'שמע מינה' - בר קמצא'ס וועג פון טראכטן און שפירן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:56 am

מתבונן האט געשריבן:פארוואס טאקע האט בר קמצא מחליט געווען מיט אזא פשטות, אז די רבנים האבן נישט מוחה געווען ווייל זיי זענען קעגן איהם? אפשר האבן זיי נישט מוחה געווען טאקע דערפאר ווייל זיי האבן מורא געהאט פונעם בעה"ב, און אז מוועט זיי ארויסווארפען אזוי ווי בר קמצא. ווי נישט ווי, איז מבואר קלאר אין די משנה וגמ' אין סוטה (מא.:) אז בזמן בית שני איז ליידער געווען אסאך חנופה, ווי די משנה פארציילט דארט ווי מען האט מחניף געווען אגריפס המלך, און די גמ' פארציילט דארט אויף די עונשים וואס קומט זיך פאר חנופה. איז קען דאך טאקע זיין אז די רבנים האבן ליידער מחניף געווען דעם בעה"ב און דערפאר האבן זיי זיך נישט אנגענומען פאר בר קמצא'ן?


נעכטן האב איך געזעהן ווי די מהרש"א שטעלט זיך אויף דעם און טענה'ט אז טאקע מעגליך אז די רבנים האבן זיך געוואלט חנפנען.

וז"ל, איכא למימר מה שלא מיחו מפני שלא היה בידם למחות, ואפשר שעשו כן כי החנופה היא שגברה באותו הדור כמ"ש בסוטה על אגריפס המלך, עכ"ל.

די מהרש"א גייט נישט אריין פארוואס טאקע איז דאס נישט איינגעפאלען פאר בר קמצא'ן, אבער פארט מעגליך אז דאס איז געווען די כוונה פון די רבנים.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:01 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:כ'בין נישט איבערגעצייגט, אז דאס איז פארלאפען, און צו עס וואלט געווען אזוי ביי מיר,


אדרבה פראביר עס אויס. איך גלייב אז פארשידענע מענטשן גייען האבן פארשידענע געפילן ביי דעם. מעגליך אז דיין מושכל ראשון וועט אפילו נישט זיין ווי בר קמצא אז יעדער איז קעגען דיר.

אויב דו פראבירסט עס אויס, לאז וויסן פארן עולם דיינע תוצאות.

נשמה האט געשריבן:מתבוננ'ס ארטיקל האט מיר געשטעלט אויפן ריכטיגן בליק. אז, יא, ס'קען זיין אז יענער האט נישט געוואוסט.


והיה זה שכרי אז כהאב געקענעט אויפרעכטן נאך א יוד.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:21 am

מתבונן האט געשריבן:שמע מינה – בר בר קמצא'ס וועג פון טראכטן און שפירן


יעדעס יאר לערן איך די גמ' אין גיטין מיט די מעשה פון קמצא ובר בר קמצא אין תשעה באב, כמנהג בתפוצות ישראל.

און דאס יאר אויך.

און יעדע יאר קומט אריין עפעס א נייע געדאנק, הגם עס שטייט אז מען זאל נישט לערנען בעיון, אבער ווי נישט ווי פאלט דאך עפעס ביי.

לערנענדיג דאס יאר די מעשה פון בר קמצא, האב איך מיך אפגעשטעלט גלייך אין אנהויב נייגעריגערהייט.

דער בעה"ב האט אן רחמנות ארויסגעפווארפען דעם בר קמצא בשעת אלע רבנים זענען דארט געזעצן און גארנישט געזאגט. זעענדיג דאס האט בר קמצא מחליט געווען ביי זיך אין גרויס כעס און ערגערניש, 'הואיל ויתבי והו יתבי רבנן ולא מחו ביה, שמע מינה קא ניחה להו. איזיל איכול בהו קורצה בי מלכא!'

איבערגעטייטשט. וויבאל אלע רבנים זענען דא געזעצן און זיי האבן נישט מוחה געווען, איז א ראיה אז זיי האלטן אויך ווי דער בעה"ב, אז מען דארף מיך פארשעמען, און סקומט זיך מיר מזאל מיך פארשעמען. נו נו, איך וועל נקמה נעמען פאר דעם, איך גיי שוין מלשין זייין אויף זיי, זיי וועלן האבן צו הערן פון מיר!

בר קמצא האט דא פארשטאנען צוויי שטארקע הנחות.
א. אז אויב די רבנים וואלטן געווען אויף זיין זייט און איהם געוויזן די חיזוק און סאפארט, וואלט נישט געווען די ווייטאג אזוי שטארק. דער בעה"ב האט מיך טאקע שטארק פארשעמט, אבער לכה"פ איז דער עולם אויף מיין זייט, און די ווייטאג איז נישט אזוי געפערליך. פאר דעם דארף מען נאכנישט גיין מלשין זיין. אבער היות די רבנים האבן נישט מוחה געווען, איז דאס א ראיה אז זיי זענען נישט אויף זיין זייט. נו אויף דעם דארף איך מיך אננעמען אויף מיין כבוד.
ב. עס מוז זיין אז די רבנים האבן קלאר געהאט די שטארקייט מוחה צו זיין אויפן בעה"ב, ווייל אויב זיי וואלטן נישט געהאט די שטארקייט, איז דאך נישטא קיין ראיה אז זיי זענען נישט אויף זיין זייט, זיי האבן נישט מוחה ווייל זיי זענען נישט גענוג שטארק צו גיין קעגען דעם שטארקען בעה"ב. אבער ניין, די רבנים האבן זיכער געקענט אויב זיי ווילן, און די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי האבן דאס נישט געטון איז ווייל זיי זענען אויך קעגן איהם.

