שפייעכט'ס האבן גערינען פון די מיילער... מיליאנען מענטשן זענען געווען פארזאמעלט און זיך געווישט די טרערן פון די אויגען, פארזאמעלטע האבן זיך געציפט צו זעהן און זיכער מאכען אז די געשעהניש איז א רעאליטעט און קומט טאקע פאר, מענטשן האבן געהאט שאקירטע געזיכטער שטייענדיג געפלעפט און פארגאפט פארפרוירן און ציגענאגעלט מען האט געקענט זעהן עלטערע מענטשן אראפזיצענדיג און די וויעלטשעיר'ס זענען געווען איבערגענומען און פארוויינט מיט עמאציאנאלע בייזע פראגעס פארוואס זיי האבן נישט זוכה געווען צו אזעלכע צייטען ווען זיי זענען געווען יונג
ביים ריזן פלאטפארמע איז געשטאנען א ערנערגישער שלאנקער פיגור און זיך געווארפן וואו א לולב אריינשרייענדיג און די מייקרעפאון מיט א טעמפערישן ציהיצטקייט א באנעמענדע רעדע, געדעכטע אפלאמאדיסטן קולות און האנט קלאטשערייען דורך די מאסן וואס האבן געפאכעט מיט אמעריקאנע פענער האבן נישט אפגעהאלטען דעם רעדנער פון ארויסשיסען געגאסענע ברכות פארווארפנדיג גאלד און זילבער און ריזיגע בנינים און זעלבע צייט
זאל זיין וואספארא מענטש פרייליך צו פארמרה'ט מענטשן וואס האבן שוין געהאט און געדאנק זעלבסטמארד זענען אלע געשטאנען און געשלינגען די אויסדריקען ווי טראפענ'ס חיזוק ווערנדיג פרייליך צו די נייע געעפענטע טויערן פון א לעבן וואס מען קען נישט אויספאנטאזירן א אומבאשרייבליכע סאלידע פיוטשער און צוקונפט אהן קיין דאגות די מאסן האבן נישט געוויסט וויאזוי צו רעאגירן זיך רייסענדיג די האר פון קאפ מענטשן האבן שוין און דמיון פארמאגט אוצרות פון געלט וואס וואקסט פון די ערד ארויס און די טייערסטע אויטאס וואס וועלן פאלען פון הימעל
די מענגעס מענטשן האבן יובליאירט און געטאנצען פון די הויט צו די אויפשיין פון א נייע וועלט מיט נאר רייכע קאלירען עס האט אויסגעזעהן וואו די רעדנער איז פעהיג מיט זיין צויבערקראפט אריינצילייגן ביי יעדן און קאפ אז קיינער וועט נישט מער שטארבען און יעדער בלייבט געזונט און אלע שלעכט'ס ווערט עלימינירט און פארניכטעט די זוהן וועט בלייבען שיינען אינטערעסאנט טאקע אז ער האט עס נישט פארשפראכען ווייל און אזא מצב וואלט מען אים אלעס געגלייבט
העליקאפטערס און מידיא נעצן האבן זיך געפלאגט צו דעקן דעם אבנארמאלן פארזאמלונג און עס געשיקט צו די גאנצע וועלט און סאקונדעס דורך סאפיסטיקירטע קאנאלן אזוי אז און די גאנצע וועלט האט געשוועבט א כוואליע פון אומבאהערשנדע פרייד
די גאנצע הקדמה ביז אהער איז הערליך שיין אראפגעלייגט, (אחוץ די עטליכע אויסדריקען וואס איז בלויזע פראפאגאנדע ליגענט ווי למשל "שפייעכט'ס האבן גערינען פון די מיילער" אדער " זיך געווארפן וואו א לולב" אדער "זיך רייסענדיג די האר פון קאפ" און אזוי ווייטער).
