בלאט 1 פון 2

מיט יענעמ'ס גלעזער - פאראדיים שיפט

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 8:36 pm
דורך זאל ער קומען
ר' סענדר דייטש ע"ה פלעגט זאגן, אני בתומי אלך, איך וועל ווייטער אנגיין מיט מיינע שווינדלערייען… היות איך ווייס נישט וואס דער עולם וויל ענדערש הערן אין פרעיאריטעט, וועל איך ווייטער אנגיין מיט מיינע שייגעץ שטיק, און אויסברייטערן דעם ענין פון ארויסצוקריכן פונעם אייגענעם באבל. אבער נאך פאר מ'גיימיר הייסן ארויסקריכן פונעם באבל, לאמיר עס אויפבויען כדבעי.

(דיסקלעימער - דער ארטיקל גרעניצט זיך מיט סעמי-פיליזאפיע, און אויב איינער וויל עס סקיפן, איז כל הכבוד לו, אבער ס'קען בס"ד זייער אסאך צונוץ קומען צו פארשטיין ביזנעס קאנסעפטס).

איך רעד פונעם באבל פון "בשבילי" נברא העולם. דער 'איך' 'מיך' און 'זיך'. אדער דער 'ויגבה לבו בדרכי ה'', 'שמינית שבשמינית' וכו' וכו'.
דער באבל וואס א מענטש מוז זיך אויפבויען צו זיין כאראקטעריסטיש שטארק, ווייל פונקט ווי אויב א פליגער וועט נישט האבן וואו צו לאנדן, וועט עס נישט פליען, די זעלבע איז אויב א מענטש וועט נישט וואו צו שטיין, וועט ער נישט טאנצן. אדער ווי מ'זאגט עס אין ביזנעס, אויב האסטו נישט פאר וואס דו נעמט א שטאנד, א שטעלונג, וועסטו פאלן פאר אלעם.

וועגן דעם דארף מען אויפבלאזן און שטארק אויפבויען דעם באבל אין א געוויסן זין, און ערשט נאכדעם וואס עס איז גענוג שטארק און שטאנדהאפטיג ווען מען קענען ארויסגיין דערפון - ווען ס'וועט זיך אויספעלן. ברצותו מרחיב ומקצר - טאקע ווייל ס'איז גענוג גוט אויפגעבויט.

איז אזוי. דער באבל - פונקט ווי אלע חלקים אינעם מענטש - ווערט קודם אויפגעבויעט פיזיש און דערנאך צוביסלעך גייסטיש.

ווען א קינד ווערט געבוירן איז קיינער נישט פארהאן אויף דער וועלט - נאר ער. זיין מוח קען נאך גארנישט באגרייפן, און פארשטייט נאך גארנישט, אבער זיין מציאות פאדערט נערונג. ער דארף האבן עסן, א בעטל, א ווינדל וכו' וכו' - בקיצור א זייגער מאכער, ווי די וועלט רופט עס. און ער דארף האבן שמשים וואס זאלן אים צושטעלן די אלע זאכן אנדעם וואס ער וועט זיי צושטעלן עפעס אין ריטורן.

ווען אימער ער ברויך ארויסגיין איז - געגאנגען. אפגעזען צו ער איז שיין אנגעטון אדער אינגאנצן אויסגעטון, צי די וועש אדער אלע ווענט וועלן נאס ווערן. איך ברויך יעצט ארויסגיין! און ווען ער איז הונגעריג, צוויי נאכמיטאג אדער צוויי אינמיטן די נאכט, נאך אפאר שעה שלאף אדער נאך אפאר שעה וויינען, דארף ער עסן - יעצט! זאל זיך די וועלט איבערדרייען. זאל יעדער אויפשטיין.

נישט נאר ער טוט עס, נאר די טבע הבריאה העלפט אים צו… פארשער דערציילן אז א קינד'ס געוויין איז אויף אזא פריקווענסי אין וואליום אז עס גייט אריין פאר א מאמע (און א טאטע אויב ער איז אויף…) אין די קישקעס און מען קען עס כמעט נישט דורכטראגן, מ'מוז גיין א קוק טון וואס דאס קינד מאכט.

ווי עלטער א קינד ווערט אלץ ווייניגער שטעלט מען אים צו אויף א גאלדענע טאץ וואס ער דארף, ווען ער דארף און וויפיל ער דארף. מ'דערשרעקט זיך שוין נישט אזוי שטארק ווען ער נודזשעט, און צוביסלעך גייט אים אין קאפ אריין אז ס'איז דא נאך מענטשן אויסער זיך אליין.

און דאס איז ווייל דאס קינד אליין ווייסט שוין באמת מער, און פארשטייט שוין מער, און קען שוין באגרייפן מער. אלס א סייד נאוט, מ'הערט זייער אסאך אז עלטערן ווילן נישט לאזן קינדער טון געוויסע זאכן ווייל "איך האב זיך שוין געלערנט, פארוואס זאל ער נאכאמאל מאכן מיינע מיסטעיקס?". באמת אבער האט די טענה א שטארקע פירכא. שטעל זיך פאר א טאטע/מאמע וועט קיינמאל נישט לאזן דאס קינד אנרירן קיין שטארק קאלטע אדער ווארעמע זאך. אזא קינד גייט זיין א קריפל ווייל דעס קינד קען נישט באגרייפן וואס הייס 'מיינט'. ער דארף דאס 'פילן' אין זיינע ביינער.

ערשט נאכדעם וואס ער האט 'געשפירט' דעם ברי, דעם ציפ, יעצט ווייסט ער שוין…. און ער וועט שוין נישט צולייגן די הענט ווען מ'וועט שרייען: הייססס!

פונקט ווי ס'איז דא אזא פענאמענאן ביי פיזישע פיעלינגס, איז אויך דא אזעלכע מושגים און שכלי און אין געפיל. א מענטש וועט שפירן אן 'עפעס', א קניפ אין בויך, אבער ער גייט נישט וויסן 'וואס' דאס מיינט, ביז ווען זיין מאמע וועט אים זאגן אז דאס הייסט בענעקעניש, גארן, לעכצטן. יעצט ווייסט ער שוין…. ער האט עס געשפריט אין די ביינער. נאך א שרעקעדיגע חלום ווייסט דאס קינד נאר אז ער וויל שלאפן אין טאט'נס בעט. פארוואס? וועגן ווייל! אבער נאכדעם וואס ער ווערט געוואויר דעם באגריף פון פחד, אז דאס וואס באדערט אים 'מיינט' אז מ'האט מורא, ווייסט ער שוין אז ער האט 'מורא' פון א בוגימעען. און מ'קען ארום ארבעטן מיט דעם געפיל.

