3 בחורים פארכאפט אין חברון - השקפה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

3 בחורים פארכאפט אין חברון - השקפה

תגובהדורך א איד אין גלות » פרייטאג יוני 13, 2014 11:52 am

עס איז זייער שווער צו רעדן אין אזא מצב ווען אידישע קינדער זענען שרוי בצער, בפרט אומשולדיגע קינדער וואס לכאורה לא טעמי טעם חטא.

דארף מען אין אזא צייט אויך געדענקן במה דברים אמורים, עס רעדט זיך דא פון די קהילה אין חברון ווי עס גייט דארט איעדע טאג אומרוען, ניין נאר נישט טערראריסטן וואס טערראריזירן די אומשולדיגע מתנחלישע איינוואונער, עס זענען די ראדיקאלע מתנחלים וואס רייצן אויף דעם בער איעדן טאג מיט עפעס אנדערש, די תג מחיר פארטיי וואס איז טאקע באשאפן געווארן אין חברון.

איינמאל צינדן זיי אונטער גאנצעטע זיתים פעלדער, א אנדערע מאל צינדן זיי אונטער מעטשעטן, א דריטע מאל באפאלן זיי פאלעסטינע יונגנטליכע, בקיצור די מקור ההתגרות קומט פאר אין חברון זעלבסט.

די פראבלעם איז נאך עפעס, ווען די אלע געוואלטאטן פארסירן, ווערן זיי נישט קיין נייעס ביי אונזערע היימישע אוטלעטן, די נייעסלך באלאנגן דאך פאר אנטיסעמיטן וואס זיכן צו זעהן נאר שווארץ אויף די מדינה, וגם אני בתוכם, ווען איך זעה די נייעסלך קימער איך מיך גאר ווייניג, הלמאי, בין איך עפעס א אראבער ליעב האבער?

אבער לאידך גיסא דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש, און אנקוקן די בילד פון אנהייב, ניין נישט פון 67 מלחמה, סאיז גענוג צוריקצוקוקן 4 וואכן, די שיינע הדלקה וואס די מתנחלים האבן דורכגעפיערט אין חברון, אפגעברענט גאנצעטע שטיקער פון פאלעסטינער פארמעגן, מאנכע צייטונגן אין די מדינה האבן עס פארצייכנט ווי א פאגראם במלוא מובן המילה.

נאכאמאל איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן , די בחורים זענען אינגאנצן אומשולדיג, זיי זענען נעבעך א קרבן צווישן די רוצחישע אראבער און נישט ווייניגער רוצחישע מתנחלים, וואס שטעלן זיך און זייערע פרויען&קינדער און גאנץ כלל ישראל אין א סכנה.

פארגעסן צו דערמאנן, אין חברון איז דא אין די נייעס איעדע פאר וואכן א אנדער טויטער פון די אראבער , די נייעסלך פארדעקט מען אויך פון אונז, לכאורה זיי זענען זיך די אראבער אליין שולדיג, אבער ווען די צד שכנגד זענען אויך ראדיקאלן זענען ביידע שולדיג.

איך ווייס איך גיי דא באפאלן ווערן ווי א אראבישע אנטיסעמיט, אדער אומווייניגסטנס א נטורי קרתא שטיצער, אבער מיר אינעם וועלטל זענען העכער פון דעם , דא אטאקירט מען נישט די מעסענזשער, דא רעדט נאר פונעם נושא לכאן ולכאן , בעט איך זייער שטארק אז מען זאל זיך האלטן צו די נושא , אפילו סאיז זייער האקל.

זעקסטע_הקפה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:12 am

תגובהדורך זעקסטע_הקפה » פרייטאג יוני 13, 2014 12:10 pm

א איד אין גלות האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו רעדן אין אזא מצב ווען אידישע קינדער זענען שרוי בצער, בפרט אומשולדיגע קינדער וואס לכאורה לא טעמי טעם חטא.

נאכאמאל איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן , די בחורים זענען אינגאנצן אומשולדיג, זיי זענען נעבעך א קרבן צווישן די רוצחישע אראבער און נישט ווייניגער רוצחישע מתנחלים, וואס שטעלן זיך און זייערע פרויען&קינדער און גאנץ כלל ישראל אין א סכנה.

איך ווייס איך גיי דא באפאלן ווערן ווי א אראבישע אנטיסעמיט, אדער אומווייניגסטנס א נטורי קרתא שטיצער, אבער מיר אינעם וועלטל זענען העכער פון דעם , דא אטאקירט מען נישט די מעסענזשער, דא רעדט נאר פונעם נושא לכאן ולכאן , בעט איך זייער שטארק אז מען זאל זיך האלטן צו די נושא , אפילו סאיז זייער האקל.


