דער וואונדערליכע השלמה פונעם יוצר בראשית

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

דער וואונדערליכע השלמה פונעם יוצר בראשית

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג יוני 16, 2014 8:53 pm

​​​
ווען מען טראכט אריין אין מעשה בראשית טרעפט מען א חידוש נפלא וואס טייל האבן עס מעגליך אנגעקוקט אלס א טפל, אבער בעצם איז דאס די אינטערסאנטסטע נפלאות הבורא פון די וועלט באשאף. דער רבוש"ע האט אלעס באשאפן "איינמאל, דויערהאפטיג און ענדגילטיג", און עס האט זיך נאכקיינמאל נישט גארנישט געטוישט אפילו א משהו.

צו בעסער פארשטיין די חידוש, לאמיר עס נעמען צום מענטש וויאזוי ער איז זיך משלים ביי די מושג פון 'באשאפן', און זען וויאזוי עס קוקט אויס ביי אים. דער מענטש האט נאכקיינמאל נישט באשאפן עפעס וואס זאל בלייבן ביים סטייל וויאזוי ער האט עס געמאכט. אנגעהויבן פון וויאזוי מיר עסן, וויאזוי מיר פארן, און אפילו פליען. וויאזוי מיר בויען, וויאזוי מיר עקספלארן, אלעס טוישט זיך. טישן, בענק, גלאז, האלץ, קארס, מאשינעריי, פונעם גרעסטן געבוי ביזן קלענסטן באשטאנטייל ווערן אלעס געטוויקט, געטוישט, אדער אפגרעיטעט. דער מענטש טראץ זיינע כשרונות און טאלאנטען איז נישט ביכולות זיך צו 'משלים' זיין מיט זיין נאכאנאנדע שעפערישקייט. ׳מַשלים׳ מיינט מען אויף אראפצושטעלן א אויסטרעף איינמאליג און ענדגילטיג. נישט עס משפר זיין אדער משבח זיין. דער מענטש האט די כח פון פראדאצירן אבער האט נישט די כח השלמה. ער מוז עס כסדר פארעכטן, צוריקציען, צורייסן, צוריק רופן, אדער גייט עס קאליע אלס א טעות מתחילתו.

אנדערש איז אבער דער יוצר בראשית מיט די וועלט באשאף. דער אייבירשטער האט נאכקיינמאל נישט געטוישט די קאליר פון די הימל, די געבוי פון א בוים, אדער אביסל ברייטער געמאכט די נאז פון א מענטש. אלע מיליאנען ברואים זענען באשאפן געווארן אין זעקס טעג און האט נאך די זעלבע טראגע פון ששת ימי בראשית. דער מענטש מיט די זעלבע צאל אברים און גידים קאליר און געשטעל. מען קען זיך פארשטעלן וויאזוי עס וואלט זיך געהאנדעלט ווען דער מענטש וואלט באשאפן דעם מענטש. מיר וואלטן שוין היינט פארמאגט שס"ה עינים און רמ"ח ידיים, די קלארקייט פון די הימל וואלט פארמאגט א ברייטנעס קאנטראל באר. און אזוי ווייטער.

הכלל, די נפלאות הבורא איז, אז אלעס איז במהותו אזוי ווי אין ששת ימי הבראשית, גארנישט איז נישט געטוישט אדער פארבעסערט. קיין שום אפדעיטס, קיין שום טוויקס אדער ריקאלס. דער רבוש"ע האט עפעס באשאפן איז עס געבליבן אומבארירט ווייל עס קען נישט זיין בעסער, קען נישט זיין ערגער, עס פארמאגט די גרעסטע השלמה וואס השלמה קען נאר טייטשן.

וויסענשאפטלער מיטשענען זיך צו פארשטיין וויאזוי א באטערפליי האט געקענט אנקומען איבער די וואסער, וויאזוי האבן קליינע קאקעראטשען באוויזן אריבער צו שווימען דעם ים וואס צוטיילט די וועלט? האבן מענטש אריבער געליפערט מיליאנען פיצעלע באשעפענישען? דער רבוש"ע האט באשאפן עפעס 'איינמאל', טא וויאזוי געפינען זיך די אלע פלילאזע באשעפענישן איבער די ים? לויט א טייל האט זיך די וואסער צוטיילט נאכן וועלט באשאף, אזוי איז אויסגעקומען די אלע באשעפענישן זיך צו געפונען פון איבער די צוויי זייטן וואסער. דער אייבירשטער האט נישט באשאפן אפילו א קליין ווערמעל נאכאמאל. ער האט עס פראדאצירט איינמאל און ענדגילטיג. קיין שום פרושע ברואים, קיין שום נייע וועלט באדינונגען. ווייל זיי זענען נישט בנמצא, עס קען נישט זיין בעסער. עס איז שוין די בעסטע וואס עס קען נאר זיין. די נפלאות הבורא איז עד אין שיעור ועד אין ערך.