שטעלט זיך דא די שאלה, פארוואס טאקע האט בר קמצא מחליט געווען מיט אזא פשטות, אז די רבנים האבן נישט מוחה געווען ווייל זיי זענען קעגן איהם? אפשר האבן זיי נישט מוחה געווען טאקע דערפאר ווייל זיי האבן מורא געהאט פונעם בעה"ב, און אז מוועט זיי ארויסווארפען אזוי ווי בר קמצא. ווי נישט ווי, איז מבואר קלאר אין די משנה וגמ' אין סוטה (מא.:) אז בזמן בית שני איז ליידער געווען אסאך חנופה, ווי די משנה פארציילט דארט ווי מען האט מחניף געווען אגריפס המלך, און די גמ' פארציילט דארט אויף די עונשים וואס קומט זיך פאר חנופה. איז קען דאך טאקע זיין אז די רבנים האבן ליידער מחניף געווען דעם בעה"ב און דערפאר האבן זיי זיך נישט אנגענומען פאר בר קמצא'ן? אוודאי דער אינסטינקט פון א מענטש איז צו ווערן זייער באליידיגט ווען קיינער נעמט זיך נישט אן. אבער דא האט די גמ' גענומען די עקסטערע פאר ווערטער, וואס איז אייגענטליך א שטארקע יסוד בתורת הנפש, אז נישט די עצם זאך וואס האט פאסירט מצד דער בעה"ב וואס האט איהם פארשעמט, דאס האט גורם געווען זיין כעס און די נאכפאלגענדע קאנסיקווענצען, נאר דיירעקט דאס אז די רבנים האבן נישט מוחה געווען, וואס פון דעם איז א שטארקע ראיה אז זיי זענען אויך קעגן איהם. אבער פארוואס איז די נאטירליכע געפיל פון בר קמצא געלאפן אז די רבנים זענען קלאר יא גענוג שטארק ביי זיך מוחה צו זיין קעגן די בעה"ב?

ת"ב ביינאכט נאך איכה האב איך פראבירט צו מאכן שטיקל שמועס דערפון מיט מיינע שכנים וואס זיצן לעבן מיר אין ביהמ"ד. געווען אזאנע וואס האבן פראבירט צו ענפערן מיט שכל. אויב בר קמצא איז אזא תקיף אז ער קען זיך בעטן בפני כל הקהל אז מזאל איהם צורולאזן, און ווי אויך די גאנצע איבערקערענישט וואס ער האט געמאכט נאכדעם, מוז זיין אז עפעס קאנפידענס האט ער געהאט אין זיך, און ממילא האט ער אנגענומען פאר א דבר פשוט אז די רבנים האבן אויך גענוג שטארקייט און קאנפעדענס.

אבער איך האב מיך נישט באגניגענט מיט דעם. פון מיין ערפארונג ווייס איך, אז בדרך כלל ווען מענטשן מאכן החלטות אין לעבן, איז דאס לויט וויאזוי עס זעהט זיי אויס מער 'גלאטיג' און ווייניגער צומישט. מענטשן האבן נישט ליב אריינצוגיין אין טערעטאריע ווי מען גייט זיך אנטרעפן אין א 'דעד-ענד'. איך בין געווען משוכנע אז טראכטן אז די רבנים זענען שוואך, וואלט געמאכט בר קמצא מער צומישט אין לעבן. איך האב אבער דאס געוואלט מיטטלעבן אין זעהן וויאזוי דאס זעהט אויס, און זעהן אויב איך בין גערעכט.

האב איך געבעטן איינער פון מיינע שכנים אויב זיי ווילן וואלאנטירן און אויסשפילן 'בר קמצא' און זעהן וואס עס פאסירט אין זיין אינערליכע וועלט אויב איז ער מחליט די אנדערע וועג. מיצולעבן אזא מיטלעבעניש איז אנדערש ווי סתם שפעקעלירן אין שכל אייגענע השערות.

צווי חברה האבן זיך איינגעגעבן, און די שפיל האט זיך אנגעהויבן.

איך האב גענומען איינעם אויף אמאל, אבער מער ווייניגער איז די אויספיר געווען די זעלבע, ממילא איז נישט וויכטיג איבערצוגיין ביידע.

איך האב אנגעהויבן אריין צוברענגען אונזער 'בר קמצא' – פארשטייט זיך בדמיון – אינעם אטריום זאל ווי ס'איז אנגעפילט מיט מענטשן פון וואנט צו וואנט, ווען אין פארענט איז דא א אויבענאן פון דריי שטאק פון אלע רבנים פון מאנסי. דו שלעפסט דיך ארויף די שטיגען מלא התרגשות אז דו האסט געהאט די כבוד צו ווערן איינגעליידענט צו דעם גאר מאכטפולען סעודה, בשעת דו ווייסט טיף אין הארץ אז דו ביזט נישט אזוי 'איינס צו איינס' מיט דעם בעל הסעודה, העכסטענס טראכסטו צו דיר, אז דאס א מעגליכקייט פאר די בעה"ב צו מאכן שלום מיט דיר.

אבער דיין פרייד האלט נישט אן צו לאנג. ווי נאר דו טרעסט איבער דעם שוועל, זעהסטו גלייך אז ס'טויג נישט. דער בעה"ב ווערט רויט פון כעס און נעמט זיך שרייען אויף דיר מיט קולי קולות: 'טראג אפ פון דא! ווער האט דיר גערופן דו שטינקער איינער! גיי! שוין!'

