנען דולר, למשל די קדם לאט איז זאגאר פארקויפט געווארן פאר איבער הינדערט פיפציג מיליאן טולר, רויז פלאזא איז נאך פאר סעיל פאר צוויי הינדערט מיליאן און העכער, דאמינא איז שוין שאוועל רעדי, דארט קומט ממש א הימל שרייענדיגע פראיעקט כדרך די בילדינג'ס פון דארט און ווייטער ארויפ צי די נארט'ס, נאך פיל טייערער ווי שעיפער לענדינג, לאמיר נישט פארגעסען וואס עס קימט פאר אויף בראדוועי, די הערליכע הייזער איינס שענער פון צווייטען, אלע די הייזער גייען האבן א דירעקט אפעקט אויף די הייזלעך אויף יוז סטריט, פען סטריט, און אזוי ווייטער.

על כן, זעי איך נאך אלע חשבונות, אז עס גייט נישט מעיגליך זיין צי קויפן דירות, ווייל די מארקעט וועליו גייט ווייטער שטייגן, נאך לויפן'דיג די שנעל שטייגענדיגע עוורידש רענטל פרייזן פון אינזערע גויאישע שכנים'ס רענטל פרייזן, וועט די מארקעט וועליו ארויף רייסן, און אז די מארקעט פרייז איז הויך נעמט נישט קיין סך ביז די טעקס ביל ווערט העכער, בערך פינף יאר, ווייל זיי ברויכן ציטיילן יעדע נייע העכערינג אויף פינף יאר.

ממילא איז מיין מיינינג, אז אלע דירות אין אינזער וויליאמסבורגע אימגעיגענד, גייט זייער טעקס ביל שרעקליך שטייגן, פשוט כמשמו, יעדע הייזל וואס איז פארהאן און וויליאמסבורג וועט זייער מארקעט וועליו שטייגן, די גאר קליינע וועלן עס אפשר קענען איבערטראגן, א שטייגער ווי ברוקלין ווילאס דירות, אדער די קלענערע בראון סטאון'ס, וועלכע ווערן אגב אנגעריפן קלאס 1, און זיי צאלן די זעקס פערצענט פון די עסעסט וועליו ווי אויבן דערמאנט, אבער ווידערים אלע וועס זענען קלאס 2, און די וואס האבן בכלל נישט קיין עבעיטמענט'ס, זאלן זיין געראכטן אז זייערע טעקס בילס גייט און די קומענדיגע עטליכע יאר שטייגן שרעקליך, עד כדי כך, אז עס וועלן זיין וואס וועלן עס נישט קענען איבערטראגן און פארקויפן פאר גוים, וואס שטייען גרייט מיט די טשעקן אויס געשטעלט אויף ריזיגע סומעס, און עס וועט נישט נעמען לאנג און וויליאמסבורג וועט אויסזעין ווי די לואער איסט סייד, ווי חוץ די פראדזשעקס איז נישטא קיין שריד ופליט פון אידישקייט, טראץ וואס דארט האט געווירבלט אידישקייט עני טיים ווי וויליאמסבורג.

די אלע אנדערע חלקים פינם גירוש אז עס איז נישטא קיין דירות בכלל, און אז די דירות וואס זענען יא דא זענען שרעקליך טייער, די פילע הייזער מיט מעכטיגע מארקעט וועליו'ס וואס זייער טעקס ביל לויפט אפ בקרוב, די פילע הייזער וואס זענען פיל מער ווי די קליינע פיפצן הינדערט ס"פ, וואס באקריגן שוין העפטיגע בילס, דעיס איז שוין וואויל באוויסט, און פון די חלק האב איך שוין גערעדט מערערע מאל, און נישט אינטערעסט מער מוסף זיין און איבערקייען, נאר די חלק פינעם טעקס ביל'ס לכאורה ווייסן ווייניג, דעריבער האב איך געשפירט פאר וויכטיג צי מגלה זיין.

