ניק ניק האט געשריבן:כרמי לערן אביסילע היסטאריע פון עם ישראל און ווערט געוואר אז ווען מ'טוט ציבורישע זאכן אויף די אייגענע האנט נישט דורך רבנים אדער ערפאהרענע עסקנים קען עס האבן גאר שווערע נאכפאלגן,
המממ, ווי הייב איך אן...
1) פארוואס ווען דו ברויכסט זיך אוועקציען פון א שטאט ווערט עס א "ציבור'ישע זאך"?
2) ווען א אינגערמאן ציעט זיך אוועק פון שטאט קיין מאנסי/ק"י/נייטרא/קאשוי ווערט דאס אנגערופן "אייגענע האנט"?
כ'גלייב אז דער תירוץ וועט דא זיין אז נישט פון דעם האסטו גערעדט נאר געמיינט האסטו דער נושא פון עפענען א נייער שטעטל, דארט בין איך מסכים צו דיר, דאס קען ווערן אנגערופן "ציבור'יש" אבער איך האב זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם, 'זאכליך' האט זיך אויסגעדריקט "לאמיר האפן אז דער עולם וועט קומען צום דעת ווי פריער און גיין פון ווילאמסבורג מיט גוטן... אויף וואס 'ביבער הוט' האט געמאכט א באמערקונג "די עולם איז שוין געקומען צום דעת, מען ווארט נאר אפאר ערנסטע יודן זאלן פלאצירן ערגעץ דעם ציבור" און אויף דעם ארויף האב איך צוגעלייגט מיין טענה.
אגב, פאר נייגער - פון היסטאריע אויס - וועלכע ציבור'ישע זאכן האבן געהאט "גאר שווערע נאכפאלגן"?
ניק ניק האט געשריבן:דער באשעפער האט איינגעפירט א סיסטעם אויף די וועלט אז ס'איז דא פירערס און געפירטע אין יעדע הינזיכט ברוחניות ובגשמיות און אזוי מיז זיך עס פירן
ניק טייערער, יא ס'איז דא פירערס, חשובע פירערס, ב"ה פאר דעם! אבער וואס מיינט "געפירטע"? געפירט אין מיין שפראך באדייט "זיך לאזן פירן", אנפרעגן דעם דעת תורה און טוהן ווי אזוי מ'האט גע'עצה'ט, אבער ווען אויף יעדע פראבלעם וואס קומט אונטער קומט מען מיט'ן פוילן עקסיוז אז "מ"ברויך צו טוהן, איז דאס שוין אוועקגעגאנגן פון "זיך לאזן פירן" קיין "זיך אנלייגן".
איך הער כסדר פון מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט ביי גוטע אידן כדת מה לעשות, און אסאך האבן גע'עצה'ט זיך אוועקצוציען פון שטאט און גיין וואוינען אין א פלאץ וואס איז רעאליסטיש אויסגעהאלטן, די פירערס זענען מסכים אז דו זאלסט זיך אוועקציען,
דו ברויכסט מסכים זיין.
ניק ניק האט געשריבן:בנוגע דיין קאמפיין צו אויפקלערן דעם עולם ארויסצומופן פון ווימ"ס איז שוין דא אנדערע אשכולות ואין כאן מקומו
כ'האב קיין קאמפיין, און ווי ערווענט, האט 'זאכליך' געריקט דעם שמועס, איך האב נאר אריינגעווארפן א הגה אין זיינע ווערטער.