איך בין זאט פארן טאג, קראכטס אלע!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

איך בין זאט פארן טאג, קראכטס אלע!

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יולי 13, 2014 2:55 pm

איך בין היינט אויפגעשטאנען אין אן אויסנאם גוטע גיסטע, די סיבה דערצו ווייס איך שוין פון נעכטן נאכט און מיט פרייליכע טריט האב איך געשפאנט צו מיין שול'כל וואו איך וועל קענען אויספירן מיין טרוים. איך לויף אין מקוה און פלינקערהייט לויף איך צום דאווענען שטיבל און איך כאף דעם ברעטל, יעעס! די ברעטל איז מיינס! יעצט גייט יעדער אינעם מנין ליגן אונטער מיינע הענט און איך גיי טון וואס איך וויל מיט זיי. מיין פלאן גייט אריין אין אפעקט, מ'גייט דאווענען שטייט, אבער נישט סתם שטייט, איך רעד פון זייעער שטייט. חחח איך ווייס אז ס'גייט גיין אויף די נערווען פון כמעט אלע מיינע מיטדאווענערס אבער וועם גייט עס אן? היינט איז מיין טאג און איך טו מיטן ברעטל וואס מיין הארץ באגערט.

איך זאג ברכות, פארענט, יעדעס ווארט קלאר און דייטליך, ווען די מנין איז שוין פיל און יעדער ווארט אויף קדיש פאנג איך אן רבי ישמאל נאכן זיכער מאכן אז די דרייצן כללים שטימען פאנג איך אן קדיש.
אריין אין פסוקי דזמרה מיט אן אויסטערלישע מתינות דער עולם כאפט נאכנישט אז איך נעם זיי אויף א רייד אבער נישט געזארגט זיי וועלן שנעל כאפן. ס'גייט דורך א גוטע פיפצן מינוט ביז איך הער ס'ווערט ממש שטיל און יעדער ווארט איך זאל אויסלאזן מלך יחיד אבער איך לאך און שריי והיה ה' למלך על כל הארץ.. חחחח..
ישתבח איז אביסל שווער צו שלעפן ווייל מ'דארף זאגן בנשימה אחת אבער נישט געזארגט פארדעם און נאכדעם איז דא גענוג וואו אויסצוציען..
איך מיש שוין די בלעטער צו ציילן ווען מ'קומט אן צו קריאת שמע, דארט איז מיין בעסטע פלאץ ווייל דארט 'שטייט דאך אין ש"ע אז מ'מוז פעניען' . איך זאג יעדעס ווארט שטייט און קלאר אז אפילו א טויטע טויבער זאל וויסן די חילוק פון א 'ח' און א 'כ'. יא, איך הער אז ס'איז שטיל אונטער מיר און יעדער ווארט, אבער איך האלט נאך ביי למען ירבו און ווי קען איך ארויסלאזן אזא גוט שטיקל נערווען שפיל פון מיינע הענט? ס'שפירט זיך ווי איך האלט אסאך אויסגעצויגענע ראבערס אין מיינע הענט און ווען איך וויל לאז איך זיי אויס און יעדער אינעם מנין כאפט די ציפ... ענדליך נאכן איינזען אז דער עולם ווארט באמת האב איך אויסגעלאזט די ראבער און געלאזט דעם עולם גיין ווייטער.
פון הונטער מיר הער איך איינעם האקן מיט די באנק און שרייען "לעמו ישראל בעת..." חחח זאג אים אז איך האלט נאך ביי זרע ישראל עבדיך און ער האט נישט וואו צו לויפן.

שטילע שמ"ע איז מיין גאלדן גריב, קיינער ווייסט נישט וואס איך טו, איך קען זאגן קאפיטל קי"ט מיט נשמת און די יום תהלים און קיינער גייט נישט וויסן.. חחח יעדער שטייט שטיל און ווארט אויף??? מיר,,!!

נאכן אויסציען ביזן קלימאקס טרעט איך אויס און שטאטערהייט נעם איך זיך ציילן צו איך האב תשעה עונין. איך צייל זייער שטייט מיט די טלית איבערגעווארפן כמעט ביזן ברוסט קאסטן אינמיטן ציילן כאף איך זיך אז איך האב בטעות געציילט 'איינס צוויי דריי' אנשטאט הושיעה את עמך.. איך זאג שנעל דריי מאל ברוך שם און איך נעם זיך איבערציילן.. ביי די צווייטע 'את' בין איך געווארן צומישט, אבער נישט געפערליך מ'קען איבערציילן..
הויעכע שמ"ע האב איך געוואלט ברעכן מיין אייגן רעקארד און זיכער געמאכט עס צו מאכן אין אכט מינוט. ווען איך האב געענדיגעט בין איך געווען זיכער אז יעדער גייט קלאטשן אבער פאר סאם ריזן האבן זיי נישט, כ'ווייס נישט פארוואס.