עז א דיסקלעימער, אז איך האב נאר מגלה געוועין די בעיסיק'ס, עס איז זייער א קאמפלעצירטע חשבון, און עס איז שווער זיך צי דערגרינדען ביזן סוף דעת פינעם דראג אדיקטעד אסעסער וואס שרייבן די אסעסמענט פאר די מיליאן מיט הינדערט טויזענט הייזער בערך און די סיטי, ממילא איז דא פילע דקות'דיגע חשבונות וואס האבן תירוצים, און פילע וואס זענען אימפארשטענדליך און סתירה'דיג צי די אויבן'דיגע חשבונות, אבער אלעס אויבן דערמאנט איז וואס איז פאבליצירט ביי די אסעסמענט דעפארטמענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:32 am
דורך צווייפעל
איך פארשטיי אבער נישט איין זאך, גייט די שטאט מאכן מער געלט ? ווייל די הייזער ווערן טייערער ברויכן זיי דאך נישט האבן מער געלט, סקאסט נישט מער צו קאלעקטן גארביטש אדער פוצן שניי אין א טייערע געגענט ווי אין א ביליגערע, זיי האבן דען נישט א באשטימטן באדזשעט ?

ווערט דען נישט נידעריגער אלע רעיטס ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:37 am
דורך זאכליך
לאמיר האפן אז דער עולם וועט קומען צום דעת ווי פריער און גיין פון ווילאמסבורג מיט גוטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:02 am
דורך אלד וויליאמסבורג
ווי איז טעקס ביליגער?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:08 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
זאכליך האט געשריבן:לאמיר האפן אז דער עולם וועט קומען צום דעת ווי פריער און גיין פון ווילאמסבורג מיט גוטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:13 am
דורך שלום אויש
נישט פארגעסן צו פארלעשן די לעקטער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:19 am
דורך טרעוולער
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווי איז טעקס ביליגער?


אין ערגעץ נישט!

די וואס זאגן אז ס'יא דא איז נאר ווייל ס'ז אויסגעשפילטע געעגענטער. און ווען דער ציבור וועט שוין וואוינען דארט הייבט מען טעקסעס,אמאל נאך 10 יאר און אמאל נאך ווייניגער.

למעשה אין וויליאמסבורג איז דערווייל דא דער אכטער,וואוטשערס,ועוד ממילא קומט מען אויס די זעלבע ווי ערגעץ אנדערש.

דוק ותשכח.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:21 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך פארשטיי צו די זאכן א הויקער
איך וויל נאר פארשטיין, די אלע אויסגעצאלטע הייזער וואס אונזערע טאטעס און זיידעס האבן אין אלט ווילי פון ראסס סט ביז העיווארד סט פון העריסאן ביז ווייט, גייט אויך ארויפגיין די זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:02 am
דורך פרישער
די שיינע גויאישע הייזער האבן א דירעקט אפעקט אויף די אלטע הייזער, לויט ווי די ארטיקל לויטעט, דאס איז דער פונקט פון די ארטיקל, חוץ אויב איז עס א קלעס 1 דאן וועט מען עס קאנען איבערטראגן, ווייל דאן איז די טאטאלע קאלקעלאציע קליין, איך גלייב אז די קאלקעלאציע קען זיך אויך טוישן שנעל, און וועט נאך ליידער מער פארשנעלערן די גירוש,

די אלע אידישע בילדינגס וואס אידען האבן געהאט אין די נארט'ס, אלע וואס האבן דארט געהאט סיי וואס, זענען נתעשר געווארן דורך'ן פארקויפן די בילדינג'ס, אבער קיין איין ביזנעס איז שוין מער דארט נישט דא, נאר טייערע הייזער, די זעלבע וועט לכאורה זיין דא, אלעס גייט ווערן פארקויפט, מען וועט טאקע בלייבן מיט א רכוש גדול, אבער קיין הייזונג פאר עם ישראל וועט נישט זיין, לאמיר נישט פארגעסן, קיק אן שעיפער לענדינג, אזא הויז קען קיין איד נישט וואוינען ווייל עס איז צי טייער, נאר און די עטליכע לאו אינקאם וואס מען האט אפגעשנארט פון די דיוועלעפער, און דעץ אלל, די איבריגע ווירבלען מיט רייכע גוים וואס צאלן און די וועלט אריין,די אלע זאכן האבן א עפעקט אויפן טעקס ביל פריער צי שפעיטער.

די איסט סייד איז חרוב געווארן פאר די וואס האבן געהאט אייגענע הייזער נאר וועיגן טעקס, דער עולם איז געלאפן פארן חיות, מען האט טאקע געכאפט געלט, מען איז ארויס מיט א פריילעך געמיט, אבער פארט חרוב געווארן א אידישע געיגענט.