די זעלבע זאך איז פארהאן אין באגריפן פון פעולות, געוויסע אקטיוויטעטן וואס א מענטש וויל שטארק טון, און ער גייט נישט קענען שלום מאכן מיט'ן מציאות נאר ווען ער פרובירט עס און פאלט דורך, נאר דעמאלט "פארשטייט" ער עס, כאפט פארוואס ס'נישט ראטזאם צו טון נאכאמאל, און גייט ווייטער. און עלטערן דארפן לאזן די קינדער דורכפאלן, און דאס בויעט זיי אויף. דורכ'ן וואטשן צי שטארק אז די קינדער זאלן ח"ו נישט דורכפאלן טוט מען דאס קינד א רעה, אז ער וועט נישט וויסן וויאזוי צו עסן א דורכפאל ח"ו, און אויב וועט ער אמאל דורכפאלן, וועט ער מיינען אז די וועלט עקט זיך. (מענטשן זענען שוין אריינגעפאלן אין טיפע דיפרעסיע פון אזעלכע פעלער ה"י).

ווען א מענטש ווערט אנטוויקלט 'פארשטייט' ער אלע זאכן אין די וועלט לויט ווי זיין קאפ, זיינע געפילן, און זיינע עקספעריענסן און זיינע ידיעות שטעלן אים פאר.

ווען א מענטש וואקסט מער אנטוויקלט זיך דער מוח מער און שטערקער. פארשער האבן געוויזן די יארגאנג וואס קינד הייבט אן כאפן אז אנדערע מענטשן קענען טראכטן אנדערש פון וואס זיי טראכטן. זיי האבן דאס געוויזן אויף אזא וועג, זיי האבן ארויסגעשיקט די מאמע פון שטוב, און גענומען א באקסעלע ראזשינקעס, ארויסגעגאסן די ראזשינקעס און אריינגעלייגט שטיינדלעך, און געפרעגט דאס קינד פון דריי יאר, וואס ליגט דא? האט דאס קינד געזאגט: שטיינדליך.

מ'האט נאכדעם אריינגערופן די מאמע, און געפרעגט דאס קינד וואס די מאמע מיינט אז ס'ליגט אינעם באקסל, און דאס קינד האט געענטפערט שטיינדליך. ביי בערך פיר יאר האבן די קינדער אנגעהויבן ענטפערן אז די מאמע גייט זאגן ראזשינקעס. דאס הייסט אז דאס קינד האט אנגעהויבן צו פארשטיין אזא מציאות, אז אפילו ער ווייסט אז ס'ליגט שטיינדליך אינעם באקסל, און ס'ליגט באמת שטיינדליך אינעם באקסל, גייט אבער די מאמע זאגן ראזשינקעס, ווייל "זי" ווייסט נישט.

דער באגריף איז א שטארקע אנטוויקלונג אינעם מוח כדי צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן ווי א נארמאלער מענטש. אז מענטשן זאלן באגרייפן אז אפילו דו ווייסט עפעס, און דאס איז באמת דער אמת, מיט דעם אלעם קען זיין אבער א צווייטער וואס ביי יענעם גייט "די פאקט" זיין אנדערש ווי דער עכטער פאקט.

איז לכאורה דא א גרויסע קשיא. אויב ווייסט ער עפעס פאר א פאקט - וואס אימער ס'זאל נישט זיין, פארוואס אויב וועט איינער אין בעסמעדרעש זאגן אז די פאקט איז פאלש, און אז ער איז נישט גערעכט, שרייט ער? ער ווייסט דאך דעם פאקט אלס א פאקט, און ער ווייסט אויך אז אפגעזען וואס יענער זאגט אז די פאקט איז, איז דאך דא א מציאות אז צוויי מענטשן קענען האלטן אנדערש לגבי וואס די פאקט איז, און ביידע זאלן זיך שווערן אז זיי זענען גערעכט? פונקט ווי ער און זיין מאמע האבן 'געוויסט' וואס אין שאכטל ליגט. נו, אויב אזוי פארוואס שרייסטו ווען איינער זאגט אנדער?

אויף דעם איז דא צוויי מעגליכקייט, און ביידע קענען זיין אמת.
איינס - ער ווייסט נישט באמת צי ער איז עכט גערעכט. ער האט נישט קיין געדולד דורכצוטראכן אלע פאקטן, אבער ער נעמט אן די זאכן "וואס מאכט סענס" אין זיין קאפ. קומט אויס אז זיינע 'פאקטן' זענען געבויעט אויף זיין 'שכל'. און אויב גייט אפפרעגן זיינע 'פאקטן' האט מען באשלאסן איז ער האט נישט קיין שכל… און דערפאר נוצט ער זיינע חברים צו ווערעפייען זיין 'נארמאלקייט'. איז ווען איינער קומט זאגן אז די פאקט איז פארקערט, אטאקירט יענער זיין קאמען סענס - און דאס קען מען נישט צולאזן בשום אין אופן.

צוויי - ס'פעלט אים נאך א שלב אין מוח אנטוויקלונג. ס'פעלט אים די ערוואקסענע הכרה אז ס'קען זיין אז ביידע זייטן קענען זאגן פונקט פארקערט, און ביידע זענען "פאקטיש" גערעכט…

דהיינו, ביי די מעשה פון די ראזשינקעס איז א פאקט אז יעצט איז דא אין באקסל שטיינדלעך. און די סיבה פארוואס איינער זאגט אז ס'איז דא ראזשינקעס איז ווייל ס'פעלט יענעם א פארט פונעם מציאות - וואס ער ווייסט און יענער נישט. אבער די טענה איז אויף א זאך וואס איז טענדזשיבל, טאפענדיג. ס'איז דא אינעם עולם הגשמי העשיה, און מ'קען עס עפענען און אריינקוקן דערין, און זען.