אויסער איינמאל געפונט מען אין די תורה וואו דער אייבירשטער האט געטוישט א גאנג.

וינחם ה' אשר עשה את האדם בארץ ויתעצב אל לבו וכו' ויאמר ה' אמחה את האדם אשר בראתי מעל פני האדמה וכו' ויאמר ה' לא ידון רוחי באדם לעלם בשגם הוא בשר והיו ימיו מאה ועשרים שנה. נאכן חטא, האט דער מענטש געלעבט אין די ערך פון טויזענט יאר, אבער ווען דער מענטש האט אנגעהויבן צו פארדארבן די סדרי ויצורי הבריאה, האט דער רבוש"ע רעדאצירט די לעבנס טעג פון א מענטש. בעצם איז דא געשען א צווייפאכיגע טויש. לכתחילה האט דער רבוש"ע באשאפן דעם מענטש זאל לעבן אויף אייביג, און דער מענטש האט געזינדיגט, האט דער אייבירשטער צוגענומען זיין מעגליכקייט צו לעבן אויף אייביג מטעם ששת ימי הבראשית. נאכדעם האט ער ווידער זיך פארדארבען איז זיין לעבן דראסטיש רעדאצירט געווארן. די חטא פונעם מענטש האט גורם געווען אז דער אייבירשטער זאל ארויסגיין פון זיין גדר 'כי הוא אמר ויהי הוא צוה ויעמוד', די לעבן פון א מענטש האט זיך 'געטוישט' פון ששת ימי הבראשית. עס איז רעדאצירט געווארן און שיעור נישט אויסגעריסן געווארן פון דער ערד. אלעס וועגן די גורם פון חטא עץ הדעת.

לויט דעם האבן מיר קענען געלערט א חידוש אויך אינעם חטא עץ הדעת, ווי ווייט די זינד האט אוועק געפירט דעם מענטש פונעם השלמת הבריאה, און פון דער יוצר בראשית וואס זיין שלימות האט נישט קיין חקר.
​​
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום דינסטאג יוני 17, 2014 8:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 16, 2014 11:39 pm

מוראדיגע נקודה.

לייג כאטש צו פון ר' אביגדור ז"ל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג יוני 16, 2014 11:49 pm

זייער שיין, א געוואלדיגע געדאנק!

יישר כח.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » דינסטאג יוני 17, 2014 12:08 am

שוועמל האט געשריבן:מוראדיגע נקודה.

לייג כאטש צו פון ר' אביגדור ז"ל.

ניין, אשר חנן ה׳ דעתי ענייה.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג יוני 17, 2014 12:16 am

קעניגזאן! פששש געוואלדיגע שיינע נקודה!

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג יוני 17, 2014 12:33 am

בעיוטיפול!
די ברייטנעס באר אויפ'ן הימל!
;l;p-
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 17, 2014 2:30 am

קעניגזאן האט געשריבן:ניין, אשר חנן ה׳ דעתי ענייה.

משום מה האט אויסגעקוקט ווי ר' אביגדור מדבר מתוך גרונך.
נאך אזויפול הערן און מקבל זיין, קען מען שוין אליינס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג יוני 17, 2014 4:01 am

שטארק הנאה געהאט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » דינסטאג יוני 17, 2014 4:38 am

שוועמל האט געשריבן:
קעניגזאן האט געשריבן:ניין, אשר חנן ה׳ דעתי ענייה.

