3 בחורים פארכאפט אין חברון - השקפה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יוני 15, 2014 6:04 pm

א מוסר השכל דארף יעדער ארויסנעמען פון די אייגענע צרות, פאר יענעם'ס צרה זיכט מען נישט קיין מוסר השכל און מען זיכט נישט קיין עבירה'ס אויף וואס עס קען קימען אזעלכע עונשים, ועיין בספר עבודת ישראל בר"ה בחומר הענין שלא לקטרג ח"ו בשעת צרה בשעה שמידת הדין מתוחה.


דער "ציוני" איז נישט יענער, ס'איז ליידער "מיין" ברודער, ס'איז טאקע אשמים אנחנו, מיר אלע ליידן פון זיי רח"ל

אל תמות כדרך שמת פלוני איז קלאר יא א מוסר השכל פון "יענעמס" צרות

ס'איז א צרה פאר א סאטמארער איד אין קרית יואל פונקט ווי א סקווירא איד אין ירושלים, דער סאטמארער איז אויך א איד!

-

נאכאמאל וועל איך שרייבן וואס כ'האב פריער געשריבן: ס'איז א זמן וואס מ'דארף זיך איינהאלטן (איך אויך) און נאר בעטן און דאווענען. ליידער זעהט מען דא אז דאס וואס דער קלויזענבערגער רב ז"ל האט געזאגט פארן כופר בן גריון איז נעבעך א פאקט, אז איינער וואס גלייבט נישט אין השגחת השי"ת און לאזט אידן וואוינען אין ארץ ישראל איז א פשוטער אכזר, אויסשטעלענדיג דעם איד צו לעבן צווישן מיליאנען אראבישע רוצחים!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » זונטאג יוני 15, 2014 6:10 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
א מוסר השכל דארף יעדער ארויסנעמען פון די אייגענע צרות, פאר יענעם'ס צרה זיכט מען נישט קיין מוסר השכל און מען זיכט נישט קיין עבירה'ס אויף וואס עס קען קימען אזעלכע עונשים, ועיין בספר עבודת ישראל בר"ה בחומר הענין שלא לקטרג ח"ו בשעת צרה בשעה שמידת הדין מתוחה.

נאכאמאל וועל איך שרייבן וואס כ'האב פריער געשריבן: ס'איז א זמן וואס מ'דארף זיך איינהאלטן (איך אויך) און נאר בעטן און דאווענען. ליידער זעהט מען דא אז דאס וואס דער קלויזענבערגער רב ז"ל האט געזאגט פארן כופר בן גריון איז נעבעך א פאקט, אז איינער וואס גלייבט נישט אין השגחת השי"ת און לאזט אידן וואוינען אין ארץ ישראל איז א פשוטער אכזר, אויסשטעלענדיג דעם איד צו לעבן צווישן מיליאנען אראבישע רוצחים!

האלט דיך טאקע איין, איך ווייס נישט פארוואס די מימרא קומט דא אריין.
דערווייל אין היסטאריע איז דאס וואוינען צווישן מיליאנען קריסטן געווען פונקט אזא סכנה.

#כ' סיון.

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » זונטאג יוני 15, 2014 6:17 pm

א גרויסע ישר כח פאר די מנהלים פארן אפטיילן די "השקפה" חלק פון די שרעקליכע טראגעדיע צו א באזונדערע אשכול, על אף מען קען זיך דינגן אויב דאס ווערט אנגערופן "השקפה", מיין אריגינעלא תגובה האט זיך באצויגן צו די פאסירונגן "פאר" די פארכאפונג, גארנישט הימליש, איך בין נישט קיין רבי אדער שטערן זעהער, סך הכל אביסל געשילדערט ווי מען זאגט עס אין אמעריקא "די פעקטס אן די גראונד", אבער איך וועל לאזן די קעפל כמות שהיא, די ברייטערע ציבור זאל קענען אויסשמועסן אלע געדאנקן ארום די פארסירונג.

פארוואס מיין תגובה איז נישט נוגע צו די מעשה זעלבסט פארשטיי איך אויך נישט, אין די נייעס אשכול שעלט דארט איינער אויף אבאמא פארוואס ער רופט זיך גארנישט אן, האט יענס יא א שייכות מיט די מעשה זעלבסא? אדער דווקא נאר מיין תגובה וואס איז נישט אזוי געשמאקע מציאות, ווערט באצייכנט ווי עפעס וואס האט נישט קיין שייך.

