בלאט 1 פון 1

פאטענט, וואס איז דער פראצעדור?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 3:44 pm
דורך גרויזאמער
איך וויל ארויסגעבן א נייע אויפטרעף, אבער איך ציטער אז עס וועלן קומען אנדערע און עס נאכמאכן, האט איינער מער אינפארמאציע וויאזוי עס ארבעט די גאנצע סיסטעם פון "פאטענט"?

איז דא א היימישע פלאץ וואס איז עוסק דערין? צו מען מוז נאר גיין צו גרויסע לויערס?

יישר כח פאר סיי וועלכע הילף.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 3:53 pm
דורך יגרסהדותא
דער "פאטענט" פון די זאך וואס רופט זיך "מ. ראש הקהל" איז שוין פארנומען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 3:56 pm
דורך גרויזאמער
ניין ניין, איך פרעג יעצט ערנסט. יגרל עס ווארט דיר מיין תגובה ערגעץ אנדערש. דא דארף איך א געהעריגע ענטפער, ווייל עס איז מיר נוגע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 3:58 pm
דורך יגרסהדותא
סארי טא טעל יו, אבער דו ביסט גיין צו "הילף".., דער הילף פורום.

אזוי מיין איך. דא בין איך אין די גיסטע, אין קיינער וועט מיר נישט שטערן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:21 pm
דורך מאשקע

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:30 pm
דורך גרויזאמער
מאשקע, אויפן אינטערנעט האב איך שוין געזוכט. איך קען דיר באווארפן מיט לינקס מער וויפיל דו קלערסט. ווי מער איך קוק ווערט עס אלץ מער קאמפליצירט.

איך וויל הערן פון איינעם וואס ווייסט פראקטישע אינפארמאציע, ער איז שוין דורך דעם פראצעדור, ער האט שוין געהערט פון איינעם וואס איז דורך דעם פראצעדור.

א יישר כח עניוועי.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:36 pm
דורך מאשקע
גרויזאמער, כ'וועל דיר געבן א נאמען און נומער פון מיין חבר וואס האט ערפינדן אן אייגענע זאך. כ'האף אז ער וועט דיר קענען העלפן. אבער דערמאן מיך פליז.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:38 pm
דורך גרויזאמער
אקעי, איך דערמאן דיך.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:41 pm
דורך מאשקע
כ'מיין צו זאגן אז דו זאלסט מיר מאכן א קניפ אין די פאה.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:43 pm
דורך גרויזאמער
בתנאי אז דו לייגסט אראפ דעם שטעקן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:50 pm
דורך מאשקע
קוק דיינע הודעות דו צעלייגער דו.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:52 pm
דורך גרויזאמער
נוצליכע אינפארמאציע! יישר כח!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:53 pm
דורך גרויזאמער
ולהוי ידוע: איך וויל נאך אלץ הערן פון אנדערע אינפארמאציע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 4:53 pm
דורך מאשקע
= ליב האבן א איד אין יעדן מצב, דער סגן ראש הקהל מוהל צי דער קצב (מ.ב.ד.)

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 5:00 pm
דורך גרויזאמער
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 5:03 pm
דורך מאשקע
האסט דאך גארנישט משנה געווען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 5:33 pm
דורך דארפסמאן
מאשקע וגרויזאמער ואני הקטן וכל הקרעטשמע וכל ישראל זוכה לראות שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

ליב האבן א איד אין יעדן מצב, דער ראש הקהל מוהל צי דער קצב

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 8:31 pm
דורך abimlaibt
איך האב אויך א חבר וואס האט אויפגעטראפען עפעס נישט ממש אויפגעטראפען אבער מענופעקטשערט א נייע אייטעם איז דאס וואס קען בייהילפיג זיין? אויב יא אין אישית ביטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 2:55 pm
דורך שוועמל
אין הלכות פאטענט איז דא פינף תנאים וואס פעלט אויס כדי צו קענען ארויסנעמען א פעטענט אויף אן אויסטרעף, איך געדענק שוין נישט פונקטליך אלע, די עיקר איז אז ס'זאל זיין 'נאוועל' דאסה ייסט עפעס ניי וואס איז נאכנישט געווען, איך על פרובירן אויפזוכן די גוישע שלחן ערוך דערויף מיט אלע זייערע נושאי כלים און סובסעקשאנס.

אדווענט פראדוקט דעוועלאפמענט איז אדווערטייזט כסדר אויף די ראדיא גיב א קוק דא.
http://www.adventproductdevelopment.com/
זיי אפפערן צוויי אופנים צו ערפילן דיין איינפאל, איינס איז דורך מאכן געלט פון יעדן אייטעם וואס ווערט פארקויפט, און איינס פון יעדן אייטעם וואס ווערט מאנופעקטשורד, ווענדט זיך אין דעמענד. זיי זוכן אויף פאר דיר איינער וואס איז וויליג עס צו מאכן און ארבייטן מיט זיי, זיי ארבייטן אויס די פלענס און פארשריפטן עס זאל מיעטן אלע קאודס, וכו' וכהנה רבות, איך ווייס נישט פוקליך וויפיל זיי פארלאנגען.

יארן צוריק איז גווען א איד וואס פלעגט פארקויפן אתרוגים ער פלעגט אראפפארן צו פרדסים און שניידן און בריינגען וכו'. האט ער אריינגעשיקט צו די גאווערמענט א אתרוג מיט א לולב כדי צו באקומען דערויף א פעטענט, א וואך שפעטער ערהאלט ער אויף פאסט א עפל מיט אן אראנזש... וד"ל. דער איד לעבט שוין נעבעך נישט זאל עס אים ביישטיין.