דו פראבירסט זיך אביסל צו אריאנטירן נאך אזא שאק, און דו פאנגסט זיך אן צו בעטן, 'ביטע לאז מיר דא פארשעם מיך נישט, איך צאל דיר אויס די זאל. פליז שיק מיך נישט ארויס!' און דו פילסט דיך דערשטיקט פון טרערן, און דו ציטערסט אז דו זאלסט נישט אויספלאצען אין א געוויין בפני כל העדה.

אבער דער בעה"ב דער אכזר לאזט נישט נאך, 'גיי דיר שוין ארויס פון דא, שנעלער! גיי נישט ווי א באמאכטער!'

ס'איז שא שטיל אין זאל. קיינער גיט נישט ארויס קיין 'מוק' פון מויל.

און דו גייסט ארויס בפחי נפש.

יעצט פרעג איך אונזער בר קמצא, 'איז וואס איז דיין נאטירליכע ריאקציע צו דעם מעשה בשעת דו גייסט אראפ די טרעפ צום פארקינג לאט?'

פארשטייט זיך אז בר קמצא זאגט, אז די כעס ברענט, 'אלע רבנים זענען דארט געזעצן, און קיינער זאגט נישט קיין ווארט, איך בין עפעס א שטינקער? יעדער איז קעגן מיר, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיר. רשעים וואס זיי זענען. איך גיי זיי יעצט ווייזען וואס איך קען!'

אקעי. יעצט האב איך געבעטן הרב בר קמצא, 'פארגעס וואס דו האט יעצט געטראכט, און אנשטאטס דעם באמערק ווי ס'לויפט דיר דורך אזא איינפאל. הממ, דאס וואס די רבנים האבן נישט מוחה געווען איז פשוט געווען ווייל זיי האבן מורא זיך אנצוהביין מיט דעם פארשוין, און וועגן דעם האבן זיי זיך נישט אנגענומען פאר דיר. אבער באמת פילן די רבנים אזוי מיט מיט דיין צער אז ס'איז נישט צום באשרייבן'.

'וואס פאסירט אין דיר ווען דו זעהסט דיך אזוי טראכטן?'

'הממ', טראכט בר קמצא צו זיך, 'ספילט זיך זייער גוט, ס'מאכט טאקע מער סענס אז דאס איז ריכטיג, קען טאקע זיין אז זיי זענען טאקע אויף מיין זייט'.

'אקעי', זאג איך איהם,' יעצט גיי ווייטער אראפ די שטיגען, און גיי אריין אין פארקינג לאט, און גיי אריין אין דיין קאר און פאר אהיים, וויאזוי פילסטו יעצט בשעת דו טראכסט איבער די מעשה ביי דיר אין קאפ?'

'נעעעע, עפעס טויג נישט דא', גיט ער א מאך מיט די הענט, 'וואס גייט דא פאר, די רבנים קענען טאקע נישט האבן די שטארקייט און גיין ע"פ תורה און זאגן וואס איז ריכטיג און אויסגעהאלטן? וואספארא רבנים האביך דא? זיי זענען נישט ווערט מער ווי א 'פושקע סארדינס', איך קען מיך אויף זיי נישט פאלאזען אדער טראסטען'.

בר קמצא דערזעהט זיך דא פלוצלינג מיט אומטראסבארע רבנים. יא זיי זענען טאקע אויף זיין זייט, אבער מיט וועמען גיי איך דא צום טיש?

און בר קמצא גיט א פיר אויס,'פארטיג, איך גיי מיר מיין וועג, איך האב מער נישט צוטין מיט אזלעכע מיני רבנים, זייטס מיר אלע געזונט'.

איך האב פארשטאנען פון בר קמצא אז ער האלט באמת אז ער קען זיך גיין זיין וועג אליין אן קיינעמס דיעות. האב איך געוואלט זעהן וויאזוי ער גייט דאס במציאות מאכן.

'בר קמצא, זאג פאר די רבנים אפען און גראב, איך דארף ענק נישט האבן, איך קען לעבן אליינס'.

עמ..עמ... דאס האט זיך בר קמצא גענומען שטאפלען, 'ניין איך קען עס נישט זאגען. איך קען נישט לעבן אליינס, איך דארף א רבי וואס זאל מיר קענען זאגען וואס צו טון'.

'אהא, איז זאג פאר די רבנים אז דו גייסט טאקע יא נאכגיין זייערע פיסטריט'.

'ניין!' דאס קען איך אויך נישט זאגן, ווי קען איך זיי טראסטן?'

'איז וואס גייסטו טון יעצט?'

'איך ווייס נישט', זאגט בר קמצא, 'איך בלייב צומישט און צוחישט. איך ווייס נישט ווי צו גיין. אקעי בלית ברירה וועל איך מוזן אוועקוקען און זיך פארלאזן אויף זיי בלינדערהייט'.

'פיין' זאג איך איהם, 'איך וויל דו זאלסט דיך זעהן מארגען ווי דו האסט א סכסוך מיט יענעם פון 10000 שקלים, ווי גייסטו?'

'אוי וויי רבש"ע, ווי גיי איך טאקע, איך טראסט זיי נישט מיט קיין געלט'.

בר קמצא'ס מאגען האט זיך ממש במציאוות אנגעהויבן דרייען.

מיין אנדער בר קמצא האט ביי דעם שטאפעל שוין אנגעהויבן מולמעלען, 'שוין איך גיי שוין בעסער צו די רומיים!'

ביי דעם שטאפעל האב איך צירוק דערמאנט פאר בר קמצא וואס זיין ערשטע החלטה איז געווען, אז די רבנים האבן עכט יא שטארקייט, נאר זיי זענען קעגן איהם, 'ביי דעם החלטה איז אויך דא דיין צומישעניש אויף די רבנים?'