אבער ווען ס'קומט צו א מיינונג איבער א זאך, איז נישטא דער טעסט פון עפן עס און קוק. ראובן האט איין סברה און שמעון א פארקערטע. און ס'נישטא קיין טעסט קלאר צו שטעלן ווער ס'איז גערעכט - ווייל ----- ביידע זענען גערעכט! יעדער אין זיין קאפ, אין זיין באבל, אין זיין מציאות, און זיין וועלט, אין זיין בשבילי נברא העולם.

פון דעם באבל רעד איך.

להסביר הענין, ס'דא מענטשן (גרויסע טאטעס…) וואס ווען זיי ווילן רעדן פון אסאאאך מענטשן - פון דעם סארט וואס דער אויבערשטער וועט נוצן אלס א מיטל אויפצואוועקן אידן צו תשובה - וועט ער נוצן דעם משל פון "א ביליאן כינעזער" גוים. אין זיין קאפ מיינט דעס "א ריזיגע באנדע געזיכטלאזע מענטש-באשעפענישן" וואס דער אויבערשטער געט א וויש אפ מיט א צונאמי, כדי די אידן זאלן תשובה טון. 'כינע' איז א מוסטער ווי די ווייטע פארשטופטע הרי חושך וואו 'קיינער' גייט 'קיינמאל נישט'… אזא מין האנולולו… דארט ווי מ'שיקט דעם טייוול… ווייל קיינער דרייט זיך נישט דארט…

ווידער פאר אנדערע מענטשן מיינט 'כינע' א לאנד מיט א גרויסע ארבעטס-קראפט, וואו מ'איז שוין אראפגעפארן מערערע מאל, און דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין אויב ס'פאלט א צונאמי איבער שענזען - די גאנצע ביזנעס גייט אים קראכן… דארט זענען נישטא קיין 'ביליאן כינעזער'… דארט זיצן נידזשי, און טשי קיו, גואנג-ציי, טשען, און אנדערע חברה, וואס ארבעטן שווער צו קאווערן זייער חודש - ווייל זייערע עלטערן און שוויגער עלטערן וואוינען ביי זיי אינדערהיים… דעזיינערס, קאנטראקטערס, מאנופעקטשוערעס, פאקערס, שיפפערס און פיפיגע גנבים צו די זייט.

לאמיר נעמען א טיפערע אבער שטארק קאנטראווערשל משל, אבער אויף אן אופן וואס קיינער וועט זיך (האפנטליך) נישט שפירן געטראפן (און מ'וועט עס נישט דארפן מעקן ח"ו…). ראובן זאגט שמעון':

- לאמיר זיך נישט לאזן פאפן. מיין רבי איז נאך אלעם באמת א דערהויבענער מענטש, אבער דיין רבי איז א שווינדלער און א באטריגער. און טיף טיף אין דיין הארץ ווייסטו עס אויך. ס'פאסט דיר נאר נישט מודה צו זיין.
- דו זאגסט מיר דעיס? מיין רבי איז באמת א דערהויבענער מענטש, און דיין רבי איז א שווינדלער און א באטריגער. און טיף טיף אין דיין הארץ ווייסטו עס אויך. ס'פאסט דיר נאר נישט מודה צו זיין.

קענטליך?
שוין אמאל געהערט אין לעבן...?

וואס איז דער אמת?

דער אמת איז אז ביידע זענען באמת גערעכט! (הייב נישט אן שרייען יעצט…. געמיר א טשענס אויסצופירן.)

ראובן וואוינט אין טעגלאש/הודא-טעגלאש און איז אויפגעוואקסן מיט זיין רבי'ן. געהערט פון אים דברי תורה, דברי מוסר, התעוררות, והתחזקות, ביי יעדע שמחה האט זיין רבי באשיינט, און ביי אלע 'רבי'שע' חתונות איז זיין רבי געווען דער זיידע פון די חתן-כלה, און ער האט געטאנצן מצוה טאנץ מיט מורא'דיגע התרוממות, ביי דעם רבי'ן האט ער תשובה געטוען שובבים, און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטש יאר אין די ימי הרחמים והסליחות, און מ'האט געזינגען יחי אדונינו מורינו ורבינו פאר זיין רבי'ן. וכו' וכו'.

פלוצלינג ווערט ער געוואויר אז דער אנדערער רבי האלט גאר אז 'ער' איז דער רבי…. ווער איז ער? א (פיל עס אויס מיט מיאוס'ע ווערטער, יעדער לפי מה שהוא אדם…).

וואס איז דער אמת?

אויב ביסטו אויפגעוואקסן דא (וואו אימער 'דא' איז, מאכט נישט קיין דיפערענץ) האט דער רבי דיר באמת צוגעבינדן צום אויבערשטן, און ווען אימער דו הערסט פון אים א דבר תורה ומוסר, ווערסטו באמת דערנענטערט צום אויבערשטן במציאות. קומט אויס אז ער איז באמת א צדיק און דאס איז באמת דיין צינור והמשכה צו קדושה און רחניות.

פון די אנדערע זייט, ווען האסטו געהערט/געזען/גערעדט פון די 'אנדערע' זייט? נאר ווען ס'האט זיך געקאכט פאליטיק! וואס האט דיר באמת 'יענע' רבי גורם געווען? שנאה, מחלוקת, כעס, מכאובות וכו'. קומט אויס אז במציאות ווען הערסט 'יענעם' רבי'ן ברענגט עס דיר צי צו קאלטקייט, פאליטיק, חשבונות, קאנספיראציעס, וכו' וכו'….

לאמיר אויספירן, ווער איז גערעכט? ביידע זענען במציאות גערעכט - יעדער אין זיין 'וועלט'. ביי אים 'איז' דעס באמת הייליג און די 'אנדערע' באמת פארקערט דערפון. און ביי יענעם 'איז' דעיס באמת הייליג, און די 'אנדערע' פארקערט. (די 'דעיס' און די 'אנדערע' טוישן זיך נאר).