משום מה האט אויסגעקוקט ווי ר' אביגדור מדבר מתוך גרונך.
נאך אזויפול הערן און מקבל זיין, קען מען שוין אליינס.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 17, 2014 2:37 pm

שיינע אבזערוואציע, הערליך\ערליך אראפגעלייגט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2014 11:56 pm

תגובהדורך אידישע קאפ » דינסטאג יוני 17, 2014 3:05 pm

זייער הנאה געהאט תוכן'פול

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג יוני 17, 2014 4:01 pm

קעניגזאן האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מוראדיגע נקודה.

לייג כאטש צו פון ר' אביגדור ז"ל.

ניין, אשר חנן ה׳ דעתי ענייה.

האב איך אמאל געהערט ווי הרה"צ ר' אביגדור זצ"ל איז מפרש דעם פסוק אין משלי מַיִם עֲמֻקִּים עֵצָה בְלֶב אִישׁ, וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה, אז אין א מענטש'נס מח איז דא א Bottomless Wisdom, א חכמה עמוקה שאין לה סוף, אבער מען דארף זיין דער איש תבונה עס צו קענען ארויס שעפן.

קעניגזאן, זייער וואויל געזאגט, א טיפער דערהער.

ישר כח.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג יוני 17, 2014 4:15 pm

ווייסעך וואס האט געשריבן:האב איך אמאל געהערט ווי הרה"צ ר' אביגדור זצ"ל איז מפרש דעם פסוק אין משלי מַיִם עֲמֻקִּים עֵצָה בְלֶב אִישׁ, וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה, אז אין א מענטש'נס מח איז דא א Bottomless Wisdom, א חכמה עמוקה שאין לה סוף, אבער מען דארף זיין דער איש תבונה עס צו קענען ארויס שעפן.



וואס פונקטליך האט ר' אביגדור צוגעלייגט צום פשוטו של מקרא? עפעס פארפעלסטו מסתם אדער איז עס מיין חסרון הבנה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יוני 17, 2014 4:21 pm

מחולק מיט די הנחה, אז די בריאה איז נישט נשתנה געווארן
נאר וואדזשע דען, לא איש אל ויכזב בן אדם ויתנחם, דעם רבוש"ע'ס שינויים אין די בריאה איז נישט חלילה א 'חזרה', נאר וועגן די עונות וחטאי הדור, וואס איז גורם א פגם אין די גאנצע בריאה, למעלה ולמטה, כמבואר בספרים הקדושים
עמיר אויסרעכנען
צבע השמים, ידוע די טענה איבער די תכלת, אז היינט איז נישט תכלת דומה לים ווייל זייטן חורבן לא נראה רקיע בטהרתו
די בעלי חיים, עס שטייט (דאכציך פון רמ"ע מפאנו, דארף איך נאכקוקן) אז בזמן המקדש האט מען געהאלטן די שעפסן אויף די אקסלען, און די פיס פון די בהמה האט אנגערירט די ערד!, זען מיר דאך אז די בעלי חיים זענען דאן געווען גרעסער
און נאך זאכן וואס די גמרא רעכנט אויס, אז ס'יז בטל געווארן ביים חורבן,
און מיר געפונען אין די פוסקים אזא מושג ווי 'נשתנו הטבעים',
די שיעור כזית, לשיטת הצל"ח נתקטנו הביצים
און נאך
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג יוני 17, 2014 4:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג יוני 17, 2014 4:25 pm

רש"י דאכצעך מיר אין פסחים
יינות שלנו אינם חזקים כל כך
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג יוני 17, 2014 4:48 pm

מילכיגער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:האב איך אמאל געהערט ווי הרה"צ ר' אביגדור זצ"ל איז מפרש דעם פסוק אין משלי מַיִם עֲמֻקִּים עֵצָה בְלֶב אִישׁ, וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה, אז אין א מענטש'נס מח איז דא א Bottomless Wisdom, א חכמה עמוקה שאין לה סוף, אבער מען דארף זיין דער איש תבונה עס צו קענען ארויס שעפן.

וואס פונקטליך האט ר' אביגדור צוגעלייגט צום פשוטו של מקרא? עפעס פארפעלסטו מסתם אדער איז עס מיין חסרון הבנה

פרעגסט גוט.

איך האב געקענט דעם פסוק פאר איך האב געהערט ווי ר' אביגדור איז עס מסביר, אבער נאכן עס הערן ווי ר' אביגדור לייגט עס אראפ, ווי קריעטיוו יעדער מענטש קען זיין, אויב זאל ער אריין לייגן מחשבה און נוצען דעם שכל. האט עס באקומען א פיל טיפערן באדייט, עס איז מיר אריין אין די ביינער.