קען אבער זיין אז מאנכע ניקס האבן נישט ליעב צו באקענן זיך מיט די פאקטן, מען וויל רוהיגערהייט מיטהאלטן די נייעס וויאזוי "אונזער מדינה" גייט זיין מעכטיג, און באגראבן די קאפ אין זאמט.

איינער האט ארויפגעברענגט אז דיע אשכול איז א בחינה ווי 47 פאר 40 יאר צוריק, ווען ביי היציגע צייטן אין מדינת ישראל האט מען געקאכט ווער די שולדיגע/אומשולדיגע זענען, קומט זיך טאקע א ספעציעלע דאנק פארן מנהלי הפארום פארן לאזן אויסשמועסן די סברות לכאן ולכאן, וואס איז לכאורה די איינציגע פלאץ אויפן כדור ווי מען קען רעדן אפען אויף די "הייליגע מדינה" בשעת מלחמה.

יעצט צום ענין, א גרויס חלק פונעם ציבור דא האבן פארלאנגט איך זאל נעמן דאס תהילמל, זיי זענען כשר גערעכט און מען ברויך זאגן תהילם און בעטן ביים מלך מלכי המלכים אז די טייערע תינוקות של בית רבן זאלן נישט האבן קיין שום שלעכטס, איך שטיי אבער און וואונדער זיך פארוואס פארלאנגן זיי דווקא פון מיר, ווען איינער דא באריכט א בילד ווי די "קעפ" פון די צהל/מדינה (צינדער) זענען זיך מעיין וואוזוי צוראטעווען די בחורמלך פארלאנגט קיינער נישט פון די באריכטער ער זאל אויך זאגן א פאר קאפיטלעך תהילם, אבער איך וועל עס לאזן ביי דעם, איך האב וויכטיגערס אוסצושמועסן.

א חלק ניכר פון די ניקס האבן מיך אנגערופן "טאליבאנע", "נוסח ני'פאסט", וכו, לכאורה א פלענער סעלפ-העטער, איז זייער וויכטיג אראפצוברענגן וועם נאך מען האט א גערופן סעלפהעטער, אדער שונא ישראל, ר מיכאל בער מיט זיין ספר מן המיצר (ניין נישט קיין מוסר ספר, ענדערש א אויפדעקונג בוך) איז אויך באצייכנט געווארן א שונא ישראל, און ווען סאטמאר רב מיט זיין הקדמה אויפן ויואל משה איז אויך נישט געווען קיין קליינער שונא, און ווען ר אביגדור מילער שילדערט ווי אזוי אידישקייט האט אויסגעקוקט פארן קריג אין פוילן איס ער אויך באשאנקן געווארן מיט דעם טיטל, סוי בין איך גארנישט געטראפן געווארן פון דעם.

חברה "בעלי רחמנות", די אלע וואס האבן אויסטערלישע געפילן און באשולדיגן מיך פאר א אכזר, איך זאג אייך צו איר ווילט נישט וויסן וואס הרב ברוך קאפלען ז"ל מנהל בית יעקב אין ברוקלין האט צוזאגן אין א ענדליכע נושא , געלערנט האט ער אין ישיבת חברון בשנת תרפ"ט ווען די אראבער ימ"ש האבן דורכגעפירט א פאגראם אויף די ישיבה און גיהרגט אן קיין רחמנות, הרב קאפלן שילדערט וואס עס האט זיך אפגעטוען אין חברון חדשים פאר די פאגראם.

הרב קאפלן - לכאורה אינגאנצן נישט נשפע געווען פון סאטמאר - שילדערט וויאזוי די אידן האבן געלעבט בשלום מיט די אראבער פאר די ציונים זענען אנגעקומן , ער שניידט שטיקער פון די ציונים אן קיין רחמנות ווי אזוי זיי האבן אונטערגערייצט די אראבער, און געמאכט פון זיי חיות בצורות אדם, ער גייט ווייטער אז די זעלביגע מעטאדן טוען סיי היינט צוטאגס אונטערצוצינדן די אראבער , עין שם ודוק

א עקסטערע ישר כח פאר רב שעניטי וואס האט שיין מבביר געווען אז מיין תגובה האט לגמרי נידט מיט קיין השקפות.

לסיום, און צום וויפילטן מאל דארף איך נאכאמאל ארויסברענגן, אז פונקט ווי אייך באשולדיג איך חלילה נישט די טייערע בחורימלך, זיי זאלן אויסגעלייזט ווערן פון מאפלה לאורה , די הערבים ארורים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף זיי, והשי"ת יעזור שהאסורים יצא מאפלה לאורה במהרה.