וואס מער דו וועסט ביי דיר אנטוויקלען זיך דעם כוח אין קאפ, און וואס מער און בעסער דו גייסט ארויסהאבן דיין מציאות און דיין אמת, אלץ ווייניגער גייסטו זיך שפירן באדראעט פון א צווייטנס מציאות, און אלץ ווייניגער גייסטו זיך טענה'ן מיט א צווייטן און פרובירן 'אויפווייזן' פאר יענעם צווייטן "דעם אמת" פון א נושא. ווייל דו ווייסט און פארשטייסט אז יעדער האט זיך זיין אייגענעם 'אמת' במציאות גמור, און דו קענסט אים גארנישט אויפווייזן, פונקט ווי דו קענסט נישט טוישן זיין מציאות.

וואס דו קענסט טון בסך הכל (אויב ס'גייט דיר בנפשך…) איז, אריינגיין אין די מסקנות, און די עקספעריענסעס, און די הנחות פון יענעמס אלע מציאות'ער וואס האט יענעם געבויעט יענעם'ס "איך", יענעם'ס וועזן, און ווייזן אז די מעשיות וואס ער דערציילט זיך אן זיין קאפ לעולם ועד איז בסך הכל נאר דאס וואס ער פיטערט זיך אליין, און אויב ער וועט טוישן די מעשיות וועט זיך זיין מציאות טוישן - או אז האסטו א שאנס אז יענער זאל זיך טוישן זיין מיינוג.

אבער דו גייסט פארלירן דיין דראנג יענעם איבערצוצייגן סיי וואס! ווייל דו וועסט משיג זיין און פארשטיין אז אפילו נאכדעם וואס דו גייסט יא 'פארשטיין יענעם' גייסטו אבער נישט מוזן מודה זיין צו יענעם און האלטן אדער טון אזויווי יענער, ווייל נאך אלעם ביסטו דו! און דיין מציאות טוישט זיך נישט בלויז ווייל דו פארשטייסט אז יענער האט אן אנדערע מציאות.

אין אנדערע ווערטער, אפילו נאכדעם וואס ראובן גייט זייער גוט און דורכדרינגליך פארשטיין פארוואס שמעון האלט וויאזוי ער האלט, גייט דעס נישט מכריח זיין ראובן' צו טוישן זיין אייגענע מיינונג. ווייל בסך הכל פארשטייט ער שמעון - פון שמעון'ס קוק ווינקל, אבער ער, ראובן, האט דאך זיין אייגענעם קוק ווינקל פון וואו ער איז ווייטער גערעכט לגבי זיך אליין.

ס'איז בשבילי נברא ה'עולם', יעדער מענטש איז אן 'עולם' מלא, ווייל יעדער מענטש האט אין זיין קאפ זיין אייגענעם באגריף וואס די 'וועלט' מיינט, וואס רוסלאנד איז און וואס כינע באדייט. יעדער מענטש האט אן אייגנארטיגע פולע שפראך וואס "קיינער" אויף דער וועלט רעדט נישט! דהיינו "איך" טייטשט אין מיין וועלט "זאל ער קומען", און יעדער טייטשט דעם ווארט "איך" מיט זיין אייגנארטיגן נאמען.

איך גיי אין 'מיין' בעסמעדרעש, וואס איז אויף 'מיין' בלאק' נעבן 'מיין' געגענט, וואו אלע קינדער וואס דאווענען דארט גייען אויף 'מיין' באס, און וואוינען אין 'מיין' בילדינג.

"מיין טאטע" מיינט ביי איינעם א הויעכער שלאנקען איד מיט א ווייסע בארד, מיט דינע פיאות אנע גלעזער, און ביי א צווייטן מיינט "מיין טאטע" קליין וואקסיגער רינדעכיגער אידל מיט א רויטע איינגעדרייטע בארד. וֹוֹאס מיינט טאקע באמת "מיין טאטע"? ביי יעדעם עפעס אנדערש.

אויב וועסטו באמת וויסן אז "מיין טאטע" קען מיינען מיליאן אנדערע זאכן, גייט גארנישט געשען ווען א צווייטער וועט זאגן אז "מיין טאטע" האט א רויטע בארד, און ער וועט פארשטיין אז ס'איז טאקע אמת - פאר יענעם. ווייל ביי אים גייט ווייטער מיינען "מיין טאטע" איינער מיט א ווייסע בארד…

דאס זאגט די משנה (בדרך אפשר) אם אין אני לי מי, אויב פארשטיי איך נישט די וועלט אזויווי איך פארשטיי עס, ווער נאך קען עס פארשטיין? קיינער! ווייל קיינער איז נישט אין מיין וועלט. נאר איך. בשבילי נברא העולם, מיין אייגנארטיגע וועלט.

אבער, גלייך נאכדעם קומט דער וכשאני לעצמי, מה אני. אויב לעבסטו "נאר" אין דיין וועלט, און דו קריכסט נישט ארויס צו פארשטיין יענעם'ס וועלט, וואס האסטו פון דיין וועלט? וואו גייסטו אנקומען? דו האסט נאר דאס וואס דו האסט, אבער דו גייסט נישט קענען פארשטיין יענעם, און דו גייסט נישט קענען נהנה זיין פון די תוצאות פון פארשטיין יענעם.

די מעגליכקייט פון פארשטיין יענעם מיט יענעמ'ס אויגן, אבער מ'איז נישט מחויב צו טוישן די אייגענע מיינונג צוליב דעם וואס מ'פארשטייט יענעם ווערט אנגערופן 'עמפעטי', עמפאטיע. סימפאטיע איז א מיטגעפיל, עמפאטיע איז נישט קיין מיט געפיל, אבער א מיט-פארשטאנד. אין די ביזנעס וועלט ווערט עס אנגערופן א "פאראדיים שיפט". מ'טוישט גלעזער און מ'קריכט ארויס פון די אייגענע הויט און מ'קוקט אויף א מצב פון א קוק ווינקל פון א צווייטן.

- איך קום ארויס פון מיין הויז און פלוצלינג -- טרעף איך אן יענקל!

רבי, דו ביסט פלוצלינג ארויסגעקומען פון דיין הויז… ווייל יענקל שפאצירט שוין וואכן לאנג איבער גאנץ ניו יארק, און שוין צוויי וואכן צוריק האבן די צייטונגען געמאלדן אז יענקל גייט דורכגיין פארנט פון דיין הויז היינט נאכמיטאג - די זעלבע צייט וואס דו האסט באשלאסן (יענע מינוט) פונקט ארויסצוקומען…. א מענטש טראכט אבער נישט אזוי. יעדער טראכט פון זיך, און רילעיט די גאנצע וועלט צו זיך.