'ניין', ענפערט ער, 'אלעס איז קלאר, די רבנים האבן שטארקייט, ממילא זענען זיי קעגען מיר און איך גיי נקמה נעמען. אבער ווארט א מינוט, סדאך אבער נישט אמת, די רבנים זענען עכט יא מיט מיר, זיי האבן פשוט נישט די שטארקייט, דאס איז סאך מער מסתבר, אבער איך האב נישט ווי צו גיין, איך וועל העכצענס מוזן גיין פאר הילף מסדר צו זיין מיינע צומישענישן. מתבונן העלף מיר! ס'איז א דעד-ענד!'

איך האב אויפגעוועקט בר קמצא פון זיין שפיל און איך האב מיך באדאנקט פאר איהם. אלזא עס איז מיר שוין זייער קלאר, די סיבה וואס האט מעגליך געטריבן דעם עכטען בר קמצא צו מאכן זיין החלטה אז די רבנים האבן באמת יא די שטארקייט מוחה צו זיין, נאר זיי ווילן נישט ווייל זיי זענען קעגן איהם. מחליט זיין אז די רבנים זענען נישט גענוג שטארק, ברענגט ארויף אסאך אומזיכערקייטן, ספיקות און צומישענישען אין לעבן, ענדערש מאכן א 'שמע מינה' און גיין די 'גראדע' וועג.

אבער דער 'שמע מינה' האט געקאסט א טייערע פרייז.

דאס לעבן איז סיי וויי חרוב געווארען אויף אייביג מיטן חרוב מאכן דעם בית המקדש.

איז וועלכע צומישעניש לוינט זיך ענדערש.

* * *

מיר אלע מאכן אזענע מיני 'שמע מינה'ס' אין לעבן.

'יעדער האט מיך פיינט געהאט, מיין טאטע האט מיר כסדר קריטיקירט, 'ווייל איך בין דער משוגענער פון שטאט', קיין אנדערע הסבר איז דאך נישטא. אויב מען קריטיקירט מיר, שמע מינה, אז איך בין טאקע דער משוגענער'. פארוואס זאל איך נישט זיין דעפרעסט אויב קיינער האט מיך נישט ליב און קיינער דארף מיך נישט.'

אבער טראכט אריין, מיטן מאכן דעם שמע מינה, ביזטו מחליט אז דאס איז אמת, און דו ביזט טאקע משוגע, דיין מלמד אדער חבר האט די פילע מאכט און שטארקייט צו קובע זיין וואס דו ביזט.

אבער וואס איז אויב דו ביזט מחליט אז ליידער האט דיין מלמד אדער חבר, נישט געהאט אזעלכע פיינע מידות, אדער שוואך פאר זיך אליין נישט האבענדיג קאנטראל אויף זיך אליין, אבער דו אליינס ביזט א לויטערע טייערע נשמה, נארמאל ווי ביז גאר, פיל מיט טאלאנטען וואס ווארטען ארויסצוקמען.

דעמאלטס...

אוי וויי....

דעמאלטס, בלייב איך אליינס, צומישט, ווער סאפארט מיך? ווער זעהט מיר אלטס א מענטש? וועמען זאל איך טראסטען? וכו' וכו'

איז שוין באלד בעסער צו מחליט זיין אז מיין מלמד / חבר ווייסט וואס ער רעד! ער איז א שטארקע דורכגעטראכטע מענטש, און ער פארשטייט אז מיך טאר מען נישט ליב האבן. אפילו דאס מאכט מיר דעפרעסט און אנגעצויגען און מער צומישט אין לעבן.

אבער דעפרעסט און צומישט בלייב איך סייווי. דאס איז מיין אייגענע חורבן.

איז וועלעכע צומישקייט לוינט זיך ענדערשער?

מענטשעלע טרעף דיין אייגענע זיכערקייט אין דיר אליין. יעדער האט חסרונות, און דו אויך. דער רבש"ע האט די שטארקייט צו זאגען ווער דו ביזט עכט. ער קוקט דיר אן. ער היט דיר. ער האט דיר זייער ליב. די ביזט סעיף!



זעסט א צוויי יעריג קינד צילט אויף דיר מיט א גאן ח"ו
עכּ"ז ער א גארנישט.איז עס אבּער נישׁט רעלעטיוו אין דעם פאל

די האלאקאסט זיך אנגעהויבּן דורך דאינגרעידען דעם איד ווירדע

לאור האמור 'די בּלויזע חיצוניות פּאסירונג דארטן איז א שאדן מיט סכּנות
אפולי ווייל חנופה/מורא/רע_בּנים

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:21 am

שומר פיו, אויב פארשטיי איך גוט וואס דו מיינסט צו פרעגן, איז די תשובה אזוי,
ריכטיג ווען א צוויי יעריג קינד שטייט מיט א גאן, מאכט מען נישט קיין חשבונות, נאר מען דארף טון למעשה. דא איז נישט דער בעה"ב געשטאנען מיט א גאן, נאר מבייש געווען א יוד ברבים. ביים האלאקאוסט האבן די נאציס ימ"ש טאקע דיגרעידעד די יודען דורך פראפאגאנדע אז די יודן זענען נישט ווערד, און די המון עם איז געווארן היפנאטייזד דערפון. אבער א מענטש וואס גייט צו דערצו מיט ישוב הדעת קען זעהן די לכערלעכקייט דערפון, ער ווערט נישט פאלוירן פון די אלט שטותים, און ווערט נישט היפנטייזד און איבערגענומען דערפון (ס'איז בכלל נישט גרינג, אבער מיט שטארקע ישוב הדעת קען מען). נאר וואדען, רוב מענטשן לעבן נישט מיט אזא ישוב הדעת, און דאס ברענגט צו אז ווען מען איז אין לחץ, טייטשט עס מען עס אפ אויף א געוויסע וועג, און דערנאך ווערט מען פארלוירן פאר דעם אז דאס איז די 'אמת'ע ריאלעטעיט', וואס אין אמת'ן אריין מוז דאס נישט זיין די אמת'ע ריאלעטעיט, נאר סתם אז ס'טוט וויי און נישט מער.

ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, זאגט טאקע דער מהרש"א דארט אויפן פלאץ, אז בר קמצא וועלט ווען געקענט מאכן דעם חשבון אז די רבנים האבן זיך געוואלט חנפ'נען.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » מאנטאג אפריל 27, 2015 4:44 pm

דא איז נישט דער בעה"ב געשטאנען מיט א גאן, נאר מבייש געווען א יוד ברבים. זאגט ??איר

סאיז היינו הך, כמדומה לי ,אויף מבזה ברבים דא ד חזל מה לי קטליה פלגיה,,,,
א בחינה ווי לשהר ,מוציא שם רע ,זיי טיען אפ די רעפוטאציע שאדן דעמעזשדען זיין קרעדיט מעגליך פערמענאנט &מיט אירע פינאמציעלע אין געזעלשאפטליכע נאכווייען ,אימאפהענגיק זיין ישוב הדעת ,
נאך דערצי דא פארהאן , פין מדשתקי רבנן שמע מינה,,,,,,,,,,י first impression,,

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:57 pm

ר' שומר, איר זענט גערעכט, בארעדן א מענטש מיט לה"ר ומוציא שם רע קען טאקע הרגענען די קרעדיט פון א מענטש און מאכן זיין ערך קלענער. דאס איז אבער נישט דער שמועס דא. א געפיל האט אלעמאל צוטון וויאזוי מען טייטשט עס אפ, און 'ווי ווייט' מען טייטשט עס אפ. דא איז די נידון, אויף ווי ווייט ס'איז געגאנגען אז ס'האט גורם געווען חורבן ביהמ"ק. אויב איז ער מבויש געווארן ברבים, און זיין קרעדיט וואלט געהארגעט געווארן ברבים, אבער ער וואלט נישט באקומען די געפיל אז די רבנים זענען 'אויך' קעגען איהם, וואלט עס נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי גורם זיין חורבן ביהמ"ק. אבער היות אז עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז ער האט פארשטאנען 'שמע מינה' אז די רבנים זענען אויך קעגן מיר, דאס האט גורם געווען חורבן ביהמ"ק.
ודו"ק והבן.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג יולי 20, 2015 9:30 pm

ארויפגעברענגט לכבוד די ניין טעג.
ויה"ר שיהפכו אלו הימים לששון ולשמחה, און זאלן מיר זיך אלע האלטן באחדות איינער מיטן צווייטן, און מקרב זיין די גאולה שלימה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:54 pm

נאך א יאר פאראיבער און מיר ליידן נאך אלס פון בר קמצא'ס וועג פון טראכטן. ויה"ר שיהפכו ימים אלו מיגון לשמחה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 1:19 pm

דא האט איר נאך א דוגמא ווי אזוי מען קען לערנען די גמרא אויף צוויי וועגן....
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 7%A6%D7%90

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג יולי 31, 2017 1:45 pm

יא דאס יאר מוז מען ווידער לערנען די מעשה אין גלות, ויה"ר שנזכה לבנין ביהמ"ק במהרה ב"א

חכם צבי
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

כך למד הרב אליהו לאפיאן זצ"ל פשט בגמרא - דברי ר' שלום שוואדראן זצ"ל מספר דורש טוב

