Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מר כוסעין טראגט אפ פון וואשיגטאן...!

מיטוואך יולי 30, 2014 6:52 pm

שפייעכט'ס האבן גערינען פון די מיילער...מיליאנען מענטשן זענען געווען פארזאמעלט און זיך געווישט די טרערן פון די אויגען, פארזאמעלטע האבן זיך געציפט צו זעהן און זיכער מאכען אז די געשעהניש איז א רעאליטעט און קומט טאקע פאר, מענטשן האבן געהאט שאקירטע געזיכטער שטייענדיג געפלעפט און פארגאפט פארפרוירן און ציגענאגעלט מען האט געקענט זעהן עלטערע מענטשן אראפזיצענדיג און די וויעלטשעיר'ס זענען געווען איבערגענומען און פארוויינט מיט עמאציאנאלע בייזע פראגעס פארוואס זיי האבן נישט זוכה געווען צו אזעלכע צייטען ווען זיי זענען געווען יונג

ביים ריזן פלאטפארמע איז געשטאנען א ערנערגישער שלאנקער פיגור און זיך געווארפן וואו א לולב אריינשרייענדיג און די מייקרעפאון מיט א טעמפערישן ציהיצטקייט א באנעמענדע רעדע, געדעכטע אפלאמאדיסטן קולות און האנט קלאטשערייען דורך די מאסן וואס האבן געפאכעט מיט אמעריקאנע פענער האבן נישט אפגעהאלטען דעם רעדנער פון ארויסשיסען געגאסענע ברכות פארווארפנדיג גאלד און זילבער און ריזיגע בנינים און זעלבע צייט

זאל זיין וואספארא מענטש פרייליך צו פארמרה'ט מענטשן וואס האבן שוין געהאט און געדאנק זעלבסטמארד זענען אלע געשטאנען און געשלינגען די אויסדריקען ווי טראפענ'ס חיזוק ווערנדיג פרייליך צו די נייע געעפענטע טויערן פון א לעבן וואס מען קען נישט אויספאנטאזירן א אומבאשרייבליכע סאלידע פיוטשער און צוקונפט אהן קיין דאגות די מאסן האבן נישט געוויסט וויאזוי צו רעאגירן זיך רייסענדיג די האר פון קאפ מענטשן האבן שוין און דמיון פארמאגט אוצרות פון געלט וואס וואקסט פון די ערד ארויס און די טייערסטע אויטאס וואס וועלן פאלען פון הימעל

די מענגעס מענטשן האבן יובליאירט און געטאנצען פון די הויט צו די אויפשיין פון א נייע וועלט מיט נאר רייכע קאלירען עס האט אויסגעזעהן וואו די רעדנער איז פעהיג מיט זיין צויבערקראפט אריינצילייגן ביי יעדן און קאפ אז קיינער וועט נישט מער שטארבען און יעדער בלייבט געזונט און אלע שלעכט'ס ווערט עלימינירט און פארניכטעט די זוהן וועט בלייבען שיינען אינטערעסאנט טאקע אז ער האט עס נישט פארשפראכען ווייל און אזא מצב וואלט מען אים אלעס געגלייבט

העליקאפטערס און מידיא נעצן האבן זיך געפלאגט צו דעקן דעם אבנארמאלן פארזאמלונג און עס געשיקט צו די גאנצע וועלט און סאקונדעס דורך סאפיסטיקירטע קאנאלן אזוי אז און די גאנצע וועלט האט געשוועבט א כוואליע פון אומבאהערשנדע פרייד

איך שטעל מיר פאר אז די ליינער ביז אהער ציען מיט די אויגן ברעמען איבערן טעמע ביז אהער און וואס שלום אויש וויל דא אבער איר געדענקט אוודאי דו אויסנאמליכע קאמפיין וואס דער יונגער שווארצע סענעטער מר אבאמא יר''ה פון טשיקאגוי א פרישער שטערן דאן און פאליטיק האט געפירט: יעס ווי קען! איבערדרייענדיג פאקטן היסטאריע און טראדיציע מיט זיין לויזע מויל קראן

פארשפרעכנדיג פאר אמעריקאנער איינוואוינער צו ברענגען א בריק אריבערצימופן און א נייע וועלט'ס ערד קוגעל מיט ערד פון גאלד און הימל פון זילבער