איך האב נישט די פענע עס אזוי גוט אראפ צו לייגן, איך וועל נאר קאליע מאכן, העל איך דיר בלויז געבן דעם מראה מקום, הער עס אויס, עס איז מתוק.

ער שמועסט אויס דעם פסוק ביי זיין שיעור אויף חובת הלבבות אין די הקדמה.

זעהנדיג דא ווי מען וואונדערט זיך אויף קעניגזאהן אז ער האט אליינס מחדש געווען דעם רעיון, נישט אז ער האט עס גענומען פון ר' אביגדור, האב איך מיך דערמאנט פון דעם שיעור.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

פון אמ"ג - הערות אויפן ארטיקל

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג יוני 17, 2014 4:57 pm

פון אנעים

דער עצם שמועס איז שיין אבער דער 'משל' שטימט נישט, ווייל זינט בריאת העולם האבען שוין פאסירט אומצעליגע 'טוויעקס' (micro-evolution בלע"ז). דאס איז נישט חלילה ווייל כביכול האט געמוזט פארבעסערען זיין ארבעט, נאר ווייל די אומשטענדען האבען אזוי פארלאנגט.

וואס דארף מען דען מער פון דעם אז אלע מענטשען שטאמען פון אדם הראשון, אבער קוק וויפיהל קערפערליכע אונטערשידען עס זענען פארהאנען צווישען שחורים פון אפריקע, אריענטעלס פון אזיע און קאוקעזשענס פון איירופע.

חוץ מזה איז דא א מדרש (הובא ברא"ש עה"פ זה ינחמני) אז נח איז געוועהן דער ערשטע געבוירען צו ווערען מיט אפגעטיילטע פינגער.
--

די שווארצע זענען נישט נאר משונה מיט זייער קאליר נאר מיט פיהל אנדערע זאכען. זיי זענען גוט אויסגעשטעלט פארען לעבנסשטייגער וואס זיי האבען געהאט דארט אין אפריקע.
קוק דער קערפערליכע אונטערשיד צווישען קאוקעזשענס און אזיאטישע. דאס האט נישט צו טוהן מיט זינדיגען נאר מיטען קלימאט און אנדערע אומשטענדען.

אלע ברואים ווערען כסדר געביטען מיט קליינע שינויים לפי המצב. מאך א גוגעל זוכעניש microevolution examples.



פון מילכיגער

דו שרייבסט "אנדערש איז אבער דער יוצר בראשית מיט די וועלט באשאף. דער אייבירשטער האט נאכקיינמאל נישט געטוישט די קאליר פון די הימל, די געבוי פון א בוים, אדער אביסל ברייטער געמאכט די נאז פון א מענטש".

ווי אויך איז דיין מעין פוינט אז די הויפט חילוק איז אז ביי די בריאה איז נישטא קיין אפדעט אדער טוויקס נאר אלעס איז ממש מיטן גרעסטן שלימות בשעת א מענטש דארף כסדר טוישן זיינע זאכן. כאנעים, איז דאס נישט ריכטיג. ווייל די שיינקייט און די השלמה פון די בריאה איז וויזוי אלעס אפדעט זיך כסדר מיט א פלאן און הערליכער הארמאניע. א ריכטיגערע וועג אפשר איז צו זאגן אז א מענטש מוז כסדר ארבייטן אליין צו פארשענערן זיינע זאכן בשעת ביי די בריאה האט דער באשעפער געמאכט אז ס'זאל זיך כסדר טוישן אליין.

--
קעניגזאן האט דא ארויסגעברענגט א נקודה אז א הויפט חילוק צווישן די בריאה און מעשי אדם איז אז אז די בריאה איז "גאנץ און אן קיין ווייטעריגע צורך פאר אפדעיטס און טוויקס" בשעת א מענטש מוז כסדר אפדעטן זיינע יצירות.

האט אנעים ועוד געענטפערט אז נישט דאס איז די חילוק ווייל אי משום הא דארף די בריאה קלאר יא פארשידענע טוישונגען. נאר די שיינקייט איז אז ס'טוישט זיך טאקע און טאקע די כח זיך צו טוישן איז פון די הויפט פלאות בריאה.