חלילה צו באפאלן עמיצן פאר'ן זאגן זיין מיינונג. איך וואונדער זיך נאר וואס דיין רעאקציע וואלט געווען אויב די געשיכטע וואלט פאסירט מיט א היימישער ישיבה אין וויליאמסבורג, פון וואו היספאנישע וואלטן - נישט פארכאפט, נאר אנגעקלאפט די ביינער פאר דריי בחורים נאך חדשים וואס די בחורים רייצן זיך מיט זיי.

מעסעדזש? מעסענדזשער? וואלט דעמאלט אויך געווען אזא תגובה אז "ס'איז זייער שווער צו רעדן ... אבער"?

זאל דער אויבערשטער אויסלייזן אלע אידן וואס זענען נעבעך אין גלות הדעת. אמן.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג יוני 13, 2014 12:12 pm

א איד אין גלות.

זעלטען א תגובה אזוי נישט אין פלאטץ, טראץ אלע דיינע הקדמות און פארענטעפרן באלאנגט נישט דיין תגובה, דריי אידן זענענן אויף צרות אויב דו קענסט נישט העלפן גיי זאג תהילים נישט קריטעקיר,

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6515
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג יוני 13, 2014 12:22 pm

זעקסטע_הקפה האט געשריבן:
א איד אין גלות האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו רעדן אין אזא מצב ווען אידישע קינדער זענען שרוי בצער, בפרט אומשולדיגע קינדער וואס לכאורה לא טעמי טעם חטא.

נאכאמאל איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן , די בחורים זענען אינגאנצן אומשולדיג, זיי זענען נעבעך א קרבן צווישן די רוצחישע אראבער און נישט ווייניגער רוצחישע מתנחלים, וואס שטעלן זיך און זייערע פרויען&קינדער און גאנץ כלל ישראל אין א סכנה.

איך ווייס איך גיי דא באפאלן ווערן ווי א אראבישע אנטיסעמיט, אדער אומווייניגסטנס א נטורי קרתא שטיצער, אבער מיר אינעם וועלטל זענען העכער פון דעם , דא אטאקירט מען נישט די מעסענזשער, דא רעדט נאר פונעם נושא לכאן ולכאן , בעט איך זייער שטארק אז מען זאל זיך האלטן צו די נושא , אפילו סאיז זייער האקל.


חלילה צו באפאלן עמיצן פאר'ן זאגן זיין מיינונג. איך וואונדער זיך נאר וואס דיין רעאקציע וואלט געווען אויב די געשיכטע וואלט פאסירט מיט א היימישער ישיבה אין וויליאמסבורג, פון וואו היספאנישע וואלטן - נישט פארכאפט, נאר אנגעקלאפט די ביינער פאר דריי בחורים נאך חדשים וואס די בחורים רייצן זיך מיט זיי.

מעסעדזש? מעסענדזשער? וואלט דעמאלט אויך געווען אזא תגובה אז "ס'איז זייער שווער צו רעדן ... אבער"?

זאל דער אויבערשטער אויסלייזן אלע אידן וואס זענען נעבעך אין גלות הדעת. אמן.

א איד אין גלות זאגט נישט אזוי שלעכט, די שאלה איז נאר אויב די תגובה איז יעצט אין פלאץ
אבער 'זעקסטע הקפה', די זעלבע וואלט געווען, ווען 3 בחורים פון א היימישע ישיבה אין ווילמס"ב רייצן זיך מיט שכנים, און מען קלאפט זיי אן די ביינער, קען איינער שרייען אנטיסעמיטיזם? האסט דאך עס בידים געברענגט אויף דיר

אקעי צוריק צום נושא, כ'מיין צום תהלים'ל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » פרייטאג יוני 13, 2014 12:24 pm

RT@ מי יודע

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג יוני 13, 2014 12:29 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:RT@ מי יודע
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » פרייטאג יוני 13, 2014 12:33 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:RT@ מי יודע

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג יוני 13, 2014 12:37 pm

מחותן האט געשריבן:א איד אין גלות.

זעלטען א תגובה אזוי נישט אין פלאטץ, טראץ אלע דיינע הקדמות און פארענטעפרן באלאנגט נישט דיין תגובה, דריי אידן זענענן אויף צרות אויב דו קענסט נישט העלפן גיי זאג תהילים נישט קריטעקיר,

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג יוני 13, 2014 12:40 pm

למעשה האט דאס נישט קיין שום שייכות מיט מתנחלים, תג מחיר, אדער סיי וועלכע ספעציעלע התגרות באומות.