תגובהדורך חכם צבי » מאנטאג יולי 31, 2017 3:42 pm

״אמר רבי יוחנן: מאי דכתיב )משלי כח, יד(: ׳אַשְׁרֵי אָדָם מְפַחֵד תָּמִיד וּמַקְשֶׁה לִבּוֹ יִפּוֹל בְּרָעָה׳? – אקמצא ובר קמצא חרוב ירושלים״ )גיטין נה:(. כוונת חז"ל היא,
שמעשה קמצא ובר קמצא היה ה"מכה בפטיש" שהוביל לחורבן הנורא. שהרי יש סוגיות גדולות וערוכות למה חרבה ירושלים, אלא שה"מכה בפטיש"
היה הסיפור עם קמצא ובר קמצא.
לפי המבט שלנו על הסיפור, מתעוררת בקרבנו תרעומת גדולה על בעל הסעודה. למה אתה צריך להתעקש כל כך? אדם מוכן לשלם לך את דמי כל
הסעודה. מדוע אתה מסרב? סירובו העקשני גובל בטיפשות וברשעות גם יחד. מגיע לו, לבעל הבית – כך נראה לנו – סטירה גדולה... אבל אמר הרב׳ה שלי, רבי
אליהו לופיאן זצ״ל, ואני חוזר על המילים שלו: ״אילו אני הייתי שם, הייתי נותן את הסטירה הגדולה דווקא לבר קמצא! הוא רשע מרושע!״
מהו המשפט הראשון שבר קמצא הוציא מהפה לאחר שהוצא מהסעודה? מספרת הגמרא: ״אמר: הואיל והוו יתבי רבנן ולא מחו ביה – שמע מינה קא ניחא להו".
המשפט הראשון שלו היה: ״הרבנים אשמים!״... זהו המשפט המרכזי של כל הרשעים והשפלים: ״הרבנים אשמים בכל הצרות״...
טוב, בסדר! מצאת את האשמים, הרבנים. אז מה אתה עושה עם זה? הולך ומלשין על כל היהודים בפני הקיסר?! השתגעת? הרי אתה יודע היטב שבמוצא פיך
"מרדו בך יהודאי" הנך חורץ את גורלם של כל אחיך למיתה! אתה מודע לכך שאיש לא יוכל להינצל מידיו של המלך! רשע מרושע ממש! הלא כן? אין אפוא כל פלא שרבנן לא מחו על גירושו של בר קמצא מהמקום. סופו הוכיח על תחילתו שהוא אדם שפל שבשפלים, רשע מרושע, שראוי להשליכו מן הסעודה ולא לשבת במחיצתו.
כמה גדול כוחה של בושה אף על פי כן ולמרות כל זאת, סיים ר׳ אליהו, הבה ונראה מה אומרת הגמרא שלושה דפים אחר כך )שם נז.(, נורא נוראות! ׳׳תניא, אמר רבי אלעזר: בוא וראה כמה גדול כוחה של בושה, שהרי סייע הקב"ה את בר קמצא, והחריב את ביתו ושרף את היכלו". בר קמצא השפל, הרשע, זכה לסייעתא דשמיא! הקב׳׳ה סייע לו להחריב
את ביתו ולשרוף את היכלו! כאן נשאלת השאלה: אם בר קמצא היה רשע גדול כל כך, מדוע הוא זכה לסייעתא דשמיא? הרי אדם כזה באמת ראוי לבייש!
ראוי לעשות לו אף יותר מזה! מדוע נענשו ישראל על שביישו אותו ופגעו בכבודו?
רבותיי! תשמעו היטב-היטב. כתוב כאן יסוד נורא! אוהו! החפץ חיים זצ"ל מביא בספרו ״שמירת הלשון״ )כלל י סעיף ג( יסוד גדול בדין תוכחה: "רק מי שבעצמו
נקי מהעוון שעליו הוא מוכיח את זולתו ראוי ויכול להוכיח, אבל אם הוא נגוע בעצמו באותו עוון אסור לו להוכיח את זולתו. ואם יוכיח אותו – ייענש על
כך כאילו הוכיח אדם צדיק, וכאילו ציער, בייש ופגע בחינם באדם צדיק". נכון, בר קמצא היה רשע מרושע, הייתה לו שנאת חינם לרבנים, הייתה לו גם שנאת חינם
לעם ישראל כפי שהוכיח סופו על תחילתו, אבל מאחר שעם ישראל כולו היה נגוע בחטא זה של שנאת חינם – לא הייתה להם רשות להוכיח את בר קמצא, לבייש
אותו ולפגוע בכבודו. היה אסור להם להסכים לגירושו מן הסעודה, גירוש שגרם לו לבושה ולצער, ומכיוון שהם התירו לעצמם לבייש אותו אף על פי שכאמור
גם הם בעצמם היו נגועים באי שמירה על כבוד הזולת, נענשו מן השמיים כאילו ביישו אדם צדיק. אוהבים את הממון אמרו חז״ל )יומא ט:(: ״מקדש ראשון מפני מה חרב? מפני
שלושה דברים שהיו בו: עבודה זרה וגילוי עריות ושפיכות דמים... אבל מקדש שני, שהיו עוסקים בתורה ובמצוות ובגמילות חסדים, מפני מה חרב? מפני שהייתה בו שנאת חינם. ללמדך ששקולה שנאת חינם כנגד שלוש עבירות: עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים׳׳. יתרה מכך, הגמרא שם מוסיפה ואומרת: "רבי יוחנן ורבי אלעזר דאמרי תרווייהו: ראשונים שנתגלה
עוונם – נתגלה קיצם, אחרונים שלא נתגלה עוונם – לא נתגלה קיצם"! הרי שעוון שנאת חינם חמור אף יותר מג׳ העבירות החמורות.
בירושלמי )יומא פרק א( יש כמה מילים נוספות, מרעישות, וזו לשונו: "מצאנו שלא חרב הבית בראשונה אלא שהיו עובדים כוכבים ומזלות ומגלי עריות ושופכים דמים. אבל בשני מכירים אנו אותם שהיו יגעים בתורה וזהירים במצוות ובמעשרות, וכל מידה טובה הייתה בהם, אלא שהיו אוהבים את הממון ושונאים אלו לאלו שנאת חינם. וקשה היא שנאת חינם שהיא שקולה כנגד עבודה זרה וגילוי עריות ושפיכות דמים״! ״אוהבים את הממון״ – כסף! "ושונאים אלו לאלו"! אומר ר' אליהו זצ״ל: לא כתוב "ושונאים זה לזה״, כתוב ״ושונאים אלו לאלו״. היו מפלגות-מפלגות. כל מפלגה שנאה את המפלגה השנייה. שררה ביניהם מחלוקת. זה אומר: "הכסף שלי" וזה אומר: "הכסף שלי". זהו שורש כל הרע: ״אוהבים את הממון״!
רבותיי, שומעים? כל אחד צריך לשמוע בשביל עצמו! לא בשביל אחרים! זהו יסוד המוסר, שכל אחד יפנים את הדברים לעצמו. לא לשמוע עבור אחרים...
יש בחורים שלומדים ארבע-חמש שנים בישיבה, וחושבים גם להמשיך ללמוד אחרי החתונה עוד כמה שנים בכולל, אבל אחר כך... ׳׳הרי אמרו עליי שאני כישרון גדול. אפתח חנות, אקים עסק, אעשה כסף... ובכסף", הוא ממשיך לטוות את החלום ולהרגיע את עצמו, ״אפתח ישיבה, אתרום לעולם התורה...״ הוא יפתח עם הכסף ישיבה? קדחת! ״אוהבים את הממון
ושונאים אלו לאלו״ – זה מה שיוצא מהכסף! הקב״ה שנותן לכולם – ייתן גם לך
אני נזכר שבישיבת כפר חסידים למד בחור שהגיע לגיל די מבוגר. הוא בא לפני המשגיח, רבי אליהו לופיאן זצ"ל, ואמר לו: ׳׳אני כבר לומד כך וכך שנים בישיבה. אני מרגיש שאני צריך לצאת קצת לעולם, לעשות חיים״. "לעשות חיים?׳׳ השיב כנגדו ר׳ אליהו, ״מי אמר לך שתחיה?״... ״אוי ואבוי״, הזדעק הבחור, ׳׳הרב מקלל אותי? הקב״ה, שנותן חיים לכולם, ייתן גם
לי״. "נו? ומה אתה מבקש ממני?" "אני רוצה להתחתן, להקים משפחה ו...״ רבי אליהו קטע אותו באמצע המשפט ושאל אותו: ״ומי אמר לך שתתחתן? ומי הבטיח לך שיהיו לך ילדים?״ ״רבי! שוב אתה מקלל אותי? הקב׳׳ה, שמחתן את כולם ונותן ילדים לכולם, ידאג גם לי". "ומהי שאלתך אליי?" ׳׳שאלתי היא: כיצד אפרנס אותם? אולי כדאי לי לעזוב את הישיבה כדי
ללמוד מקצוע, שאם לא כן, מי יפרנס את ילדיי?" נענה רבי אלהו ואמר לו: ״ישמעו אוזניך מה שפיך מדבר! אמרת בפיך כי הקב׳׳ה, שנותן חיים לכולם, ייתן גם לך. הקב׳׳ה, שמחתן את כולם, יחתן גם אותך. הקב׳׳ה, שנותן ילדים לכולם, ייתן גם לך. לתת חיים, אישה וילדים הוא יכול, ולתת לך חמש מאות לירות לחודש הוא לא יכול?!"
כל כך פשוט. הבה נתרחק מתאוות הממון ונהיה נעימים וטובים לכל אדם! נברך כל אדם בסבר פנים יפות! ניזהר בכבודם של בני אדם, שכולם יאהבו אותנו! כך נתקן את עוון שנאת החינם החמור יותר מג׳ העבירות החמורות, ונזכה לגאולה השלימה.
)דורש טוב על ימי בין המיצרים(