דער יונג האט אבער אנדערש געטוהן גערעדט אסאך און געטוהן קנאפ {בעסער געזאגט זילטש} ער האט טאקע געברענגט א בריק...א שמוציגן ראסטיגן און שוואכן בריק נעמענדיג די אמעריקאנען פאוער און מאכט און איהר פארוואנדעלט און א אויסגעברענטן שוועבל מיט א איבערגעצויגענעם פלויט פון פ''נ אמעריקא

מיט א זאק פון תירוצים אויסריידען און ווייטאגליכע טענות מיטן באשילדיגטן פינגערל האט ער אוועקגעדרייט די אויגן פון פראבלעמען און זיכער געמאכט צו זיי באפיצען פון אינדרויסען דער איז שילדיג אויף דאס און יענער איז שילדיג אויף יענס פארשטייט זיך זיין פארגייער איז שילדיג און יעדן זאך וואס שפילט זיך אפ אויפן פאליטישען ארענע (אריינגערעכנט א פארשימעלטע קארפעט און איינע פון די שטיבער און ווייסען הויז...) אבער איך...איך בין א געניטער גאלף שפיעלער אין איך פיר אמעריקא מיט א קלוגן גאנג (אוודאי נאכנישט געווען אזעלכע גוטע צייטען קיינמאל)

ווען באשאר אל אסאד האט גענוצעט זאפאסן כעמישע וואפן קעגן זיינע לאנד געפלאגטע רעבעלן און אבאמא האט אראפגעשטעלט א רויטע ליניע....בפני כל עם ועדה איז דער אסאד געגאנגען און רוהיג אריבערגעשפרייזט, די רויטע ליניע גוטזאגערס האבן דאן געווארט פאר א פוירפל ליניע און דערנאך א ליכטיג קאלירטן פינקע ליניע ווענדט זיך וויפיל מאל אסאד וועט אריינפייפען און אבאמא

ער איז געשטאנן אונעם ווייסען הויז און גארנישט רעאגירט

זיין שטאב האט צוגעלאזט אן אמבעסאדאר און ליביע וואס האט געוויינט אז ער מיז האבן נאך זיכערהייט מיליטאנטן אז ער זאל ווערן צושטאכן און אומגעברענגט מיט נאך אמעריקאנע באאמטע

מען האט געדארפט האבן ערשטע הילף און קרעמלין פשוט צו דערמונטערן וולאדימיר פוטין זיך דערשטיקענדיג פון אזויפיל לאכן ער האט איבערגענומען די וועלטס מאכט און האט זיכער געמאכט אז אבאמא זאל זיין די חוזק און די לענג און אין די ברייט פוטין מיט זיין ווילדע רוסישע קאפ טוט וואס זיין הארץ באגערט און פארדאמונגען און דראענדע רעדעס צורייסט ער און ער סארטירט עס און מיסט קאסטן

נאכאנאנד וואקסן ארויס דיקטאטורן און מאדנע פירער וואס איבערן גלאוב זייען זיי אהן אנגסט און אונזער שטאלצער פארעך און רעדנער ווערט וואו פארשטומט זיך אריינשטופענדיג און די געהיימע צימערן אונעם ווייסן הויז, אויסער ווען מען מאכט עפעס וואס זייי רופן סאנקציעס שפרינגט ער צו צים פרעסע צימער עס אויסשרייענדיג וואו א וואנזיניגער מיט פריייד, אבער אנטשילידגט מר. אבאמא אויף אייערע סאנקציעס געפונען זיך שוין קארן פעלדער און מען לאכט זיך אויס דערפון, און איראק איז שוין די געלעכטער פארוואנדעלט און א געוויין די ברוטאלע אייסיס גרופע מארשירט פאראויס אויסרייסענדיג די איראקע כוחות ביזן פונדאמענט ווידער טייטלט מען אויפן פרעזידענט אז זיין ארויסציען אזוי פרי די סאלדאטן און איראק האבן דאס צוגעברענגט צוליב די שוואכע טרענירונג און פראקטיצורונגען וואס די איראקע קינדער שפיל סאלדאטן האבן געהאט

נאך א איבערשפיל פון אומקאמפעטענטס איז די קריזיס פון די אימיגראציע פארנעם ביים טעקסאס גרעניץ, וואו א וואסער דינט אלס ארט וואו אומלעגאלע מעקסיקאנער שווימען אריין צו די גאלדענע אמעריקא און די מאסן אן אפשטעל און אנשטאט די וועכטער זאלען זיין פארנומען אפצוהאלטען די איבערפליסענדע איבערגיס זענען זיי פארנומען צו באדן קינדער און זיי פיטערן מיט בעבי פארמולע און פלעשלעך