עס איז א געהעריגע אויספלאנירטע טעראר אטאקע מצד א עליטע בריגאדע אין די פאלעסטינער ארמיי, באקאנט מיטן נאמען "איסלאמיק זשיהאד". די סיבות און חשבונות קענען זיין פילצאליגע, הן כלפי פנים פאלעסטינע און הן כלפי חוץ.

צו זייער שווארץ מזל האבן זיי פארכאפט א אמעריקאנער בירגער אויך. דאס איז נישט א זאך וואס זיי זוכן, צו האבן צו טון מיט אמעריקע, סאו זיי זענען יעצט אומפארהאפט פארכאפט אין א שווערע סיטואציע.

דער אייבישטער זאל האלטן די רעכטע האנט און זיי צוריק אהיים ברענגען בשלום.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 13, 2014 12:40 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:RT@ מי יודע

ס'איז א גרויסע צרה און ס'איז קיין צייט צו באשילדיגן אבער ווען די צייט איז, איז גלית איד גערעכט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:52 am

תגובהדורך zookeeper » פרייטאג יוני 13, 2014 1:54 pm

וואס כאפט עס א חילוק וועלכע יוד ער איז.
פיקוח נפש!!

וואס קומט אריין דא סאטמרי אדער מתנחל???

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 3:57 pm

תגובהדורך אריין געטראכט » פרייטאג יוני 13, 2014 2:03 pm

די אייבשטער זאל האלטען די רעכטע האנט אין זיי אויס לייזען בקרוב,
אין בנוגע די ענין וואס גלות איד האט ארויף געברענגט, די ביזט הייליג גערעכט, אין אזוי אנדרע פרעגען דיך וואס קומט עס דא אריין, 3 אידען זענען ליידיער אין א צרה פאר וואס דארף מען עס דא ארויף ברענגען ?
מיין תירוץ אויף דעם איז, סתם א גרינעם טאג וויל קיינער דיך עס נישט אויס הערען, ס'איז קיינעם נישט נוגע, אבער ליידער ווען עס מאכט זיך אזא מעשה איז א חיוב עס ארויף צו ברענגען זאל מען וויסען ווער איז די צינדער אין ווער די לעשער, טאגע דווקא אין אזא צייט דארף מען ארויס ברענגען ווער איז די גורם אויף די זאכען, עס איז דא לייגער גאנצע מחנות מיט כופרים וואס זענען מפקיר אומשילודגע קינדער אין די הענט פין רוצחים, אין ווען די רוצחים טוען וואס זיי טוען ליידער, טאר מען נישט רעדען וועגען עס איז א עת צרה.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג יוני 13, 2014 2:24 pm

האסט גאר גוט "אריינגעטראכט", אבער מ'קען נאכאלץ פארשטיין אז ס'באלאנגט נישט אין דעם אשכול ווי מ'רעדט פין די עצם טראגעדיע.

אפשר דאס אויסשמועסן אין א באזונדערע אשכול?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 3:57 pm

תגובהדורך אריין געטראכט » פרייטאג יוני 13, 2014 2:40 pm

מיט דעם ביזטו גערעכט אז עס קומט אפשר נישט דא ביי די נייעס, אבער מען האט עם אפגעפאטאשט אז מען טאר יעצט נישט אזוי רעדען, האב איך געזאגט מיין חוות דעת העני אז מען דארף יא,
אויב די ווילסט עפן א אשכול ביי השקפה אפטיילנוג אין מעמיר ווייטער גיין דארט

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג יוני 13, 2014 3:11 pm

א איד אין גלות : חזק ואמץ, אזוי דארף א יוד און גלות רעדן, און דער עיקר פיר אויס אז מיר זענען און גלות און מען דארף אכטונג געבען ווי אזוי מען פירט זיך מיט א גוי אפילו דער גוי האט שלעכטס געטיען

זאל דער אייבישטער העלפן אז מיר זאלען שוין בקרוב אויסגעלייסט ווערן ברוב רחמיו וחסדיו בב"א
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג יוני 13, 2014 3:28 pm

אינטרעסאנט ווען עפעס געשעהט חלילה אין ניו יארק, טאנצט מען נישט גלייך אויף אנצוצייגן וואס איז די גורם (לדוגמא: מחלוקת, שנאת חנם, ערכאות וכו'), אבער ווען עפעס פאסירט אין חברון ווייסט מען באלד ווער זענען די צינדער און ווער זענען די לעשער...

א איד אין גלות דארף וויסן אז ווען עפעס פאסירט מיינט מען איהם, און נישט יענעם...
----------
לכו נרננה לד'...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג יוני 13, 2014 5:55 pm

איד אין גלות,

דו דערמאנסט מיך פון א געוויסע העדליין עטליכע חדשים צוריק אין די new York post
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג יוני 13, 2014 6:09 pm

WOW... צום פינטעל, און ציפעדיג...