איך שטעל מיר פאר אז די ליינער ביז אהער ציען מיט די אויגן ברעמען איבערן טעמע ביז אהער און וואס שלום אויש וויל דא אבער איר געדענקט אוודאי דו אויסנאמליכע קאמפיין וואס דער יונגער שווארצע סענעטער מר אבאמא יר''ה פון טשיקאגוי א פרישער שטערן דאן און פאליטיק האט געפירט: יעס ווי קען! איבערדרייענדיג פאקטן היסטאריע און טראדיציע מיט זיין לויזע מויל קראן
"איבערדרייענדיג פאקטן היסטאריע און טראדיציע" אפשר וואלסטו געווען אזוי גוט און מסביר געווען ווען דאס האט פאסירט?
"פארשפרעכנדיג פאר אמעריקאנער איינוואוינער צו ברענגען א בריק אריבערצימופן און א נייע וועלט'ס ערד קוגעל מיט ערד פון גאלד און הימל פון זילבער"
אחוץ פון נוצען די ווארט "און" אנשטאט די ווארט אין, איז די גאנצע שורה א בלויזע ליגענט. נעווער העפענט.
דער יונג האט אבער אנדערש געטוהן גערעדט אסאך און געטוהן קנאפ {בעסער געזאגט זילטש} ער האט טאקע געברענגט א בריק...א שמוציגן ראסטיגן און שוואכן בריק נעמענדיג די אמעריקאנען פאוער און מאכט און איהר פארוואנדעלט און א אויסגעברענטן שוועבל מיט א איבערגעצויגענעם פלויט פון פ''נ אמעריקא
זעקס אהאלב מיליאן נייע זשאבס, א בליענדיגע עקאנאמיע, א טויטער בין לאדין, געענדיגט צוויי מלחמות, און אזוי ווייטער...
8 יאר פריער וואס האט מען באקומען, מיליאנען זשאבס אוועקגעפלויגען, א בליענדע עקאנאמיע אינגאנצען חרוב, טערער אטאקעס, איראקער אומזיסטע מלחמה, 5 טריליאן אין חובות, אריינגעקומען מיט 100 ביליאן סורפלוס, אוועקשפאצירט מיט א טריליאן דאלער דעפעסיט, און אזוי ווייטער......
מיט א זאק פון תירוצים אויסריידען און ווייטאגליכע טענות מיטן באשילדיגטן פינגערל האט ער אוועקגעדרייט די אויגן פון פראבלעמען און זיכער געמאכט צו זיי באפיצען פון אינדרויסען דער איז שילדיג אויף דאס און יענער איז שילדיג אויף יענס פארשטייט זיך זיין פארגייער איז שילדיג און יעדן זאך וואס שפילט זיך אפ אויפן פאליטישען ארענע (אריינגערעכנט א פארשימעלטע קארפעט און איינע פון די שטיבער און ווייסען הויז...) אבער איך...איך בין א געניטער גאלף שפיעלער אין איך פיר אמעריקא מיט א קלוגן גאנג (אוודאי נאכנישט געווען אזעלכע גוטע צייטען קיינמאל)
ווען באשאר אל אסאד האט גענוצעט זאפאסן כעמישע וואפן קעגן זיינע לאנד געפלאגטע רעבעלן און אבאמא האט אראפגעשטעלט א רויטע ליניע....בפני כל עם ועדה איז דער אסאד געגאנגען און רוהיג אריבערגעשפרייזט, די רויטע ליניע גוטזאגערס האבן דאן געווארט פאר א פוירפל ליניע און דערנאך א ליכטיג קאלירטן פינקע ליניע ווענדט זיך וויפיל מאל אסאד וועט אריינפייפען און אבאמא
ער איז געשטאנן אונעם ווייסען הויז און גארנישט רעאגירט
גארנישט רעגירט?? קען זיין די ביסט אדורך געשלאפען גאנצע צוויי וואכען ווען די אמעריקאנע גאס האט גערידערט מיט א 'כמעט מלחמה' אקעגען סיריע, און דערביי האט זיך אבאמא ארויסגעשטעלט צו זיין א גאר עפעקטיווער פירער, וואס מיט בלויזען זאגען ער גייט בעטן רשות פון קאנגרעס צו גיין אין מלחמה, איז אסאד געטאנצען ביזן דאך און צוגעזאגט ווי א קליין קינד צו פארניכטען די כעמישע וואפען.