יויש
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 19, 2011 2:23 am

תגובהדורך יויש » זונטאג יוני 15, 2014 6:20 pm

viewtopic.php?f=6&t=22722#p853243
וכהנה וכהנה, זוך וועט איר טרעפן נאך , און קיינעם איניש פייגבאלן מוחה זיין

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג יוני 15, 2014 7:03 pm

יויש האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22722#p853243
וכהנה וכהנה, זוך וועט איר טרעפן נאך , און קיינעם איניש פייגבאלן מוחה זיין

האטעך שוין הרב מחותן פיין געשריבען אז די אידישע וועג איז תשובה צו טוהן אויף די אייגענע עבירות און יענעם מחזק זיין בעת צרתו און נישט פארקערט. סאמהאו האבען געוויסע א שטארקע בלאקעדש ביי דעם ענין וואס איז פשוט ומובן לכל בר דעת בתוך אלע זייערע אנדערע בלאקעדשעס.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 15, 2014 7:12 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
יויש האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22722#p853243
וכהנה וכהנה, זוך וועט איר טרעפן נאך , און קיינעם איניש פייגבאלן מוחה זיין

האטעך שוין הרב מחותן פיין געשריבען אז די אידישע וועג איז תשובה צו טוהן אויף די אייגענע עבירות און יענעם מחזק זיין בעת צרתו און נישט פארקערט. סאמהאו האבען געוויסע א שטארקע בלאקעדש ביי דעם ענין וואס איז פשוט ומובן לכל בר דעת בתוך אלע זייערע אנדערע בלאקעדשעס.


ר' יוסף אין אזא קריטישע צייט ווען מ'זוכט מלמד זכות צו זיין אויף ערליכע אידן נישט ח"ו מקטרג צו זיין איז נישט די צייט צו נעמען אזא חשובע עדה אידן אפשר פון די גרעסטע אין צאל אויף די וועלט אין אריין שמייסן פשוט אלץ כאן מצא בעל חוב.... וואס א מין רעדן פון סאטמארע בלאקעדשעס אין אזעלכע זמנים? אפילו פון די בלאקידשעס פון די קרייזן ווי די בחרים געהערן דארף מען נישט רעדן יעצט, אבער זיכער נישט אויף קיין קהלה פון יראים ושלימים. נעם א תהלימ'ל אן רייס איין פאר אבינו שבשמים זיי זאלן שוין ארויס גיין מאפילה לאורה און נאכדעם עמער אי"ה רעדן פון בלאקעדשעס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג יוני 15, 2014 7:15 pm

מיין רבי האט היינט נאכמיטאג געהייסען מען זאל זאגען תהלים ברבים.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 15, 2014 7:16 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:מיין רבי האט היינט נאכמיטאג געהייסען מען זאל זאגען תהלים ברבים.

דאס יא.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » זונטאג יוני 15, 2014 7:16 pm

ברענגט צוריק אונזער קינדער...

איצט ווען די גאנצע וועלט איז אויף מיט די שוידערליכע נייעס איבער דער פארכאפונג און פארשוואונדעניש פון 3 איזראעלישע בחורים פון ישיבת מקור חיים, דארף מען געדענקן און האלטן פאר די אויגן געוויסע קאפיטלעך היסטאריע.

מאנכע ווערן איבערגענומען ביז גאר איבער די פראפעגאנדע וואס די מדינת ישראל רעגירונג לאזט אין גאנג, און די קראקעדיל טרערן וואס זי לאזט פאלן אין ליכט פון דער מאסיווער זוך-אקציע נאך די 3 בחורים, וואס ס'איז יעדנ'ס האפפענונג אז זיי זאלן טאקע אפגעפונען ווערן אין א גוטע געזונט צושטאנד און זיך קענען צוריק פאראייניגען מיט זייער בענקעדיגע פאמיליעס.

אבער דו פייערדיגער חסידישער ציוני, וואס איז איבערגענומען ביז גאר פון זייערע אפעראציעס, און ביזט פארנומען זיך צו טענה'ן מיט יעדן ווי גערעכט און אומשולדיג מדינת ישראל איז, און אז זיי זענען בלויז דא זיך צו פארטיידוגען.

קענסטו מיר ענטפערן וויפיל אומשולדיגער תימנ'ער יונגע קינדער זענען 'געקידנעפט' געווארן דורך די פארשאלטענע מדינת ישראל רעגירונג? וועלכע פירן זיך נישט אויף אנדערש פון די בלוט-דורשטיגע מוסלמענער טעראריסטן?