ווען מורינו מס. כוסעין איז געווען א גאסט און דאלעס טעקסאס עטליכע וואכן צוריק האט אים די טעקסיקאנער גאווערנער ריק פערי פארבעטן צו קומען זעהן בעיניו די שפרודלדיגע פראבלעם זיך אפזאגנדיג דערפון מיטן אויסרייד אז מען וועט נוצן (דא האט ער געגעבן א היס..) די באזוך פאר פאליטישע טשעפערייען צום הילערי קלינטאן פארמעסט און ער איז געגאנגען אן שטאטס דעם צו א פארוויילונג ביי א גאלף געים און ביי א רעדע און טעקסאס האט ער געטריבן שפאס פון דזשאן בעינער (אדער פון זיך אליין) צוליב זיין קלאגע און די העכסטע געריכט ניטאמאל ארויסווייזנדיג ס'מינדענסטע צייכען פון בושה

אבאמא וואלט זיך געדארפט שעמען דערפון און שטילשווייגען, קלאגען א פרעזידענט איז א זאך וואס מען האט קיינמאל נישט געהערט און אז מען האלט שוין אזוי ביטער מיט אים, און מען קלאגט אים וואלט ער זיך געדארפט אריינציען און איינע פון די טיפערע שטיבער און די ווייסען הויז אן עס צו מאכען פאר א טעמע צו זיין שטאלץ פוטער האט ער גענוג אויפן קאפ.

ווען אבאמא וואלט ווען געלייענט אייוועלט פארומס וואלט כאטש געווען פארוואס מאריך צו זיין ער זאל זעהן און פנים אריין וואס מען האלט אויף אים, אבער ער איז נישט גענוג ערליך און ער ליינט עס נישט (ווער ווייסט...) וועל מיר זיך אפשטעלן ביי דעם ווייטאגליכן רעדע פון הויז ספיקער דזשאן בעינער דירעקט אדרעסירענדיג די פרעזידענט מיטן פראגע וואס שניידט...ווען וועט ער נעמען דו רעספאנסעבילעטי פאר עניטינג..???

נו ווען טאקע מר. כוסעין?

Advertisement

מיטוואך יולי 30, 2014 7:03 pm

דיין פעדער איז משהו משהו

מיטוואך יולי 30, 2014 8:23 pm

איך שטעל מיר פאר אז די ליינער ביז אהער ציען מיט די אויגן ברעמען איבערן טעמע ביז אהער און וואס שלום אויש וויל דא אבער איר געדענקט אוודאי דו אויסנאמליכע קאמפיין וואס דער יונגער שווארצע סענעטער מר אבאמא יר''ה פון טשיקאגוי א פרישער שטערן דאן און פאליטיק האט געפירט: יעס ווי קען! איבערדרייענדיג פאקטן היסטאריע און טראדיציע מיט זיין לויזע מויל קראן

דאס איז זיכער אז שלום אויש איז א פרישער שטערן דא אויף איי וועלט!

מיטוואך יולי 30, 2014 8:33 pm

פיינע פעדער גאר גוט געשריבען.. אבער ביטע טוישען די קעפל פינעם אשכול, די קעפיל איז עפעס נישט איי איי עס הערט זיך נישט גוט.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דאנערשטאג יולי 31, 2014 6:35 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך יולי 30, 2014 8:41 pm

כ׳פארשטיי נישט פארוואס האב איך געמיינט פארן ליינען דעם תוכן אז מען רעט פין סאדאם כוסען, אין איך בין דער ראס...

מיטוואך יולי 30, 2014 9:06 pm

פששששש, דער האט א שפראך.......

מיטוואך יולי 30, 2014 9:14 pm

טאקע א געזונטס שטיקל.

מ'קען נאך צולייגן קאמעטס און פינטליך, אבער די שפרול'דיגע שפראך איז געוואלדיג

מיטוואך יולי 30, 2014 9:25 pm

דער האט אויסדריקען...
ווי פון קראן ארויס..
-
ר' שלום, דאנט ווארי, יש מנהיג לבירה איז סטיל אין עפעקט..
ער גרייט נאר צו דעם באדן.. ס'גוט..

מיטוואך יולי 30, 2014 9:48 pm

וואוי!!!!.....

מיטוואך יולי 30, 2014 10:33 pm

גאר גוט באשריבן. שרייב אפטער.

אבער ביטע לייג צו אביסל קאמעס; עס ראטעוועט לעבנס.