פאר די וואס פרעיגן וואס די שטאט גייט טיען מיט אזוי פיל איבריג געלט, עס איז בכלל נישט קיין קשיא, אויף א שטאט פרעיגט מען נישט קיין קשיות, זיי וועלן אלע מאל טרעפן ווי צו פזרן, זיי וועלן מאכן מער בייק לעין'ס, און אויב טאקע דא געניג געלט וועלן זיי אויפנעמען נאך פאליס, פייער לעשער, קויפן נייע קארס, איבערבויען אלטע בריקן, ציריק צאלן חובות, דעקן די באדזשעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:03 am
דורך איפה פייביש
און אנדערע ווערטער ס'לוינט זיך צו קויפען א דירה ביי דאמזי פאר 425 א פוס און עס פליפן -ווען מוועט מופען- פאר גוים פאר 1400

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:35 am
דורך פרישער
די פערצען הינדערט פער ס"פ האט א סיבה, עס איז נישט די לאקאציע אזוי ווייט, עס איז די וועיג ווי אזוי עס איז געבויט, עס איז געבויט גאר טייער, דעיס איז שוין מיסבר אינעם ארטיקל פאראגראף שגץ שטיק, אז די שטאט טאטע'ס קיקן נישט אויפן חיליק ווי אזוי עס איז געבויט, זיי קיקן אויפן עווערידש רענטעל פאסעביליטי, וויפיל קען וועין זיין די רענטעל וועליו פער ס"פ, דערווייל איז נאך אלט וויליאמסבורג גאנץ בחסד, אבער לכאורה נישט פאר לאנג, ווייל די מציעות איז אז רענטל'ס ווערן העכער און העכער, דעריבער וועט די מארקעט וועליו שטארק שטייגן לפי דבריו.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:58 am
דורך כרמי
טרעוולער האט געשריבן:

למעשה אין וויליאמסבורג איז דערווייל דא דער אכטער,וואוטשערס,ועוד ממילא קומט מען אויס די זעלבע ווי ערגעץ אנדערש.

דוק ותשכח.


וואוטשערס פארשטיי איך, אבער דער אכטער איז נאר דא אין וויליאמסבורג?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:19 am
דורך יחזקאלע
נאך א נקודה וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, קיקענדיג אויף די מאפע פין וויליאמסבורג שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע בילד, מיר זענען פשוטו כמשמעו איינגעשפארט אין א געטא פין דריי זייטן מיט איין עפענונג, ואפרש שיחתי פין איין זייט האבן מיר די נעיוועי יארד ווי לויט ווי עס האט אויסגעקוקט ביי די לעצטע זיצונג וואס איך האב געהאט מיט די באאמטע דארט שיינט נישט ווי זיי זענען דאס גרייט אוועק צוגעבן פאר אחינו בני ישראל אויב עפעס וועלען זיי עס ליבערשט אוועקגעבן פאר סטיינער סטודיא'ס וואס איז גרייט יעדע ליאדע מינוט אפצוקויפן דעם גאנצן נעיוועי יארד אל כל רוחותיה וצדדיה אגפיה וחופיה, פין די אנדערע זייט פין סאוט 8 אין ארויף פעלט נישט אויס קיין הסברים ווידעראום אויף די בראודוועי זייט זעהט עפעס אויס ווי עפעס א מקובל פין פריערדיגען דור האט גע'פסק'נט אז די טרעינ'ס האבן א דין פין גוד אסיק מחיצתא וואס מען טאר נישט אריבערגיין (אויף סאוט 5 נאך בראדוועי וואוינען אויף איין גאס עטליכע אידן פאר א שיינע פאר יאר אבער ביי דעם איז עס געבליבן) איז געבליבן די איינציגע פלאץ ווי מיר קענען זיך אביסל אויסציען, בעדפארד עוו. צי די קרוינהייטס זייט, אבער דא גילט מן הסתם אויך די פראבלעם וואס הרב גרין האט ערווענט.
אשר ע"כ איז אינז געבליבן איין עצה בטחו בו בכל עת עם שפכו לפניו לבבכם לאמיר בעטן ביים רבוש"ע וואס האט אינז געטראגן פין ארץ ישראל קיין בבל און פין דארט קיין אייראפע, עליס איילענד, איסט סייד, וויליאמסבורג, אז די נעקסטע שטאציאן אינזערע זאל שוין טאקע זיין ותחזינה עינינו בשובך לציון במהרה אמן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:37 am
דורך ביבער היט
זאכליך האט געשריבן:לאמיר האפן אז דער עולם וועט קומען צום דעת ווי פריער און גיין פון ווילאמסבורג מיט גוטן...