וויפיל פיצעלע אומשולדיגע טעהעראנ'ער אידישע שעפעליך זענען ארויסגעריסן געווארן פון די הענט פון זייערע אומשולדיגע תמימות'דיגע טאטעס און מאמעס און דערנאך באקומען די שוידערליכע נייעס אז זיי זענען אויסגעגאנגען אין שפיטאל ווען אין פאקט זענען פארקויפט געווארן אויפ'ן שווארצן מארקעט?

וויפיל בייזוויליגע און רציחה'דיגע עקפערימענטן האבן די מדינת ישראל אויטאריטעטן דורכגעפירט אויף די תימנ'ער קינדער וועמען זיי האבן פשוט און פראסט צוגערויבט פון די שויס פון זייערע עלטערן און אויף זיי דורכגעפירט שוידערליכע פארשונגען אין עקפערימענטן מיט ביטערע גייסטישע און פיזישע פיין און ליידן?

אט די אלע רציחות האבן בלויז געקענט געטוען ווערן דורך די ליידיגע, אוממענטשליכע פארדארבענע ערציאונג וואס די ציוני'סטישע יוגענטליכע האבן ערהאלטן, דער רק בדם תהיו' לנו הארץ איז נישט קיין "סאטמאר'ער שלאג-ווארט", דאס איז דער אפעציעלער מדינת ישראל געווער און טאקטיק מיט וואס די נידעריגע חיות באנוצן זיך מיט חוצפה.

דאס וואוינען אין חברון, צווישן די ארגסטע טעראריסטן, און זיך רייצן מיט זיי יעדע מינוט וואס מען וואוינט דארטן, איז פשוט זעלבסטמארד. ווי האבן זיי דעם שכל פארלוירן? וויפיל מאהל נאך וועט מען זיך דארפן צוזאמנעמען ביים כותל איינרייסן פאר די צוריקקער פון פארכאפטע אידישע קינדער? מען זיצט זיך אריין אין לייבן-גרוב, און ווען דער לייב פארציקט, דאן באשטראפט מען דעם לייב... טיפשות בתפארתה...

ווען דו זעהסט די גרינע מיליטערישע טרעקליך זאלט איר נישט חלומ'ן אז דאס וועט צוריקברענגען די בחורים, אדער גאר די אויפריסטעטע קאמענטארן פון די איזראעלישע גענערעלער, נאר בלויז אונזערע תפילות צום איינציגען גאט, - צו וועמען די זוידיגע טרערליך פון די פיצעלע תימנע עופה'ליך זענען געפלאסן, און קאכן און זידן נאך בין היינטיגע טאג. - קענען העלפן. מיר קענען בלויז בעטן מחילה פון די קינדער, פון זייערע פארקלעמטע עלטערן, אז זיי זאלן אונז מוחל זיין, זיי זאלן פארגעבן פאר די ערליכע פון כלל ישראל וועלכע ווארט אזוי שטארק אז די 3 בחורים זאלן זיך צוריקקערן געזונט און פריש, טוט פארגעבן פאר די 3 אומשולדיגע בחורים וועלכע זענען אומשולדיגערהייט ערצויגען געווארן אין דעם פינסטערן פארנעפלטן בלוט-דורכגעווייקטן מדינה, און זיי זאלן נישט דארפן ליידן, נאר זיי זאלן שוין אפגעפונען ווערן געזונטערהייט.

טאטע, ברענג אריין שכל, און א הירור תשובה אין די פאר'טעמפ'טע מוחות, אז זיי זאלן זיך צו דיר צוריקקערן, און אנערקענען אין דיין צוזאג: אז מען וועט עובר זיין אויף די שלש שבועות דאן אני מתיר את בשרכם... וכו'

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג יוני 15, 2014 7:22 pm

אז איר זענט אזוי גוטהארציג מיט יענעמס בליט און פלייש אפשר זענט איר זיי מציע מען זאל נעמען דריי בחורים פון מאה שערים צו בית שמש און אויפטוישען פאר די פארכאפטע בחורים, אדער דאס שוין נישט?