אט למשל, וויאזוי דארף איך ליינען דעם קעפל, אלס פאקט; "מר. כוסעין טראגט זיך אפ", צי אלס באפעל; "מר כוסעין! טראגט אייך אפ פון דא!" ??
לעצט פאראכטן דורך לאדיךארויס אום מיטוואך יולי 30, 2014 11:05 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך יולי 30, 2014 10:39 pm

אנטשולדיגט מנהלים, אבער דער ארטיקל באלאנגט אינעם פארברענגן, אדער לכל הפחות אין די קרעטשמע

מיטוואך יולי 30, 2014 11:41 pm

אזויפיל שטותים צוזאם צו רעדן, עס איז דאך ממש א שרעק,

פאר איך לאז מיר אריין אין דיטאלען פארוואס דיין ארטיקעל איז אנגעפילט מיט נישט ריכטיגע אינפארמאציע וואס פארדעם מוז איך האבן מער צייט, וויל איך דיר זאגען איין זאך:

פאר די ביסט נישט גרייט צו גיין אויפען פראנט אין א מלחמה, אדער ביסט נישט גרייט צו שיקען דיינע קינדער צו שטארבען פאר דיינע געהויבענע וועליוס, זאלסטו נישט אטאקירען א פירער וואס האלט אפ אוסזיסטע בלוט פארגיסינג.

מיטוואך יולי 30, 2014 11:54 pm

פוטער, דו ביזט א קאזין צו מילכיג?

שיין געשריבען שלום, מיר האבען הנאה געהאט.

דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:28 am

פוטער האט געשריבן:פאר די ביסט נישט גרייט צו גיין אויפען פראנט אין א מלחמה, אדער ביסט נישט גרייט צו שיקען דיינע קינדער צו שטארבען פאר דיינע געהויבענע וועליוס, זאלסטו נישט אטאקירען א פירער וואס האלט אפ אוסזיסטע בלוט פארגיסינג.

זייער א ריכטיגע נקודה, אמת און וואר.

אבער אין חלק הכתיבה האט שלום אראפגעלייגט א מעידשאר ארטיקל, מיט זאפט און הומאר אז ס'גייט א רויעך.

דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:50 am

פוטער האט געשריבן:אזויפיל שטותים צוזאם צו רעדן, עס איז דאך ממש א שרעק,

פאר איך לאז מיר אריין אין דיטאלען פארוואס דיין ארטיקעל איז אנגעפילט מיט נישט ריכטיגע אינפארמאציע וואס פארדעם מוז איך האבן מער צייט, וויל איך דיר זאגען איין זאך:

פאר די ביסט נישט גרייט צו גיין אויפען פראנט אין א מלחמה, אדער ביסט נישט גרייט צו שיקען דיינע קינדער צו שטארבען פאר דיינע געהויבענע וועליוס, זאלסטו נישט אטאקירען א פירער וואס האלט אפ אוסזיסטע בלוט פארגיסינג.

יא יא דעיס האבן געטענהט די אלע לענדער ביי די צווייטע וועלט מלחמה, אז מען דארף פארהאנלען מיט די דייטשען,
ווי איז מען אנגעקימען??

דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:15 am

זאפטיגע פעדער

דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:28 am

עמרם יודא יא יא דעיס האבן געטענהט די אלע לענדער ביי די צווייטע וועלט מלחמה, אז מען דארף פארהאנלען מיט די דייטשען,
ווי איז מען אנגעקימען??

איך האף אז די מיינסט נישט צוצוגלייכען א סיטואציע פון א בירגער קריג אין סיריע, אדער א דיקטאטור אין איראק וואס אונזער געהויבענער געוועזענער פרעזידענט האט געוואלט ענדיגען זיין טאטענ'ס אלטע חשבן, צו א שרעקליכע מטורף וואס האט איינגענומען איין לאנד נאכן צווייטען מיטן ציל צו הערשען איבער גאנץ אייראפע.

דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:43 am

להודיע האט געשריבן:
פוטער האט געשריבן:פאר די ביסט נישט גרייט צו גיין אויפען פראנט אין א מלחמה, אדער ביסט נישט גרייט צו שיקען דיינע קינדער צו שטארבען פאר דיינע געהויבענע וועליוס, זאלסטו נישט אטאקירען א פירער וואס האלט אפ אוסזיסטע בלוט פארגיסינג.

זייער א ריכטיגע נקודה, אמת און וואר.

אבער אין חלק הכתיבה האט שלום אראפגעלייגט א מעידשאר ארטיקל, מיט זאפט און הומאר אז ס'גייט א רויעך.