yalah
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מאנטאג יולי 31, 2017 4:16 pm

קען איינער עס פליז פליז פי די עפן?
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג יולי 31, 2017 5:12 pm

הערליכע געדאנק כבוד הרב מתבונן, גיבט אסאך חומר למחשבה.

להוסיף חטא על פשע איז באקאנט די ווערטל פונעם בדחן הרב דים (וי"א משמיה דהגה"ק מיארמע וקיילי וקיילי דברי......) אז ער האט קיינמאל באליידיגט א מענטש, קודם האט ער איהם געמאכט אויס מענטש און "דערנאך" (בניגון המקובל מר' לייבל בעל עגלה ולמעב"ק) האט ער איהם באליידיגט כמו שכתוב.

אבער לויט מתבונן'ס דערהער גייט עס אויף פארקערט אויכעט, ווען מען וויל זיך זעלבסט שפירן באליידיגט משום איזה סיבה מאכט מען יענעם פאר א גרויסן מענטש מיט מיינונגען און במזידס און דערנאך ווערט מען אליינס טיף באליידיגט ודוק

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 6:40 am

מתבונן עס קומט קומט זיך דיר הרב!
אזוי שיין מסביר געווען און אראפגעלייגט א מחשבה, נאכדערצו אזוי שיין מסביר געווען פון א גמרא ארויס,
ממש געוואלדיג!

גראדע ווען איך האב אזוי געלערנט די גמרא, האב איך געקלערט צו זאגן פשט אזוי, בע"כ מוז מען זאגן דער בר קמצא איז געווען יענע יונגאטש און אז די רבנים פון יענע דור וואס זענען געווען קדושים וטהורים און אונז האב'מיר נישט קיין השגה פון זייער גדלות און זיי זענען זיכער נישט געווען נושא פנים בדין, און אויב זיי האבן גארנישט געזאגט און מוחה געווען מוז מען זאגן אז ס'איז זיך אים פיין באקומען (והראי' קוק נאר וואס מער איז געגאנגען טוהן נאכדעם!, וואס זאגסטו צו דעם?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:12 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:גראדע ווען איך האב אזוי געלערנט די גמרא, האב איך געקלערט צו זאגן פשט אזוי, בע"כ מוז מען זאגן דער בר קמצא איז געווען יענע יונגאטש און אז די רבנים פון יענע דור וואס זענען געווען קדושים וטהורים און אונז האב'מיר נישט קיין השגה פון זייער גדלות און זיי זענען זיכער נישט געווען נושא פנים בדין, און אויב זיי האבן גארנישט געזאגט און מוחה געווען מוז מען זאגן אז ס'איז זיך אים פיין באקומען (והראי' קוק נאר וואס מער איז געגאנגען טוהן נאכדעם!, וואס זאגסטו צו דעם?

חכם צבי בשם הרב אליהו לאפיאן זצ"ל האט געשריבן:אין אפוא כל פלא שרבנן לא מחו על גירושו של בר קמצא מהמקום. סופו הוכיח על תחילתו שהוא אדם שפל שבשפלים, רשע מרושע, שראוי להשליכו מן הסעודה ולא לשבת במחיצתו.