שטעל זיך פאר ווי ס'דא א באבל אין צענטער, און ס'דא באבל צוגעבינדן פון אלע זייטן, אויבן, אונטן, און די זייט, פארנט און הינטן. דו ביסט אינדערמיט. נו וודאי… דיין טאטע/מאמע זענען פון אויבן, דיינע קינדער אונטער דיר. יא? דיינע חברים נעבן דיר - החשוב חשוב קודם, קאסטומער פארנט פון דיר, און קאזינס פון הינטן… אין דיין וועלט ביסטו אינדערמיט, און דיין חבר יענקל דער דריטער צו די רעכטע זייט, און דארט ביי זיין באבל, איז העכער אים זיין טאטע, און אונטער אים זיינע קינדער. יא?

פארוואס איז ער איז דארט דער דריטער - נישט דער צווייטער, נישט דער פערטער, אא"וו? ווייל זיין וויכטיגקייט לגבי דיר איז פונקט אזוי סאך. ער איז "דיין" חבר. ער איז א חלק פון "דיין" וועלט, אויפ'ן דריטן פלאץ.

קריך א רגע ארויס פון דיין באבל און באטראכט די וועלט פון זיין באבל.. דארט איז ער אינדערמיט, און זיין טאטע איז אויבן, און זיינע קינדער אונטן. דו קענסט זיין דער דריטער צו אים, אבער……. ס'קען אויך זיין אז דו ביסט נישט אזוי וויכטיג פאר אים ווי ער איז פאר דיר, און אין זיין וועלט ביסטו דער אכצנטער….

דער באגריף איז זייער וויכטיג אין ביזנעס סיי פאר ארבעטערס און סיי פאר באלעבאטים.

פאר באלעבאטים קומט עס זייער צונוץ אין מארקעטינג - וואס מ'האלט מיר נאכנישט דארט, און מ'וועל מיר צוקומען דערצו בס"ד.

פאר עמפלויאיס האבן מיר שוין יאר מער געדעקט דעם באגריף. ער דארף ארויסקריכן פון זיין באבל נישט נאר כדי צו זיין "געטריי" פאר זיין באס, דאס איז זעלבסט פארשטענדליך (כ'האף אזוי…). ער דארף ארויסקריכן פון זיין באבל כדי צו וויסן וואס 'געטריי' מיינט פונעם קוק ווינקל פונעם באס!

ער קען זיין א פערפעקשאניסט, און ביי אים מיינט געטריי אז אלע אימעילס האבן די ריכטיגע פונקטליכע קאמעס און פעריאדס, און די אונטערשריפט אז פערפעקט, אבער זיין באס פארשטייט אז פאר די מענטשן וועם ער וויל יעצט שיקן אימעיל גייט עס באמת נישט אויסמאכן כי הוא זה, נאר פארקערט - וואס מער פראפעשאנל די אימעיל גייט זיין אלץ ווייניגער גייען די רעסיפיענטס עס פארשטיין…

מ'דארף קוקן אויף אלעם און אלעס פונעם שטאנדפונקט און די גלעזער פונעם באס, און טון דאס וואס דער באס האלט אז די בעסטע צו טון, און דעמאלטס וועט דער באס נאטורליך און אויטאמאטיש דיר געבן א פרייערע האנט, ווייל אונטער זיין באוואוסטזין וועט ער "איינזען" אז דו ביסט אן אחריות'דיגער מענטש - און 'אחריות' מיינט לויט ס'גייט אין 'זיין' סדרה….

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 8:46 pm
דורך לכאורה
נבהל ונשתומם צו ווערן פון דיין געשמאקע שריפט און רייכע ווערק, קיעפ דעם קאמינג.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 8:55 pm
דורך ידיד
WOW WOW!!!

הערליך קלאר צולייגט! געשמאקע זאפטיגע שפראך!
אפי' פון מיין באבל ביזטו דער נומער איינס שרייבער אויף אייוועלט...

יישר כח!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער שיין! סיי די תוכן און סיי אראפגעלייגט.

לאמיר פארשטיין.

וואס טוט זיך אבער ווען יענעמ'ס פאקט, איז נישט געבויט אויף א ידיעה אדער געפיל וואס ער האט, נאר פון א חיסרון אין פארשטאנד אדער ידיעה? און במציאות זעהט מען אז מענטשען טוישען זיך זייער מיינונג נאכען עס דורכשמוסען, אפי' ער האט מיט א פעסטקייט געהאלטן אז די "פאקט" איז ווי ער זאגט.

איז אין אלגעמיין ביסטו זייער גערעכט, און דיין אויספיר אז עס איז דא "מיין אמת" און "דעם שכנ'ס אמת" איז געווענדליך אמת! און אז איינזעהן און באגרייפען אט די פאקט פון די "צוויי אמת'ן" איז א וויכטיגע און קריטישע טול אין לעבן, איז אויך אמת (דאס איז גראדע מן הסתם אלץ אמת, אפי' יענער איז באמת איינגערעדט, ווייל געווענדליך וועסטו נישט קענען איבערווייזען, ווייל עס איז נישט קיין ראזשינקע באקסל...).

אבער כ'מיין אינעם "דאול אמת" איז אמאל דא א אויסנאם.

ישר כח, נאכאמאל זייער שיין.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:02 pm
דורך בערקא
באצויבערנדער שריפט, רייכע ווערק!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:09 pm
דורך איפה פייביש
ישר כח!!

געוואלדיג געוואלדיג!!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:13 pm
דורך מילכיגער
מורא׳דיג. שיין. בראווא!!!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:17 pm
דורך אַבּערוואַס
וואאו!! זאלער?! וואסי נעקסט? דו געסט דאך נישט קיין פלאץ נישט נתפעל צו ווערן! אזוי שיין אין קלאר, קיפ אפ יור גוד ווארק!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:25 pm
דורך אַבּערוואַס
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער שיין! סיי די תוכן און סיי אראפגעלייגט.

לאמיר פארשטיין.

וואס טוט זיך אבער ווען יענעמ'ס פאקט, איז נישט געבויט אויף א ידיעה אדער געפיל וואס ער האט, נאר פון א חיסרון אין פארשטאנד אדער ידיעה? און במציאות זעהט מען אז מענטשען טוישען זיך זייער מיינונג נאכען עס דורכשמוסען, אפי' ער האט מיט א פעסטקייט געהאלטן אז די "פאקט" איז ווי ער זאגט.

