מר כוסעין טראגט אפ פון וואשיגטאן...!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:52 pm
שפייעכט'ס האבן גערינען פון די מיילער...מיליאנען מענטשן זענען געווען פארזאמעלט און זיך געווישט די טרערן פון די אויגען, פארזאמעלטע האבן זיך געציפט צו זעהן און זיכער מאכען אז די געשעהניש איז א רעאליטעט און קומט טאקע פאר, מענטשן האבן געהאט שאקירטע געזיכטער שטייענדיג געפלעפט און פארגאפט פארפרוירן און ציגענאגעלט מען האט געקענט זעהן עלטערע מענטשן אראפזיצענדיג און די וויעלטשעיר'ס זענען געווען איבערגענומען און פארוויינט מיט עמאציאנאלע בייזע פראגעס פארוואס זיי האבן נישט זוכה געווען צו אזעלכע צייטען ווען זיי זענען געווען יונג
ביים ריזן פלאטפארמע איז געשטאנען א ערנערגישער שלאנקער פיגור און זיך געווארפן וואו א לולב אריינשרייענדיג און די מייקרעפאון מיט א טעמפערישן ציהיצטקייט א באנעמענדע רעדע, געדעכטע אפלאמאדיסטן קולות און האנט קלאטשערייען דורך די מאסן וואס האבן געפאכעט מיט אמעריקאנע פענער האבן נישט אפגעהאלטען דעם רעדנער פון ארויסשיסען געגאסענע ברכות פארווארפנדיג גאלד און זילבער און ריזיגע בנינים און זעלבע צייט
זאל זיין וואספארא מענטש פרייליך צו פארמרה'ט מענטשן וואס האבן שוין געהאט און געדאנק זעלבסטמארד זענען אלע געשטאנען און געשלינגען די אויסדריקען ווי טראפענ'ס חיזוק ווערנדיג פרייליך צו די נייע געעפענטע טויערן פון א לעבן וואס מען קען נישט אויספאנטאזירן א אומבאשרייבליכע סאלידע פיוטשער און צוקונפט אהן קיין דאגות די מאסן האבן נישט געוויסט וויאזוי צו רעאגירן זיך רייסענדיג די האר פון קאפ מענטשן האבן שוין און דמיון פארמאגט אוצרות פון געלט וואס וואקסט פון די ערד ארויס און די טייערסטע אויטאס וואס וועלן פאלען פון הימעל
די מענגעס מענטשן האבן יובליאירט און געטאנצען פון די הויט צו די אויפשיין פון א נייע וועלט מיט נאר רייכע קאלירען עס האט אויסגעזעהן וואו די רעדנער איז פעהיג מיט זיין צויבערקראפט אריינצילייגן ביי יעדן און קאפ אז קיינער וועט נישט מער שטארבען און יעדער בלייבט געזונט און אלע שלעכט'ס ווערט עלימינירט און פארניכטעט די זוהן וועט בלייבען שיינען אינטערעסאנט טאקע אז ער האט עס נישט פארשפראכען ווייל און אזא מצב וואלט מען אים אלעס געגלייבט
העליקאפטערס און מידיא נעצן האבן זיך געפלאגט צו דעקן דעם אבנארמאלן פארזאמלונג און עס געשיקט צו די גאנצע וועלט און סאקונדעס דורך סאפיסטיקירטע קאנאלן אזוי אז און די גאנצע וועלט האט געשוועבט א כוואליע פון אומבאהערשנדע פרייד
איך שטעל מיר פאר אז די ליינער ביז אהער ציען מיט די אויגן ברעמען איבערן טעמע ביז אהער און וואס שלום אויש וויל דא אבער איר געדענקט אוודאי דו אויסנאמליכע קאמפיין וואס דער יונגער שווארצע סענעטער מר אבאמא יר''ה פון טשיקאגוי א פרישער שטערן דאן און פאליטיק האט געפירט: יעס ווי קען! איבערדרייענדיג פאקטן היסטאריע און טראדיציע מיט זיין לויזע מויל קראן
פארשפרעכנדיג פאר אמעריקאנער איינוואוינער צו ברענגען א בריק אריבערצימופן און א נייע וועלט'ס ערד קוגעל מיט ערד פון גאלד און הימל פון זילבער
דער יונג האט אבער אנדערש געטוהן גערעדט אסאך און געטוהן קנאפ {בעסער געזאגט זילטש} ער האט טאקע געברענגט א בריק...א שמוציגן ראסטיגן און שוואכן בריק נעמענדיג די אמעריקאנען פאוער און מאכט און איהר פארוואנדעלט און א אויסגעברענטן שוועבל מיט א איבערגעצויגענעם פלויט פון פ''נ אמעריקא
מיט א זאק פון תירוצים אויסריידען און ווייטאגליכע טענות מיטן באשילדיגטן פינגערל האט ער אוועקגעדרייט די אויגן פון פראבלעמען און זיכער געמאכט צו זיי באפיצען פון אינדרויסען דער איז שילדיג אויף דאס און יענער איז שילדיג אויף יענס פארשטייט זיך זיין פארגייער איז שילדיג און יעדן זאך וואס שפילט זיך אפ אויפן פאליטישען ארענע (אריינגערעכנט א פארשימעלטע קארפעט און איינע פון די שטיבער און ווייסען הויז...) אבער איך...איך בין א געניטער גאלף שפיעלער אין איך פיר אמעריקא מיט א קלוגן גאנג (אוודאי נאכנישט געווען אזעלכע גוטע צייטען קיינמאל)