איי וועסטו קומען מיט דיין גאנצע נאיווקייט און שרייען, ער איז א בלויזער פחדן ער ציטערט צו מאכען אליינס באשלוסען, וועל איך דיר זאגען ניין, ער איז א ווארט'ס מענטש, ער האט צוגעזאגט ביים קאמפיינען אז ער וועט בעטען רשות און אזוי האט ער געטוען.
און יעצט ווען די מצב האט זיך שוין אביסל בארואיגט, סיריע האט שוין כמעט געענדיגט פארניכטען די טאנען אויף טאנען מיט כעמישע וואפען, לאמיר זיך איין מינוט פארשטעלן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט די זעלבע סיטואציע מיט א רעפאבליקאנער פרעזידענט, און א דעמעקראטישער קאנגרעס. - פרעזידענט שטעלט אראפ א רויטע ליניע - אסאד שפאצירט עס אדורך - די פרעזידענט ווערט ווילד, האט מורה צו בעטן רשות פון קאנגרעס ווייל עס איז מיט א דעמעקראטישע מערהייט, נישט צו הייסען שוואך ערקלערט ער קריג, און ער שיקט אהין הונדערטער טויזענטער טרופען אין א פארטיגע שלאכט הויז, ווי לויט אלע עקספערטען איז איראק געווען א קינדערשפיל וואס עס וואלט זיך אפגעטוען אין סיריע, סא טויזענטער טרופען הייבען אן צו שטארבען, סופארט ביים פאלק פאלט, צו ראטעווען די מצב מאכט מען א טרופען סורטש נאך 40,000 טרופען אריין אין פייער, גייט אדורך עטליכע יאר אמעריקע קוועטש ארויס א שוואכע זיג, (וויבאלד עס איז דאך נישט דא ווער עס זאל איבערנעמען אסאד, עס איז א צוטיילטע אפאזיציע אנגעפילט מיט טערעריסטען, סא א סטאבילען לאנד איז שוואכע שאנסען, דעריבער א פולקאמע זיג איז נישט שייך אזוי שנעל). און יעצט וואס, וואס הייסט וואס, אמעריקע האט געוויזען די וועלט ווער עס איז באמת בעל-בית, נישט אזוי? יא יא, וויבאלד 1100 אראבער זענען געשטארבען פון אסאד'ס כעמישע וואפען, דארף אמעריקע יעצט מקריב זיין טויזענטער פון זייערע טרופען, און ארויפלייגען נאך אפאר טריליאן אין חובות, ווייל א צווייטע עצה איז דאך נישטא אין די רעפאבליקאנע בלוט דורשטיגע מלחמה רעסיפי בוק.
זיין שטאב האט צוגעלאזט אן אמבעסאדאר און ליביע וואס האט געוויינט אז ער מיז האבן נאך זיכערהייט מיליטאנטן אז ער זאל ווערן צושטאכן און אומגעברענגט מיט נאך אמעריקאנע באאמטע.
איך ווייס נישט אויב די ביסט באקאנט, די רעפאבליקאנע קאנגרעס האט געשניטען אין די לעצטערע יארן די זיכערהייט געלטער פאר אויסלענדישע אמבעסאדאר'ס, און צו שיקען נאך הילף דארף עס קאנגרעס אפראווען, (איך גיי נישט אראפנעמען די שולד פון אבאמא/קלינטאן, עס איז זיכער זיי זענען אויך שולדיג, מיט די שוואכע רעספאנס נאך די אטאקע, און זיי האבן טאקע גענומען די אחריות).