פארשטייט זיך אז אשרי מיט די יום האט גענומען חדשים לאנג ווייל פארוואס דען נישט?

אבער וואס מיך באדערט איז אז נאך קוה האב איך זיך אויסגעדרייט צו זאגן קדיש און זיך געטראפן אן מנין, דאס איז חוצפה! וואן יאגן זיך די היינטיגע אינגווארג? אביסל דרך ארץ פאר א דאווענען קענען זיי נישט האבן? וואו איז זייער חינוך?

צום שלוס, איך בין זאט פאר היינט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 13, 2014 2:58 pm

איך ווייס גראדע יא דעם ענטפער אויף די שטילקייט וואס האט געהערשט אין שוהל נאך דיין אויסטרעטן פון די הויכע שמונה עשרה, וויאזוי האסטו געוואלט אז דאס ליידיגע חלל הבית המדרש זאל דיך קלאטשן מיט די הענט?...

כ'פארשטיי אז האסט מסתמא א גוטע סיבה געהאט צו שרייבן אז הערשט ביי קוה אל ה' איז דאס שוהל ליידיג געווארן, אבער פאקט בלייבט פאקט אז ווי נאר דו האסט געזאגט המברך את עמו ישראל בשלום, האט דאס פאלק ישראל געמאכט א ויברח לחיים ולשלום.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 13, 2014 2:59 pm

פאר איך ליין נאך... צום קעפל,

1) איך אויך!

2) און כ'האלט נישט דערביי!

היצט קען מען גיין ליינען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 13, 2014 3:01 pm

אופס... יעצט געליינט, נא, גילו..... יעצט ווייסעך שוין ווער דו ביסט, און מען וועלעך מיט דיין מנין מערצעשעם נישט דאווענען (בל"ד...)

חחח!! גוט איז גוט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג יולי 13, 2014 3:03 pm

געלעגער ;l;p-

די הייליגע חז"ל האבן געהאט גאר א ווייטן בליק אז זיי האבן נישט מתקן געווען קיין קריאת התורה אויף זונטאג...

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » זונטאג יולי 13, 2014 3:08 pm

גראדע בין איך דאסמאל יא געווען פון די קלאטשערס (וואס פאר סאם ריזען האסט עפעס פונקט דאס נישט געוואלט הערן...), נאר נישט מיט די גאנצע האנט פלאך איינס צום אנדערן, נאר מיט די מיטלסטע אצבע אויפן האנט פלאך, אווי צו ווינקען; "נו?! הייב שוין אן הויכע שעמוינעסרע!! ווילאנג דארף מען ווארטן?!!"....

נעקסטיים איך זע דיר אין סמעדריש ביים ברעטל, וועסטו פאר א רפואה נישט האבן קיין מנין..
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5960
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג יולי 13, 2014 3:12 pm

זאג! האסטו פארלוירן דיין טאטש?

כמיין, גוט איז גוט...! אבער ב"ה לא אלמן ישראל, איך האב מיר געטראפן עפעס א געלעגע"ר - מיין שכן'ס טלית אויפן ביבער הוט, און פיין דורכגעשלאפן דעם לאנגן שמו"ע...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג יולי 13, 2014 3:21 pm

חחח גאר גוט
האסט טאקע פארשטאנען אלע דרייצען מידות ?

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג יולי 13, 2014 3:29 pm

כאף ס'איז נישט געווען ביים 6'סער מנין
דארט, ווייס איך נישט צו וואלסט ארויס מיט גאנצע גלידער
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג יולי 13, 2014 3:41 pm

אן ארטיקעל ווי פינעם אמאל!!!!!
נהנתי!
קיעפ איט קאמינג...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » זונטאג יולי 13, 2014 3:52 pm

געלעגער האט געשריבן:איך מיש שוין די בלעטער צו ציילן ווען מ'קומט אן צו קריאת שמע, דארט איז מיין בעסטע פלאץ ווייל דארט 'שטייט דאך אין ש"ע אז מ'מוז פעניען' . איך זאג יעדעס ווארט שטייט און קלאר אז אפילו א טויטע טויבער זאל וויסן די חילוק פון א 'ח' און א 'כ'.

דערמאנסט מיר פון דעם ליטא'ניק וואס האט זיך ארומגעמוטשעט מיטן ד' פון אחד, "אחד..ד-ד-ד, אחד-ד-ד-ד-ד, אחחחדד-ד-ד-ד-ד-ד-ד-ד-ד! "די לייק דעוויד!!!"

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » זונטאג יולי 13, 2014 4:03 pm

יאפ, נאכן לייענען אזא ארטיקל זעמער אויך זאט פארן טאג! איי ס'איז פארוואלקענט אינדרויסן? איי ס'איז זונטאג?...קראכטס אלע!

