יוליש'ל מיטן קאמפיוטער
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:05 pm
דערשרעקט אייך נישט... דערשרעקט אייך נישט...
די לעצטע פאר יאר זינט ר' יוליש'ל דער אינשורנס אגענט האט זיך פלאצירט אין מיין געגנווארט, האב איך אלעמאל געקוקט אויף אים מיט אזא קנאת סופרימ'דיגער בליק. ר' יוליש'ל איז א חשובער יונגערמאן פול מיט לעבהאפט. אלעמאל מיט אן אויסגעגאסענעם שמייכל אויפן פנים, צו יעדער צייט האט ער א גלייך ווערט'ל צו דער האנט, אבער דאס מערסטע איז צום שטוינען פון זיינע געוואלדיגע אוצרות אין ידיעת התורה. אז ס'מאכט זיך אמאל א שמועס אין בית המדרש איבער תורה'דיגע ענינים איז ר' יוליש'ל באלד דער ראש המדברים, וועלכע סוגיא, נושא אדער הלכה, מ'זאל נאר בארירן איז ער באלד א מחותן אינעם שמועס און האט אלץ אריינצורעדן, און לאו דוקא אין תורה'דיגע שמועסן; דאס זעלביגע איז אויך בעת עס שמועסט זיך איבער חסידישע ספרים אדער מנהגים.
זיצנדיג אינעם אוצר הספרים פון בית פעפער (ע"ש ר' זרח פעפער. איר קענט'ן? איך נישט!), מאכט זיך מיר זייער אפט וואס די זוכענישן פייניגן מיר אין מיינע געדאנקען. די שכחה טראגט מיר ארויס פון גלייך געוויכט, נישט קענעדיג זיך דערמאנען וואו ס'שטייט די און די מימרא צי וואו ס'דער מקור פאר דער און דער מנהג, אא"וו. נישט איינמאל, און נישט צען מאל, האט זיך מיר שוין אין אזעלכע אומשטענדן געמאכט אז איך האב אויפגעהויבן דעם טרייבל, אנגערופן מיין פריינד ר' יוליש'לען, און אים געבעטן הילף. פארשטייט זיך ער האט מיר נישט אנטוישט...
מאכט זיך אמאל אין א טאג וואס איך האב זיך אזוי צושמועסט מיט ר' יוליש'לען, על דא ועל שמא, און אזוי רעדנדיג גיב איך אים א פרעג, זאג נאר יוליש'ל, ווען האסטו צייט אזויפיל צו לערנען? כ'מיין ביסט דאך א נהנה מיגיעת כפך און רוב טאג ביסטו דאך פארנומען 'על העבודה', טא ווען האסטו צייט צו דעם 'על התורה'? ער גיט זיך אזא צושמייכל און זאגט מיר: "האלב איז גירסא דינקותא און די צווייטע העלפט איז מיט דער סייעתא פונעם מרור דעלמא". מרור דעלמא? וואס א מין צוזאמענשמעלץ פון אן אויסדריק איז דאס? וואס איז דאס? פרעג איך אזוי מיט ווינדער. זאגט ער מיר, חכם איינער, מיט די הילף פון קאמפיוטער סידיס...
דער קנאת סופרים, באגלייט מיטן תאוה פונעם תרבה ידיעות, האט זינט יענעם מומענט אנגעהויבן בוזשווען אין מיר אויף מיליאן. נו, א קאמפיוטער אין אוצר הספרים פון בית פעפער איז דאך נישט פאראן, און עס קומט ניטאמאל אין באטראכט דאס צו אינסטאלירן, אבער מיינט דאס דען צו זאגן אז איך טאר מיך נישט איינהאנדלען דעם תאוה'דיגן סייעתא צו בארייכערן מיינע ידיעות? יא, איך מעג, אבער דערווייל האב איך זיך נאכנישט פארגינען נאכצוגעבן די תאוה. שוין, נו, נישט אלע תאוה'ס דארף מען און מעג מען זיך נאכגעבן... נישט אזוי?
נעכטן נאכט, זיצנדיג און זוכנדיג עפעס א מראה מקום, איז אבער מיין תאוה שוין געשטיגן צום מאקסימאלן גראד וואס נאר שייך. מיד בין איך געווען און מיין ידיעות פריינד ר' יוליש'ל איז עפעס נישט געווען צום האבן, בין איך געקומען צום באשלוס, עד כאן! איך גיי מיר איינהאנדלען די אלע סידיס. אמת, איך וועל דאס טאקע נישט האבן אויפן פלאץ נאכצוקוקן, אבער...
בין איך דאך אבער א גרויסער מן הארץ אין די ענינים, ווייס איך דאך נישט וואו מ'הייבט אן און וואו מ'ענדיגט, דעריבער, ווער עס ווייסט עפעס איבער די ענינים; בתורה נ"ך ומפרשיה, בש"ס ופוסקים, רמב"ם, טור, שו"ע, ספרי שו"ת והלכה, ספרי קבלה וחסידות, זאל זיך לאזן הערן וואו האנדלט מען דאס איין, וויפיל דארף דאס קאסטן וכו' וכו'. (לאנג צוריק, האב איך עפעס געהאט געזען אן אדווערטייזמענט, אז פאר בלויז 36$ קען מען זיך איינהאנדלען עפעס אזא סארט סידי. איז פאראן דערין א זוך אפשן?)
א דאנק פון פאראויס.