עס קוקט מיר אויס ווי די ביסט אזוי פרייליך מיט די אינצידענט, זיי וויסען אז פון די פינעף אמבאסעדאר'ן וואס זענען געשטארבען אין ליין אוו דוטי, אין די לעצטע 50 יאר האבן דריי דערפון פאסירט אינטער רעפאבליקאנע אמיניסטראציע'ס.
מען האט געדארפט האבן ערשטע הילף און קרעמלין פשוט צו דערמונטערן וולאדימיר פוטין זיך דערשטיקענדיג פון אזויפיל לאכן ער האט איבערגענומען די וועלטס מאכט און האט זיכער געמאכט אז אבאמא זאל זיין די חוזק און די לענג און אין די ברייט פוטין מיט זיין ווילדע רוסישע קאפ טוט וואס זיין הארץ באגערט און פארדאמונגען און דראענדע רעדעס צורייסט ער און ער סארטירט עס און מיסט קאסטן
לויט דיין מיינונג, ווי אזוי וואלט זיך אמעריקע געדארפט ספראווענען מיט'ן רוסישען פראבלעם? זייער פשוט, אראפווארפען עטליכע צענדליגער באמבעס און פטור אן עסק. ניין מיין טייערער ס'גייט נישט די וועג....
און זשאסט פאר דיין אינפארמאציע, פארגאנגענע וואך האט אמעריקא האט ארויפגעלייגט נייע סאנקציעס אויף רוסלאנד, וואס ניין, עס איז נישט ווי די זאגסט, פוטין קען עס נישט צורייסען און לייגען אין מיסט קאסטען, ענדערשט וועט אריינפארן זיין עקאנאמיע אין מיסט קאסטען אויב די סאנקציעס האלטען אן.
נאכאנאנד וואקסן ארויס דיקטאטורן און מאדנע פירער וואס איבערן גלאוב זייען זיי אהן אנגסט און אונזער שטאלצער פארעך און רעדנער ווערט וואו פארשטומט זיך אריינשטופענדיג און די געהיימע צימערן אונעם ווייסן הויז, אויסער ווען מען מאכט עפעס וואס זייי רופן סאנקציעס שפרינגט ער צו צים פרעסע צימער עס אויסשרייענדיג וואו א וואנזיניגער מיט פריייד, אבער אנטשילידגט מר. אבאמא אויף אייערע סאנקציעס געפונען זיך שוין קארן פעלדער און מען לאכט זיך אויס דערפון,
דאס איז בלויזע געמויזאכט'ס וואס איז נישט ווערט קיין ענטפער, אדרבה ווילסט נוצען א משל, זאג עס ארויס נישט מאך אזא שם הכולל ווי עס וואקסט ארויס נאכאנאנד.
און איראק איז שוין די געלעכטער פארוואנדעלט און א געוויין די ברוטאלע אייסיס גרופע מארשירט פאראויס אויסרייסענדיג די איראקע כוחות ביזן פונדאמענט ווידער טייטלט מען אויפן פרעזידענט אז זיין ארויסציען אזוי פרי די סאלדאטן און איראק האבן דאס צוגעברענגט צוליב די שוואכע טרענירונג און פראקטיצורונגען וואס די איראקע קינדער שפיל סאלדאטן האבן געהאט
יא יא, ווידער טייטלט מען אויפען פרעזידענט אז ער האט געטוען די ריכטיגע זאך מיט עעעעעעננננדליך ארויסציען די אמעריקאנע טרופען פון א פלאץ ווי זיי האבן בכלל נישט געדארפט צו זיין....
שוואכע טרענינגען האסטו געזאגט, האסט אן אנונג וויפיל טעקס פעיר דאללער איז געגאנגען צו טרענירען די איראקע מיליטער? וויפיל איז די שיעור? דארף אמעריקא גיין באקנראט אז אין איראק זאל זיין שלום? אדרבה זאג די מיר וויפיל געלט האסטו געגעבען פאר די איבערבוי פון הייטי, פאר די פארכאפטע מיידליך אין ניגערע און אזוי ווייטער, נאר אויפען פעטערס חשבון ביסטו אזוי ברייט הארציג....