נאך אזא דאווענען; זיכער גע'פועל'ט!...
לעצט פאראכטן דורך רייזענדער אום זונטאג יולי 13, 2014 4:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » זונטאג יולי 13, 2014 4:04 pm

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:איך מיש שוין די בלעטער צו ציילן ווען מ'קומט אן צו קריאת שמע, דארט איז מיין בעסטע פלאץ ווייל דארט 'שטייט דאך אין ש"ע אז מ'מוז פעניען' . איך זאג יעדעס ווארט שטייט און קלאר אז אפילו א טויטע טויבער זאל וויסן די חילוק פון א 'ח' און א 'כ'.

דערמאנסט מיר פון דעם ליטא'ניק וואס האט זיך ארומגעמוטשעט מיטן ד' פון אחד, "אחד..ד-ד-ד, אחד-ד-ד-ד-ד, אחחחדד-ד-ד-ד-ד-ד-ד-ד-ד! "די לייק דעוויד!!!"

יויש :lol:

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4611
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יולי 13, 2014 4:08 pm

איינער זאגט מיר דאס זיין מנין איז היינט באשטאנען פון 3 מנינים... נעמליך ס'אציך געביטן פערזאנען אינצווישן...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יולי 13, 2014 4:11 pm

חחח, א דאנק פארן מיר מאכן לאכן אין א גרינעם זונטאג, אויסנאם גוט!

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » זונטאג יולי 13, 2014 4:17 pm

איך וואלט מיך אוועק געשטעלט אין אנגעהויבן הויכע שמו"ע

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יולי 13, 2014 4:20 pm

אויך מיר א חכמה....
יאך טוה עס אילע טאג
די חידוש איז מיר, די חברה קומען נאך צוריק יעדן טאג צו מיין מנין.... פערדן וואס זיי זענען....

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג יולי 13, 2014 4:24 pm

געלעגער האט געשריבן:הויעכע שמ"ע האב איך געוואלט ברעכן מיין אייגן רעקארד און זיכער געמאכט עס צו מאכן אין אכט מינוט. ווען איך האב געענדיגעט בין איך געווען זיכער אז יעדער גייט קלאטשן אבער פאר סאם ריזן האבן זיי נישט, כ'ווייס נישט פארוואס.

גיי קוק ביי די תיקון טיש, באלד האסטו נישט פון וועם אפצונעמען לחיים.....


=====
זעהט זיך אויס אז דער בע"ת ביי דיין האט געכאפט א שפאנציער אויף דיינע געהירן..... האסטו מהפך געווען מדת רוגז ל'שמייכל', און אנשטאט צו שימפן פאר דריי שעה, האסטו זיך אויסגעגעבן מיט א זאפטיג שטיקל 'גלעגער', איי העוו טו טעל יו, 'גרעיט דזשאב'

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג יולי 13, 2014 6:39 pm

געלעגער,
קלעפ וועסטו כאפען! מ'עט דיך אפצאלען פאר אלע נאסע בעלי תפלה וועלכע מיינען זיי זענען חזנים אין ביהכ"נ הגדול און דער גאנצע עולם האט נישט בעסער וואס צו טוהן ווי אויסהערען זייערע מתיקות און נעימות...

זאפטיג אראפגעלייגט, און אזוי אמת אויך. (איך האב זיך אמאל אפגערעדט אויף די בעלי תפלה, אבער נישט קיין הונדערטסטעל פון וואספארא דזשאב דו האסט געמאכט.)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » זונטאג יולי 13, 2014 7:00 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol:
חחחחחח
האסט נישט געפילט ווי כ'שלעפ דיר דעם טלית אינמיטן שמו"ע !?
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג יולי 13, 2014 8:50 pm

נאכן ווייזן די ארטיקל פארן פלוינתטע פארשטייט זי שוין פארוואס היינט זעמיר אהיים געקומען אזורי פארחלשט הונגעריג
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יולי 13, 2014 9:30 pm

יוישש געלעגער כאכא כא...
וואו דאווענסטו יעדן טאג איך זוך שוין לאנג אזא מנין, זאלן די יאגערס פלאצן!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

כרם
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » זונטאג יולי 13, 2014 9:46 pm

היסטאריע! אלע חברים דא האבן היינט געדאוונט אין איין מנין

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 13, 2014 11:09 pm

אלע זענען שוין זאט געווארן ביי שטילע שמוינענעסרע

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מאנטאג יולי 14, 2014 10:55 am

געלעגער, קוקט אויס האסטעך נישט געלערנט פון נעכטן, און היינט נאכאמאל צוגעוואקט צום עמוד על אפי וחמתי.
וויזוי ס'אט אויסגעקוקט ביי קוה ווייסעך נישט ווייל כ'בין שוין נישט דארט געווען.

#גילוי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בילדער און 7 געסט