ביסט גערעכט, זיין טאלאנט צו שרייבען איז באמת צום באוואנדערן, עס איז נאר א שאד צו וועסטען אזויפיל צייט צו שרייבען אזויפיל שטותים,

אז ער קען יא שרייבען, זאל ער באשרייבען וויפיל ליגענט פרעזידענט בוש האט איינגערעדט די אמעריקאנע פאלק, צו בארעכטיגען זיין גיין אין מלחמה אין איראק. האט מען דען טאקע ארויסגענומען די טרופען צו שנעל, אדער האט מען בכלל נישט געדארפט דארט זיין.! אדער וויפיל צייט די רעפאבליקאנער האבן געוועסט מיטן פרובירען צו ריפילען אבאמא קעיר איבער 50 מאל, אנשטאט צו ארבעטען אויף א אימיגראציע רעפארם ביל.

דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:45 am

סארי, באשטעלטע שרייבעריי קאסט געלט...

דאנערשטאג יולי 31, 2014 11:38 am

פוטער ;l;p- כבין איבערראשט פון דיין גאוטס צו נעמען אזא עפענטליכע שטעלונג אין פעיוואר פון די אזוי פארהאסטע דעמאקראטן...

גוט געזאגט, אייזן געזאגט. זאל דאס עטוואס באלאנסירן אונזער פארגלייבטע טראסט אין די קאנסערוואטיווען.

דאנערשטאג יולי 31, 2014 11:55 am

מטעמים האט געשריבן:פוטער, דו ביזט א קאזין צו מילכיג?

אז גילוי איז ביי דיר גארנישט האב איך נישט געוויסט :-(

דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:26 pm

פוטער האט געשריבן:ביסט גערעכט, זיין טאלאנט צו שרייבען איז באמת צום באוואנדערן, עס איז נאר א שאד צו וועסטען אזויפיל צייט צו שרייבען אזויפיל שטותים,

אז ער קען יא שרייבען, זאל ער באשרייבען וויפיל ליגענט פרעזידענט בוש האט איינגערעדט די אמעריקאנע פאלק, צו בארעכטיגען זיין גיין אין מלחמה אין איראק. האט מען דען טאקע ארויסגענומען די טרופען צו שנעל, אדער האט מען בכלל נישט געדארפט דארט זיין.! אדער וויפיל צייט די רעפאבליקאנער האבן געוועסט מיטן פרובירען צו ריפילען אבאמא קעיר איבער 50 מאל, אנשטאט צו ארבעטען אויף א אימיגראציע רעפארם ביל.

נישט אז להודיע זאל זאגן אז מען לאזט דעם קאנסערוועטיווען פאלן..... (כ'פארשטיי נישט די מערכה דא לעצטענס.... בייסט א לינקער, האלסט זיי זענען גערעכט, שרייב! וואס איז דאס אראפרייסן אנדערע? עניוועי צוריק צום ענין.)
די "ליגענט" וואס בוש האט איינגערעדט דעם עולם, די זעלבע "ליגענט" האט די יו-ען באשטעטיגט אין עטליכע רעזעלוציעס אין די יארן פאר די קריג, און די זעלבע "ליגענט" האט הער קלינטאן מיט פאטאס דערקלערט ביי זיינע בארימטע "סטעיט אוו די יוניען" אדרעסן, און די זעלבע "ליגענט" האבן אלע קאנגרעסלייט - וואס האבן מסכים געווען צו די מלחמה - באשטעטיגט.

עס איז אין ערגסטן פאל געווען א "טעות" (נישט לויט יעדעם) און נישט קיין "בכוונה'דיגע "ליגענט".

דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:04 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

יא גערעכט די יו-ען האט טאקע באשטעטיגט און געגעבען רעכט צו גיין קריג, אבער דאס איז נאר געקומען נאך די בארימטע דרשה וואס קאלין פאוועל (די דעמאלסדיגע סעקרעטערי אוו סטעיט) האט געגעבן, און וואס ער האט שפעטער אליינס מודה געווען אין פארשידענע געלעגענהייטען אז ער האט ביטער חרטה דערפאר, און עס וועט פאר אייביג בלייבען א פלעק אויף זיין קאריע.

פון האלטען באמבאסטישע רעדעס, ביזן שיקען טויזענטער טרופען צו שטארבען אין מלחמה בעיסט אויף פאלטשע אינפארמאציע איז פאלג מיך א גאנג.

