בלאט 1 פון 2

מדינת ישראל סאלדאטן דרייען זיך אונטער די פוס

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:29 pm
דורך גרויזאמער
וואס איז פשט?

איך וואוין שוין צענדליגער יארן אין אמעריקא, איך בין שוין געווען אויף פארשידענע פלעצער, און איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגנט קיין אמעריקאנער סאלדאט פאר מיינע אויגן.

אין ארץ ישראל ווען איר פארט אויף א קורצע צייט וועט איר זיך באגעגענען מיט א מדינת ישראל סאלדאט ווי איר גייט און ווי איר שטייט, ציווילע פלעצער, הייליגע פלעצער, פארוויילונגס פלעצער, באסעס און באס סטאפס, און וואו נישט. איר וועט אריינבאמפען אין זיי וואו איר חלומט נישט אז זיי זענען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:38 pm
דורך זאל ער קומען
איך האב מורא אויב אמעריקע וואלט געווען בערך אזוי גרויס ווי נוי דזשערזי וואלסטו דיך אויך אנגעשטויסן אין די חברה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:39 pm
דורך לכתחילה אריבער
"להיות עם "חופשי" בארצנו!!

גרעסטע וויץ פונעם יאר הונדערט!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:44 pm
דורך זאל ער קומען
איך האב געהערט - כ'געדענק נישט וואו - אז די מיליטער האט דוקא נישט צוגעשטעלט קיין טראנספארטעישן פאר די חברה ווייל זיי האבן געוואלט אז מ'זאל זיך דרייען אונטער די פיס כדי אריינצוברענגן און רייץ אינעם יוגענט צו וועלן ווערן א צהל'ניק, און פאר די ערוואקסענע זיך צו קענען אידענטיפיצירן נענטער מיט זיי, אלס א פארט פון לעבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:51 pm
דורך בוידעם
אין א צייט פון קריזיס דרייען זיך די סאלדאטען אין אמעריקא אויכעט אינטער די פיס.
וואס קען מען טהון א"י איז שוין אין קריזיס מיום הקמת המדינה הטמאה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:54 pm
דורך א איד אין גלות
אין אמעריקע ווען דו דרייסט דיך אין א מלחמה זאנע זעהסטו די זעלבע בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:55 pm
דורך זאל ער קומען
א איד אין גלות האט געשריבן:אין אמעריקע ווען דו דרייסט דיך אין א מלחמה זאנע זעהסטו די זעלבע בילד

למשל?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:57 pm
דורך א איד אין גלות
זאל ער קומען האט געשריבן:
א איד אין גלות האט געשריבן:אין אמעריקע ווען דו דרייסט דיך אין א מלחמה זאנע זעהסטו די זעלבע בילד

למשל?

איך האב נישט קיין משל, געוואלט ארויסברענגן א פוינט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:59 pm
דורך green
West point area

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:02 pm
דורך זאל ער קומען
green האט געשריבן:West point area

אין א ארמי בילדינג אויך, דאס הייסט נישט מלחמה זאן, גרויזי פארשטייט אויך די פוינט פון די ערשטע מינוט, אבער עס נישטא למעשה אזא מציאות דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:04 pm
דורך green
איך מיין ארויסצוברענגן אז אין די געיגענט ווי זיי זענען סטאנציורט קענסטו טרעפן פון זיי ווי די מייז

אין א"י זענען זיי סטאנציורט אין יעדן דריטן גאס

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:06 pm
דורך א גראם מיט טעם
דער וואס געדענקט,נאך סעפטעמבער עלעווען האבען זיך סאלדאטען ארום גאדרייט אין אלע אירפארטס מיט אלע קלאפערגעצייג.
ארץ ישראל איז אין די זעלבע מצב אלעמאל, זייענדיג באדראעט פין טערראסטען פין אלע זייטען.
והמבין יבין - חוץ אויב זיכט מען אנצופילען אפאר בלעטער מיט אנטי מדינה לאזענגען ,וואס איז לעצטענס זייער פאפעלער דא....

