בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:33 pm
דורך maybeeynot
"די קוגל וואס מען ברענגט פון די מאמע זאל בלייבן הייס"
אדער די פיש זאפט זאל בלייבן קאטשנוי
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:36 pm
דורך maybeeynot
טרעוולער האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן דעם אמת איך ווייס טאקע נישט פון שטעט וואס זענען שוואכער, אבער משלים פון נייע געגענטער וואס זענען אסאך שוואכער פון די אלטע געגענטער -מ'רעדט דא פון די זעלבע שטאט- קענסטו אליין זעהן.
ביטע גייט ארויס אויף א שפאציר אין אסאך נייע גאסן אין די היימישע שטעט קוקט דיך אום און דערנאך זאג מיר:
איז די לבוש ביי אנשים ונשים די זעלבע ?
איז די שפאצירן איש ואשתו די זעלבע איידל ?
איז די שפראך ענגליש אדער אידיש ?
איז די לבוש ביי קינדער דערקענבאר אז מ'איז שוין דריי יאר ?
אויף א קלענערע פארנעם קענט איר דאס זען אין די קאנטרי.
דאס איז שוין אין גרעסערע שטעט מיט זייערע פראבלעמען.
ומכ"ש אין נייע שטעטעליך וואס איז נישטא קיין שטארקע אויטאריטעט.
וואס דארט גייט פארקומען, ווייסט איין באשעפער.
איך האלט נישט אז דעס האט צוטוען מיט ניי אדער אלטע געגענט ס'איז פשוט די ירידת הדורות אין אלע הינזיכטן איך זע נישט אז אין אלט ווילי זאל די
יונגע דור גיין מער צניעות'דיג ווי אין ניי ווילי. סא פון דעם אויס קען מען נאך מאכן נייע געגענטער פארשטייט זיך מיט א שטארקע רוחנית'דיגע אויטאריטעט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:41 pm
דורך טרעוולער
אין ווילי קען טאקע זיין מ'דערקענקט נישט קיין חילוק.
אבער אין מאנסי/קרית יואל איז דא גאר א גרויסע חילוק, פרעגט אייך נאך.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:00 am
דורך לעיקוואד
צי ענטפערן מחותן'ס שאלה, דארף מען קודם פארשטיין וואס מיינט אידיש'קייט?
אויב מיינט עס גלייבן אין רבוש"ע און מקיים זיין תרי"ג מצות וכדו', געב א קוק אויף אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן אין קלענערע שטעט און זיי זענען גארנישט ערגער ווי די ניו יארק'ע, א דוגמא מאנטריאל, סאו פאלא, און עס איז שוין דא אפילו געווען אן אשכול איבער די חילוק פון א ב"פ מיט א וויליאמסבורג'ע אינגערמאן, די פנימות.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:00 am
דורך אנעים זמירות
פרום קען מען זיין אפילו אין א קליינע שטעטעל, אבער עכט חסיד'יש קען מען זיין בלויז דארט וואו מען האט א געהעריגע גרויסע קבוצה אייגענע. איינע פון די שטערקסטע אופנים וויאזוי יודישקייט און חסיד'ישקייט האלט זיך, איז ווען יעדער בלייבט דבוק במסורת אבותיו, און באופן וואס מען מוז דאווענען אין איין גרויסע שטיבעל, אדער שיקען קינדער לערנען אין איין גרויסע מוסד, קען מען דאס נישט געהעריג טוהן. אשר ע"כ איז לענ"ד דא פיהל בעסערע אויסזיכטען פאר ליטווישע יודען נישט צו פאלען פון זייערע חומרות אין א נייע קליינע שטעטעל, ווי פאר חסיד'ישע.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:16 am
דורך יוסף שרייבער
ויש גורסים להיפך.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:24 am
דורך הערליך
ויש גורסים להיפך בכל עת ועונה
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:35 am
דורך חיים ושלום
אנעים זמירות האט געשריבן:פרום קען מען זיין אפילו אין א קליינע שטעטעל, אבער עכט חסיד'יש קען מען זיין בלויז דארט וואו מען האט א געהעריגע גרויסע קבוצה אייגענע. איינע פון די שטערקסטע אופנים וויאזוי יודישקייט און חסיד'ישקייט האלט זיך, איז ווען יעדער בלייבט דבוק במסורת אבותיו, און באופן וואס מען מוז דאווענען אין איין גרויסע שטיבעל, אדער שיקען קינדער לערנען אין איין גרויסע מוסד, קען מען דאס נישט געהעריג טוהן. אשר ע"כ איז לענ"ד דא פיהל בעסערע אויסזיכטען פאר ליטווישע יודען נישט צו פאלען פון זייערע חומרות אין א נייע קליינע שטעטעל, ווי פאר חסיד'ישע.
א קליינע שטאט איז גאר גוט פאר א חסידישע יונגערמאן
ומאנטריאל יוכיח
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:30 am
דורך maybeeynot
איך מיין ס'בכלל נישט שייך קיין כלל אין דעים הכל לפי המקום ולפי האדם
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:51 pm
דורך שנאפס
הערליך האט געשריבן:ויש גורסים להיפך בכל עת ועונה
אייזן!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
איך בין מיט אנעים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:28 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך בין מיט אנעים.
נאטירט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:56 pm
דורך א איד אין גלות
אנעים רעדט פון "באופן וואס מען מוז דאווענען אין איין גרויסע שטיבעל", א בחינה פון א שטעטל וואס האט איין אוטאריטעט, מיינט ער אפשר סקווירא? איך קען נישט קיין אנדערע דוגמא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:06 pm
דורך בערקא
אנעים רעדט פו דער אלטערהיים 'שטא אין עמא ריקא אזאנס