Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פאטענט, וואס איז דער פראצעדור?

מיטוואך יולי 18, 2007 3:44 pm

איך וויל ארויסגעבן א נייע אויפטרעף, אבער איך ציטער אז עס וועלן קומען אנדערע און עס נאכמאכן, האט איינער מער אינפארמאציע וויאזוי עס ארבעט די גאנצע סיסטעם פון "פאטענט"?

איז דא א היימישע פלאץ וואס איז עוסק דערין? צו מען מוז נאר גיין צו גרויסע לויערס?

יישר כח פאר סיי וועלכע הילף.

Advertisement

מיטוואך יולי 18, 2007 3:53 pm

דער "פאטענט" פון די זאך וואס רופט זיך "מ. ראש הקהל" איז שוין פארנומען.

מיטוואך יולי 18, 2007 3:56 pm

ניין ניין, איך פרעג יעצט ערנסט. יגרל עס ווארט דיר מיין תגובה ערגעץ אנדערש. דא דארף איך א געהעריגע ענטפער, ווייל עס איז מיר נוגע.

מיטוואך יולי 18, 2007 3:58 pm

סארי טא טעל יו, אבער דו ביסט גיין צו "הילף".., דער הילף פורום.

אזוי מיין איך. דא בין איך אין די גיסטע, אין קיינער וועט מיר נישט שטערן

מיטוואך יולי 18, 2007 4:21 pm

http://www.inventhelp.com/contactform_p ... YAodMy2ksQ

http://www.answers.com/topic/how-do-you-obtain-a-patent

http://www.wolfgreenfield.com/media/news/news.9.pdf

http://www.uspto.gov

מיטוואך יולי 18, 2007 4:30 pm

מאשקע, אויפן אינטערנעט האב איך שוין געזוכט. איך קען דיר באווארפן מיט לינקס מער וויפיל דו קלערסט. ווי מער איך קוק ווערט עס אלץ מער קאמפליצירט.

איך וויל הערן פון איינעם וואס ווייסט פראקטישע אינפארמאציע, ער איז שוין דורך דעם פראצעדור, ער האט שוין געהערט פון איינעם וואס איז דורך דעם פראצעדור.

א יישר כח עניוועי.

מיטוואך יולי 18, 2007 4:36 pm

גרויזאמער, כ'וועל דיר געבן א נאמען און נומער פון מיין חבר וואס האט ערפינדן אן אייגענע זאך. כ'האף אז ער וועט דיר קענען העלפן. אבער דערמאן מיך פליז.

מיטוואך יולי 18, 2007 4:38 pm

אקעי, איך דערמאן דיך.

מיטוואך יולי 18, 2007 4:41 pm

כ'מיין צו זאגן אז דו זאלסט מיר מאכן א קניפ אין די פאה.

מיטוואך יולי 18, 2007 4:43 pm

בתנאי אז דו לייגסט אראפ דעם שטעקן

מיטוואך יולי 18, 2007 4:50 pm

קוק דיינע הודעות דו צעלייגער דו.

מיטוואך יולי 18, 2007 4:52 pm

נוצליכע אינפארמאציע! יישר כח!

מיטוואך יולי 18, 2007 4:53 pm

ולהוי ידוע: איך וויל נאך אלץ הערן פון אנדערע אינפארמאציע.

מיטוואך יולי 18, 2007 4:53 pm

= ליב האבן א איד אין יעדן מצב, דער סגן ראש הקהל מוהל צי דער קצב (מ.ב.ד.)

מיטוואך יולי 18, 2007 5:00 pm

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

מיטוואך יולי 18, 2007 5:03 pm

האסט דאך גארנישט משנה געווען.

מיטוואך יולי 18, 2007 5:33 pm

מאשקע וגרויזאמער ואני הקטן וכל הקרעטשמע וכל ישראל זוכה לראות שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

ליב האבן א איד אין יעדן מצב, דער ראש הקהל מוהל צי דער קצב

מיטוואך יולי 18, 2007 8:31 pm

איך האב אויך א חבר וואס האט אויפגעטראפען עפעס נישט ממש אויפגעטראפען אבער מענופעקטשערט א נייע אייטעם איז דאס וואס קען בייהילפיג זיין? אויב יא אין אישית ביטע.

מיטוואך יולי 25, 2007 2:55 pm

אין הלכות פאטענט איז דא פינף תנאים וואס פעלט אויס כדי צו קענען ארויסנעמען א פעטענט אויף אן אויסטרעף, איך געדענק שוין נישט פונקטליך אלע, די עיקר איז אז ס'זאל זיין 'נאוועל' דאסה ייסט עפעס ניי וואס איז נאכנישט געווען, איך על פרובירן אויפזוכן די גוישע שלחן ערוך דערויף מיט אלע זייערע נושאי כלים און סובסעקשאנס.

אדווענט פראדוקט דעוועלאפמענט איז אדווערטייזט כסדר אויף די ראדיא גיב א קוק דא.
http://www.adventproductdevelopment.com/
זיי אפפערן צוויי אופנים צו ערפילן דיין איינפאל, איינס איז דורך מאכן געלט פון יעדן אייטעם וואס ווערט פארקויפט, און איינס פון יעדן אייטעם וואס ווערט מאנופעקטשורד, ווענדט זיך אין דעמענד. זיי זוכן אויף פאר דיר איינער וואס איז וויליג עס צו מאכן און ארבייטן מיט זיי, זיי ארבייטן אויס די פלענס און פארשריפטן עס זאל מיעטן אלע קאודס, וכו' וכהנה רבות, איך ווייס נישט פוקליך וויפיל זיי פארלאנגען.

יארן צוריק איז גווען א איד וואס פלעגט פארקויפן אתרוגים ער פלעגט אראפפארן צו פרדסים און שניידן און בריינגען וכו'. האט ער אריינגעשיקט צו די גאווערמענט א אתרוג מיט א לולב כדי צו באקומען דערויף א פעטענט, א וואך שפעטער ערהאלט ער אויף פאסט א עפל מיט אן אראנזש... וד"ל. דער איד לעבט שוין נעבעך נישט זאל עס אים ביישטיין.
שרייב א תגובה

Advertisement