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » זונטאג יוני 15, 2014 7:24 pm

...
לעצט פאראכטן דורך כרם אום זונטאג יוני 15, 2014 8:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » זונטאג יוני 15, 2014 7:44 pm

ישר כח כרם פארן נישט שוינן קיין ווערטער, איך בין אויך געשלאגן איצטערט חלילה נישט גיין צו שארף.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יוני 15, 2014 7:51 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
יויש האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22722#p853243
וכהנה וכהנה, זוך וועט איר טרעפן נאך , און קיינעם איניש פייגבאלן מוחה זיין

האטעך שוין הרב מחותן פיין געשריבען אז די אידישע וועג איז תשובה צו טוהן אויף די אייגענע עבירות און יענעם מחזק זיין בעת צרתו און נישט פארקערט. סאמהאו האבען די סאטמארע א שטארקע בלאקעדש ביי דעם ענין וואס איז פשוט ומובן לכל בר דעת בתוך אלע זייערע אנדערע בלאקעדשעס.


כ'דערמאן זיך ווען ס'איז געווען ל"ע יארן צוריק אן עקסידענט ווען א בחור פון א חשובע רבנישע משפחה איז געהארגעט געווארן, האבן חסידים פון עפעס א קרייז כדרכם בקודש געזינגען א ניגון אז ס'איז געווען דעם רב'ס הקפדה, זעהט אויס אז מיט די מחלה זענען נישט נאר די סאטמארע דיאגנאזירט געווארן נאר אנדערע קרייזן אויך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 15, 2014 7:54 pm

אנשי נטורי קרתא האבן אויסגענוצט דעם אינצידענט און אויך געהאנגען גרויסע פלאקאטן "בקשו רחמים מרובים עבור שלשת החטופים" ווען אונטער דעם שטייט "הנימוקים בשבי הנאציוני".

דערביי דערמאנענדיג די נעמען פון ישי שליסל, יצחק בערגער און מרדכי שושן וואס זיצט פארן חטא פון האבן א לעבאנעזער זיגל אינעם פאספארט (כמבואר באשכול נפרד).
די אנדערע זיצן איינער איין יאר און איינער 8 יאר! פארן פראטעסטירן קעגן מחללי שבת און קעגן די מצעד התועבה.

די פרומע ציונים ברויזן און זידן ווי מען וואגט זיך אויסצונארן אומשולדיגע ליינער מיט פאלשע רעטאריק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 15, 2014 8:00 pm

און ס'איז לכאורה טאקע נישט אין פלאץ ווי מרחיב געווען אין אנדערע אשכול פאריגע וואך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 15, 2014 8:03 pm

...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג יוני 15, 2014 8:16 pm

שוועמל האט געשריבן:אנשי נטורי קרתא האבן אויסגענוצט דעם אינצידענט און אויך געהאנגען גרויסע פלאקאטן "בקשו רחמים מרובים עבור שלשת החטופים" ווען אונטער דעם שטייט "הנימוקים בשבי הנאציוני".

דערביי דערמאנענדיג די נעמען פון ישי שליסל, יצחק בערגער און מרדכי שושן וואס זיצט פארן חטא פון האבן א לעבאנעזער זיגל אינעם פאספארט (כמבואר באשכול נפרד).
די אנדערע זיצן איינער איין יאר און איינער 8 יאר! פארן פראטעסטירן קעגן מחללי שבת און קעגן די מצעד התועבה.

די פרומע ציונים ברויזן און זידן ווי מען וואגט זיך אויסצונארן אומשולדיגע ליינער מיט פאלשע רעטאריק.


השמות המופיעים במודעה הם יצחק ברגל, החשוד בריגול לטובת איראן, ישי שליסל, חרדי בן 30 ממודיעין עילית, שדקר שלושה צועדים במצעד התועבה בירושלים, ומרדכי שושן מבית שמש.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג יוני 15, 2014 8:19 pm

עטליכע נקודות אהנע באשטימטע סדר:

1. מוסר השכל דארף מען נעמען אויך ווען עס פאסירט צו א צווייטען. עי' רש"י אנהייב שלח ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר.

2. בשעת די צרה זעלבסט דארף מען זיכער נישט מקטרג זיין און ניטאמאל דערמאנען וואס האט עס געקענט גורם זיין.

3. די וועלכע עס שטערט דעם גאנצע שמועס, קומט פארלייפיג פון דעם וואס זיי שפירען דער צער פון די עלטערען. מיין שאלה איז טאמער דער שרייער האט זיך אפגעהאלטען פון אירגענד וועלכע תאוה אדער באקוועמליכקייט כדי זיך משתתף זיין בצערם. (ויש סמך לזה, שהרי בשנת בצורת אסורים וכו')

4.די וועלכע שמועסען יא אויס איז דאס פארלייפיג ווייל זיי שפירען די צער השכינה פונעם חטא הציונות. מיין שאלה איז דער זעלבע.