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:27 pm
דורך עקבי הצאן
א גראם מיט טעם האט געשריבן:דער וואס געדענקט,נאך סעפטעמבער עלעווען האבען זיך סאלדאטען ארום גאדרייט אין אלע אירפארטס מיט אלע קלאפערגעצייג.
ארץ ישראל איז אין די זעלבע מצב אלעמאל, זייענדיג באדראעט פין טערראסטען פין אלע זייטען.
והמבין יבין - חוץ אויב זיכט מען אנצופילען אפאר בלעטער מיט אנטי מדינה לאזענגען ,וואס איז לעצטענס זייער פאפעלער דא....

תכלית שנאה שנאתים, לאויבים היו לי.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:35 pm
דורך זאל ער קומען
א גראם מיט טעם האט געשריבן:דער וואס געדענקט,נאך סעפטעמבער עלעווען האבען זיך סאלדאטען ארום גאדרייט אין אלע אירפארטס מיט אלע קלאפערגעצייג.
ארץ ישראל איז אין די זעלבע מצב אלעמאל, זייענדיג באדראעט פין טערראסטען פין אלע זייטען.
והמבין יבין - חוץ אויב זיכט מען אנצופילען אפאר בלעטער מיט אנטי מדינה לאזענגען ,וואס איז לעצטענס זייער פאפעלער דא....

אמת אין עירפארטס קען מען זען אין נאך לענדער, ער רעדט פונעם גאנצן לאנד, אוודאי איז די סיבה אז עס איז מלחמה צושטאנד אלעמאל, אבער עס איז דאך א וועליד פאונט אז מ'זעט עס אין ערגעץ נישט אזוי שטארק וואו דארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:08 pm
דורך א גראם מיט טעם
און ממילא?
וואס איז די ציל דא?

(איך בין נישט קיין ציוני ח"ו אבער....
ס'גרידשעט שוין...)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:09 pm
דורך ענדע צדיק!
א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארץ ישראל איז אין די זעלבע מצב אלעמאל, זייענדיג באדראעט פין טערראסטען פין אלע זייטען.
והמבין יבין - חוץ אויב זיכט מען אנצופילען אפאר בלעטער מיט אנטי מדינה לאזענגען ,וואס איז לעצטענס זייער פאפעלער דא....

ווען איך מאך חוזק פון די מדינה איז עס אנטי מדינה?

א מציאות וואס פאטשט אין פנים, קען מען נישט טוישן, אפי' ווען עס איז נישט פאפולער.....

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:21 pm
דורך נאטורליך
פאר די וואס וואוינען אין לאנד איז דעס א וועי-אף-לייף. דאס ארום דרייען פון צה"ל לייט אין מיליטערישע מאנדירן מיט א ביקס ביי די זייט מאכט נישט אויס דארט לטובה אדער להיפך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:54 pm
דורך עירמאנט'ער
אין ניו יארק הייסט די פאליציי אן ארמיי פאר זיך
איז און ארץ ישראל די משטרה אזוי ??
?באוואפענט ווי דא
אפשר נישט פארדעם דארף מען די מיליטער איבעראל

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:19 am
דורך זאל ער קומען
א גראם מיט טעם האט געשריבן:און ממילא?
וואס איז די ציל דא?

(איך בין נישט קיין ציוני ח"ו אבער....
ס'גרידשעט שוין...)

אויף וועם ביסטו ברוגז גראמ'ל זיסער?
ווי קומט ציוניזם אריין דא?

א אומשולדיג אינגל (גרויזי) בלאנדשעט אריין אין וועלטל און זאגט אן אינטערסאנטע זאך,
דהיינו ער איז געווערן אין אר"י ווי ער האט זיך געדרייעט איז געווען סאלדאטן, ער וואונט אלע יארן אין אמעריקע און ס'איז אים קיינמאל נישט אויסגעקומען צו זען אזא זאך.
ווען איך בין דארט געווען ס'ערשטע מאל איז מיר עס אויך געווען זייער אינטערסאנט, איך האב נאך אזא זאך קיינמאל נישט געזען וויפיל איך האב געהערט איז עס פארט אויפפאלענד.