איז אין אלגעמיין ביסטו זייער גערעכט, און דיין אויספיר אז עס איז דא "מיין אמת" און "דעם שכנ'ס אמת" איז געווענדליך אמת! און אז איינזעהן און באגרייפען אט די פאקט פון די "צוויי אמת'ן" איז א וויכטיגע און קריטישע טול אין לעבן, איז אויך אמת (דאס איז גראדע מן הסתם אלץ אמת, אפי' יענער איז באמת איינגערעדט, ווייל געווענדליך וועסטו נישט קענען איבערווייזען, ווייל עס איז נישט קיין ראזשינקע באקסל...).

אבער כ'מיין אינעם "דאול אמת" איז אמאל דא א אויסנאם.

ישר כח, נאכאמאל זייער שיין.

דאס אידאך דער משל מיט די ראזשינקעס, ניין? און דערויף האט דאך זאלער געזאגט אז מ'קען יענעם אויסרעדן די פאקטן, כדי יענער זאל פארשטיין, נאר טוישן קאן מען נישט, ווייל יענער איז יענער און דו ביסט דו!

אגב, כ'האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם דעם הייליגן שפת אמת, ער טייטשט די משנה אין אבות "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו" לייגט ער צו "ולמקומו לעולם אינך מגיע", ממילא איז באמת קיינמאל שייך דן צו זיין יענעם! ווייל אפגעזען וואס דו וועסט האבן ענליך צו יענעם אז דו וועסט טראכטן צו דיר אליינס, כ'בין דאך ממש אין זיין מצב, איז נאך פארט אלעמאל דא פרטים וואס זיין פערסאנעליטי סביבה וכדו' איז יא אנדערש ווי דיינער, וכדברי זאלער, ודפח"ח.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:42 pm
דורך שוועמל
הנאה געהאט פון דעם אם אין אני לי מי לי טייטש. דאס איז וויכטיג אין מיין באבל געווען.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:42 pm
דורך למעלה משבעים
WOW, הערליך הערליך שיין, געוואלדיג!!!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:49 pm
דורך א גראם מיט טעם
לכאורה האט געשריבן:נבהל ונשתומם צו ווערן פון דיין געשמאקע שריפט און רייכע ווערק, קיעפ דעם קאמינג.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:51 pm
דורך זאל ער קומען
אַבּערוואַס האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער שיין! סיי די תוכן און סיי אראפגעלייגט.
לאמיר פארשטיין.
וואס טוט זיך אבער ווען יענעמ'ס פאקט, איז נישט געבויט אויף א ידיעה אדער געפיל וואס ער האט, נאר פון א חיסרון אין פארשטאנד אדער ידיעה? און במציאות זעהט מען אז מענטשען טוישען זיך זייער מיינונג נאכען עס דורכשמוסען, אפי' ער האט מיט א פעסטקייט געהאלטן אז די "פאקט" איז ווי ער זאגט.
איז אין אלגעמיין ביסטו זייער גערעכט, און דיין אויספיר אז עס איז דא "מיין אמת" און "דעם שכנ'ס אמת" איז געווענדליך אמת! און אז איינזעהן און באגרייפען אט די פאקט פון די "צוויי אמת'ן" איז א וויכטיגע און קריטישע טול אין לעבן, איז אויך אמת (דאס איז גראדע מן הסתם אלץ אמת, אפי' יענער איז באמת איינגערעדט, ווייל געווענדליך וועסטו נישט קענען איבערווייזען, ווייל עס איז נישט קיין ראזשינקע באקסל...).
אבער כ'מיין אינעם "דאול אמת" איז אמאל דא א אויסנאם.
ישר כח, נאכאמאל זייער שיין.

דאס אידאך דער משל מיט די ראזשינקעס, ניין? און דערויף האט דאך זאלער געזאגט אז מ'קען יענעם אויסרעדן די פאקטן, כדי יענער זאל פארשטיין, נאר טוישן קאן מען נישט, ווייל יענער איז יענער און דו ביסט דו!
אגב, כ'האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם דעם הייליגן שפת אמת, ער טייטשט די משנה אין אבות "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו" לייגט ער צו "ולמקומו לעולם אינך מגיע", ממילא איז באמת קיינמאל שייך דן צו זיין יענעם! ווייל אפגעזען וואס דו וועסט האבן ענליך צו יענעם אז דו וועסט טראכטן צו דיר אליינס, כ'בין דאך ממש אין זיין מצב, איז נאך פארט אלעמאל דא פרטים וואס זיין פערסאנעליטי סביבה וכדו' איז יא אנדערש ווי דיינער, וכדברי זאלער, ודפח"ח.

יש"כ פאר'ן באדאנקען.
לכתחילה, איך האב קודם געלייגט די יסודות. נאכדעם קען מען בויען בנינים…
איינס פון די גאר וויכטיגע פונקטן אין ביזנעס איז דאך ממש דאס - איבערמאכן יענעם. אויף צו קויפן, אויף נישט צוריקצובעטן קיין געלט, נעגאושיעישנס צווישן ארבעטער, ארבעטער און ארבעטס-געבער, און איבעראל קומט אריין די שאלה: וויאזוי קען מען יא איבערמאכן יענעם?
ווי דו זעסט, גייט עס ווערן אויסגעשמועס אין די לענג און אין די ברייט בס"ד. אין גאר גאר קורץ: קודם, פארשטיי יענעם! גיי אריין אין זיי באבל.
איינמאל איז מסודר אז ער איז 'נארמאל', און שפירט זיך פארשטאנען, דארף ער שוין נישט באשיצן זיין מיינונג, איז ער שוין אפן צו פארשטיין דיין קוק ווינקל פון 'דיין' זייט, און ערשט דאן קען ער באשלוסן אז ס'איז גארנישט אזוי שלעכט דיין וויו-פוינט, און ס'איז נישט דייקא אזוי גוט פון זיי וויו-פוינט… ווען מ'וויל אנפילן א קריגל מיט צוקער, אבער ס'האט זיך אריינגעזעצט שטיינדלעך דערין, דארף מען קודם ארויסשאקלען אלע שטיינדלעך און ערשט דערנאך קען מען עס אנפילן מיט צוקער. אויב וועסטו אריינשטופן די צוקער פאר דו וועסט ארויסלאזן די שטיינדלעך - וועסטו נאר נאך טיפער אריינגראבן די שטיינדלעך אינעם קריגל און ס'וועט נאך שווערער עס ארויסצוזען פון דארט.