5. אויב מען וועט לאזען דער חטא פון ציונות אין א זייט (למשל די מעשה פאסירט מיט אינדיע און פאקיסטאן), איז דער מהלך פון 'תג מחיר' נישט אזוי אפגעפרעגט, ווייל די אראבער פארשטיין נאר דעם שפראך.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » זונטאג יוני 15, 2014 8:40 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:אז איר זענט אזוי גוטהארציג מיט יענעמס בליט און פלייש אפשר זענט איר זיי מציע מען זאל נעמען דריי בחורים פון מאה שערים צו בית שמש און אויפטוישען פאר די פארכאפטע בחורים, אדער דאס שוין נישט?

דאס דארף זיין אן אנטווארט אויף כרם'ס געלונגענע באשולדיגונגס תגובה ? ס'קוקט נישט אויס גוט...
כרם, דאס איז היסטאריע וואס מ'קען נישט לייקענען, אמת ויציב ליידער.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג יוני 15, 2014 8:56 pm

הרה''ג רבי יעקב דאווידאוויטש שליט''א רעדט גאר לערנבארע דברי השקפה אויף די עדה החרדית טעלעפאון ליין אין ליכט פון די פארכאפונג פון די דריי בחורים.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג יוני 15, 2014 9:50 pm

זייער גוטע נקודות אנעים.

או אולי יש לומר אויף נומער 4 אז די שרייערס באדערט גארנישט נאר זיי שרייען ווייל זיי ווילן נישט נמשך ווערן נאך מחשבות מינות אשר אתם זונים אחריהם
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » מאנטאג יוני 16, 2014 5:05 pm

כאפעך אריבער א שפאציר אין די דערנעבענדיגע קאווע שטיבל, ווער איך פארפלאמט פאר בושה, דארט קען מען רוהיגערהייט קרומען אויף די התנהגות פון די מתנחלים.

אבער דא, איידער איינער הייבט אן צו קוועטשן אויף די סעטלערס, כאפ ער א רוק אז ער פליט ביזן השקפה ווינקל אריין.

דאס איז אויסער וואס רוב מנין ובנין פון די ניקס דא האבן מיך פארדאמט מיטן שארפסטן.

#עולם הפך ראיתי

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יוני 16, 2014 5:09 pm

א איד אין גלות האט געשריבן:כאפעך אריבער א שפאציר אין די דערנעבענדיגע קאווע שטיבל, ווער איך פארפלאמט פאר בושה, דארט קען מען רוהיגערהייט קרומען אויף די התנהגות פון די מתנחלים.

אבער דא, איידער איינער הייבט אן צו קוועטשן אויף די סעטלערס, כאפ ער א רוק אז ער פליט ביזן השקפה ווינקל אריין.

דאס איז אויסער וואס רוב מנין ובנין פון די ניקס דא האבן מיך פארדאמט מיטן שארפסטן.

#עולם הפך ראיתי

די ערשטע זאך נעם דיך פאר מער נישט אריין צו גיין אהין לזכות פון די באפרייאונג פון די בחורים בבריאות השלימות.
דארט איז מען נישט געפיליש מיט א צווייטן קען מען טון וואס מ'וויל, דא איז מען יא, און אז מענטשן זענען אין א עת צרה היט מען וואס מ'רעדט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג יוני 16, 2014 5:10 pm

שטימט שוין אלעס... דער עולם דא האט אזא שמעק ווען עמיצער דרייט זיך דארט...

#טשעפע. נעם עס נישט פערזעליך ווייל איך בין דיר בכלל נישט חושד אז דו דרייסט דיר דארט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג יוני 16, 2014 5:21 pm