איינער וואס האט א שטיקל ידיעה וויזוי זאכן האלטן אין איין איוואלוון און שרייט אויף דעם מה רבו מעשיך השם גרילצט ווען ער ליינט אז ביי מעשי בראשית איז אלעס אן קיין אפדעיטס און טוויקס בשעת די אפדעיטס און טוויקס איז פון די זאכן וואס זענען די מורא'דיגסטע פלא.


די שמועס איז דארט געווען זייער ברייט (סארי פארן טיזן...ס'נישט אייביג אזוי...) איך בין נאר דא מעתיק די הויפט נקודות פון אנעים און אני הק'
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג יוני 17, 2014 5:21 pm

קעניגזאהן וואונדערבאר, זייער א שיין געדאנק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 17, 2014 5:37 pm

אויב איך מעג אריינווארפן מיינע סענט.

כמיין מען מישט דא צוויי חלקים. די בריאה איז זיכער בשלימות גמור ווי דער פסוק זאגט "ויכלו" השמים והארץ, נישטא מער קיין בריאה נאך דעם זמן, די "תכלית" (סוף) פון די בריאה איז שוין געווען ביי כניסת שבת בראשית.
ועי' במפורשים אם את כל דגי הים ומצא להם... היד ה' תקצר, אז חלילה משה זאל זאגן אזא זאך כלפי הבורא יתעלה, יעדער לפי דרכו זאגט אנדערע פשטים.

נאר וואס דען, די בריאה האט איך זיך אט די וואונדערליכע נאטור אז זי איז "עולה ויורד" לפי מעשי בני אדם. די בריאה קען אויסקוקן סאך ערגער אדער סאך בעסער, אלעס לפי המעשים.
וכן מבואר בחז"ל איזהו מעשיו נאים, מעשי הקב"ה או מעשי בני אדם? זעט מען אז א מענטש האט די כוח ממשיך צו זיין צו זיך די שלימות פון בריאה בפועל - וואס די שלימות איז פריער געליגן נאר בכח.

פאר אדם הראשון איז געגעבן געווארן די אפציע; ווילסטו פאלגן דאן ווערסטו נתעלה ודבוק באלקים עד אין סוף, אויב נישט ווערסטו דערווייטערט פון אין סוף ב"ה. אזוי האט ווירקליך פאסירט ווי יעדער ווייסט, ותשת עלי כפיך, כיון שסרח הניח הקב"ה ידיו עליו ומיעטו.
קומט אויס אז די בריאה מצדה איז פערפעקט, זי טוט וויאזוי זי איז באשאפן געווארן, אבער דער מענטש - דער מקבל, ער איז דער וואס איז משנה עניני הבריאה.

כן יצא לי מרמח"ל דעת תבונות בכ"מ.
(ולפי דברי הזהר דכל קשר האדם עם הקב"ה הוא ע"י השכינה העולה ויורדת לצורך תיקון העולם, מובנת יותר, דהשפע מלמעלה נצטמצם כאשר השכינה בגלותה וזה מפסיד את כל הבריאה).


דאס וואס ס'יז פארהאן מייקרא שינויים איבער די וועלט ווי אנעים ברענגט, דאס אליינס איז נישט קיין שינוי אין די בריאה. פארקערט דאס איז פערפעקשעניזם, ווייל יענע אקלים האט די סארט אייגנשאפטן.
פון וואס כאפסטו מער התפעלות, פון א DOLL געשעפט וואס האט 6 ביליאן דאליס יעדע איינס גענוי די זעלבע מיט א אייניגע געבוי און צורה, אדער פון די 6 ביליאן אנדערע סארטן מענטשן אויף די וועלט וואס יעדער איז משונה ברוח ובגשם?

א שינוי אין בריאה וועלט געווען ווען H2O זאל איין טאג טוישן אירע קאמפאנענטן און פארלאנגען 1 נייטראזשען אנשטאט 1 אקסיזשען. רחמנא יצילנו מזה - א קאטאסטראפע במלואה. אזוינס פאסירט נישט, אני ה' לא שיניתי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג יוני 17, 2014 6:03 pm

שוועמל:

אנעים האט נישט גערעדט פון שינוים צווישן איין נברא און דעם צווייטן נאר שינוים וואס געשען במשך הזמן מיט די געבענטשטע כח פון די בריאה זיך צו אפדעטן לפי הצורך.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

נאך פון אמ״ג.