אבערוואס, דער ספורנו שרייבט די זעלבע זאך, און איך פארשטיי עס אויך אזוי, און מיט א יתר ביאור מיט נאך אן הוספה.
יענקל טעקסט עפעס אינמיטן מנחה.
- נעבעך. היינטיגע צייטן. איי די דורות… קרעכצט שמואליק.
אינמיטן מעריב, און שמואליך טעעעעקסט פעסט.
קום איך צו: יא, די דורות… היינטיגע צייטן…
- וואס רעדסטו? איך טעקסט נישט! איך האב נאר געענטפערט מיין טאטן אז איך קען אים נישט יעצט אויפפיקן.
- און יענקל? אפשר האט ער אויך געטעקסט זיין טאט'ן אז ער קען אים נישט אויפפיקן?

פון שמואליק'ס באבל האט יענקל געטעקסט, ווייל דאס זעט ער פון וואו ער שטייט, אבער ער אליין טעקסט "קיינמאל נישט". ער "זאגט" נאר וויכטיגע זאכן פאר מענטשן….

ולעולם לא תגיע, דו גייסט קיינמאל נישט באמת אנקומען צו 'פארשטיין' באמת וואס יענער האט "עכט" געטוען בשעת ווען דו האסט אים געזען טון עפעס.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
פיין, פארשטיי איך.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 9:59 pm
דורך נישט
זאלער נאך די אלע קאמפלימענט'ס, האבעך שוין עכט נישט וואס צוצולייגן
אבער איין זאך בעהט איך דיר לאז עס נישט אין די שמאלע ראמען פון א ביזנעס שמועס,
דאס א שטוק מוסר, א שטוק שלום בית,
עמממ כ'הייב שוין אן צוטראכטן אז די ביסט אויכעט א שלום בית קאנסאלטענעט,

נו! ווען געסטו איבער דיינע "פראדאקטיוו קורסן",??
כ'מיין אויף דיינע פרודאקטיוו, וועט יעדער מודה זיין אז ס'איז "פראדאקטיוו", אז מען קען עס נישט הערן אויף קול הלשון, און אז ס'איז ווערט די פרייז

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 10:08 pm
דורך זאל ער קומען
נישט האט געשריבן:זאלער נאך די אלע קאמפלימענט'ס, האבעך שוין עכט נישט וואס צוצולייגן
אבער איין זאך בעהט איך דיר לאז עס נישט אין די שמאלע ראמען פון א ביזנעס שמועס,
דאס א שטוק מוסר, א שטוק שלום בית,
עמממ כ'הייב שוין אן צוטראכטן אז די ביסט אויכעט א שלום בית קאנסאלטענעט,
נו! ווען געסטו איבער דיינע "פראדאקטיוו קורסן",??
כ'מיין אויף דיינע פרודאקטיוו, וועט יעדער מודה זיין אז ס'איז "פראדאקטיוו", אז מען קען עס נישט הערן אויף קול הלשון, און אז ס'איז ווערט די פרייז

איך פארשטיי דיך אינגאנצן נישט…
דו האלסט אינמיטן באקומען -- דיין שנויצן איז נאך אינגאנצן פארשמיט מיט די קריעם פונעם גרויסן סלייס 'פראדוקטיוו קורס' וואס איז געליפערט געווארן וויא די "אידישע וועלט" דורך אן ארטיקל מיט'ן נאמען "די נייע גלעזער - פאראדיים שיפט" - ועוד אכלם בפיהם, און דו פרעגסט: נו! ווען געסטו איבער דיינע "פראדאקטיוו קורסן"?

כ'מיין אז זאלסט אנטון די נייע גלעזער…

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 10:13 pm
דורך נישט
זאל ער קומען האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:זאלער נאך די אלע קאמפלימענט'ס, האבעך שוין עכט נישט וואס צוצולייגן
אבער איין זאך בעהט איך דיר לאז עס נישט אין די שמאלע ראמען פון א ביזנעס שמועס,
דאס א שטוק מוסר, א שטוק שלום בית,
עמממ כ'הייב שוין אן צוטראכטן אז די ביסט אויכעט א שלום בית קאנסאלטענעט,
נו! ווען געסטו איבער דיינע "פראדאקטיוו קורסן",??
כ'מיין אויף דיינע פרודאקטיוו, וועט יעדער מודה זיין אז ס'איז "פראדאקטיוו", אז מען קען עס נישט הערן אויף קול הלשון, און אז ס'איז ווערט די פרייז

איך פארשטיי דיך אינגאנצן נישט…
דו האלסט אינמיטן באקומען -- דיין שנויצן איז נאך אינגאנצן פארשמיט מיט די קריעם פונעם גרויסן סלייס 'פראדוקטיוו קורס' וואס איז געליפערט געווארן וויא די "אידישע וועלט" דורך אן ארטיקל מיט'ן נאמען "די נייע גלעזער - פאראדיים שיפט" - ועוד אכלם בפיהם, און דו פרעגסט: נו! ווען געסטו איבער דיינע "פראדאקטיוו קורסן"?