די עולם איז שוין געקומען צום דעת
מען ווארט נאר אפאר ערנסטע יודן זאלן פלאצירן ערגעץ דעם ציבור
עס איז ממש א הימל געשריי ווען אין ארץ ישראל האט מען שוין לאנג לאנג ארויסגעשלעפט דעם חרדישען ציבור צו אלע ווינקלעך אין לאנד
זיצן מיר נאך דא אין די עטליכע שטעט ווי אינזערע אבות ואבות אבותינו האבען זיך באזעצט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:43 am
דורך שנאפס
יחזקאלע האט געשריבן:נאך א נקודה וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, קיקענדיג אויף די מאפע פין וויליאמסבורג שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע בילד, מיר זענען פשוטו כמשמעו איינגעשפארט אין א געטא פין דריי זייטן מיט איין עפענונג, ואפרש שיחתי פין איין זייט האבן מיר די נעיוועי יארד ווי לויט ווי עס האט אויסגעקוקט ביי די לעצטע זיצונג וואס איך האב געהאט מיט די באאמטע דארט שיינט נישט ווי זיי זענען דאס גרייט אוועק צוגעבן פאר אחינו בני ישראל אויב עפעס וועלען זיי עס ליבערשט אוועקגעבן פאר סטיינער סטודיא'ס וואס איז גרייט יעדע ליאדע מינוט אפצוקויפן דעם גאנצן נעיוועי יארד אל כל רוחותיה וצדדיה אגפיה וחופיה, פין די אנדערע זייט פין סאוט 8 אין ארויף פעלט נישט אויס קיין הסברים ווידעראום אויף די בראודוועי זייט זעהט עפעס אויס ווי עפעס א מקובל פין פריערדיגען דור האט גע'פסק'נט אז די טרעינ'ס האבן א דין פין גוד אסיק מחיצתא וואס מען טאר נישט אריבערגיין (אויף סאוט 5 נאך בראדוועי וואוינען אויף איין גאס עטליכע אידן פאר א שיינע פאר יאר אבער ביי דעם איז עס געבליבן) איז געבליבן די איינציגע פלאץ ווי מיר קענען זיך אביסל אויסציען, בעדפארד עוו. צי די קרוינהייטס זייט, אבער דא גילט מן הסתם אויך די פראבלעם וואס הרב גרין האט ערווענט.
אשר ע"כ איז אינז געבליבן איין עצה בטחו בו בכל עת עם שפכו לפניו לבבכם לאמיר בעטן ביים רבוש"ע וואס האט אינז געטראגן פין ארץ ישראל קיין בבל און פין דארט קיין אייראפע, עליס איילענד, איסט סייד, וויליאמסבורג, אז די נעקסטע שטאציאן אינזערע זאל שוין טאקע זיין ותחזינה עינינו בשובך לציון במהרה אמן



איר האט געהאט א זיצונג מיט די נעווי יארד באאמטע וועגן בויען דירות?

גאר אינטערעסאנט ווייל די דארטיגע באאמטע זענען נישט בעה"ב אויפן פלאץ זיי זענען ס"ה איינגעשטעלטע ביי די סטעיט, דער באדן באלאנגט פאר די סטעיט און נאר זיי קענען זאגן אויף וואס דאס זאל גענוצט ווערן, און לו יצויר אז די סטעיט וועט עס אוועקגעבן פאר רעזידענשל זענען מיר נישט די ערשטע, עס זענען דא וואס צאלן פיל פיל מער ווי אונז

די באאמטע זענען נאר אויף אזויפיל בעה"ב אויף צו זאגן ווער עס קען דינגען א פלאץ דארט, און זיי גייען עס נישט געבן פאר סטיינער סטודיא עס גייט לכאורה בלייבן ווי ביז איצט קאמערציעלע ספעיס פאר ביזנעסער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:07 pm
דורך יהיה כן
טרעוולער האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווי איז טעקס ביליגער?