זאגט איינער ווייל דארט איז מלחמה זאנע אייביג, א צווייטער לייגט צו אז גאנץ אר"י איז קלענער ווי נוי זשערזי זעט זיך עס נאך אסאך מער אן, און א דריטער זאגט אנדערש, וואס האט אויפגערייצט דיינע ציוניזם סענסערס.

אז דו ווילסט זאג איך עס איבער אויף גראם.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 6:25 am
דורך מכטי1

עטץ זענטץ ביידע גערעכט, אבער איך פארשטיי גראם'ן נאך אזא פשוטע לאזונג ווי גרוזי דא קומט אפאר בלעטער פון די נעבעכדיגע מדינה וגומר...גענוג ס'גרידזעט שוין (סיי די מדינה און סיי די לאזונגען קעגן דעם)...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 9:00 am
דורך גרויזאמער
הכל מודים אז עס בכלל נישט קיין סטאביליזירטע לאנד, עס איז א קאנטרעוועסיאלע לאנד וואס איז אייביג אין א סכנה פון אלע שכנים ארום. און עס איז ווייט פון אזא סטאביליזירטע לאנד ווי אמעריקא (אפילו נאך סעפט. 11).

און איך גלייב נישט אז עס קומט דא אריין די פראגע צו מדינת ישראל איז אויסגעהאלטן עפ"י תורה, ווייל דאס צו מען מעג צו מען טאר נישט האט גארנישט צו מען זעהט די "אני מתיר את בשרכם", און ווען עס איז נישט מצליח איז עס בכלל נישט קיין באווייז אז עס איז נישט אויסגעהאלטן. דאס צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט האט אויסדרוקליך מיט וואס עס שטייט אין די תורה, נישט מיט וואס די אויגן זעהט.

ממילא איז נישט דאס דער אישו דא.

איך האב יא געוואלט ארויפברענגען דעם אינטערסאנטן פאקט, און הערן וואס עס איז די אפיציעלע ווערסיע פון מדינת ישראל, צו איז דאס א פלאן פאר אייביג אדער עס גייט זיך אויפהערן און מען חלומ'ט פון אמאל איבערגעבן די זיכערהייט פאר לאקאלע פאליציי, בשעת די מיליטער זאל זיין רעזערוויט פאר קאמאנדא אקציעס אין ענטאבי אדער מלחמות אין פעמדע לענדער - גענוי די פאזיציעס וואס די אמעריקאנער מיליטער באזיצן.

ווי אויך צו עס באלאנגט אזוי אז אין אזא קליינע לאנד ווי ניו דזשערסי, און צו אין אנדערע אזאלכע קליינע לענדער איבער די וועלט איז אויך אזוי (וואס אויב יא איז עס בכלל נישט אן אויפפאלנדער פאקט).

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 9:34 am
דורך מכטי1
וויפל סאלדאטען פון די אמריקנע ארמיי וואוינען אין דיין געגענעט? איך האב א שיינע פאר שכינים סאלדאטען... קען זיין דאס איז די חילוק...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:12 pm
דורך פיטום
אמאל ווען די ארמי בילדינג אויף העיווארד אין וויליאמסבורג איז נאך געווען אקטיוו האט מען אויך געזעהן כסדר זיך ארום דרייען סאלדאטן

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:17 pm
דורך זאל ער קומען
פיטום האט געשריבן:אמאל ווען די ארמי בילדינג אויף העיווארד אין וויליאמסבורג איז נאך געווען אקטיוו האט מען אויך געזעהן כסדר זיך ארום דרייען סאלדאטן

בעיקר נעשנאל גארדס, נישט ארמיי מיט אויפגעריסטעטע געווער, לעבן מיר אין א פיצא שאפ האט געווארט אין די ליין צוויי סאלדאטן מיט אויפגעריסטעטע געווער עס איז געווען א פחד צו ווארטן אינאיינעם, סך הכל האט ער געדארפט א פיצא.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:19 pm
דורך פיטום
האסט געקענט עסן?