פוטער האט געשריבן:די שרעקליכע שפיל מיט פייער וואס ביבי נתניהו פירט אן, אויף די קעפ פון דריי אומשולדיגע יונגע בחורים.
ס'איז מיר זייער אינטערסאנט וויאזוי די עולם איז נאר פארנומען וואספארא שטארקע העפטיגע זיך אקציע די איזרעלישע מליטער פירט אן, און מען כאפט אפילו נישט וואספארא שפיל און פאליטיק מדינת ישראל פירט אן אינטער'ן נאמען פון די זוך אקציע.
כדי צו פארשטיין וואספארא פאליטיק נתניהו פירט יעצט דארף מען צוריק גיין מיט עטליכע חדשים צוריק. אין אפריל 23, איז די וועלט געכאפט געווארן ביי סורפרייז ווען פאטח מיט כאמאס האבן געמאלדען אן אפמאך צו גרינדען א פאראייניגטע רעגירונג, און כאטשיק אזעלכע געשפרעכען איז שוין געווען אין די פארגאנגענהייט עטליכע מאל און איז קיינמאל גארנישט געווארן דערפון, אבער דאסמאל האט עס אויסגעקוקט גאר שטארק, און דאס האט ארויסגענומען נתניהו פון די גלייזען.
עס איז געקומען אין א צייט ווען די מיטל מזרח געשפרעכען אנגעפירט דורך זשאן קערי האבן זיך שטארק געוואקעלט, און נתניהו מיט זיינע רעכטע עלעמענטען זענען ארויסגעקומען בכל תוקף אז מיט א פאראייניגטע רעגרינג וועט קיין שלום נישט זיין.
אבער צום אלעמענ'ס סורפרייז איז די פאראייניגטע שטאטן נישט ארויסגעקומען אזוי שטארק אגעקען די געדאנק פון א פאראייניגטע רעגירונג. און די סיבה איז פשוט, אלע וועלטליכע פירער'ס זענען שוין מיד פון נתניהו'ס דריידליך, און יעדער ווייסט אז קיין חילוק וויפיל מען וועט געבען פאר נתניהו וועט ער יעדן טאג אויפקומען מיט עפעס אנדערשט, און ער וועט מאכען זיכער אז צו קיין שלום וועט מען נישט אנקומען. דעריבער האט יעדער געוואלט זען אויב זיי זענען מצליח צו גרינדען א פאראייניגטע רעגירונג, פארשטייט זיך אז קיינער וועט עס נישט זאגען הויך ווייל נאך אלעם איז כאמאס א טערעריסטישע ארגענעזאציע, אבער מען פארשטייט אויך אז כאמאס איז די רוב דארט און אן זיי וועט קיין נארמאלע רעגירונג קיינמאל נישט ווערן.
אבער נתניהו מיט זיינע חברה האבן גענומען פאר א ציל צו צושטערן די פאראייניגטע אפמאך פאר יעדע פרייז, אבער צו זיינע צרות איז עס נישט געגיינגען ווי געפלאנט, און מיט עטליכע וואכען צוריק האט שוין פאטאח מיט כאמאס געמאלדען אז זענען שוין געקומען צו א פארגלייך וועלכע מיניסטארן וועלן דינען פאר פארשידענע אמטען. און פון די אנדערע זייט די וועלט פארגעסט שנעל, כאמאס איז טאקע א געפערליכע טערעריסטישע ארגענעזאציע, וואס האט זיך געגרינדעט מיט איין ציל צוצושטערן מדינת ישראל, אבער מיט די צייט האבן זיי שוין אויך אנדערע דאגות, הונדערטער טויזענטער יונגע אראבער וואקסען אויף, אינטער געפערליכע אומשטענדען, און כאמאס שטעלט זיך אהער פאר זייערע אפטרופסים און צייטווייז וועט זיך די וועלט רעכענען מיט זיי.
פלוצלונג ווי אומגעראכטען האט פאסירט א שרעקליכע זאך, דריי יונגע בחורים זענען געקידנעפט געווארן דורך אראבער, אויפען וועג אהיים פון ישיבה ווארטענדיג אויף א היטש. פאר אונז כלל ישראל איז עס א שרעקליכע בראך, טויזענטער אידן זענען מתפלל צום קל מלא רחמים אז ער זאל זיך מרחם זיין אין אהיים ברענגען די בחורים געזונטערהייט. אבער פאר נתניהו איז דאס א געוואלדיגע זאך, דאס הייסט עס איז אים אינטערגעקומען א געוואלדיגע געלעגענהייט צו אויפשטארעמען די וועלט. די ערשטע זאך איז ער ארויסגעקומען און גלייך באשולדיגט כאמאס אז זיי זענען געשטאנען אינטער דעם, און פארשטייט זיך אז כאמאס לייקענט שטיין און ביין און רופען אן די באשולדיגונג "סטופיד".
יעצט לאמיר אריינטראכטען צו מאכט עס אפילו סענס אז כאמאס האט אנגעפירט מיט די פארכאפונג? זיי האלטען יעצט פאר מעכטיגע היסטארישע מאמענט, מען גייט גרינדען א פאראייניגטע רעגירונג, זענען זיי טאקע גרייט צו אלעס חרוב מאכען צו קענען פארכאפען דריי בחורים, עס לייגט זיך שווער אויפען שכל אויב מען באטראכט אלע געשענישען פון לעצטע עטליכע חדשים.
אבער פאר נתניהו גייט גארנישט אן, ער האט יעצט די מעגליכקייט צו אינטערדריקען כאמאס אויף א פארנעם ווי קיינמאל פארדעם, שיקט ער ארויס זיין מיליטער און מען ארעסטירט אלע כאמאס פירערשאפט, און דערוואגען זאל איינער זאגען א ווארט, אמער דריי פון אונזערע קינדער זענען געווארן געקידנעפט. און ס'מאכט אפילו נישט אויס אויב אנדערע טערעריסטעשע גרופעס וועלן ארויסקומען נעמען פאראנטפערליכקייט, נתניהו מאכט זיכער צו לאזען וויסען ביי יעדע מעגליכקייט אז עס איז זיכער אז כאמאס שטייט אינטערדעם, אזוי האפט ער זיי צו פארשמירען פאר די גאנצע וועלט און צו בארעכטיגען זיינע געפערליכע אגרעסיעס אקעגען כאמאס.
סא טראכט איינער באמת אז נתניהו וויל טרעפען די בחורים לעבעדיג? קיינמאל. וויל ער באמת טרעפען די ריכטיגע פארכאפער? קיינמאל. ווייל דעמאלס וועט ער זיין צושאנד און שפאט פאר די גאנצע וועלט. פון זיין זייט זאל מען ח"ו טרעפען די בחורים נישט לעבעדיג, און נישט טרעפען די ריכטיגע פארכאפער, און מען וועט שוין טרעפען עפעס באווייזען אז כאמאס איז געשטאנען אינטערדעם, און פון די פאראייניגטע רעגירונג וועט גארנישט ווערן.
השם ירחם ווען אזעלכע קאלט בלוטיגע מערדער שטייען בראש פון א לאנד ווי עס לעבן טויזענטער מאחינו בני ישראל.