ווען באשאר אל אסאד האט גענוצעט זאפאסן כעמישע וואפן קעגן זיינע לאנד געפלאגטע רעבעלן און אבאמא האט אראפגעשטעלט א רויטע ליניע....בפני כל עם ועדה איז דער אסאד געגאנגען און רוהיג אריבערגעשפרייזט, די רויטע ליניע גוטזאגערס האבן דאן געווארט פאר א פוירפל ליניע און דערנאך א ליכטיג קאלירטן פינקע ליניע ווענדט זיך וויפיל מאל אסאד וועט אריינפייפען און אבאמא
ער איז געשטאנן אונעם ווייסען הויז און גארנישט רעאגירט
זיין שטאב האט צוגעלאזט אן אמבעסאדאר און ליביע וואס האט געוויינט אז ער מיז האבן נאך זיכערהייט מיליטאנטן אז ער זאל ווערן צושטאכן און אומגעברענגט מיט נאך אמעריקאנע באאמטע
מען האט געדארפט האבן ערשטע הילף און קרעמלין פשוט צו דערמונטערן וולאדימיר פוטין זיך דערשטיקענדיג פון אזויפיל לאכן ער האט איבערגענומען די וועלטס מאכט און האט זיכער געמאכט אז אבאמא זאל זיין די חוזק און די לענג און אין די ברייט פוטין מיט זיין ווילדע רוסישע קאפ טוט וואס זיין הארץ באגערט און פארדאמונגען און דראענדע רעדעס צורייסט ער און ער סארטירט עס און מיסט קאסטן
נאכאנאנד וואקסן ארויס דיקטאטורן און מאדנע פירער וואס איבערן גלאוב זייען זיי אהן אנגסט און אונזער שטאלצער פארעך און רעדנער ווערט וואו פארשטומט זיך אריינשטופענדיג און די געהיימע צימערן אונעם ווייסן הויז, אויסער ווען מען מאכט עפעס וואס זייי רופן סאנקציעס שפרינגט ער צו צים פרעסע צימער עס אויסשרייענדיג וואו א וואנזיניגער מיט פריייד, אבער אנטשילידגט מר. אבאמא אויף אייערע סאנקציעס געפונען זיך שוין קארן פעלדער און מען לאכט זיך אויס דערפון, און איראק איז שוין די געלעכטער פארוואנדעלט און א געוויין די ברוטאלע אייסיס גרופע מארשירט פאראויס אויסרייסענדיג די איראקע כוחות ביזן פונדאמענט ווידער טייטלט מען אויפן פרעזידענט אז זיין ארויסציען אזוי פרי די סאלדאטן און איראק האבן דאס צוגעברענגט צוליב די שוואכע טרענירונג און פראקטיצורונגען וואס די איראקע קינדער שפיל סאלדאטן האבן געהאט
נאך א איבערשפיל פון אומקאמפעטענטס איז די קריזיס פון די אימיגראציע פארנעם ביים טעקסאס גרעניץ, וואו א וואסער דינט אלס ארט וואו אומלעגאלע מעקסיקאנער שווימען אריין צו די גאלדענע אמעריקא און די מאסן אן אפשטעל און אנשטאט די וועכטער זאלען זיין פארנומען אפצוהאלטען די איבערפליסענדע איבערגיס זענען זיי פארנומען צו באדן קינדער און זיי פיטערן מיט בעבי פארמולע און פלעשלעך
ווען מורינו מס. כוסעין איז געווען א גאסט און דאלעס טעקסאס עטליכע וואכן צוריק האט אים די טעקסיקאנער גאווערנער ריק פערי פארבעטן צו קומען זעהן בעיניו די שפרודלדיגע פראבלעם זיך אפזאגנדיג דערפון מיטן אויסרייד אז מען וועט נוצן (דא האט ער געגעבן א היס..) די באזוך פאר פאליטישע טשעפערייען צום הילערי קלינטאן פארמעסט און ער איז געגאנגען אן שטאטס דעם צו א פארוויילונג ביי א גאלף געים און ביי א רעדע און טעקסאס האט ער געטריבן שפאס פון דזשאן בעינער (אדער פון זיך אליין) צוליב זיין קלאגע און די העכסטע געריכט ניטאמאל ארויסווייזנדיג ס'מינדענסטע צייכען פון בושה
אבאמא וואלט זיך געדארפט שעמען דערפון און שטילשווייגען, קלאגען א פרעזידענט איז א זאך וואס מען האט קיינמאל נישט געהערט און אז מען האלט שוין אזוי ביטער מיט אים, און מען קלאגט אים וואלט ער זיך געדארפט אריינציען און איינע פון די טיפערע שטיבער און די ווייסען הויז אן עס צו מאכען פאר א טעמע צו זיין שטאלץ פוטער האט ער גענוג אויפן קאפ.
ווען אבאמא וואלט ווען געלייענט אייוועלט פארומס וואלט כאטש געווען פארוואס מאריך צו זיין ער זאל זעהן און פנים אריין וואס מען האלט אויף אים, אבער ער איז נישט גענוג ערליך און ער ליינט עס נישט (ווער ווייסט...) וועל מיר זיך אפשטעלן ביי דעם ווייטאגליכן רעדע פון הויז ספיקער דזשאן בעינער דירעקט אדרעסירענדיג די פרעזידענט מיטן פראגע וואס שניידט...ווען וועט ער נעמען דו רעספאנסעבילעטי פאר עניטינג..???
נו ווען טאקע מר. כוסעין?

כבין איבערראשט פון דיין גאוטס צו נעמען אזא עפענטליכע שטעלונג אין פעיוואר פון די אזוי פארהאסטע דעמאקראטן...