אין ערגעץ נישט!

די וואס זאגן אז ס'יא דא איז נאר ווייל ס'ז אויסגעשפילטע געעגענטער. און ווען דער ציבור וועט שוין וואוינען דארט הייבט מען טעקסעס,אמאל נאך 10 יאר און אמאל נאך ווייניגער.

למעשה אין וויליאמסבורג איז דערווייל דא דער אכטער,וואוטשערס,ועוד ממילא קומט מען אויס די זעלבע ווי ערגעץ אנדערש.

דוק ותשכח.


דער אכטער טיילט מען שויניש פאר יארן, ווידער וואטשערס שטייט אויך שוין אויף הינערנע פיס, לויט דעם סיסטעם וואס מען קען עס היינט קריגן, איז עס נאר א צייטווייליגע זאך (מען קען עס האבן נאר אויף עטליכע יאר), און ווער עס האט דעם אכטער פון פריער קען עס טראנספערן סיי וואו אין אמעריקא

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:09 pm
דורך שוועמל
א דאנק פארן אפשרייבן.
מיין פראגע איז, צי קען מען טוישן די משונה'דיג הויכע קאנדא טעקס געזעצן?
איך מיין די צייטן ווען נאר רייכע לייט וואוינען אין קאנדאס האט זיך שוין געענדיגט, והראי' אפילו ס8 אקצעפטירט קאנדא דעוועלאפמענטס פאר לאו אינקאם איינוואוינער.
אז די סיטי ערלויבט אזויפול קאנדאס מיינט דאס אז יעדער וואס וואוינט דארט ווערט רייך?
און פארוואס פארמאגט ברוקלין גאר ארימע געגענטער.
#ניס, אפדעיטס ענקערע געזעצן!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:39 pm
דורך פרישער
עס איז א טעות צו זאגן אז די סיבה פארוואס א בילדינג צאלט טעקס איז ווייל עס פארמאגט קאנדא סטאטוס, עס איז נישט קיין אמת, עס האט גאר נישט ציטיען ווייל עס איז א קאנדא, יעדע נייע רענטעל בילדינג ווערט אסעסט אייניג, ראיה לזו איז יעדע נייע בילדינג וואס איז נישט קיין קאנדא, וועסטע זעין אז עס האט הויכע מארקעט וועליו, און געפעפערטע ביל'ס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:07 pm
דורך כרמי
ביבער היט האט געשריבן:מען ווארט נאר אפאר ערנסטע יודן זאלן פלאצירן ערגעץ דעם ציבור
[/quote]

אנטשולדיגט מיין פריינד, ווער נישט באליידיגט, אבער עס מיר ממש צום שטוינען אויף וויפיל פראבלעמען דער תירוץ וועט זיין "רבנים" צו "עסקנים".

מ'רעדט פון פרנסה ביים היימישן עולם, איז דער ענטפער "רבנים", מ'רעדט פון חינוך, איז דער ענטפער רבנים צו מנהלים וכדו', לעצטענס איז געווען א לעבעדיגער שמועס דא אויפ'ן וועלטל בנוגע לעבן סטאנדארטן בכלליות און חתונה מאכן בפרטיות איז דער ענטפער ביי מאנכע אויך געווען "מ"ברויך מאכן א "וועד" און די "רבנים און "עסקנים" ברויכן טוהן אינעם ענין, איצטערט עפענט מר. גרין א שמועס און ברענגט ארויס א לכאורה'דיגע פאקטישע נקודה איז דער ענטפער - נישט מער נישט ווייניגער - "אפאר ערנסטע יודן זאלן פלאצירן", מיי פרענד, אַר יָו סיריעס?! וויפיל איז דער שיעור זיך צו פאפן און זיך ווארימען אונטער נארישע - קינדישע אויסריידן?!? אפשר איז צייט זיך אליין צו פלאצירן? אפשר איז צייט אז מ'זאל אנהייבן טראכטן ווי אן ערוואקסענער מענטש און זיך ניכטערהייט פרעגן, קען איך זיך ערלויבן צו וואוינען דא אין די שטאט? אויב יא, כל הכבוד, געוואלדיג, אויב נישט מאכן אן החלטה און אוועקגיין! פשוט און פראסט, אין אידיש: זיך אוועקציען צו אן אנדערע געגנט! אה, און אויב מען וועט דיר פארהאלטן וועט דער ענטפער זיין, איך קען מער נישט! אדער עס לוינט מער נישט!