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » פרייטאג יוני 13, 2014 6:54 pm

מחותן האט געשריבן:WOW... צום פינטעל, און ציפעדיג...

זיי האבן אויך געזינגען אז ''אודאי האבן מיר רחמנות, עס איז נאר גוט אמאל אויסצושמועסן דעם אמת...

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » פרייטאג יוני 13, 2014 7:00 pm

איך האב געזען אמאל ווי אין שול הענגט א 'זקוק לרחמי שמים' צעטל פאר א איד וואס האט זיך נעבעך געוואקעלט בין חיים למות, און אינדערהיים האט ער נאך פארמאגט עטליכע קינדער, קומט צו א יונג בחור'ל וואס האט געוויסט אס דער איד פלעגט רייכערן, און האט צוגעשריבן אין גרויסע אותיות 'NO SMOKING' , און אוועקשפאצירט. איך האב געפילט ווי איך וויל אויפפאטשען דעם טראטשאק ווי א קישן!!!! איך פיל עס יעצט נאכאמאל.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מוצ"ש יוני 14, 2014 5:46 pm

סתם לידיעתך, איינער פון די דריי וואינט אין אלעד בכלל נישט קיין התנחלות

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש יוני 14, 2014 10:02 pm

רח''ל ווי פארטעמפט טייל מענטשן זענען

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש יוני 14, 2014 10:56 pm

אסותא האט געשריבן:איך האב געזען אמאל ווי אין שול הענגט א 'זקוק לרחמי שמים' צעטל פאר א איד וואס האט זיך נעבעך געוואקעלט בין חיים למות, און אינדערהיים האט ער נאך פארמאגט עטליכע קינדער, קומט צו א יונג בחור'ל וואס האט געוויסט אס דער איד פלעגט רייכערן, און האט צוגעשריבן אין גרויסע אותיות 'NO SMOKING' , און אוועקשפאצירט. איך האב געפילט ווי איך וויל אויפפאטשען דעם טראטשאק ווי א קישן!!!! איך פיל עס יעצט נאכאמאל.

דיין משל איז נישט אינגאנצן דומה לנמשל, ביי די משל האט די אינג בחור'ל באשילדיגט דעם קראנקן אז ער איז זיך "אליין" שולדיג, משא"כ דא זאגט מען נישט אז די בחורים זענען אליין שולדיג. ודו"ק.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מוצ"ש יוני 14, 2014 11:19 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:רח''ל ווי פארטעמפט טייל מענטשן זענען


ליידער ביסטו גערעכט
עס איז א בושה וחרפה צוצוקוקען ויאזוי געוויסע רעאגירן מיט אזא מאס רשעות אינטערן שלייער פון ווערן אנגערופען "חרידי'שע אידן"
אזויפיל איז זיכער "אז ווען דער אהבת ישראל פלעגט גיין העלפן א איד האט ער נישט געקוקט אויף וואספארא סארט קאפעל דער איד גייט.
וועט מיר איינער פרעגן- וואס גייט דיך אן פון אפאר חברה וואס זיי זאגן?!- די תירוץ דערויף איז, אז עס ווייזט אז זייער אסאך מענטשן זענען נישט באקאנט מיט די יסודות פון אידישקייט און עס הערשט א חיסרון ידיעה אין די נושא פון השקפה.
אזוי אויך זעהט מען פון דעם אז מען הערט היינט צוטאגס צו ווייניג סיפורי צדיקים פון די אמאליגע רבי'ס.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6515
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 15, 2014 12:09 am

הלשון האט געשריבן:אינטרעסאנט ווען עפעס געשעהט חלילה אין ניו יארק, טאנצט מען נישט גלייך אויף אנצוצייגן וואס איז די גורם (לדוגמא: מחלוקת, שנאת חנם, ערכאות וכו'), אבער ווען עפעס פאסירט אין חברון ווייסט מען באלד ווער זענען די צינדער און ווער זענען די לעשער...

א איד אין גלות דארף וויסן אז ווען עפעס פאסירט מיינט מען איהם, און נישט יענעם...
----------
לכו נרננה לד'...

די סארט מענטשן וואס רעדן יעצט אזוי רעדן דעמאלטס אויך פון דעם וכו'

לאז מיר נאר דערמאנען דעם ווארט פונעם רבין ז"ל הדברי יואל, לבי לבי על חלליהם, די רבי איז נאך געווען אזא קנאי ווי ענק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שאהן הענניטי און 7 געסט