ברוך שכוונת!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:55 pm

יענקעלע האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:גראדע ווען איך האב אזוי געלערנט די גמרא, האב איך געקלערט צו זאגן פשט אזוי, בע"כ מוז מען זאגן דער בר קמצא איז געווען יענע יונגאטש און אז די רבנים פון יענע דור וואס זענען געווען קדושים וטהורים און אונז האב'מיר נישט קיין השגה פון זייער גדלות און זיי זענען זיכער נישט געווען נושא פנים בדין, און אויב זיי האבן גארנישט געזאגט און מוחה געווען מוז מען זאגן אז ס'איז זיך אים פיין באקומען (והראי' קוק נאר וואס מער איז געגאנגען טוהן נאכדעם!, וואס זאגסטו צו דעם?

חכם צבי בשם הרב אליהו לאפיאן זצ"ל האט געשריבן:אין אפוא כל פלא שרבנן לא מחו על גירושו של בר קמצא מהמקום. סופו הוכיח על תחילתו שהוא אדם שפל שבשפלים, רשע מרושע, שראוי להשליכו מן הסעודה ולא לשבת במחיצתו.

ברוך שכוונת!

איך מיין מ'קען מער זאגן ברוך שהצצתי! ווי זאגט דער וועלט די זכרון איז א גנב!
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג יולי 13, 2018 4:10 pm

yalah האט געשריבן:קען איינער עס פליז פליז פי די עפן?

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מוצ"ש יולי 14, 2018 11:51 pm

וואס איז זיכער אז צו טראכטען גראד ווען די ביסט צומישט איז זיייער שווער,
וואס אבער א יעדער קען טוןצאין זאגען א גיט ווארט פאר א צווייטען,
מחזק זײן א צווייטען וועט עס העלפען אלעמען,
אהבת חינם איז וואס מיר דארפען פארמערען.
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג יולי 15, 2018 12:29 am

הרב מתבונן כמיין אז מברויך שטודירן קודם די מהלך המחשבה פון ב״ר קמצא און זיין פערסענאליטי צו פארשטיין פארוואס די אויפברויז איז געווען אזוי גרויס, ווארשיינליך רעדט מען פון יום זב מכובד איד און סאיז נישט מעגליך צו זיך משער זיין די בושה וואס האט האט ארומגענונען דע כדי כך ער איז געווען גרייט צו באצאלן תקלין חדתין צו דאס אפשטעלן
לפי ר׳ אליהו לאפיאן איז ער גאר געוען א מה יעשה׳ניק אבער צו פארשעמן א איד איז זייער הארב און דערפאר טייטלט די מהראש״א אויף די רבנים שלא מיחו

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מוצ"ש אוקטובער 27, 2018 11:43 pm

מתבונן איך ווייס נישט אויב די האסט געטראכט אז די ארטיקל וואס די האסט געשריבן אפאר יאר צוריק גייט נאך יעצט זיין אין די נייעס אבער די האסט געשריבן די ארטיקל פין ocd האב איך געזען איטער דיין אינטערשריפט קען מען לינקען, איך האב עס יעצט געליינט אין וואס זאל איך זאגען יעדע מינוט וואס די שרייבסט נישט איז א שאד איך מיין אז אייוועלט וואלט געדארפט דיר אנהייבען צאלן פארען שרייבען אפשער אזוי וועסטו שרייבן מער
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

Haklal
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:14 am

זייער קלוג האט געשריבן:מתבונן איך ווייס נישט אויב די האסט געטראכט אז די ארטיקל וואס די האסט געשריבן אפאר יאר צוריק גייט נאך יעצט זיין אין די נייעס אבער די האסט געשריבן די ארטיקל פין ocd האב איך געזען איטער דיין אינטערשריפט קען מען לינקען, איך האב עס יעצט געליינט אין וואס זאל איך זאגען יעדע מינוט וואס די שרייבסט נישט איז א שאד איך מיין אז אייוועלט וואלט געדארפט דיר אנהייבען צאלן פארען שרייבען אפשער אזוי וועסטו שרייבן מער

גא"מ

מילא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

תגובהדורך מילא » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:55 am

אדער יא האט געשריבן:
yalah האט געשריבן:קען איינער עס פליז פליז פי די עפן?


https://www.dropbox.com/s/ycr4ed5onkf4j ... F.pdf?dl=0

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:30 pm

זייער קלוג האט געשריבן:מתבונן איך ווייס נישט אויב די האסט געטראכט אז די ארטיקל וואס די האסט געשריבן אפאר יאר צוריק גייט נאך יעצט זיין אין די נייעס אבער די האסט געשריבן די ארטיקל פין ocd האב איך געזען איטער דיין אינטערשריפט קען מען לינקען, איך האב עס יעצט געליינט אין וואס זאל איך זאגען יעדע מינוט וואס די שרייבסט נישט איז א שאד איך מיין אז אייוועלט וואלט געדארפט דיר אנהייבען צאלן פארען שרייבען אפשער אזוי וועסטו שרייבן מער


ס'האט געדויערט צייט ביז איך האב געכאפט פון וועלכע OCD ארטיקל דו רעדסט. יעצט כאפ איך שוין.

בכל אופן אויב וואולסטו ליינען מער ארטיקלען פון מיר, קענסטע ליינען דעם המספיק גאזעט יעדן חודש. ס'איז שווער צו שרייבן אויף צוויי פלעצער. הצלחה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 5:03 pm

אינטער וועלכע פען נאמען שרייבסטו דארט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 7:02 pm

די ארטיקלען פון די סארנא רעוועלוציע
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private און 17 געסט