אויב 'זי' וויל נישט, אדער זענען דא אנדערע אמת'ע סיבות וואס קענען מעגליך אפהאלטן דאס זיך אוועקציען, איז דאס און נאר דאס דער תירוץ, נישט קיין רבנים, עסקנים, גוטע אידן, ערנסטע אידן וכדו'.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:23 pm
דורך ניק ניק
כרמי לערן אביסילע היסטאריע פון עם ישראל און ווערט געוואר אז ווען מ'טוט ציבורישע זאכן אויף די אייגענע האנט נישט דורך רבנים אדער ערפאהרענע עסקנים קען עס האבן גאר שווערע נאכפאלגן, דער באשעפער האט איינגעפירט א סיסטעם אויף די וועלט אז ס'איז דא פירערס און געפירטע אין יעדע הינזיכט ברוחניות ובגשמיות און אזוי מיז זיך עס פירן, כאטש פירער קענען אויך טוהן טעתים במזיד ובשוגג פארדעם ברויכען זיי געהאלטן ווערן אונטער פארגרעסערונג גלאז ווי דער חפץ חיים זאגט, אבער אזוי בלייבט עס.

בנוגע דיין קאמפיין צו אויפקלערן דעם עולם ארויסצומופן פון ווימ"ס איז שוין דא אנדערע אשכולות ואין כאן מקומו

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:32 pm
דורך יהיה כן
כ'לערן היסטאריע פון כלל ישראל, דאכציך אז ביז סקווערע שטעטל אדער לעיקוואד, איז נישט געווען אזא באגריף אז א שטעטל ווערט באשאפן דורך א רב אדער א עסקן
א שטעטל איז געווארן ווען אפאר הארעפאשנע אידעלעך האבן זיך באזעצט אויף א מקום, און אויפגענומען רבנים וכלי קודש
דאס איז אלס היסטאריע אויס....
און ווער ס'וויל באשולדיגן ווייטער די רבנים און 'עסקנים', זאל טאקע דא בלייבן זיצן, בבחינת ירעה עד שיסתאב.......

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:43 pm
דורך בערקא
יהי' דו רעדסט פון יוראפ! אוואר?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:46 pm
דורך יהיה כן
בערקא האט געשריבן:יהי' דו רעדסט פון יוראפ! אוואר?


נעוואדע
ניק ניק הייסט דאך מיר 'לערנען היסטאריע'.....

גראדע ווייסט אפשר איינער ווי אזוי 'בארא פארק' איז געווארן א שטאט? אדער 'מאנסי', אדער מאנטשעסטער, סטעמפארד הילל, גאלדערס גרין, לאס אנדזשעלעס, ועוד ועוד ועוד ועוד....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:43 pm
דורך ביבער היט
כרמי האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:מען ווארט נאר אפאר ערנסטע יודן זאלן פלאצירן ערגעץ דעם ציבור




אויב 'זי' וויל נישט, אדער זענען דא אנדערע אמת'ע סיבות וואס קענען מעגליך אפהאלטן דאס זיך אוועקציען, איז דאס און נאר דאס דער תירוץ, נישט קיין רבנים, עסקנים, גוטע אידן, ערנסטע אידן וכדו'.[/quote]


כרמי:

די כח פון א ערנסטער מענטש/רב /רבי וכו' איז זייער שטארק שאץ עס נישט אינטער אדרבה גיי פרעג דיר נאך ביי דיינע קרובים/ידידים/גיטע פריינד אין ארץ ישראל וויאזוי די כח הרבנים ואנשים חשובים האט דארט מצליח געווען צו נעמען דעם ציבור מיט די אלע גוטע תירוצים וואס די רעכסנט אויס און זיי צוזייעט און צושפרייט בכל רחבי הארץ

אמעריקאנע יידען ווארטן אויף דאס זעלבע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:13 pm
דורך שוועמל
green האט געשריבן:וואוינען אין וויליאמסבורג וועט בקרוב זיין אוממעגליך

האו עבאוד בארא פארק?