תגובהדורך קעניגזאן » דינסטאג יוני 17, 2014 7:55 pm

קעניגזאן שרייבט:

קודם כל ׳מענטש׳ איז געווען א ביישפיל.

והשנית, די עצם חטא האט גורם געווען אומצאליגע זאכן. די פארקערצעטע לעבנס טעג איז א טייל פון אירע זאכן. אזוי שרייבענדיג פאלט מיר ביי עפעס, אבער דאס דארף שוין מעגליך א באזירטע מקור. אז די חטא העץ הדעת האט גורם געווען אז ווען ׳מענטשן זינדיגען׳ גייען זיי ארויס פון די סדרי הבריאה. עין חטא העגל. און אויב זיי צומישן די סדרי הבריאה קענען געשען טוישינגען, ווי די שווארצע וואס שטאמען פון כושים וואס זייער זיידע האט געזינדיגט.

דאס איז פשוט אז דער עץ הדעת האט גורם געווען אז דער מענטש זאל קענען זינדיגען, עבירה גוררת עבירה, דאס האט געברענגט די דור המבול און אזוי ווייטער די דור הפלגה. די מענטשן האבן חרוב געמאכט מעשי בראשית וואס דורך דעם זענען זיי אויך פארענדערט געווארן, זיי זענען געווארן מאלפעס און עלעפאנטן. בדרך אגב האב איך געהערט אז פארדעם זאגט ברוך משנה הבריות ביי עלעפאנטן און מאלפעס, ווייל זיי זענען משונה געווארן פון די בריות.

אודאי קומען ארויס אפדעיטס פון מעשי שמים, למשל פרושע מעלאנעס, פרושע ווייץ, די פעלד ווערט געאפדעיט יעדן טאג מיט פרושע גרינצייג. פרושע רעגן און פרושע געזונט, דאס איז שוין איינמאל אפדעיטס..

פארשטייט זיך אלעס איז באשאפען געווען אין ששת ימי בראשית. אפילו די מושג של חוץ לדרך הטבע איז באשאפן געווען בסדרי בראשית, דער אייבירשטער האט געזאגט פארן ים זיך צו שפאלטן בימי הבראשית. אפשר קען מען אויך זאגן זה לעומת זה אז ווען אידן פירן זיך אויף ערליך ווערן זיי א שותף ליוצר בראשית און קענען גיין חוץ לדרך הטבע.

דער אייבירטשער האט ביי בריאת העולם געמאכט אז די וועלט זאל גיין אויטאמאטיש די זין זאל אליין אויפשיינען און אונטערגיין, הגם עס שטייט המחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית. עס מיינט אבער אז כביכול דארף עס כסדר מהוה זיין ווי ׳מעשה בראשית׳ נישט ווי מעשה אפדעיטס.

סופערבאגס האט גארנישט צוטון מיט אונזער שמיעס, עס איז א שיינע שמיעס פאר זיך, און עס ווענד גארנישט אפ דעם ענגילטיגער וואונדערליכער באשאף פון אייבירשטען.

בעצם איז די גאנצע בריאה כהיום א איבערשפיל פון ששת ימי בראשית א נאכאנאנדע איבערשפיל פון הוא צוה ויעמוד, ווי וואונדערליך איז ווען די ביימער אפדעיטן זיך כסדר מיט פרושע בלעטער, ווי וואונדערליך איז ריפראדאקציע. ווי שיין איז ים כוואליעס, און ווי אינטערסאנט איז די כוככי הלכת פון יעדן פרושען טאג...
--

בלייבט איבער דן צו זיין אויב ״שמאלע אויגן אדער רינדיכיגע אויגן״ וועם יענע מענטש האט געפרעגט פון הלל הזקן ווערט אנגערופען אפדעטיט חלילה. פארשטייט זיך אז די סארט אויגן איז געוויס נולד געווען מששת ימי הבראשית אנדערש צו זאגן איז כפירה. והשנית ווערט דאס חס ושלום נישט אנגערופען טוויק, ווייל טוויק מיינט אויב ער וואלט ח״ו איבערגעמאכט די אויג פאר יעדעם, און אויב נאר אפאר מענטשן אין א געוויסע לאנד האבן שמאלע אויגן איז עס א רפואה פאר זיי, א רפואה אינעם אויג וואס קען זיך אויסציען פאר געוויסע מענטשן ווען זיי וואונען צווישן זאמד, ענדערש ווי אנצורופן דברים כלפי מעלה ווי ״טויש אדער טוויק ח״ו.