נאך א איבערשפיל פון אומקאמפעטענטס איז די קריזיס פון די אימיגראציע פארנעם ביים טעקסאס גרעניץ, וואו א וואסער דינט אלס ארט וואו אומלעגאלע מעקסיקאנער שווימען אריין צו די גאלדענע אמעריקא און די מאסן אן אפשטעל און אנשטאט די וועכטער זאלען זיין פארנומען אפצוהאלטען די איבערפליסענדע איבערגיס זענען זיי פארנומען צו באדן קינדער און זיי פיטערן מיט בעבי פארמולע און פלעשלעך
איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די סאבשעקט פון אימיגראציע, מיין מיינונג איבער אימיגרעשאן, איז אינגאנצען אנדערשט ווי סיי די דעמעקראטען און סיי די רעפאבליקאנער. וואס איז יא ווערט צו באצייכענען, איז אנשטאט די רעפאבליקאנער זאלן זיך שפילן אין קאנגרעס מיט אלע בעבישע זאכען וואלט אפשר כדי געווען זיי זאלן ארויפברענגען און דעבעטירען די אימיגראציע ביל וואס די סענאט האט באשטעטיגט פארגאנגענע וואך אפשר מיט'ן נעמען די ריכטיגע שריט וועט מען קענען צוריקהאלטען ענליכע קריזיסען אין די צוקופט און נישט דארפען באשולדיגען אבאמא אין יעדע זאך וואס גייט זיי שלעכט.
ווען מורינו מס. כוסעין איז געווען א גאסט און דאלעס טעקסאס עטליכע וואכן צוריק האט אים די טעקסיקאנער גאווערנער ריק פערי פארבעטן צו קומען זעהן בעיניו די שפרודלדיגע פראבלעם זיך אפזאגנדיג דערפון מיטן אויסרייד אז מען וועט נוצן (דא האט ער געגעבן א היס..) די באזוך פאר פאליטישע טשעפערייען צום הילערי קלינטאן פארמעסט און ער איז געגאנגען אן שטאטס דעם צו א פארוויילונג ביי א גאלף געים און ביי א רעדע און טעקסאס האט ער געטריבן שפאס פון דזשאן בעינער (אדער פון זיך אליין) צוליב זיין קלאגע און די העכסטע געריכט ניטאמאל ארויסווייזנדיג ס'מינדענסטע צייכען פון בושה
סתם נישט צו די זאך
אבאמא וואלט זיך געדארפט שעמען דערפון און שטילשווייגען, קלאגען א פרעזידענט איז א זאך וואס מען האט קיינמאל נישט געהערט און אז מען האלט שוין אזוי ביטער מיט אים, און מען קלאגט אים וואלט ער זיך געדארפט אריינציען און איינע פון די טיפערע שטיבער און די ווייסען הויז אן עס צו מאכען פאר א טעמע צו זיין שטאלץ פוטער האט ער גענוג אויפן קאפ.
שעמען דארפען זיך די רעפאבליקאנער, פארן שטעלן זייער איינציגסטע אגענדע צו זיך אקעגענשטעלן אלעס וואס אבאמא וועט פארשלאגען, אפילו זיי אליינס האבן געהאלטען דערפון פאר עטליכע יאר צוריק, קיין אנדערע ברירה האט ער נישט, זיך שטעלן קלאצען אזוי זשאן בענער טוט האלט ער נישט דערביי נוצט ער זיינע עקזעקיוטיוו רעכטען....
און צום שלוס, איך מיין בכלל נישט דיר פערזענדליך, אדרבה האסט אהערגעשטעלט א טאלאנטפולע שיינע ארבעט, נאר בטעות גענוצט אומריכטיגע אינפארמאציע.