כ'מיין אז זאלסט אנטון די נייע גלעזער…

גוט!
ס'האט נאר איין חסרון די בעטס נישט קיין געלט... וואס לויט... העלפט עס נישט נאר אויב מען באצאלט תבין ותקילין

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 10:25 pm
דורך זאל ער קומען
… איז גערעכט… ס'באמת נישט ווערד אויב מ'בעט נישט באצאלט. ווייל… טשעינזש איז שווער, און אויב צאלט מען נישט - גייט מען עס נישט טון. --> און אויב גייט מען עס נישט טון --> איז עס באמת גארנישט ווערד…
איי אויב אזוי פארוואס שרייב איך?
מיין מגי"ש פלעגט זאגן, מ'דארף לערנען שו"ע צו וויסן וואס מ'דארף פרעגן דעם דיין…
ס'גייט אריין אין קאפ צו פארשטיין אז ס'דא וועמען צו פרעגן די זאכן, און מ'קען דערויף באקומען הילף. מ'מוז זיך נישט מוטשען גאנץ לעבן ווייל ס'איז סייווי באשערט זיך צו מוטשען.
---------------
מענין לענין, כ'האב געהערט פון הרב ראבינאוויטש וואס האקט אויף די טעקס מעדזשעס, אז ער האט געפרעגט א בחור וואס איז געגאנגען ארבעטן פארוואס ער טוט עס, זאגט אים דער בחור, פרנסה.. מ'גייטעך חתונה האבן און מ'דארף האבן פון וואו צו ציען חיונה.
- אבער אויב א בחור ארבעט גייט אים שווערער א שידוך?
- דער אויבערשטער האט אנגעשריבן פאר יעדן איינעם בת פלוני לפלוני…

וואס ער וויל טון טוט ער סייווי, און וואס ער האלט נישט ביים טון האט ער בטחון, און קומט אפ מיט זיך מוטשען. טריי איינמאל אים נישט צו באצאלן א פינעווער….

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 12:42 am
דורך מי חכם
געוואלדיג! זייער שיין. איך (ממרום הבועה בתוכה אני חי) האב זייער הנאה געהאט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 4:06 am
דורך null
געוואלדיג
כ'האב אמאל געהערט ..חייב לאמר בישבילי נברא העולם, יא יא געדענק אבער אז א צווייטער האט אויך דעם חיוב

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 7:33 am
דורך זאל ער קומען
null האט געשריבן:געוואלדיג
כ'האב אמאל געהערט ..חייב לאמר בישבילי נברא העולם, יא יא געדענק אבער אז א צווייטער האט אויך דעם חיוב

ואהבת לריעך - האב אים ליב און ווייס אז ער איז אויך א גאנצע וועלט, כמוך - פונקט ווי דו אין דיין וועלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 12:08 pm
דורך גלייכגילטיג
זאלער!! עמעזינג!

עס איז מיר נאכנישט אויסגעקומען דורכצוליינען א לאנגע ארטיקל פון דיר, ווייל דיינע ווערק זענען היפש לאנג, און איך פארמאג נישט צופיל צייט און נערווען צו ליינען. אבער יעצט האב איך באשלאסן אז איינמאל מוז איך לעזן א גאנץ ארטיקל. ווען עס וואלט נאר געווען דיין רייכע זאפטיגע שפראך - אפילו דו זאלסט ווען האבן געשריבן א רעסעפי פון א לאקשן-קוגל... דיינו! ווען עס וואלט נאר געווען די שטארקע נקודות וואס דו האסט ממחיש געווען אזוי קלאר איז אויך דיינו! ווען מען וואלט נאר געבליבן מיט די פילע משלים און ווערטלעך וואס עס איז אריינגעפלאכטן אינדערמיט איז ווידער דיינו.

זינגטס אלע!... על אחת כמה וכמה וכמה...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 1:09 pm
דורך אנעים זמירות
ייש"כ. עס איז מיר שווער יעצט מגיב צו זיין ווארום איך נוץ דעם סעל (אי"ה ווען כ'וועל זיין ביים קאמפיוטער), אבער עכ"פ באדאנקען מוז איך זיכער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 3:52 pm
דורך מזויף מתוכו
הרב זאלער, כ"קאן אייך גארנישט ארויסברענגען וואס אייערע ארטיקלען מיינען פאר מיר און מיינע ארומיגע, ובפרט אייערע ביזנעס גיידנעס, איך אלס בעל הבית פון א ביזנעס לערן אדורך איירע שיעורים בעיון רב, מגיימער עס דורך מיט די ארבייטער דערנאך פראביר מיר דאס צו פראקטעצירען, און כוועל אייך דא זאגען בפה מלא יור סמארט ווארדס ווארקס וואנדערס!! אין די קורצע תקופה זייט איר פאר"זיסט אינזער וועלטעל האמיר ב"ה געזען געוואלדיגע שיניוים לטובה, זאל דער פון אויבן אייך באצאלן כמפעלכם הטוב, און שאצט נישט אונטער אייער ווערק, דער עולם קען קוים ווארטען אויף נאך און נאך,,,,,,

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 6:05 pm
דורך זאל ער קומען
מזויף מתוכו האט געשריבן:הרב זאלער, כ"קאן אייך גארנישט ארויסברענגען וואס אייערע ארטיקלען מיינען פאר מיר און מיינע ארומיגע, ובפרט אייערע ביזנעס גיידנעס, איך אלס בעל הבית פון א ביזנעס לערן אדורך איירע שיעורים בעיון רב, מגיימער עס דורך מיט די ארבייטער דערנאך פראביר מיר דאס צו פראקטעצירען, און כוועל אייך דא זאגען בפה מלא יור סמארט ווארדס ווארקס וואנדערס!! אין די קורצע תקופה זייט איר פאר"זיסט אינזער וועלטעל האמיר ב"ה געזען געוואלדיגע שיניוים לטובה, זאל דער פון אויבן אייך באצאלן כמפעלכם הטוב, און שאצט נישט אונטער אייער ווערק, דער עולם קען קוים ווארטען אויף נאך און נאך,,,,,,

שלום עליכם, הרב מזויף מתוכו. (זייער נישט קיין שיינער שלום עליכם, אבער… פרעג חיים שטינקאוויטש וויאזוי צו טוישן דעם נאמען…).
וואס איז מיר אינטערסאנט - און זייער א גרויס כבוד אז דו ליינסט שוין דא אין די וועלט א לאנגע צייט, און דו רופסט עס שוין "אינזער וועלטעל", אבער איך בין געווען דער ערשטער די איבערוועגן אז דו זאלסט זיך נעמען שרייבן אויך… און דייקא מיט די באבל ארטיקל גאר…
א שיינעם דאנק, און איך וואונטש אייך אלעס גוטס.
דערווייל באצאלט נאר דער פון אויבן פאר דיינע סעשנס (און ער זאל ווייטער), אבער ווען דו וועסט שוין מאכן זייער אסאך געלט, קאנטאקט מיר אין אישי… וועסטו קענען זיין דער שליח מן השמים מיט'ן באצאלן אויך….