נישט פארגעסן אז איך האב געברענגט א מענטש אלס ביישפיל. און אויך נישט פארגעסן אז דאס איז נישט מיין אגענדע נאר די נפלאות הבורא פונעם באשעפער וואס ווען איינער טראכט אריין דערין זעט דאס אלס דבר פשוט און נישט אלס חידוש פונעם פותח האשכול.
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום דינסטאג יוני 17, 2014 8:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » דינסטאג יוני 17, 2014 8:01 pm

שמאטע שרייבט:

קעניגזאן, גוט געזאגט.

אנעים, די חילוק איז, אז מעשי שמים קומען נישט ארויס יעדע שני וחמישי מיט ווערזשאן 1.2 און 1.2.2. נאר וויאזוי גאט ברוך הוא האט אוועקגעשטעלט די יסודות דערפון אזוי בלייבט עס.

למשל, א מענטש קומט מיט רמ"ח און שס"ה, מיט א מוח מיט א הארץ, מיט א פארדייאונגס סיסטעם. און אזוי איז עס אוועקגעשטעלט פון די 'ערשטע רגע' א מושלם.

לעומתו מעשי בני אדם קומט יעדע פאר טאג ארויס מיט א פארבעסערונג, אאדער/און מיט א הוספה.

און אינדעם איז בעיקר די חלק אז ביי מעשי בני אדם איז די זאך וואס ער מאכט קיינמאל נישט קיין דבר השלום בכל פרטיה ודיקדוקיה די ערשטע מאל ער מאכט עס, נאר ער מיז עס מאכן צענדליכע מאל, און הונדערטער מאל, ביז 'ער' איז צופרידען דערמיט, און אפילו דאן וועט מען 20 יאר נאך זיין טויט איבערמאכן און "פארבעסערען" דאס וואס ער האט געמאכט.
און דאס איז נישט דא ביים אייבערשטען.

למעלה משבעים:
משל למה הדבר דומה צו אן עקסעל פייל וואס ראובן רעכנט א סכום פון 100*1000 און שמעון א סכום פון 1000*10000 גייסטו זאגן עקסעל איז נשתנה געווארן פון ראובן צו שמעון? זיכער נישט, עס ליגט אין די פראגרעם ווי אזוי זיך צוצושטעלן צו יעדן מצב, די זעלבע איז מיט די וועלט, עס איז באשאפן געווארן אז עס זאל זיך אויסשטעלן אין יעדן פאל לויטן מצב, די שווארצע די פלאטשיגע אלעס איז געליגן אין די בריאה, און פונקט ווי גייסט נישט זאגן אז די די בריאה איז נישט כמות שהוא ווייל אדם הראשון לעבט שוין נישט און אנעים לעבט יא, און ביים בריאה איז געווען פארקערט, ווייל למעשה איז אנעים אויך געווען ביים בריאה נאר בכח, און ס'איז ארויס אל הפועל.

ממילא איז יא אמת אז די וועלט איז כמות שהוא און גארנישט נשתנה געווארן, און זאכן טוישן זיך נישט, נאר וואס יא זאכן וואס זענען געווען בכח ביים בריאה זענען ארויס אל הפועל שפעטער.
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום דינסטאג יוני 17, 2014 8:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אזוי צו אזוי
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

תגובהדורך אזוי צו אזוי » דינסטאג יוני 17, 2014 8:05 pm

פשישששיה! אידן קאכן זיך דא בעניני אמונה מיט א קלארקייט, מי כעמך ישראל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11921
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 17, 2014 8:36 pm

הערליכע אשכול. די נאכפאלגענדע תגובות געבן צו צום רייכקייט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 17, 2014 9:50 pm

שמאטע, וואס האט למעלה געשריבן?

אפשר קען מען סטאפן מיט די אמ"ג, סי דאך נישט נארמאל שרייבן דא און מגיב זיין דארט...
און וויפיל שרייבערס טרעטן נישט דא איבער צוליב דעם אמ"ג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 35 געסט