זיי וויסען, אז קאנגרעסלייט פארלאזען זיך זייער שטארק אויף די אינפארמאציע וואס די אמיניסטראציע שטעלט צו, זיי האבן נישט קיין אייגענע אינטעלישינס סערוויס,

ווען איך אדער דו מאכען אמאל א טעות איז איין זאך, אבער ווען מען רעדט פון פיר אהאלב טויזענט טרופען טויט, טויזענטער געבליבען אן הענט אדער פיס, איבער א טריליאן דאללער אין חובות, דעס איז נישט פלעין א טעות, דעס איז א פאברעך!

דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:18 pm

פוטער האט געשריבן:
ווען איך אדער דו מאכען אמאל א טעות איז איין זאך, אבער ווען מען רעדט פון פיר אהאלב טויזענט טרופען טויט, טויזענטער געבליבען אן הענט אדער פיס, איבער א טריליאן דאללער אין חובות, דעס איז נישט פלעין א טעות, דעס איז א פאברעך!

די אלע ״פאברעכן״ וואס די רעכנסט אויס קומען נישט צו צו וואס אבאמא האט גענומען א וועלטס פאוער און געמאכט פאר א joke,

דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:26 pm

פוטער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישט אז להודיע זאל זאגן אז מען לאזט דעם קאנסערוועטיווען פאלן..... (כ'פארשטיי נישט די מערכה דא לעצטענס.... בייסט א לינקער, האלסט זיי זענען גערעכט, שרייב! וואס איז דאס אראפרייסן אנדערע? עניוועי צוריק צום ענין.)
די "ליגענט" וואס בוש האט איינגערעדט דעם עולם, די זעלבע "ליגענט" האט די יו-ען באשטעטיגט אין עטליכע רעזעלוציעס אין די יארן פאר די קריג, און די זעלבע "ליגענט" האט הער קלינטאן מיט פאטאס דערקלערט ביי זיינע בארימטע "סטעיט אוו די יוניען" אדרעסן, און די זעלבע "ליגענט" האבן אלע קאנגרעסלייט - וואס האבן מסכים געווען צו די מלחמה - באשטעטיגט.

עס איז אין ערגסטן פאל געווען א "טעות" (נישט לויט יעדעם) און נישט קיין "בכוונה'דיגע "ליגענט".

יא גערעכט די יו-ען האט טאקע באשטעטיגט און געגעבען רעכט צו גיין קריג, אבער דאס איז נאר געקומען נאך די בארימטע דרשה וואס קאלין פאוועל (די דעמאלסדיגע סעקרעטערי אוו סטעיט) האט געגעבן, און וואס ער האט שפעטער אליינס מודה געווען אין פארשידענע געלעגענהייטען אז ער האט ביטער חרטה דערפאר, און עס וועט פאר אייביג בלייבען א פלעק אויף זיין קאריע.

פון האלטען באמבאסטישע רעדעס, ביזן שיקען טויזענטער טרופען צו שטארבען אין מלחמה בעיסט אויף פאלטשע אינפארמאציע איז פאלג מיך א גאנג.

זיי וויסען, אז קאנגרעסלייט פארלאזען זיך זייער שטארק אויף די אינפארמאציע וואס די אמיניסטראציע שטעלט צו, זיי האבן נישט קיין אייגענע אינטעלישינס סערוויס,

ווען איך אדער דו מאכען אמאל א טעות איז איין זאך, אבער ווען מען רעדט פון פיר אהאלב טויזענט טרופען טויט, טויזענטער געבליבען אן הענט אדער פיס, איבער א טריליאן דאללער אין חובות, דעס איז נישט פלעין א טעות, דעס איז א פאברעך!

איך רעדט נישט פון נאך פאועלס דרשה, כרעד אלע יארן פארדעם, ווען קינד אין קייט, האבן אלע געזאגט אז סאדאם האט די ביטערע סחורה. אין כ'פארשטיי נישט בכלל וואס דו מאכסט א חילוק פון דרשה'ס ביז שיקן טרופן. הייסט עס אז קלינטאן האט בכוונה געזאגט ליגענט ביי די דרשה'ס??

אלא מה, יעדער האט געגלייבט אז סאדאם האט סחורה, און אויב גלייבט מען, איז ריכטיג געווען צו שיקען די טרופן, און אנווערן אפי' מער ווי א טריליאן דאלער. איי עס שטעלט זיך ארויס ער האט נישט? נא, דאס איז א טעות, נישט קיין ליגענט.
שרייב א תגובה

Advertisement