שוטה האט געשריבן:פוטער, איבעראל טראכסטו אזוי, אדער נאר וואו שנאת ישראל איז דיר מעביר על דעתך?

זיינע געפערליכע אגרעסיעס קעגן כאמאס? אר יו קידדינג מי?

דער תהילים איד האט געשריבן:שוטה, שנאת ישראל איז א עוולה? סאטמאר רב איז שוין געווען א שונא ישראל.

כ'האב קיינמאל געהערט אזעלכע נאן-סענס בשם דעם סאטמאר'ן רב ז"ל, און כ'מיין אז בימיו איז עס נאך נישט געווען אזוי אין סטייל בכלל, ווי ממי שאמרו האט שיין מבאר געווען אין זיין אשכול איבער די מלחמת ששת הימים אז וואס ווייניגער שיטה ע"פ תורה אלס מער שטותים ע"פ תורא, והמוסיף ספין לי' כתורא.

כ'האב שוין כמ"פ געשריבן דא דערוועגן, און לעצטענס האט לכתחילה עס שיין ארויסגעברענגט, די קרומקייט פון מקשר זיין די פראבלעם פון ציונות ע"פ תורה און זייער גערעכט זיין ע"פ פאליטיק ואנושיות.

מאכט א פשוט'ע מחשבה-עקספערימענט, אז איהר וועט פרעגן א נייטראלער כינעזער, וואלט ער אזוי גענטפערט?

ולדברי המתחדשים אז ווען איינער מיט געוויסע דעות איז בוחר צו טוהן עפעס איז ער אטאמאטיש בוחר אין די שלעכטע, קרומע, רשעות'דיגע צד, גייט דאס אויך אהן ווען ער קלויבט א בלויע מילך אין גראסערי איבער א רויטע? ואת"ל אז דער כלל איז נאר ביי עפעס בשייכות מיט רעגירען, איז עס אויך ווען ער שטעלט אוועק א טראפיק-לייט, אדער נאר ווען ער ארעסטירט 150 רוצחים ארורים?

והגה בעצמך, עס איז אזא נס וגילוי אלוקות נישט געווען זייט די נגעים, איינער וואס האט א געוויסע שיטה אין ציונות וועט אטאמאטיש 'אלעמאל' מאכן די נישט ריכטיגע באשלוס אין פאליטיק, מיינד באגלינג, הא?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בא שבת בא מנוחה און 20 געסט